פארזעצונג פון פריער.
די גרעסטע קעפ פון די אמעריקאנע רעגירונג זיצן און באטראכטן עצות וואו אזוי מ'קען אפשטעלן אז עלי זאל זיך נישט אויפשטעלן ווייזן פאר די וועלט זיינע פארכאפטע משכונות, אבער קיין סאך העלפט עס נישט
ווייל און איראן איז שוין לואיס געשטאנען אויפן סטעידזש מיט א שמאטע אויפן קאפ, און עלי גייט שוין אט אט רעדן....
מאחמוד איז אויפן וועג צוריק צום גרעניץ ער גייט זיך אינטער געבן און זיך אריין ווארפן אונעם פיסק פון לייב אלעס נאר צו ראטעווען לואיס,
עדי זיצט און זייך האטעל און האלט מיט די נייעס...
יעצט ליינט ווייטער.
9:53
דזשעב מיט דעני זיצן און ברעכן זיך קאפ וואס מ'קען נאך דא טון פאר עלי גייט ארויף רעדן, איינע פון די וועגן וואס זיי האבן געטראכט איז געווען אפשר צו ניצן עדי פאר א שטעקן און אום צווינגן דורך עפעס א וועג אז ער זאל אפהאלטן עלי, אבער די פארשלאג איז שנעל אפגעווארפן געווארן, ווייל אויב פאלט דאס דורך פארלירט מען עדי.... וואס דאס מיינט אז עדי גייט מער נישט קענען ברענגן אינפארמאציע, און דאס איז אזאך וואס קען יעצט נישט גענומען ווערן און באטראכט,
אפשר זאל מען טאקע לאזן מאחמוד זיך אינטערגעבן? אפשר איז דאס טאקע די איינציגסטע עצה וואס איז געבליבן?
אבער דאס איז אויך אפגעווארפן געווארן אלס אימריאליסטיש,
מ'האט אונטער גענומען א גאנציע אקציע אלעס צו ראטעווען מאחמוד, קען מען דאס יעצט אויפגעבן?
אלזא, די צייט ריקט זיך און די זייגער ווייזט שוין אויף 9:57
דעני מיט דזשעב זיצן אינאיינעם און האלטן מיט אויף די טעלעוויזיע וואו מ'גרייט אלעס אן....
זאכן ריקן זיך שנעלער וואו זיי וואלטן געוואלט...
דאס מערסטע וואס האט געבאדערט פאר דעני איז אז מאחמוד ניצט נישט זיין שכל, דאס אז ער גייט זיך איבער געבן פאר עלי גייט גארנישט אויפטון אז מ'זאל ארויסלאזן לואיס אויב עפעס גייט ער זיך נאך מער פרייען און פארכאפן אום אויך, אלזא וואס איז זיין חשבון פון זיך איבערגעבן?
---
מאחמוד איז שוין צוריק ביים גרעניץ, ער שלעפט ארויס זיין לעפטאפ, נאכן ארום ארבעטן אפאר מינוט האט ער מיט א שמייכל ארויסגעצויגן זיין טעלעפאון און אנגערופן א נאמבער....
---
עלי שטעלט זיך צו צום מייק, און באגריסט יעדעם,
דערנאך האט ער אנגעפאנגן זיין ספיעטש:
איך שטיי יעצט דא און איך רעד צו די וועלט, פאר איך קום צו צום ענין פארוואס איך האב אייך צוזאמגערופן היינט נאכט וואלט איך געוואלט איבער גיין אביסל היסטאריע,
יעדער ווייסט אז איראן מיט אמעריקא פארשטייען זיך נישט אזוי גוט, די סיבה דערפאר איז ברייט באקאנט,
לעצטענס האבן זיך זאכן געטוישט און אמעריקע האט מיט חוצפה אנגעפאנגן א נייע מהלך....
אינמיטן רעדן קומט עלי'ס געהילף צו צו אום מיט זיין טעלעפאון און זאגט אום אז ער האט אן עמערדזשענסי טעלעפאון קאלל....
עלי קוקט אן זיין געהילף מיט א מינע אויפן פנים וואו איינער זאגט, זעסט נישט אז איך רעד דא צו ריפארטערס? די וועלט האלט אלעס מיט..?
איך פארשטיי אלעס מורמעלט אום זיין געהילף אריין אבער איך מיין אז דו זאלסט נעמען די קאלל,
עלי דרייט זיך אוועק פון די מייקס און גערעגטערהייט פרעגט ער
העללאו....
עלי.. וואס הערט זיך...
ווער איז דאס?
דאס בין איך דיין ארבעטער, דערקענסט נישט מיין קול?
רעד שוין, ווער ביסטו? איך לייג אראפ די טעלעפאון אויב זאגסטו נישט ווער דו ביסט,
אקעי, איך בין מאחמוד.......
וואס.... מאחמוד.....??? וואס רופסטו מיך יעצט די הינט.. די האסט מיר פארראטן....
איך וועל נאך איין טאג נקמה נעמען און דיר,
הער מיך אויס עלי, א שאד דיין רעגעניש, נקמה נעמען און מיר קענסטו נאר און דיין חלום, ווייל אויב פלאנסטו עפעס צו טוען וועל איך דיך מאכן שנעל פארגעסן פון מיין נאמען,
אלזא, יעצט בין איך פארנומען מיט עפעס אנדערש, רופ יעצט אן דיין אינדזשעניר ביי די מיליטערישע באזע און פרעג אום צו וועלכע ריכטונג די אטאמישע מיסעלס זענען אויסגעדרייט, און צו זיין קאמפיוטער סיסטעם ארבעט.....
איך בין און טשארדזש יעצט אויף דיינע אטאמישע מיסלס....
יעצט הער מיך צו, אויב רעדסטו נאך איין ווארט ווייטער צו די טעלעוויזיא גייסטו קענען גראד האלטן נאך א קאנפרענץ, דיינע מיסעלס זענען אויסגעדרייט צו איראק, און נאך איין ווארט די רעדסט גייט איך שיקן דריי מיסעלס קיין איראק!!
דו פארשטייסט אליין אז דאס גייט אריין שלעפן אמעריקע און א מלחמה מיט דיין לאנד! דאס וועט דיר קאסטן א טייערע פרייז!
איך זאג איבער מיינע ווערטער מיט א קלארקייט אויב האסטו עפעס פארפאסט,
נאך איין ווארט די רעדסט צו די מידיא גייסטו ביטער חרטה האבן אבער ס'גייט שוין זיין צו שפעט!
די מיסעלס ליגט יעצט און מיינע הענט, און מיט א ריק מיט מיין פינגער קען איך זיכער מאכן אז דיין לאנד זאל ווערן פארקריפלט און א אויגן בליק!
וויסן זאלסטו אז איך שטיי און איך מאניטער דיך, אויב רעדסטו נאך איין ווארט ווייטער איז אונזער שמועס פארטיג און איך וועל דיר לאזן קער נעמען פון די ניי געשאפענע סיטואציע!
עלי איז געשטאנען געפרוירן!
---
דעני מיט דזשעב זיצן צוגעבינדן צום טעלעוויזיא ווארטענדיג צו הערן די ווערטער וואס זיי האבן זייער נישט געוואלט הערן!
די פרעזידענט זיצט אויך און ווארט צו הערן, ווייל לויט וואו אזוי עלי זאגט עס לויט דעם דארף מען שאצן וואס צו ענטפערן....
אינמיטן זעהט מען וואו עלי'ס געהילף וואקט צו צו עלי און דערלאנגט אום די טעלעפאון...
דעני איז געווען זיכער אז דאס איז מאחמוד....
פארוואס טוט ער דאס האט דעני געפרעגט כעס'יג, פארוואס האט ער נישט קיין שכל אז ס'גייט גארנישט בעסער מאכן דאס אז ער גייט זיך אינטער געבן?
די פראבלעם איז אז מאחמוד האט אויסגעלאשן זיין טעלעפאון און ס'איז נישטא מיט וועם צו רעדן... ס'איז נישטא קיין וועג צו צוקומען צו אום.
---
עדי זיצט און זיין האטעל רום, און האלט אויך אלעס מיט, די טעלעפאון קאלל וואס עלי האט איבער גענימען איז אום אויך געווען א גרויסע ווינדער,
מ'זעהט וואו עלי לייגט אראפ די טעלעפאון און דיילט א צווייטן נאמבער...
אויף עלי'ס פנים דערקענט מען אז ער איז גאר אנגעצויגן....
עפעס געפערליך קאכט זיך דארט! עדי קען נישט טראכטן וואס.
--
איראן, מיליטערישע באזע.
די הויפט קאמאנדיר פון די מיליטערישע באזע שלאפט רואיג און זיין אפיס, די נאכט האט גארנישט אנדערש אויסגעזען וואו א נאכט פארדעם, די צייט איז גאנץ לאנגווייליג...
אינמיטן וועקט ער זיך אויף צו א טעלעפאון קלינג,
עלי איז אויף די אנדערע ליין,
זאג מיר גייט גראד עלי צו צום פוינט, וואו זענען אויסגעדרייט די אטאמישע מיסעלס?
וואס הייסט, ס'איז אראפגעלאזט מיטן פנים אראפ אזוי וואו אייביג, ס'איז נישט אויסגעדרייט צו קיינעם, פארוואס זאל איך דרייען די מיסעל אן דיין אקעי?
איך האב דיך געבעטן צו קוקן! נישט צו טראכטן!
קענסטו זיך ארויסבייגן און קוקן צו און וואו זיי זענען אויסגעדרייט? האט עלי געשריגן...
אקעי, איין רגע...
אוי... מיי.... גאד.....
די מיסעלס שטייען גרייט צו שיסן קיין איראק!!!
איך ווייס נישט ווער ס'האט דאס געטון, קיינער האט זיך נישט געדרייט דא היינט!
איך ווייס באמת נישט.....
דו קענסט נאך עפעס טון עס צוריק צו דרייען, פרעגט עלי,?
יא זיכער, לאמיך לויפן צום קאמפיוטער....
אוי וויי...... איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר היינט אבער איינער האט געטוישט מיין קאוד! איך קען נישט אריין לאגן...
עלי, ס'איז צרות.. אויב זאל דאס שיסן גייען מיר אריין און א נוקלארע מלחמה....
וואס גייט דא פאר???
די קענסט נישט גארנישט טוען פרעגט עלי דערביטערט?
איך קען אהין גיין און עס דרייען מיט די הענט אבער דאס וועט נעמען א שעה זיכער....
אקעי טוה דאס,
---
מאחמוד האלט מיט וואו עלי רעדט צו איינעם אויפן טעלעפאון... לויט וואו ער פארשטייט האט עלי געקאלט זיכער מאכן אז דאס וואס איך האב געזאגט איז אמת....
מאחמוד האט הנאה געהאט צו זעהן וואו עלי לייגט אראפ די טעלעפאון מיט א כעס.... דאס מיינט אז ער ווייסט אז די זאך איז א פארלוירענער....
וואו נאר עלי האט אראפגעלייגט די טעלעפאון האט מאחמוד אום צוריק גערופן...
נו.... יעצט גלייבסטו מיר שוין?
איז אזוי, וואס איך דארף פון דיר איז אז די זאלסט אפרופן די פרעס קאנפרעץ און נעמען די צוויי פארכאפטע זיי אריין זעצן און די העליקאפטערס און צוריק ברענגען דא איבער די גרעניץ פון וואו דו האסט זיי פארכאפט, איך ווארט דיך דא אפ!!
אבער געדענק! איין זאך וואס די טוסט וואס גייט מיר נישט געפעלן גייט דיין לאנד ליידן די קאנסיקווענצען!
און איך וויל אז די גאנצע זאך זאל נישט נעמען מער וואו פינעף און צוואנציג מינוט!
געדענק און האלט פאר דיין אויגן... דיין לאנד אדער די צוויי...
איך וועל דארפן בערך א שעה דורך צופירן דאס וואס די פארלאנגסט זאגט עלי פאר מאחמוד,
זאג מיר נישט וואו לאנג ס'גייט דיר נעמען, איך וועל דיר זאגן!
ס'נעמט צוואנציג מינוט פאר א העליקאפטער אנצוקומען צו דא וואו איך ווארט דיך אפ, איך געב דיר עקסטרע פינעף מינוט זיך צו פארענטפערן פאר די רעפארטערס, דיין צייט איז קורץ און דיין פינעף און צוואנציג מינוט האט זיך שוין אנגעפאנגן, יעצט איז 10:12 אויף 10:35 דארפן די צוויי דא זיין!
און נאכאמאל, יעדע מינוט וואס זיי שפעטיגן איז נאך א מיסל.....
איך מיין אז ס'וועט דיר זייער נישט שמעקן זיך צו דארפן אויפשטעלן נאכאמאל אויף די זעלבע פלאץ וואו די שטייסט יעצט און זיך פארענטפערן פאר די וועלט, אויב עס וועט נאך מעגליך זיין צו פארענטפערן....
אלזא ניץ דיין שכל און מאך עס אויף א שטילן אויפן, איך בין גרייט פון מיין זייט אלעס צו האלטן בשתיקה....
עלי האט זיך זייער צוגעכאפט צו מאחמוד'ס לעצטע סטעיטמענט...
דו ביסט גרייט נישט צו דערציילן פאר קיינעם וואס דא האט זיך באמת אפגעשפילט אויב רעד איך נישט?
יא! זאגט מאחמוד,
גוט, איך גיי איין, איך גיי גארנישט זאגן פאר קיינעם אבער ביטע דו האלט דיך אויך צום צוזאג, גוט.
---
די נעקסטע פאר מינוט איז געווען די בעסטע פאר מינוט פון מאחמוד'ס לעבן!
די פארלוירענקייט און די וואקלענישן, די אומזיכערקייט און די ציטערדיקייט וואס האט זיך אויסגעמישט אויף עלי'ס פנים, דאס איז געווען עפעס וואס מאחמוד וואלט ווען אפגעקויפט פאר אלע געלטער....
מיט א ציטערדיגע קול איז עלי צוריק געגאנגן צו די מייק און טריקענערהייט איינגעמאלדן אז די קאנפרענץ איז געקענסלט און קיין דעטאלן וועט ער נישט איבער געבן.... און וואו אויך וועט ער נישט נעמען קיין פראגן פון די ריפארטערס....
פארשטייט זיך אז די רעפארטערס האבן נישט מסכים געווען צו אזא זאך, נאכן זיי אהער שלעפן אינמיטן די נאכט און זיי ווייזן צוויי ארעסטירטע מענטשען און נאכן אנפאנגן איבערצוגעבן האלבעטע דעטאלן און אויפרייצן זייער אפעטיט זאל מען זיך אפשטעלן און מיטן און מאכן דאס גענאר פון זיי??
די קעמערעס האבן נישט אויפגעהערט צו בליצן, די ריפארטערס האבן זיך ארום געשטעלט ארום עלי'ן פארמירענדיג אזא רינג וואו עלי איז געווען פארכאפט אינדערמיט....
איינע פון די ריפארטערס האבן אפילו געהאט די דרייסקייט און געוואלט אראפצוען די איבערדעק וואס לואיס האט אנגעהאט אבער דא האט זיך עלי אויפגערעגט און אריין גערופן זיינע גארדס אז זיי זאלן שוין עפענען א דורך גאנג און אנגרייטן די העליקאפטער ווייל מ'דארף גיין.....
---
דעני און דזשעב זענען געזעצן און צוגעקוקט די גאנצע ספעקטאל, זיי האבן נישט געקענט אנטשיידן וואס גייט פאר, צו וועם האט עלי גערעדט און וואס האט אום באוואויגן צו טוען די שריט?
וואו פארט ער יעצט אוועק מיט די צוויי געפאנגענע?
פון די ווייסע הויז האט מען אויך אריין גערופן פרעגן דעני צו ער ווייסט פשט וואס דא גייט פאר...
דעני'ס ענטפער איז געווען אז ניין,
אבער דעני האט געהאפט אז ער וועט הערן עפעס מער פון עדי..
די איינציגסטע זאך וואס דעני האט נישט געוואלט קלערן איז אז אפשר האט מאחמוד אריין גערופן עלי אום איבערצוגעבן
אז ער גרייט זיך אינטערצוגעבן און דאס איז וואס האט באוואויגן עלי'ן...
דעני האט נישט געוואלט קלערן אז דאס איז דא געשען...
--
עדי זיצט ביי זיך און האטעל, און פארשטייט נישט וואס דא האט פאסירט, ווער האט גערעדט צו עלי אז ער זאל אפלאזן די קאנפרעץ און אוועק נעמען די צוויי פארכאפטע?
עדי פוילט זיך נישט, ער רופט אן עלי צו פרעגן וואס דא גייט פאר...
ס'איז שווער געווען פאר עדי צו הערן וואס עלי זאגט ווייל די גרידער פון די העליקאפטער האט פארשווערט דאס הערן אבער אזויפיל האט ער געהערט אז די זאך איז פארטיג, און עדי זאל אנטלויפן וואו שנעלער.....
עדי קלערט נישט קיין סאך פאקט צוזאם זיינע זאכן און ריכטעט זיין טריט צום ארויסגאנג....
--
דעני האט פארשטאנען פון די טעלעפאון קאלל פון עדי אז עפעס מעכטיג קומט פאר... וואס פונקטליך האט דעני נאך נישט געכאפט, דאס מיינט אז אויף דערווייל דארף מען נאכפאלגן ווייטער און מ'קען אום נאך נישט ארעסטירן....
מאחמוד קוקט אויפן זייגער די זייגער ווייזט אויף 10:30 ער רופט אריין עלי און ער הייסט אום אז די העליקאפטער זאל לאנדען ביים גרעניץ, פון דארט זאל עלי צו וואקן מיט דיי צוויי משכונות ביז אריבער די גרעניץ, נאך אפאר מינוט וואק וועט מאחמוד ארויסקומען צו זיי!
אבער געדענק, אויב זעה איך מער וואו דריי מענטשען דורך וואקן צוזאמען אדער אויב גייסטו נישט לאנדען וואו איך האב געהייסן, אדער סיי וואסערע זאך דו גייסט טוען וואס גייט מיר נישט געפעלן גיי איך קיין רגע נישט טראכטן פאר איך דריק דעם קנעפל!
פראביר מיך נישט ביטע!
און לאמיך דיר זאגן נאך מער, איך האב אנגעשטעלט אויף מיין קאמפיוטער אז אויב דריק איך נישט די קענסעל באטען יעדע פינעף מינוט דאן מיינט דאס א אויטאמאטישען אקעי און די מיסל גייט שיסן, וואס איך מיין צוזאגן איז, אויב פלאנסטו מיך צו הארגענען אדער ארפשיסן די קאר וואו נאר איך פאר אוועק מיט מיינע קאלעגן וועט דאס זיין א פארטיגע טויט קלאפ פאר דיר! דאס מיינט אז די שרייבסט אינטער מיט דיינע הענט די מלחמה....
יעצט, זיי נישט קיין נאר און פראביר מיך נישט!
איך ווארט דא אויף דיר....
די לעצטע פאר ווערטער זענען געווען די לעצטע שאס און עלי'ס פלאן,
עלי האט געטראכט פון אראפשיסן די קאר וואו נאר מאחמוד באקומט צוריק זיינע מענטשען, עלי האט דאס געפלאנט צו טון נישט פאר עפעס אנדערש נאר פאר נקמה, זיין כעס האט געפערליך געברענט און אום, ספעציעל פאר די חוצפה וואס מאחמוד האט געהאט אום צו פארשעמען פאר די אינטערנאציענאלע מידיא, אבער יעצט האט מאחמוד ציווארפען זיינע פלענער...
10:33 האט די העליקאפטער געלאנדעט עלי האט אנגעזאגט פאר זיינע מענטשען אז קיינער זאל נישט מיטקומען מיט אום....
וואו נאר עלי האט דורך געוואקט די גרעניץ האט אום מאחמוד אריין געקאלט און אום געהייסן אויפבינדן לואיס מיט זיין שותף, און וואו אויך אראפנעמען זיין צודעק פון זיין אויגן...
וואק נאך אפאר מינוט ביז די וועסט מיך זעהן שטיין ביי מיין קאר...
מאחמוד האט געהאט א עקסטערע פארגעניגן איינצוטיילן פאר זיין געוועזענע מענעדזשער....
מאחמוד האט נישט אזוי שנעל געוואלט ארויסלאזן די געפיל,
שטעל דיך אפ האט ער געהייסן פאר עלי, דאס האט מאחמוד געטון סתם פאר שוואויל טאג, נאר ווייל ער האט געוואלט אריין כאפן יעדע רגע וואס ער קען פארנידערן און פארשעמען זיין געוועזענע מענעדזשער.....
---
עדי זעצט זיך אריין און א טעקסי און בעט אום אז ער זאל אום צופירן צו די נענסטע עירפארט, פארשטייט זיך אז די טעקסי איז נישט געפארן אליין נאר צוויי קארס זענען עס נאכגעפארן...
---
דעני'ס טעלעפאון צוקלינגט זיך, מאחמוד איז אויפן ליין....
דעני געט א שריי... מאחמוד וואס טוט זיך מיט דיר....?
דעני איך קען נישט רעדן צו לאנג איך וועל דיר אלעס מסביר זיין שפעטער וואס איך דארף יעצט פון דיר איז א העליקאפטער וואס זאל אפנעמען מיך מיט לואיס און זיין אגענט און אונז טראגן צו די נענסטע אמעריקאנע באזע...
וואס הייסט, זיי מיר מסביר, דו האסט לואיס מיט דיר? האסטו דיך נישט אינטערגעגעבן?
איך גיי זיי האבן ביז צוויי מינוט אינטער מיין רשות... און ניין איך בין נישט אזוי משוגע מיך אינטערצוגעבן...
אקעי איך שיק שוין אהין וואס דו דארפסט אבער זיי מיר מסביר, וואס האסטו געטוען אז דאס זאל צושטאנד קומען?
איך קען עס נישט מסביר יעצט אבער דו וועסט נאך האבן א גוטן לאך....
פיין איך קען קוים ווארטן...
---
דעני מיט דזשעב זעהנדיג אז מאחמוד איז נישט און געפאר און לואיס איז שוין אויך אט און זיינע הענט האבן זיי אפגעמאכט אז ס'האט מער נישט קיין זין מיטן ווארטן צו ארעסטירן עדי, און דזשעב האט טאקע ארויסגעגעבן די באפעל אז מ'קען אום ארעסטירן...
--
עדי קומט אן צום עירעפארט, אזויווי ער האט ארויסגעטרעטן פונעם טעקסי זענען אום די אגענטן באפאלן, און נאך פאר עדי האט געהאט א טשאנס צו כאפן וואס ס'גייט פאר האט ער זיך געטראפן געבינדן און די אינטערשטע זיץ פון די קאר, זיינע מארינדע רעכטן זענען פארגעליינט געווארן און א אויגן בליק,
פון דארט איז די קאר געפארן גראד צו דעני און דזשעב, זיי האבן אפגעווארט די קאר..
---
עלי האט געווארט אויף די אקעי פון מאחמוד אז ער קען שוין ווייטער גיין,
ווען מאחמוד האט געהערט פון דעני אז די העליקאפטער דארף אנצוקומען ביז א מינוט האט ער געזאגט פאר עלי אז ער קען ווייטער גיין....
עלי איז אנגעקומען צו די קאר אבער ער האט קיינעם נישט געזעהן..
מאחמוד האט צוליב זיכערהייט סיבות זיך באהאלטן אינטער א בוים ביי די זייט פונעם שאסיי,
ווען די העליקאפטער האט געלאנדעט און פיר סאלדאטן זענען ארויסגעטאנצן איבערצונעמען לואיס מיט זיין אגענט,
דעמאלטס האט מאחמוד זיך ערלויבט ארויסצוקומען פון זיין באהעלטעניש....
ארויסקומענדיג האט ער שאקירט עלי'ן און אום געגעבן א קלאפ און רוקן, עלי האט אויף די ערשטע מינוט נישט געכאפט ווער דאס איז אבער נאך א מינוט האט ער זיך געכאפט און ער האט געוואלט אויפהייבן די הענט אראפצולאזן א הילכיגן פראסק פאר מאחמוד....
מאחמוד האט געזען וואס ער וויל און ער האט און די לעצטע רגע געגעבן א שפרינג אויף צוריק....
יעצט איז נישט קיין צייט צו שלאגן האט מאחמוד געבראכן די שטילקייט...
יעצט איז די צייט וואס די זאלסט אויפהייבן א ווייסע פאן און זאגן מיטן מויל: יא, די אמעריקאנע האבן מיך באזיגט...
עלי'ס בליט איז אום ארויף און קאפ... ער האט געשפירט אז ער קען זיך נישט קאנטראלירן... ווען נישט וואס צוויי סאלדאטן זאלן ארום נעמען און היטן אויף מאחמוד וואלט שוין דארט אויסגעבראכן א מלחמה צווישן די צוויי...
די צוויי סאלדאטן האבן אנגעכאפט מאחמוד און אום אריין געזעצט אונעם העליקאפטער.. פון עלי'ס אויגן האבן געשפריצט פינקן פייער...
בעפאר מאחמוד האט צוגעמאכט די העליקאפטער טיר האט ער נאך עספיעט צו זאגן פאר עלי אז זיין געערטער "אגענט מארס" איז שוין ארעסטירט.....
עלי האט נישט געגלייבט וואס ער האט געהערט....!!
עלי האט שוין נישט עספיעט צו בעטן מאחמוד איינצוהאלטן זיין צוזאג און נישט דערציילן פאר די וועלט די סיבה פון "אגענט מארס'ס" ארעסט....
די העליקאפטער האט זיך געהויבן מיט א רעש און געבליבן פאר עלי איז מאחמוד'ס קאר וואס איז געבליבן פאר עלי אלס געשאנק.....
---
ווען יעדער איז געזעצן רואיג האט מאחמוד אנגערופן דעני אום דערציילן די גוטע נייעס אז אלע זענען סעיף און יעצט קען מען קרוינען די אקציע מיט סוקסעס.....
דעני האט נאר געוואלט פארשטיין וואס דא איז פארגעגאנגן וואו אזוי מאחמוד האט דאס באוויזן...
מאחמוד האט אום אלעס פארציילט, און אויך האט מאחמוד צוגעגעבן, אז וואו נאר ער האט געזען אז זיי האבן פארכאפט לואיס האב איך אנגעפאנגן צו קלערן אז אפשר דרייט זיך נאך א מסור צווישן די אגענטן... און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב געזאגט אז איך וויל זיך גיין איבערגעבן ווייל איך האט געוואלט אז מ'זאל מיך לאזן אליין, און אזוי וועל איך קענען אויספירן וואס איך דארף....
אבער דאס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט ריכטיג פארשטייט זיך....
אלזא יעצט זענען מיר פאראיינגיט....
און איך קען קוים ווארטן אנצופאנגן צו ארבעטן פאר אייך.... "אונז" האט דעני אריין געשריגן...
אבער איין זאך וואס איך האב צוגעזאגט פאר עלי, אז קיינער טאר נישט וויסן די סיבה פון עדי'ס ארעסט! דאס דארף געהאלטן ווערן בסוד,
מ'וועט דארפן פירן זיין קאורט קעיס אינטער פארמאכטע טירן...
נישט ין פראבלעם האט דעני צוגעזאגט....
אזוי רעדענדיג האט דעני ארויףגעברענגט אויף די ליין די פרעזידענט....
מאחמוד איז רויט געווארן הערענדיג ווער ס'באגריסט אום....
----
נאך אפאר טאג זיך אויסרוען איז מאחמוד מיט זיין משפחה אינאיינעם מיט לואיס און אלע אנדערע העלדן פון אונזער געשיכטע זיך ארויפגעזעצט אויף א פריוואטע פליגער וואס האט זיי אפגעטראגן קיין וואשינגטאן דארט האט זיי אפגעווארט א שיינע אויפנאמע...
פארשטייט זיך אבער אז קיינע פון די מידיא איז נישט איינגעלאדענט געווארן
זיצענדיג יעדער אינאיינעם האט מען אריין געברענגט א גאסט....
נישט קיין צווייטער וואו אונזער ר' בנימין... דארט האט יעדער פארציילט זיין חלק פון די מעשה... ס'איז געווען גאר אינטערעסאנט פאר די באטייליגטע צו הערן יעדענס חלק פון די מעשה,
וואו אויך האט דעני דארט איינגעמאלדן אז ס'איז שוין געווען די משפט פון עדי
די באווייזן זענען געווען אזוי שטארק אז די דזשאדזש האט אום גראד צוגעטיילט לעבנס לענגליכע טורמע...
און מ'האט אום איינגעזעצט אונעם מעקס סעקיורעטי טורמע וואס הייסט "מעקס ריווער" און געפינט זיך און שיקאגא....
!ענדע!
נ.ב. פאר אן אינטערעסאנטע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט אונעם זעלבן תפיסה מיט א צווייטן ארעסטאנט ליינט
דא