בלאט 1 פון 1

משלי חושים בן דן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 2:12 pm
דורך חושים בן דן
קומט א איד אריין אין פיש סטאר און פארלאנגט א פארציע פיש, פרעגט אים דער בעה"ב 'ס'דאך דא מער וואו איין סארט פיש דא, ס'דאך א פיש סטאר, -נו, וואס זענען די אפציעס?. זאגט אים דער בעה"ב 'הער מיר אויס, דא אויף דער רעכטער זייט האט איר סעמאן, אויף דער לינקער זייט ווייט, און דארט ביים קארנער האט איר קאליר פיש. קאליר פיש? געט אים דער איד א פרעג, וואס איז דאס?. אההה!! דאס איז אזוי, העליך שיין באצירט, אנגעשמירט מיט בשמים, געווייקט אין עסיג, איינגעהילט אונטער די גרויסע לייטס, ס'איז ממש טעם גן עדן, איך זאג איר טארט דאס נישט פארפאסן, ווי מ'זאגט 'ווייל סאפלייס לעסט'. 'נו וואס קאסט עס?', '6 דאלער', דער איד טראכט נישט קיין צוויי ער האנדעלט זיך עס איין, און זעצט זיך צום טיש.
גייט אדורך א מינוט צוויי, און אן אנדער אידל קומט אריין, אוי, האט ער אויסגעזעהן, גרויס, ברייט, הויעך, מיט לאנגע וואנצן, ער גייט גלייך צו, ווי א פראפעשאנאל, צום קאונטער 'קען איי העוו א סלייס סעמאן', 'שאר', און ער זעצט זיך צו נעבן אונזער אידל. געט אים דער איד א פרעג, 'זאג נאר, וויפיל האסטו געצאלט פאר דיין סעמאן?, '6 דאלער', 'בוסט משוגע?, דאס איז וואס איך האב געצאלט פאר מיין קאליר פיש, מיט די זעלבע 6 דאלער קענסטו ווען האבו אזאנס וואו מיר'.
ערקלערט אים דער אזוי, 'איך בין א פיש כאפער, איך ארבעט יעדן טאג איך כאפ פיש, איך קום אריין דא אין געשעפט, און איך פארקויף די פיש, דער בעה"ב קאכט אפ די פיש, און ער פארקויפט עס, אבער נישט אלע פיש ווערן פארקויפט, ס'דא אמאל א גוטע טאג, און אמאל א שוואכע, נו וואס טוט ער מיט די פיש וואס בלייבט איבער? ער גייט דאך נישט דערלייגן קיין געלט, דארט הייבט זיך אן די פראצעדור, ער נעמט דעם שטיקל פיש, ער ווייקט עס אין עסיג פאר איין טאג, דערנאך לאט ער עס ליגן אוטער די בשמים איין טאג, ער באשמירט עס, באפיצט עס, באצירט עס, לייגט עס אונטער די גרויסע לעמפלעך, און דו קומסט אריין און דו קויפסט עס, יעצט איז עס גוט הא?, דו גייסט אבער באלד אהיים דו וועסט נישט קענען צו זיך קומען, דער מאגן וועט דיר רייסן, ר' איד איר האט געקויפט א פארפוילט שטיקל פיש!!'.
'איך האב גענומען דעם שטיקל סעמאן, דאס איז פריש, דאס איז א גוט שטיקל פיש, איך וועל אהיים גיין זאט, א פארפוילט שטיקל פיש קוקט אויס גוט, א גוט שטיקל פיש איז גוט'.
דאס האט דער מגיד ר' שלום שוואדראן אויסגעפירט, נישט יעדע זאך וואס קוקט אויס גוט איז גוט!!, מ'גייט אמאל אריין אין א לייברערי מ'זעהט גרויסע שיינע בוכער, אנגעפורקלט מיט אלע קאלירן, ס'קוקט אויס שיין, אבער אינערוועדיג איז עס עקלדיג, פארפוילט, פארשימלט, א אידישע ספר, ס'איז א שווארצע דעקל, מיט גאלדענע אותיות, ס'איז אבער גוט.
איך האב עס געהערט פון ר' לייביש לאנגער אויף א טעיפ וואס ער האט געזאגט אין ת"ת תפארת יונה אום חול המועד, האט ער אויגעפירט 'ס'דא קינדער וואס גייען צו ריידס, ס'דא וואס גייען צו א מיוזיעם, ס'שיין, מ'זעהט קאלירס ס'פארבלענדעט די אויגן, אבער ס'שטותים, מ'קומט הערן א איד רעדן ס'הענגט א קליינע שווארץ-און-ווייס צעטל, דאס איז גוט פון אינערווענדיג אויך.
סטעי טונד! מאר טא קאם!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 3:16 pm
דורך חושים בן דן
געוועזן א שטאט וואס די איינוואוינער האבן געהאט א מנהג (אדער קרענק) אז זיי האבן אנגעהויבן מחלל שבת זיין 15 מינוט פאר'ן זמן מוצ"ש, דער רב האט פראבירט מסביר צו זיין אז ס'נאך שבת, מ'טאר נאכנישט טוען קיין מלאכה, זיי האבן עס אבער נישט פארשטאנען, נישט ווייל זיי זענען ח"ו געווען פראסטע יונגאטשן, זיי האבן פשוט געהאט א טעות זיי האבן עס נישט פארשטאנען, ערענסטע ערליכע אידן זיי זענען פשוט געווען 'משוגע לדבר אחד' גייט אדורך א שטיק צייט און דער הייליגער חפץ חיים איז אדורך געפארן דעם שטעטל, האט אים דער רב געבעטן, און ער האט מסכים געווען, צו זאגן א דרשה אין דעם געביט, ער זאל זיי פראבירן ארויסצוהעלפן.
נו, אז דער חפץ חיים זאגט א דרשה קומט דאך געוויס יעדער הערן, זאגט ער אזוי, אין די גמרא זהעט מען אסאך מאל געשריבן וועגן דער יצר הרע, מ'זעהט לשונות, רשע, מניוול, מ'גייט אים שעכטן ווען משיח וועט קומען, ועוד, לכאורה וואלט א מענטש געקענט פרעגן וואס איז ער דען שולדיג? דאס איז דאך זיין אויפגאבע, ער איז געשטעלט געווארן פאר דעם, ער טוט ערליך זיין דשאב.
נאר מ'קען עס פארשטיין מיט א משל, געווען אמאל א איד וואס זיין פרנסה איז געווען, שמאגלען די גרעניץ, ער האט געקויפט סחורה אין אן אנדער לאנד, און עס פארקויפט פאר ביליג אין זיין לאנד, אזוי האט ער געמאכט זיין פרנסה, אבער כדי עס צו קענען פארקויפן פאר ביליג, האט ער זין געדארפט פטר'ן פון שטייערן, איז פארן גרעניץ געווען א גרויסן וואלד ער האט זיך ארויסגעלאזט מיטן זאק אויפן פלייצע אנהויב נאכט, אדורך שפאצירט ס'וואלד דורכ'ן נאכט, אזוי אז ווען ער איז אנגעקומען האט זיך גע'עפנט די גרעניץ איז גלייך דעמלטס, נאך פאר די וועכטער זענען זיך מסדר האט ער געגבן א שווערץ אדורך זיינע סחורה, און פטור מיט די שטייער.
איז אדורך א שטיק צייט, און די רעגירונג האט אנגעהויבן צו כאפן אז עפעס טויג נישט, ס'קומט נישט אריין גענוג שטייערן, האבן זיי געשטעלט פול פאליציי אויף דער וואך אינעם וואלד זאלן זיי כאפן ווער ס'שווערצט.
א נאכט דערויף, דער איד הויבט אן זיין וועכענטליכע רוטין, מיט זאק אויפן פלייצע שפאצירט ער אריין אין וואלד, גייט קיין האלבער שעה נישט דורך, אין ער ווערט אפגעשטעלט, דער פאליציאנט רייט זיך רוהיג אויף זיין פערד, אים הייבט אן ווערן פינסטער, און דער פאליציאנט הייבט אן שמועסן מיט אים, אזוי גייט אדורך א שעה נאך א שעה, דער פאליציאנט רייט זיך אויף זיין פערדל און דער איד שלעפט זיך מיט'ן זאק, און מ'שמועסט, סוף נאכט, א האלבער שעה פארן גרייכן דעם גרעניץ, געט זיך דער פאליציאנט א רוף אן 'דו מיינסט איך ווייס נישט וואס דו ווילסט? דו גייסט דא שווערצן דעם גרעניץ, געב שוין אהער די זאק מיט סחורה, מ'קען מיט אונז מער דעם שפיל נישט מאכן', דער איד אינגאנצן צובראכן, נעמט ער זיך מאכן קולות, דו רשע מרושע, דו שגץ, וכו' פרעגט אים דער פאליציאנט 'וואס איז דאס? דאס איז וואס דארף טוהן, דאס איז מיין אויפגאבע!!, 'ניין' זאגט אים דער איד 'דיין אויפגאבע איז מיך צו כאפ'ן, ווען דו האסט מיר געטראפן אנהויב נאכט, דעמאלטס האסטו מיר געדארפט כאפן, זאלסטו ווען דאס טוהן איז אלעס זייער גוט, דו בוסט אבער א רשע פארן מיר ארומשלעפן דו גאנצע נאכט, און הערשט נאכדעם כאפן.
דער יצר הרע איז א רשע ווייל ער מאכט ענק האלטן דעם גאנצן שבת, הערשט סוף שבת, די לעצטע פופצן מינוט, דארט כאפט ער ענק, דארט באגראבט ער ענק, פארדעם איז ער א רשע, מניוול, וכו'
די אידן אונעם שטעטל האבן פארשטאנען און האבן אויפגעהערט דאס צו טוהן, בזכות דער הייליגער ר' ישראל מאיר פון ראדין, דער הייליגער חפץ חיים זי"ע ועכ"י

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 4:26 pm
דורך גראדער
נו, איי עם סטעיאינג טונד פאר מאר טו קאם...

כן דיברת, יפה דיברת, פיין געזאגט...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 9:23 pm
דורך מאנאגרעמס
א גרויסן שכח, רבי.
ביזט מיר ממש מחי'.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 11:52 pm
דורך אתרוג
ווי וואָנט מאר!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 02, 2010 11:05 am
דורך שלמי
זייער גוט, חב"ד. (קרעדיט: משה קאפויער)
ברענג אונז נאך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 02, 2010 3:43 pm
דורך לכאורה
זייער שיין. שכוח.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 02, 2010 5:35 pm
דורך צים פינטעל
גיט גיט ברענג נאך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 04, 2010 8:36 am
דורך i follow
זייער שיין ביסט מיר ממש מחיה דאס הארץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 04, 2010 12:02 pm
דורך דארפסמאן
חושים גיי ווייטער

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 10:45 pm
דורך חושים בן דן
די מדרש זאגט אז דער באשעפער הטא זיך באראטן מיט די מלאכים צו ער זאל באשאפן דער מענטש, זאגט די מדרש אז די מלאכים האבן געענטפערט 'מה אנוש כי תזכרנו' דער מענטש וועט זינדיגן פאר דיר, ס'לוינט נישט, באשאף אים נישט. איז לכאורה שווער צו פארשטיין, קודם כל פארוואס האט זיך דער באשעפער געדארפט באראטן מיט זיי? ער דארף כביכול זייער הסכמה? און אויסער דעם פארוואס האט ער זיי געפרעגט אויב וויל ער זיי נישט פאלגן, ס'קוקט עפעס אויס וואו ער האט עפעס געוואלט הערן.

זאגט דער דובנער מגיד א משל, א קעניג האט אמאל געשיקט זיין שר קויפן א כלי ביים יריד און נישט צוריק קומען ליידיג, ווי דער קנעכט איז געקומען אויפ דעם יריד האט ער געטראפן איינעם וואס פארקויפט די כלי ער האט אבער געהאט א פראבלעם מיט די פרייז, אזוי אינמיטן האלדלן קומט א מעקלער צו צום הענדלער און רוימט אים אין אויער אז ער ווייסט אז כלי האט א פעלער אבער פאר א מטבע מאכט ער א שווייג.

דער סוחר איז ברוגז געווארן אויף דעם מעקלער און אים גארנישט געגעבן, איז ער געלאפן זאגן פארן קונה, ווי דער קנעכט האט דאס געהערט האט ער שוין נישט געהאט קיין חשק צו קויפן די כלי אבער אהיים גיין צום קעניג ליידיג קען מען דאך אויך נישט,האט ער עס איינגעהאנדלט.

דערווייל אבער האט דער קעניג דערווישט דעם כלי פון אן אנדערס פלאץ, און ווען דער קנעכט איז צוריקגעקומען איז ער אנטוישט געווארן איז ער שנעל צורקגעלאפן, און געניצט דעם שוואכקייט פונעם כלי צו טענה'ן אז ער איז אויסגעפאפט געווארן, צו זיין מזל איז עס נישט געלונגען, דער סוחר האט געשריגן אז ער האט געוויסט דערפון און עכ"ז האט ער עס גענוומען.

דער נמשל איז, דער גאנצער תכלית וואס השי"ת האט באשאפן דעם מענטש איז, כדי דער מענטש זאל מורה האבן פאר אים און טוהן זיינע מצוות דער יודע עתידות האט אבער געוויסט אז דער מענטש וועט זינדיגן, און די מלאכים וועלן מקטרג זיי אויף זיי אז דער באשעפער זאל זיי שטראפן.

דערפאר האט ער געפרעגט די מלאכים צו ער זאל זיי באשאפן, האבן זיי געענטפרעט ניין, ווייל זיי וועלן זינדיגן, ער וועט זיי אבער נישט פאלגן און וועט יא באשאפן דעם מענטש, ממילא יעצט אפילו אויב דער מענטש טוט עבירות וועט ער זיי נישט שטראפן ווייל ער האט שוין פון פאראויס געוויסט דערפון און מיט דעם אלעם האט ער אונז באשאפן, וועט ער אונז לאזן תשובה טוהן און ער וועט אונז מוחל זיין.

מיט'ן פיטום אראפ

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 3:29 pm
דורך חושים בן דן
א וועלט'ס ווערטל לויטעט, ווען ס'גייט איינעם עפעס נישט גוט, זאגט מען 'ס'גייט אים מיט'ן פיטום אראפ', באמת איז די ארגינעלע לאוזונג 'מיט'ן "פיטער" אראפ' אבער מיט די צייט איז עס געטוישט געווארן צו פיטום.

אבער ביידע זאגן בעצם די זעלבע זאך, דהיינו ווען ס'וועט איינעם גיין שלעכט, ס'וועט אים אראפפאלן זיין אתרוג, וועט עס אייביג אראפפאלן אויף די פיטום, ווייל אזוי איז עס אויסגעשטעלט, וואו מ'זאגט 'אז ס'רעגנט,גיסט' אזויווי די גמרא זאגט 'היינו דאמרי אינשי, בתר עניא אזלא עניותא' אז דאס ארעמקייט וועט אייביג נאכלויפן דעם ארעמאן, דאס זעלבער איז מיט פיטער, איינער וועט אנשמירן א רעפטל ברויט מיט פיטער אויב וועט עס אראפפאלן וועט עס אייביג אראפפאלן אויף די אנגעשמירטע זייט, אויב זאלסטו עס נאך וועלן אפווישן און עסן קענסטו שוין דאס יעצט אויך נישט, ווייל דאס איז די מזל פון א מענטש, אזוי גייט עס.

איז געווען אמאל געווען א פראפעסאר וואס האט פראבירט מסביר צו זיין די טעאריע, און ער האט גענומען דריי רעפטלען ברויט, און זיי אנגעפיטער'ט און זי געמאכט אראפפאלן, און…. פלאי פלאים, אלע דריי זענען אראפגעפאלן אויף די…. נישט פיטערדיגע זייט… די פארזאמעלטע האבן געקוקט אהער און אהין וויאזוי די פראפעסאר ווערט צונאר געלייגט, אבער דער פראפעסאר שמייכעלט צו זיך א צופרידענער ווי כאילו ער האט גוט ארויסגעברענגט זיין פוינט.

שטעלט זיך איינער פון אנוועזענדע אויף, און פרעגט אים וואס איז פשט? זאגט ער אזוי, די טעאריע לויטעט אז די מזל פונעם מענטש וועט אים אייביג טראגן אויף די נישט ריכטיגער וועג, געווענליך וועט אויסקומען אז די שלעכטער מזל וועט אראפווארפן די ברויט מיט'ן פיטער אראפ, אבער ביי אונזער פאל, איז עס אראפגעפאלן מיט'ן פיטער ארויף פשוט ווייל איך האב געוואלט אז ס'זאל פאלן פארקערט...

יא... אזוי שפילט די מזל פון דעם מענטש...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 4:06 pm
דורך שמאטע
חושים!! זייער הנאה געהאט ליינענדיג דיינע סחורה,
די מערסטע געפעלט מיך נאך די לעצטע, קלאץ וואס עריז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 8:16 am
דורך thefact
shmate האט געשריבן:חושים!! זייער הנאה געהאט ליינענדיג דיינע סחורה,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 7:58 pm
דורך הערשעלע
חושי, שקויעך!

זייער הנאה געהאט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 8:24 pm
דורך געלעגער
העערליך חושי
גיי אן

א טעות.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 19, 2010 10:31 am
דורך חושים בן דן
ווען דער נייער בחור איז אריינגעגאנגען אפנעמען ברכת שלום פונעם ראש ישיבה דער הייליגער חפץ חיים, האט אים דער ראש ישיבה געפרעגט 'זאג נאר בחר'ל בוסטו א כהן?' 'ניין' ענטפערט דער בחור, -אבער פארוואס? פארוואס ביסטו נישט קיין כהן?? -ווייל מיין טאטע איז נישט קיין כהן, איז געקומען דער ענטפער, -איז דאך נאך שווערער, פארוואס זענען דיין טאטע, זיידע, אלטער זיידע נישט געווען קיין כהנים?.

זאגט אים דער ח"ח אזוי: איך בין א כהן, פארוואס? ווייל נאכן חטא העגל, וען משה רבינו האט אויסגערופן 'מי לה' אלי', שטייט אין פסוק 'ויאספו אליו כל בני לוי', אלע בני לוי זענען געקומען צו לויפן, 'ויהרגו איש את אחיו' מ'האט גע'הרג'עט, ג'שחטן ס'האט זיך געטוהן, פארדעם האט דער באשעפער געזאגט די זענען מיינע סאלדאטן, דאס איז מיין ארמיי, זיי זאלן זיין כהנים, ווען דיין איר עלטער זיידע וואלט ווען אויך געלאפן, וואלט ער אויך געווען א כהן, פירט ער אויס, 'וועגן א טעות פון צוויי טויזענט יאר צוריק בין איך א כהן און דו נישט, ס'איז שוין א דורך אסאך גוטע און נישט גוטע צייטן ביי אידן, אבער די וואס האבן געמאכט דעם טעות קענען עס נישט פאררעכטן.

--------

פורים אין ראדין, דער הייליגער ח"ח זיצט אויבן אן און פירט א שמועס אין לערנען מיט זיינע תלמודים, קומט צו א בחור צום רבי'ן און פארלאנגט אז דער רב זאל אים צוזאגן גן עדן, דער בחור איז געווען היבש בגילופין מ'האט געקענט זעהן אז ער ווייסט שוין נישט וואס ער טוט, די גבאים האבן אים פראבירט אוועקצושיקן, אבער אן ערפאלג ער עקשנ'ט זיך איין, ער לאזט נישט נאך.

דער רב וויל זיך גיין וואשן צו די סעודה, אבער ער שטייט אין וועג, ער איז געווען עטוואס געבויעט, און ער טענה'ט 'ווילאנג איך באקום נישט קיין הבטחה פונעם רב אז איך גיי אריין אין גן עדן לאז איך נישט גיין', דער רב האט געזעהן אז ער לאזט נישט נאך, זאגט ער אים 'הער מיך צו, איך האב אין מיין לעבן נישט גערעדט לשון הרע, איך גלייב אז ס'קומט מיר שכר דערפאר, איך זאג דיר צו, אויב נעגסטו זיך אונטער מער אין דיין לעבן נישט רעדן קיין לשון הרע, בוסטו מבטח אז דו גייסט אריין אין ג"ע'.

דער בחור הערנדיג אזאלכע ווערטער האט זיין שכרות נאכגעלאזט, אין ער געט זיך א רוף אן 'איך דארף טראכטן', דער ח"ח זעצט פאר 'איך געב דיר דעם שליסל צום ג"ע, דא האסטו עס, דו דארפסט מיר נאר צוזאגן אז דו רעדסט מער נישט קיין ל"ה', און דער בחור ענטפערט נאכאמאל 'איך דארף טראכטן', געט זיך דער רב א רוף אן 'איך וויל מער דעם בחור נישט זעהן פאר מיינע אויגן, אז ער האט געקענט צוריקווייזן אזא הבטחה, דערף איך אים נישט, זאל ער זיך גיין פון דא'.

יארן זענען אריבער, דער בחור איז שוין א זיידע, אבער פאר יעדן פארציילט ער די מעשה, 'איך האב געמאכט א טעות!!!' וויינט ער, 'איך בין געווען נאריש' פארציילט ער, ער קען זיך נישט מוחל זיין.

א טעות נעמט אינגאנצן איין נישטיגע מינוט, אבער תוצאותיו מי ישרנו, די נאכווייען קען מען שפירן א גאנץ לעבן, און אפשר אפילו נאכדעם אויך..

פארעפענטליכט: שבת מרץ 20, 2010 10:05 pm
דורך חושים בן דן
א איד קומט אריין אין א בארבער שאפ, אזוי שמועסנדיג, זאגט אים דער שערער 'איך גלייב נישט אין די אלע זאכן, באשעפער, ג-ט, נעע.. איך גלייב נישט' פרעגט אים דער איד 'פארוואס?? וואס זענען דיינע טענות??'

פראבירט ער אים פארשטיין צו געבן, ער זעהט מענטשן גייען אויס פון הונגער, מענטשן ווערן באראבעוועט, מענטשען הרג'ענען זיך, ס'קוקט מיר נישט אויס אז ס'דא עפעס א געטליכקייט וואס פירט דעם וועלט (עפ"ל).

דער איד האט נישט געוואלט אריינגיין אין קיינע גרויסע דיסקאסיעס, ער האט גארנישט געענטפערט, ווען ער האט געענדיגט איז ער ארויסגעגאנגען, און ער זעהט א מענטש גיין אויפן גאס מיט לאנגע האר, ווילד באוואקסן, ווי עשו, גייט ער צוריק אריין און זאגט פארן שערער 'הער מיך אויס, איך גלייב נישט אז ס'זענען דא שערערס' זאגט ער אים 'וואס? דא האסטו איינס פארנט פון דיין נאז' -אקעי אבער דא אינדערויסן האב איך געזעהן איינעם מיט לאנגע האר', 'אוודאי' זאגט ער אים 'ער קומט נישט אריין צו מיר, האט ער נישט ווער ס'זאל אים אפשערן' פירט דער איד אויס 'די אלע מענטשען וואס ליידן פון הונגער, דארשט, מחלות, קרענק, די אלע וואס ווערן באראבעוועט, גע'הרג'עט, די אלע גייען נישט צום באשעפער, זיי קלאפן נישט אן אינעם באשעפער'ס טיר, נו, פארוואס זאל זיי גיין גוט?
(איבערגעטייטשט פון קאנטרי יאססי)

הכנה.

פארעפענטליכט: שבת מרץ 27, 2010 7:48 pm
דורך חושים בן דן
ס'איז א אויסטערלישע שמחה אין תפיסה, דער קעניג האט געלאזט וויסן אז די יאר, לכבוד זיין געבורט'ס טאג, גייט מען טיילן מתנות, געשאנקן און געוויסע וועלן אפילו האבן די מעגליכקייט באפרייט צו ווערן.

דער שמחה און עקסטאז וואס האט געהערשט דארט, איז נישט צום באשרייבן, שוין דריי חדשים פריער האבן זיך די ארעסטאנטן געשמועסט און דיסקוטירט, ווער עס זענען די מעגליכקייטן אויף באפרייט צו ווערן, און וואו גרויסע מתנות מ'גייט געבן, ווער באקומט גרעסערע, ווער באקומט קלענערע, מי ישפל ומי ירום.

עס איז געקומען דער געהויבענער וואך איז יעדער געגאנגען שלאפן פרי מ'זאל זיין אויסגערוהט, צו קענען אויפזיין די גאנצע נאכט בעפאר דעם גרויסן טאג, אזוי זענען אלע הכנות געגאנגען גאנץ גוט.

איך האב געזאגט יעדער? נאאא!! נישט יעדער.. עס איז געווען איינער וואס האט געפעלט. געווען איז איין ארעסטאנט, וואס איז נישט אנטציקט געווארן פונעם גאנצן עסק, ער טענה'ט 'יעדער גייט דאך למעשה באקומען וואס מ'האט אים צוגעגרייט, נו, וואו האב איך מיר צו יאגן? איך וועל בלייבן שלאפן אביסל לענגער, אזוי אז ווען מ'וועט אויסרופן מיין נאמען וועל איך אויפשטיין און איך וועל נאך אריינכאפן מיין מתנה'.

למעשה אבער, ווען מ'האט אויסגערופן זיין נאמען, זענען זיינע חברים אים געלאפן רופן, אבער ווען ער איז אנגעקומען האבן די משרתים פון קעניג שוין געהאלטן ביים אוועקגיין, און ער לויפט מיט איין אטעם, און שרייט, ער האט נאך זיין מתנה נישט געקריגן, די משרתים אבער זאגן אים, 'שוין צו שפעט, די אלע האבן זיך צוגעגרייט צום מעמד, זיי האבן געמאכט אן הכנה, זיי זענען געווען אויף נעכט און טעג, זיך געגרייט, האבן זיי געקענט נעמען וואס אונז האבן געגעבן, דו אבער קומסט ארויס פון בעט מיט א שטיקל קישן צוגעקלעבט צו דיין פנים, אזוי ווילסטו באקומען די קעניגליכע מתנות? אזוי גייט עס נישט.

לאמיר אלע האבן א פרייליכן און לעכטיגן יו"ט. און זיין ראוי מקבל צו זיין אלעס גוטס.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 2:17 am
דורך אתרוג
חושי ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שוין לאנג נישט געהערט פון דיר.............

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 23, 2010 8:40 am
דורך חושים בן דן
יעדעס וואך פלעגט די רב זאגן דרשה, דאס איז שוין אזוי איינגעפירט פאר גאר א לאנגע צייט, פאר קריאת התורה שטעלט זיך דער רב אויף, געווענליך זאגט ער א פשעטל אויף די פרשה, אדער אויף די סוגיא וואס מ'לערענט ביים טעגליכ'ן שיעור.

די פארגאנגענע דריי וואכן אבער האט דער רב נאר גערעדט פון איין ענין, די מידה פון אמת, יעדער וואונדערט זיך וואס גייט פאר? פארוואס רעדט דער רב נאר פון איין ענין? די וואך, נאך דעם פערטן שיעור אין דעם נושא, האט זיך דער ראש הקהל אויפגעשטעלט, און פרעגט דעם רב מיט'ן גרעסטן מאס כבוד און עהרע, 'וואס גייט פאר? פארוואס איז דער ענין יעצט אויפן שפיץ? זענען מיר אלע שקרנים?'

זאגט דער רב 'ערלעדיגט, מ'גייט אויפהערן צו רעדן פון ענין, איך וויל יעדער זאל זיך פארקוקן משלי (נישט די משלי חב"ד) קאפיטל ל"ב, דער שיעור קומענדיגע וואך גייט זיין אין משלי.

דער נעקסטע וואך קומט די רב אריין אין הייבט אן, 'ווער האט זיך פארגעקוקט וואס מ'האט געבעטן?' יעדער הייבט אויף די הענט, יעדער האט זיך פארגעקוקט, פירט דער רב אויס 'אזויווי משלי האט אבער נאר ל"א פרקים, און יעדער האט זיך פארגעקוקט פרק ל"ב, קען מען צוריק גיין און רעדן פון די מדה פון אמת..

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 23, 2010 12:42 pm
דורך קרעמער
חושים בן דן האט געשריבן:יעדעס וואך פלעגט די רב זאגן דרשה, דאס איז שוין אזוי איינגעפירט פאר גאר א לאנגע צייט, פאר קריאת התורה שטעלט זיך דער רב אויף, געווענליך זאגט ער א פשעטל אויף די פרשה, אדער אויף די סוגיא וואס מ'לערענט ביים טעגליכ'ן שיעור.

די פארגאנגענע דריי וואכן אבער האט דער רב נאר גערעדט פון איין ענין, די מידה פון אמת, יעדער וואונדערט זיך וואס גייט פאר? פארוואס רעדט דער רב נאר פון איין ענין? די וואך, נאך דעם פערטן שיעור אין דעם נושא, האט זיך דער ראש הקהל אויפגעשטעלט, און פרעגט דעם רב מיט'ן גרעסטן מאס כבוד און עהרע, 'וואס גייט פאר? פארוואס איז דער ענין יעצט אויפן שפיץ? זענען מיר אלע שקרנים?'

זאגט דער רב 'ערלעדיגט, מ'גייט אויפהערן צו רעדן פון ענין, איך וויל יעדער זאל זיך פארקוקן משלי (נישט די משלי חב"ד) קאפיטל ל"א, דער שיעור קומענדיגע וואך גייט זיין אין משלי.

דער נעקסטע וואך קומט די רב אריין אין הייבט אן, 'ווער האט זיך פארגעקוקט וואס מ'האט געבעטן?' יעדער הייבט אויף די הענט, יעדער האט זיך פארגעקוקט, פירט דער רב אויס 'אזויווי משלי האט אבער נאר ל' פרקים, און יעדער האט זיך פארגעקוקט פרק ל"א, קען מען צוריק גיין און רעדן פון די מדה פון אמת..

סארי טו דיסאפוינט יו, אבער אלס א חק לערנער ווייס איך אז משלי פארמאגט פונקט לא פרקים...

פארעפענטליכט: שבת אפריל 24, 2010 7:23 pm
דורך חושים בן דן
אקעי איך גיי עס יעצט פארריכטן. שקויעך פארן אויפמערקזאם מאכן.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 27, 2010 10:22 am
דורך over night kugel
זייער גיט גיי ווייטער אן פין ווי נעמסטוי אלע געדאנקען?וועלכע ספר?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 27, 2010 11:13 am
דורך gagongan
;l;p- ;l;p- ;l;p-