בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 12:16 pm
דורך באניהאד
א גוטן הרב דמתקריא שאץ מאץ
אין באניהאד ביסטו געווען??

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 3:40 pm
דורך farshlufen
אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס אלעס גוטס וכו'

כבוד הרב, א דאנק א שיינע
פארן באשרייבונג דיינע
הנאה האט א יעדער
פון דיין גילדערנע פעדער
די תפלות זאלן באגלייטן
די פון נאענט און פון ווייטן
גאנץ כלל ישראל
יראו ישועות אן א צאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 1:57 pm
דורך פארשטענדליך
שכוח שכוח, שטארק הנאה געהאט

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 27, 2010 7:00 am
דורך פוילישער
איך בין אמאל געפארן ערגעץ מין מיין ב"ב, און ביי די קאסטומס האט מען אוועקגעכאפט אלע עסן, וואס האט געמיינט נישט עסן פאר'ן גאנצן טאג, אוי איז דאס שווער געווען, סאו גלייב איך אז די יסורים פון פארלוירן פעקעלעך זענען גאר נישט קיין גרינגע, מען דארף אין אזא צייט אפמאכן אז מען גייט נישט ווערן גערעגט, ווייל דאס קען ארויסנעמען א מענטש פון די כלים.

עס איז מיר שוין אויסגעקומען צו וויילן אמאל אין וויען, איך האב זייער געגליכן דעם שטאט, און די אידן דארט זענען מורא'דיג ברייט הארציג, און העלפן ארויס מיט א חשק יעדן גאסט.

דער עיקר הרב שאץ, זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, פאר אייך און פאר גאנץ כלל ישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 8:25 pm
דורך איך_הער
שצ'ל, קוקסט נאך אפילו דא צו איינער באדאנקטעצך פאר דיר? ס'בין איך שולדיג אז כ'בין לעצטענס אזוי פארנומען אז כ'קום נישט אן צו ליינען כמעט גארנישט, און יעצט האבעך מיך גענומען אפאר מינוט, (בערך א ניינציג הונדערט מינוט.) און כ'גיי אויף א סדר, און כ'בין צו דעם אויך אנגעקומען, זייער זיין אראפ געלייגט, א הארציגן יישר כח. (אנטשולדיגט פאר די וואס דרייען זיך נאך יא דא אפט, פארן ארויף ברענגען אלטע סחורה פאר אומזיסט.)