בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:32 am
דורך קרעמער
לאקשען;

עס איז געווען שבת.

אויך האט ער נישט געוואלט ווערן באשולדיגט אין טעראריזם, ווען דאס קלויסטער וואלט אונטערגעגאנגען פארנט פון זיין נאניע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:34 am
דורך שאץ מאץ
פונקטליך האט געשריבן:שאץ, אויב איך מעג פרעגן,
דער אינגערמאן וואס גייט ארויף די טרעפ אויפן באס (ערשטע צום טיר) איז א זוהן פון וואלאווער רב און איידעם ביים דינוב'ער רבי פון וויליאמסבורג?


יא ער איז עס, ער איז נעבאך געוועהן פון די צוויי וואס האבן נישט באקומען געהעריג די פעקלעך אויף שבת,

איך גיי אי"ה באשרייבן מיין נסיעה פון זונטאג ביז מיטוואך, אבער ס'איז נישט פארן פאבליק, ס'איז צו פריוואט און משפחה'דיג, היות איך בין געפארן אליין מיט מיין ברודער און נעפיו, ממילא דער צם ולא נשלם איז אמת, אבער שרייבן פארן רבים וועל איך נישט,

כל טוב און האלט'ס אייך "נישט" געשפאנט....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:38 am
דורך שאץ מאץ
קרעמער האט געשריבן:שוין אנגעהויבן ליינען אין די פארטאגס שעות, געמאכט א שטיקל הפסק צו גיין טוהן די אידישע געברויכן, און יעצט משלים געווען.

פשיהא, דאס איז ווערט אלע געלטער! אזוי שיין באשריבן, מען שפירט זיך ממש אינעם מצב.

איך וויל נאר וויסן עטליכע זאכן. ראשית כל: וויאזוי האבן די ווינער אידן געקענט איינרישן אזא שבת אין די יאגעניש? זענען דא דארט בכלל גענוג חרדי'שע אידן צו קענען אהערשטעלן א שבת אויף אזא פארנעם?

צווייטנס, עס איז געפונען געווארן אין אייראפע א רענצל מיט אן-א-שיעור טאגביכער פון טאטעס אין אלע-ערליי מצבים, איז דאס אפשר דיינס?

דריטנס סתם א הערה: איך בין נישט זיכער אז מען מעג אריינלייגן געלט אין א תפילין זעקל, אויסער אויב דו האסט דיך אויסגענומען בעפאר.


א) אונז זעמיר ארויף אויפן באן 10 אזייגער, פון 10'ע צופרי ביז שבת קען מען רואיג אנגרייטן א שבת, אין ווין זענען דא היפש היימישע משפחות,

ב) די טאג ביכער רענצל איז נישט פארלוירן געווארן, דאס האב איך געהאלטן לעבן מיר מיט מיין טלית ותפילין און מיין לעפטאפ,

ג) סתם אריין צו לייגן געלט אין א תילין בייטל איז א פראבלעם, אבער לטובת הצדקה פאר אפאר רגעים שלא בקביעות גלייב איך איז נישט קיין פראבלעם, אדרבה אם טעיתי שגגיתי,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:40 am
דורך קרעמער
דאן וויל איך וויסן פאר וועלכע ר' מאיר'ן די געלט איז געגאנגען... (מוזט נישט ענטפערן, ברבים זיכער נישט).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:42 am
דורך יוסלמאן
קרעמער, שאץ האט דאך א חבר דארט?! כ'קען אויף א חשובער אינגערמאן מיטן נאמען מ' וואס וואוינט אין ווין, ס'דא דארט סטאמערע אידן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:52 am
דורך אורח
זאלסט האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל

ביי דע וועי וואס טוט זעך מיט דיינע פעקלעך ?

אז די דארפסט שבתדיגע בגדים על עך דער גערן בארגן אבער יעך האב נישט קיינע לאנגע ווייסע זאקן
באט איך קען בארגן פון מיין שכן

טשאסט לעמי קנאוי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:55 am
דורך שאץ מאץ
די גרויסארטיגע מלוה מלכה אין די שטאט ווין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 10:58 am
דורך שאץ מאץ
די ווינע אידן שטעלן צו א ווארעמע זופ לכבוד מוצאי שבת סעודת הילולא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 11:00 am
דורך שאץ מאץ
קרעמער האט געשריבן:דאן וויל איך וויסן פאר וועלכע ר' מאיר'ן די געלט איז געגאנגען... (מוזט נישט ענטפערן, ברבים זיכער נישט).


איך ענפער יא ברבים, ס'איז נישט קיין סוד, ס'איז געגאנגען פאר כולל חבת ירושלים לצדקת רמבה"נ במסגרת קרן תולדות אלעזר ע"ש הרה"ק ר' אלעזר מ'ריישא,

איך זעה דעם עולם האט מיטלייד וועגן מיין רענצל, וויל איך קלאר מאכן אזוי, ראשית איך האב נאכנישט דעם רענצל, ובפשטות איז נישטא וואס צו טון וועגן דעם, איך האב נישט וועמען צו קלאגן,

שנית דער פארלוסט איז נישט אזוי געפערליך, דארטן איז געלעגן מיין אלטע שטריימל, איין טיש בעקיטשע, שבת'דיגע שיך מיט א שבת'דיגע הויזן, 5 פאר וועש, און עסן פאר א וואך, א מס' יומא גמ', מיט א פלעש לייט, לעכט מיט טיילענאל,
איך מיין אז מ'קען עס ממלא זיין גאנץ גרינג און שנעל...
.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 11:01 am
דורך יוסלמאן
שאץ מאץ האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:דאן וויל איך וויסן פאר וועלכע ר' מאיר'ן די געלט איז געגאנגען... (מוזט נישט ענטפערן, ברבים זיכער נישט).


איך ענפער יא ברבים, ס'איז נישט קיין סוד, ס'איז געגאנגען פאר כולל חבת ירושלים לצדקת רמבה"נ במסגרת קרן תולדות אלעזר ע"ש הרה"ק ר' אלעזר מ'ריישא,


נא, גילו?!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 11:15 am
דורך Kitov
My uncle was there and so far he isnt on any pic, can you put some more pics? please?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 1:03 pm
דורך שטארק זיך
שאץ, א הארציגן דאנק פאר דעם הערליכן באשרייבונג,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 1:31 pm
דורך קרעמער
שאץ מאץ האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
שנית דער פארלוסט איז נישט אזוי געפערליך, דארטן איז געלעגן מיין אלטע שטריימל, איין טיש בעקיטשע, שבת'דיגע שיך מיט א שבת'דיגע הויזן, 5 פאר וועש, און עסן פאר א וואך, א מס' יומא גמ', מיט א פלעש לייט, לעכט מיט טיילענאל,
איך מיין אז מ'קען עס ממלא זיין גאנץ גרינג און שנעל...
.

לאמיר צוזאמשטעלן פונעם עולם און מקיים זיין והשיב את הגזילה...

איך קען דיר געבן מיין רעגן שטריימל וואס איך נוץ שוין נישט, זאלסט האבן א 'ספעיר' אלטע שטריימל.

איך קען דיר געבן מיין אלטע טיש בעקיטשע.

איך האב פאר דיר אן איבריגע פאר שבת שיך.

שבת'דיגע הויזן -- ניין, איך האב נישט קיין איבריגע. איך קען דיר געבן א וואכעדיגע און דו וועסט עס שוין צושניידן.

5 פאר וועש גלייב איך אז דו האסט אין שטוב.

עסן פאר א וואך... עס וואלט שוין געווען פארדארבן ביז יעצט.

ליכט קען איך דיר שענקן, און טיילענאול אויך.

בלייבט בלויז איבער די גמרא...

אפשר קענסטו דערווייל נוצן E-DAF

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 2:05 pm
דורך שטארק זיך
קרעמער,
אייערע וואכעדיגע הויזן ברויך שאץ נישט צושניידן ווארום ער פיל העכער פון איך...

נאו אפענס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 3:12 pm
דורך מי יודע
הערליך, מורא'דיג

איך געדענק נישט ווי, אבער עפעס האב איך באמערקט ערגעץ אין דיין אפוועזנהייט דא אין קרעטשמע און איך האב געקלערט צו מיר ס'איז דאך.... מיט וואס איז ער אזוי פארנומען

יעצט זע איך שוין
האסט געמאכט א ריזיגע הכנה פאר אזא הערליך ארטיקל
א שאד איך בין נישט דיין משפחה (גראדע יא נאר נישט קיין נאנטע...) איך זאל קענען ליינען דיין המשך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 3:29 pm
דורך לאקשען ברעט
שאץ מאץ האט געשריבן:איך גיי אי"ה באשרייבן מיין נסיעה פון זונטאג ביז מיטוואך, אבער ס'איז נישט פארן פאבליק, ס'איז צו פריוואט און משפחה'דיג, היות איך בין געפארן אליין מיט מיין ברודער און נעפיו, ממילא דער צם ולא נשלם איז אמת, אבער שרייבן פארן רבים וועל איך נישט,
כל טוב און האלט'ס אייך "נישט" געשפאנט....


כ'האב א עצה פאר דיר שרייב נישט ארויס די נעמען פין דיין ברודער אין נעפיו וועט עס ווערען אויס פריוואט, קענסטעס אפילו שרייבען מיט א צווייטע ניק,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 22, 2010 4:08 pm
דורך בילקע
סהערליה שיין באשריבן

האסט מיר אביסל אויפגעפרישט די בחורישע יארן ווען מאיז אביסל
ארום געפארן

און אויף קומענדיג יאר אויב פארסטו לאז אונז וויסן וועט מעןזיך מיטכאפן
א נסיעה מיט שאץ מאץ
נישט קיין חיליק צו וועלכן פלאץ
איז ווי אויף א גאלדענעם טאץ
סאיז ווערט א יעדע זאץ

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 23, 2010 6:53 am
דורך cano
שא"ץ יעצט אז מען איז שוין צוריק אינדערהיים, און אלעס איז שוין על מכונו אין מען שלאפט בהיכלו, האב איך נישט קיין מיטלייד מיט דיר, ווארום איר באזיצט מער נישט קיינע ליידען, אבער מיט דעם אלעם ביים ליינען האט מען געקענט שפירן אז דאס איז נאך געשריבן געווארן פאר מען האט זיך אומגעקערט אהיים, ווי מען זעהט צווישן די שירות אז די שרייבסט עס אויף אן אופן ווי עס איז נאך בשעת מעשה, איך האלט אז טאמער וועסטו עס היינט איבערדערציילן וועסטו שווארצער ארפלייגן דעם מצב, אזוי ווי דער סדר פין די וועלט איז, בשעת מען גייט אדורעך אנגעצויגענע צייטן איז מען נאך אין א מצב פין איך קען עס דורעכקומען, אבער נאכדעם ווען מען איז עס שוין דורעכגעקומען וויל דער מוח ארויסשרייען ווייסט ווי שטארק די ביזט, ווייסט וואס די ביזט אלץ דורעך יענץ איז געווען ממש עק וועלט (איי די וועלט איז רונדיג גיי פרעג קשיות) אין יענץ איז נאך געווען פיל שווערער וכדו' איך האב עס דורעכגעליינט אין געשלינגן וואו מיט דארשט די גאנצע בארשט, שיין אראפגעלייגט, אבער איך פאר מיר האלט זיך ביי די מיינונג אז ווען די וואלסט ווען נישט מיטגעפארן וואלסטו אראפגעלייט דעם טאגבוך פיל בעסער כדרכם, ווי איר שטעלט שטענדיג אוועק די טאג ביכער פין אלעס אין אלעמען, אפגעזען פינעם פאקט אז עס איז שווער איינצוזעצען אז די ביזט שוין דורעך אלע פאזיציעס וואס דיינע רייכע טאג ביכער פארציילן אין דיין לעבן.

און צום ענין דער אויבישטער האט זיכער געהאלפן אין די האסט געפוילט אלעס וואס די האסט געבעטן נאר די תפילה לאל חי' איז אז אפי' וואס די האסט נישט געבעטן זאלסטו האבן געפויעלט אין עס זאל זיין שטענדיג גוט אין וואויל פאר אלע אידען און מיר וועלן שוין בקרוב זוכה זיין צו די גאולה שלימה ברחמים גדולים וואו הרב וואזנער דער פוסק הדר זאגט שטענדיג.

האלאו שלח עס איז נישטא די נערווען עס אויסצושטעלן שיין שלח אין פארטיג.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 23, 2010 9:08 am
דורך סאכדעס
שאץ, היום יצאתי והיום באתי, יא, עס איז נישט באשרייבלעך א פארלוירענע פעקל, יאך האב שוין דאס מיטגעמאכט אמאל, עס איז אומבע'טעמ'ט. אבער פארט האב איך הנאה אז דו האסט זיך געשטארקט, און געטון צו די זאך.

דיין ארטיקל איז הערליך שיין, זייער רייך און לעבעדיק. יישר כוח גדול.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 23, 2010 10:05 am
דורך אתרוג
;l;p- ;l;p- ;l;p-

שכוח שכוח
זאלסט האבן געפוילט אלעס גוטס

פארעפענטליכט: שבת אפריל 24, 2010 8:02 pm
דורך געלעגער
הערליך שיין שאץ.

דיין גאלדענע שריפט שטארט ארויס מיט יעדעס ווארט.

פארעפענטליכט: שבת אפריל 24, 2010 11:17 pm
דורך לוסטיג
א שקויעך פארן באשרייבן איך בין זעכער אז דאס וועט זיין א חיזוק פאר יעדעם ווען מוועט זיין אין אזאנע מצבים, אז אייביג קען מען זיך אן עיצה געבן..

זאל דער אייבירשטער העלפן זאלסט האבן געפוילט אלעס גוטס.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 9:28 am
דורך מוישע_יאכעס
שאץ קליק דא און זאג מיר אויב האצעך נישט געלוינט דאס ביסעל עגמת נפש, נורא נוראות!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 10:20 am
דורך הערשי קניהויז
שכח שאץ פארן אפשרייבן דיין זייער אינטערעסאנטע נסיעה.
זאלסט האבן אויסגעפועלט אלעס גוטס.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 11:52 am
דורך 1x1
געלעגער האט געשריבן:הערליך שיין שאץ.

דיין גאלדענע שריפט שטארט ארויס מיט יעדעס ווארט.