בלאט 1 פון 2

ברוכים הבאים צו "היימישע דזשורנאל"

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:37 am
דורך קרעטשמער
ברוכים הבאים אלע אלטגעזעסענע קרעטשמע מיטגלידער און פרישע צוקומער, מאכט אייך באקוועם.

די אלטע זענען מער-ווייניגער באקאנט מיטן הלוך ילך דא אין קרעמל, אבער מפעם לפעם איז כדי אויסצושמועסן זאכן, בפרט ווען עס קומט אריין א שטיקל ענדערונג לטובה, און אינאיינוועגס וועלן זיך די נייע מיטגלידער אביסל נאנטער באקענען מיט די היזיגע צוגאנג.

מתחילה ... אנהייב זענען מיר געווען אין היידפארק, וואו עס זענען נישט דא קיין פארומס און סוב-פארומס, אלעס איז איין גרויסע טשאלענט-טאפ אן קיין הבדלים און מחיצות בין קודש לחול ובין אור לחושך, ב"ה מיר האבן זיך באצייטנס אריבערגעצויגן צו א היימישע לאקאל מיט באזונדערע אפטיילונגען פאר יעדע סארט שמועס. פון צייט צו צייט האט מען געגרינדעט נאך פארומס אדער סוב-פארומס כפי הצורך.

איין שיינעם טאג איז אויפגעברענגט געווארן א געדאנק אפצוטיילן א באזונדערע שטובל פאר סתם צווישנרופן און געשפרעכן צווישן מיטגלידער, א שטייגער ווי אין קאווע שטובל... דאן איז געגרינדעט געווארן די "היימישע פארברענגן" פארום. דער פלאן האט געלויטעט אז "היימישע קרעטשמע" זאל בלייבן א פלאטפארמע פאר ארטיקלן און אנאליזן וואס האבן גארנישט קיין שייכות מיט די קרעטשמע אדער אירע מיטגלידער; נאר צב"ש א קאמישע עפיזאד, א דראמאטישע פארזעצונג, און דאס גלייכן. זאכן וואס זענען שוה לכל נפש, און וועלן קענען געליינט ווערן דורך דרויסנדיגע באזוכער, פונקט ווי דער אלטגעזעסענער קרעטשמעריסט.

למעשה זענען אבער די גרעניצן פארווישט געווארן, און עס הערשט היינט צוטאג א שטארקע התבוללות צווישן די קרעטשמע ארטיקלן. פון איין זייט זענען טאקע דא די הערליכע ארטיקלן, מעשיות, איבערלעבענישן, אפהאנדלונגען, און אנאליזן. טעמעס וואס זענען ראוי לעלות על שלחן הדפוס, און יעדע צייטונג וואלט זיך געריסן דערנאך. אבער דאס איז אויסגעמישט מיט אשכולות וואס זענען אויסשליסליך געאייגענט פאר אידישע וועלט שרייבער, צב"ש מזל טוב פאר מערסטע שרייבער און דאס גלייכן.

צוליב די גרויסע נאכפראגע פונעם עולם, און אויף די פערזענליכע ראט פון די חשוב'ע אחראים און מנהלים האבן מיר יעצט מסדר געווען א פרישע רינגל אין די גאלדענע קייט, אונטערן נאמען "היימישע דזשורנאל", וואס אהין וועט מען אי"ה אריינשטעלן אלע אויבנדערמאנטע ארטיקלן וואס זענען אומאפהענגיג אין די קרעטשמע און זענען געשמאק פארן דרויסנדיגן און פארן אינעווייניגסטן צוגלייך. די חשוב'ע שרייבער וועלן ווייטער שרייבן זייערע ארטיקלן אין "היימישע קרעטשמע", און די אחראים ומנהלים וועלן שוין דערצו אז א ארטיקל וואס איז פאסיג פארן דזשורנאל זאל פלאצירט ווערן על מקומו הראוי.

בברכת הצלחה רבה
המנהלים

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2010 12:30 pm
דורך צייטליך
נאך א טריט אין די ריכטיגע ריכטונג!

פון ווען אן "היימישע קרעטשמע" האט אנגעפאנגען טרעטן די 'דזשאני' סטעפס פון הייד פארק קיין HPBB און פון דארט ווייטער צו אונזער היינטיגער לאקאל אויף 'אידישע וועלט' האבן שוין דא די מנהלים אויפגעטוען גאר אסאך צו באקוועמער מאכן דעם פלאץ פאר יעדעם איינעם צוגלייך.

דער יעצטיגער "טיילונג" איז גאר א וויכטיגער און אויך א האקעלער. עס איז וויכטיג פונעם שטאנפונקט וואס קרעטשמער האט שוין ארויסגעברענגט. נעמליך פולע מאל ווערן געשריבן שיינע הומעראסטישע ארטיקלן און אפהאנדלונגען אבער פאר א פרעמד אויג און גאס וואס בלאנדזשט אריין דא וועט עס נישט אויסנעמען און ער וועט דאס נישט פארשטיין. דאס קען זיין צוליב פולע סיבות. צו ווייל מ'רעדט פון א סעפיצישע ניק. צו ווייל עס איז געשריבן קרעטשמע שפראך. צו עס איז א שמועס צווישן צוויי ניק'ס. א וויזיט פון איין ניק ביים צווייטן. וכדומה. דאס זענען זאכן וואס זענען געמאכט פאר אונז קרעטשמע מיטגלידער אבער נישט פאר ציווילער פערזאן וואס וויל ליינען אן ארטיקל.

דערינטער זענען דא ארטיקלן וואס זענען ראו לעלות על שלחן מלכים. נישט אז עס איז אייביג געשריבן פראפעסינאל און רייך, אבער די טעמע קען זיין א ברייטער און ציענדער טעמע פאר יעדעם צוגלייך און אזוי אויך סתם רייכע אפהאנדלונגען געשריבן אויפן שפראך ווי יעדער צייטונג וואלט דאס גענומען פאר זיך.

אלזא, דער נייער פארום "היימישער דזשורנאל" איז דער לעזונג דערצו. כשמו כן הוא. עס וועלן דארט ליגן די ארטיקלן וואס זענען גרייט צו גיין אין יעדען היימישן דזשורנאל.

עס קומט זיך א גיגאנטישער יישר כח פאר די אלע מנהלים פאר זייער ארבייט א גאנץ קיילעכדיג יאר און פארן אויפקומען מיט זייערע המצאות גרינגער און באקוועמער צו מאכן פאר אלע שרייבער, ליינער און באזוכער.

כה לחי!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 11:11 am
דורך קרעטשמער
שלום עליכם און ברוכים הבאים, ווי איר זעט האט מען שוין צוגעבויעט דעם פליגל מיט עטליכע חדשים צוריק, אבער עס איז נישט געווען אין באנוץ פאר'ן פובליקום צוליב טעכנישע סיבות.

יא, מיר זענען אריינגעטאנצען אינעם פראיעקט, און מיר בעטן יעדן צו קאפערירן, און נישט ברוגז ווערן אויב וועט מען אוועקשיקן אשכולות וואס מ'האט דא געפענט.

אויך, וויבאלד די גייד-ליינס זענען זייער האקעל, און עס איז נאכנישט געשניטן געווארן די פונקטליכע רולס וואס אריין און וואס ארויס. בעטן מיר דעם עולם זיך צו האלטן רואיג, און מיט די צייט וועט זיך עס אליינס מסדר זיין.

מיר ווילן נאר די טובה פון די קרעטשמע, עס זאל בליען און שיינען. בתקוה להבנה.

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 12:22 pm
דורך אלף בית
מזל טוב!

כ'וויל נאר וויסן איין זאך, וויאזוי דאס גייט ארבייטן.
ווען איך האב א גוטן ארטיקל, שטעל איך גלייך עס אריין אינעם זשורנאל (און אויב עס געפעלט נישט פאר מנהלים רוקט מען עס אריבער צום קרעטשמע)?
אדער ווען איך שטעל אריין דעם ארטיקל אין היימישע קרעטשמע, און אויב די מנהלים געפעלט עס רוקט מען עס אריבער צום זשורנאל?

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 12:25 pm
דורך פאטאקי08
ברוכים הבאים

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 12:32 pm
דורך פינטעל
אפשר זאלן די טאלאנטפולע גרעפיקער און וועב דיזייענער, ארבייטען אויף א שענערע אויסקיק פארן זשורנעל, ס'זאל זיך ליינען ווי א ריכטיגע זשורנאל' נוסח טאגשריפט

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 12:33 pm
דורך הערשי קניהויז
יישר כח!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 12:38 pm
דורך מאנאגרעמס
מעידשאר!!!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 1:05 pm
דורך אויפריכטיג
וואו איז שאץ מאץ?...

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 1:06 pm
דורך למעלה משבעים
יישר כח!! כה לחי!!!

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 1:14 pm
דורך צום זאך
כולו גיוואלדיג!

(און שכח פארן ארויפברענגן דעם אשכול.)

געשריבן: זונטאג יוני 27, 2010 1:18 pm
דורך גימעל
יישר כח און פיל דאנק פאר אונזערע איבערגעגעבענע מנהלים סגנים און אחראים, און א מזל טוב צו די עפענונג פון די נייע פארום 'היימישע דזורנאל', דאס איז א געלונגענע שריט צו פארשענערן און פארבעסערן אונזער זייטל, וואס וועט זיכער הייבן די ניווא פון די אידישע וועלט.

אבער בלייבט נישט שטיין, מיר ווארטן אויף נאך....

זאל דער אייבערשטער באצאלן בכפלי כפליים פאר די אלע וואס נעמען אנטייל אין די געוואלדיגע ארבעט.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 14, 2010 3:31 pm
דורך yoshe puper
מוירעדיג!!!

געשריבן: מאנטאג יוני 13, 2011 2:31 pm
דורך קרעפלקאפ
>>> דערינטער זענען דא ארטיקלן וואס זענען ראו לעלות על שלחן מלכים

צ"ל: ראוי לעלות. כנעל"ד.

געשריבן: מאנטאג יוני 13, 2011 6:29 pm
דורך קרעמער
קרעפלקאפ האט געשריבן:>>> דערינטער זענען דא ארטיקלן וואס זענען ראו לעלות על שלחן מלכים

צ"ל: ראוי לעלות. כנעל"ד.

צ"ל: כנלע"ד

געשריבן: מאנטאג יוני 13, 2011 10:54 pm
דורך פונקטליך
אין צריך לומר כל זה

געשריבן: דינסטאג יוני 14, 2011 1:26 pm
דורך ווינקל
פונקטליך האט געשריבן:אין צריך לומר כל זה

אין צורך לומר כל זה כצ"ל

געשריבן: דינסטאג יולי 12, 2011 9:57 am
דורך יגרסהדותא
ווינקל; זיי מוחל, נעם אוועק דעם "קעצל" פון דיין תגובה. יש"כ.. כן צריך להיות

געשריבן: דינסטאג יולי 12, 2011 1:39 pm
דורך ווינקל
יגרסהדותא האט געשריבן:ווינקל; זיי מוחל, נעם אוועק דעם "קעצל" פון דיין תגובה. יש"כ.. כן צריך להיות

וואס שטייט דיר עב אין וועג? מיט איין שיץ! איז ער נעלם...

געשריבן: מיטוואך ינואר 08, 2014 5:31 pm
דורך מוזיקאליש
אלף בית האט געשריבן:מזל טוב!

כ'וויל נאר וויסן איין זאך, וויאזוי דאס גייט ארבייטן.
ווען איך האב א גוטן ארטיקל, שטעל איך גלייך עס אריין אינעם זשורנאל (און אויב עס געפעלט נישט פאר מנהלים רוקט מען עס אריבער צום קרעטשמע)?
אדער ווען איך שטעל אריין דעם ארטיקל אין היימישע קרעטשמע, און אויב די מנהלים געפעלט עס רוקט מען עס אריבער צום זשורנאל?

געשריבן: מיטוואך ינואר 08, 2014 5:31 pm
דורך מאנ-יימער
די צווייטע איז די ריכטיגע

געשריבן: מיטוואך ינואר 08, 2014 5:38 pm
דורך מוזיקאליש
איז וואס זענין די קאטאגאריס וואס פעלין אויס עס צו מאכען ראוי פארען דשארנאל ,ווייל לויט ווי איך זעה זענין נישט צוגעקומען קיין פרישע שטיקלעך די לעצטע תקופה און בליקענדיג אין קרעטשמא זעה גאנץ פיינע שטיקלעך

געשריבן: מיטוואך ינואר 08, 2014 5:40 pm
דורך מאנ-יימער
נישטא קיין באשטימטע רעגולאציעס, אויב איז עס א געלונגען שטיקל און דער עולם האלט אז עס באלאנגט אין דזשורנאל דאן גייט עס אריין אין דזשורנאל, אבער לעצטענס איז עס זייער פארנאכלעסיגט און כמעט וואס מ'פירט נישט אריבער קיין אשכולות צו דזשורנאל.

געשריבן: מיטוואך ינואר 08, 2014 5:43 pm
דורך מוזיקאליש
נא מסתמא האט איר מער קאנעקשאנס ווי איך אלס נייע איי-וועלטניק

געשריבן: מיטוואך ינואר 08, 2014 5:48 pm
דורך מאנ-יימער
האט נישט מיט קיין קאנעקשאנס צוטוהן, אויב זעהט איר א גוטע אשכול וואס איר האלט אז עס באלאנגט אין דזשורנאל קענט איר אישי'ן איינער פון די אחראים.


אגב, שלום עליכם צום וועלטעל, איר האט זיך אזוי שטילערהייט אריינגעריקט דא.