בלאט 14 פון 20

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 8:42 pm
דורך למעלה משבעים
היות אונז האב מיר נישט קיין טוויטער אקונט, איז אונז א שמחה צו הערן אז עס קומט שוין א פרישע פארזעצונג.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 3:38 am
דורך אב זקן
איין און צוואנציגסטע פארזעצונג


----------------------------------------



פארזעצונג פון פריער

סעם מיט זיין גרופע האבן זיך ארויסגעדרייט פון די נאכפאלגערס און זענען אויפן וועג אויפצופוקן משפחת ריז וואס ווארטן און די אפגעשמיעסטע האטעל.

עלי זיצט ביי זיך און אפיס, אויף די אנדערע ליין רעדט צו אום "אגענט מארס" די אגענט האט אום יעצט איבער געגעבן גאר א גרויסע באמבע וואס עלי איז דערווייל נאך נישט גרייט צו שלינגען די אגענט האט אום און קלארע ווערטער געזאגט אז אבאס דער וואס איז געשטעלט דורך די רעגירונג צו כאפן די וואס זיכן צו דעפעקטירן ער איז גאר א געהיימע מסור......

מאחמוד זיצט ביי זיך און האטעל און ווארט אויף די רוף פון די אמעריקאנע.

און יעצט ליינט ווייטער.


עלי איז נאך אלס אינטער שאק אויף דאס וואס ער האט נארוואס געהערט..

יעצט רוף אפ די אלערט וואס די האסט ארויסגעגעבן ווייל לכאורה וואו נאר אבאס גייט געוואור ווערן אז די האסט ארויסגעגעבן דעם אלערט גייט ער דאס גיין דערציילן פאר די אמעריקאנע און זיי גייען כאפן אז איינער דא גיבט ארויס די אינפארמאציע, און אויב דאס געשעהט מיינט דאס זייער נישט....

און נעקסט טיים גיי איך דיר מער נישט ווארענען, דאס איז די לעצטע מאל וואס איך לויפ דיך נאך צו ראטעווען דיין אייגן לעבן, די נעקסטע מאל וואס די גייסט דיך באנארישן וועסטו צאלן דיין אייגן פרייז פאר דעים,

מיט א ציבראכן שטימע רופט זיך עלי אן אנטשולדיג, איך זאג דיר צו אז פון יעצט און ווייטער גייט איך פאלגן אלעס וואס מ'גייט מיר הייסן,
און איך רופ שוין אפ די אלערט וואס איך האט ארויסגעגעבן,

די קענסט רואיג גיין שלאפן, היינט גייט נאך גארנישט זיין זאגט אום "אגענט מארס" מארגן וועל איך דיך לאזן וויסן די ווייטערדיגע פלענער...
פיין גוטע נאכט..

--

לואיס, (געוועזענע פב"א פירער, וואס איז ארויסגעפלויגן פון אמעריקע קיין איראן ארויסצוהעלפן מיט די רעטונגס אקציע) איז אנגעקומען ביינאכט קיין איראן, וואו נאר ער האט געלאנדעט האט ער באקומען א קאלל פון דעני די הויפט סא"ע, אז די אקציע פון ראטעווען מאחמוד איז אויף האלד.....
לואיס האט נישט געקענט פארשטיין וואס דא גייט פאר....
איז דעני טאקע פארריקט? ער וויל פארכאפן עלי דא און איראן?

שרייב דיך איין און א האטעל און ווארט אויף ווייטערדיגע אינסראקציעס, האקט אום דעני איבער זיינע געדאנקען

לואיס איז דורך די קאסטעמס אן קיין פראבלעמען, נאכן אויפנעמען זיינע פעקלעך איז ער אריין און א טעקסי וואס האט אום געפירט צו זיין האטעל.

--

סעם האט געזען אז מיט די קאר וואס ער איז ביז יעצט געפארן איז נישט קיין וועג צו פארן ווייטער, די פלעיטס זענען לכאורה אויפגעכאפט געווארן בשעת די געיעג, ער זאגט פאר זיינע מענטשען אז זיי זאלן איבער לאזן די קאר און די נעקסטע פאר בלאקס ביז צום האטעל וועלן זיי צווואקן, און דארט וועלן זיי זיך שוין באזארגן מיט אן אנדערע קאר,
אנקומענדיג צום האטעל האט משפחת ריז שוין געווארט אויף זיי, די זייגער ווייזט שוין אויף באלד עלעף אזייגער, די פלאן איז געווען אז אויף פינעף אזייגער פארטאגס שוין צו זיין נאך די גרעניץ....
די וועג נעמט עטוואס מער וואו פינעף שעה צו פארן, אבער מען דארף צו רעכענען דאס ווארטן ביים גרעניץ,
פינעף אזייגער טוישן די שיפטס ביים גרעניץ, אויב קומט מען א פערטל צו פינעף איז דאס בעסטע ווייל די וואס דארפן שוין גיין מאכן זיך גרייט צו גיין, און די נייע שיפט קומט שוין אן, דאס מיינט א מ'דארף זיך שוין לאזן און וועג,
סעם האט געהאפט אז אלעס וועט דורך גיין רואיג וואו געפלאנט,

סעם איז צוגעגענגן צום דעסק זיך ארויס צו שרייבן, און אויך געבעטן פונעם דעסק אויב זיי קענען געבן א נאמבער פון א קאר רענטל און די געגענט, די סעקרעטאר ביים דעסק זאגט אום אז די האטעל האט אייגענע רענטלס אז ער וויל,
יא זיכער,
אקעי, גיי אראפ און פארקינג לאט ביי די רעכטע זייט וועסטו זעהן א בודקע, דארט זיצט איינער וואס פאר רענט קארס, זאג אום וועלכע קאר די ווילסט,
סעם גייט אראפ אונטען ער זאגט פאר איינע פון זיינע מענטשען אז זיי זאלן צוגיין צו איינע פון די קארן וואס זענען געפארקט פון די געסט אונעם האטעל, און אראפ דרייען די פלעיטס, ווייל ביים דורך גיין די גרעניץ קען מען נישט דורך גיין מיט פלעיטס וואס זענען ג'רעדזשיסטערט אלס גערענט,
סעם האט געקלערט ביי זיך אז ביז די מענטש פון די קאר וועט זיך דערוועקן מארגען צופרי און וועט כאפן אז זיינע פלעיטס פעלן וועל איך שוין זיין האפענטליך און טערקיי...

נאך וואס סעם איז פארטיג געווארן מיט אלע פאפירן האבן זיך אלע אריין געזעצט אונעם קאר, נאכן אפפארן א שטיקל וועג, ביי א ליידיגע שטילע שטח איז איינע פון די אגענטן ארויס פון די קאר, אראפ געדרייט די אלטע פלעיטס און ארויף געלייגט די פרישע,
דערווייל האט סעם ארויסגענומען זיין טעלעפאון און אנגעריפן דעני צו דערציילן אז ער איז שוין אויפן וועג מיט מאחמוד'ס משפחה און ער האפט צו זיין ביז פינעף שעה שוין נאך די גרעניץ אויב אלעס גייט גיין וואו געראכטן...

וואס סעם האט אבער געהערט פון דעני האט אום געמאכט ציטערן....
דעני האט אום געזאגט אז יעצט וועט ער שוין די אקציע לאזן ווייטער גיין, אבער באמת איז די גאנצע אקציע פון ראטעווען מאחמוד אויף האלד.....

און אויך האט דעני פארלאנגט אז סעם זאל איבער געבן די רעדל פאר איינע פון זיינע אגענטן און סעם מיט די צווייטע אגענט זאלן זיך צוריק דרייען צום שטאט, ווייל מ'דארף הילף מיט די צווייטע אקציע פון פארכאפן עלי.....

סעם האט געמיינט אז ער הערט נישט גוט....
צוריק גיין צום הויפט שטאט??
איז דעני אינגאנצען פארריקט?
פארכאפן עלי אונעם הויפט שטאט?
אבער סעם ווייסט שוין אז פרעגן דעני קען מען נישט, אויב האט ער אזוי אפגעמאכט איז עס באשלאסן און ס'איז נישט שייך זיך צו דינגן דעראויף,

סעם געט איבער די ווערטער פאר זיינע אגענטן, ער שטעלט איין אגענט וואס יענער זאל ארויסדרייוון די פרוי מיטן קינד, און ער מיט זיין אגענט האבן זיך צוריק אריין געזעצט אונעם קאר, יעצט איז די קאר קודם צוריק געפארן צום הויפט שטאט אראפלייגן סעם מיטן אגענט, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט נאכאמאל אויפן וועג,
אבער וואס מ'האט פארלוירן מיט דעם שפיל איז טייערע צייט...
עס צו מאכן יעצט אויף פינעף אזייגער ביים גרעניץ איז זייער שווער..
אבער די אגענט וואס האט זיך געזעצט ביים רעדל האט נישט געטראכט פון אויפגעבן אויפן פלאן, ער האט זיך ארויף געזעצט מיטן גאנצן קראפט אויפן פעדל און זיך גענומען פארן.....

---

דעני רופט צוזאם נאך א מיטינג...
יעצט אינמיטן די נאכט...
דעני האט דאס דיירעקט געטון כדי צו ווייזן פאר זיינע מענטשען וואו ערענסט ער מיינט עס...

וואו נאר יעדער איז אנגעקומען צו די מיטינג האט דעני אנגעפאנגן מיט א קשיא, צו איינער האט איז שוין אויףגעקומען מיט פלענער?
ווען יעדער איז געבליבן שטיל האט דעני זיך גענומען זעצן אויפן טיש מיט א כעס....
איך האב פארלאנגט פון ענק א פארטיגע פלאן אויף מארגן צופרי....
אלע פון ענק זענען אהיים עסן סאפיר און זיך געגרייט צו לייגן שלאפן אן א פלאן??
איז דאס אויף וואס עטס ארבעטס אינטער מיר?
איין זאך קען איך איך זאגן....
אויב אויף מארגן צופרי איז נישטא קיין פלענער גייט יעדער פון ענק ליידן...
קעפ וועלן פליען...
ס'גייט פאר קיינע פון ענק נישט לוינען....

יעדער איז געזעצן דערציטערט...
און יעדעמס קאפ האט זיך געדרייט די זעלבע שאלה..
וואס איז געשען מיט אום....
האט ער געכאפט א ריק ערגעץ?

איך האב שוין דריי פון מיינע מענטשען דארט און איראן וואס ווארטן אויף מיין ארדער....
דערווייל פאלגן זיי נאך יעדע ריר פון עלי, זיי שפיאנירן און גייען נאך זיין גאנצע סדר היום.....
איך פלאן אהין צו שיקן נאך אויב וועט זיך אויספעלן אבער איך דארף א פלאן אויף מארגן צופרי....

מיט א זעץ אויפן טיש האט זיך דעני צושריגן...
קיינער גייט נישט אהיים היינט וואו לאנג איך גיב אום נישט די אקעי....
איך וויל אז מ'זאל זיך שוין נעמען ארבעטן אויפן פלאן...

מארק, האט דעני אנגעוויזן אויף איינע פון זיינע מענטשן, איך וויל אז די זאלסט זיין די פירער פון די זאך...

יעדער זאל ברענגן פאר אום די פלענער און ער וועט דאס אויסארבעטן און ברענגן צו מיר פארטיגערהייט....

געגאנגן חברה, נעמטס ענק ארבעטן, איך וועל זייך צוריק ביז א פאר שעה, און איך וויל זייער זעהן פראגרעס,

דעני איז אראפ מיט די עלעוועיטאר, אנקומענדיג אויפן גאס האט אום א קאר מיט טינקעלע פענסטערס אפגעווארט....

דעני זעצט זיך אריין טראגט אפ פון דארט זיכער מאכענדיג אז קיינער האט אום נישט געזען....

וואו נאר דעני האט ארויסגעוואקט פונעם מיטינג רום האט זיך אנגעפאנגן א געפילדער.. קיינער האט זיך נישט דערוואגט ארויף צו ברענגן דאס וואס איז געלעגן ביי יעדעם אויפן צינג...
יעדער האט זיך גענומען רעדן פלענער, דער האט געזאגט, א צווייטער האט אפגעווארפן,

איינער פונעם צימער האט זיך אבער שטילערהייט ארויס געשלייכט און אראפגעוואקט די שטיגנס...
וואו מיר ווייסן איז דאס נישט קיין צווייטער וואו אינזער "אגענט מארס"
אזא מיטינג פאר אום איז געווען ריכטיג און פלאץ...
"אגענט מארס" קוקט זיך ארום, מאכט זיכער אז קיינער זעהט אום נישט...
ער שפאצירט אראפ די גאס....
ער שלעפט ארויס זיין טעלעפאון און רופט אן עלי,
עלי האט זיך דערוועקט צו די טעלעפאון קלינג, אויף די אנדערע זייט איז געווען זיין ליבלינג "אגענט מארס" די אגענט האט אום איבער געגעבן אלע דעטאלן פונעם מיטינג...
מ'האלט נאך נישט און ערגעץ זאגט "אגענט מארס" פאר עלי, די דארפסט נאך נישט אנגעצויגן, אמת אז דריי חברה דרייען זיך שוין דארט, און שפיאנירן אויף דיר, אבער דערווייל זאלסטו גארנישט טון, איך וועל דיך לאזן וויסן וואו נאר ס'איז דא אפדעיטס...

א הארציגן דאנק! מיט וואס קען איך דיר באצאלן פרעגט עלי,

איין טאג וועלן מיר נאך רעדן דערפון,

יעצט איין זאך וואס איך וויל דיר יא זאגן, שטעל אראפ פיר אינצוואנציג שעה וואך ארום אבאס, און אויב מעגליך פראביר אום צו ארעסטירן.....
אבער געדענק, ארעסטיר אום נאר מיט א סיבה, וואו למשל טרעף אום דורך פארן א לייט אדער סיי וואסערע קליינעקייט,
ווייל וואו לאנג ער איז אויף די פריי וועט זיין אביסעל שווער אנצוגיין...

גוט די זאגסט מיר זאגט עלי, איך וועל יעצט ארויס געבן די באפעל,
פיין, עמער רעדן שפעטער.

--

מאחמוד דרימעלט און זיין האטעל רום, ער ערלויבט זיך נישט פולשטענדיג צו שלאפן, וואו לאנג ער איז דא איז זיין לעבן און א געפאר און מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווען די געפאר וועט זיך אויפשפילן,
ס'גייט דורך נאך א שעה און נאך א שעה...
מאחמוד דרימעלט און דערוועקט זיך, דרימעלט און דערוועקט זיך,
בערך דריי אזייגער האט זיך מאחמוד דערוועקט, ער האט זיין לעפטאפ אפען און יעדע פאר מינוט מאכט ער ריפרעש צו זעהן צו ס'איז עפעס צוגעקומען נייעס און זיין קעיס, ער ווייסט קלאר אז זיין אפיס איז אויף רעדער מיט זיין קעיס, אויך האט ער געזען אז און די סיסטעם ליגט א נאוט אז זיין קאר איז ארויסגעשלעפט געווארן פון וואסער און ס'איז יעצט און די לעב צו זעהן צו מ'קען טרעפן עפעס א צייכן פון עקסידענט אדער גאר סוסייד,

אזוי נישטערענדיג זעהט מאחמוד אז מ'האט יעצט אינמיטן די נאכט צוגעלייגט איינעמ'ס נאמען אויף די 'ארעסטיר ליסטע' די ליסטע איז וואס מ'געט ארויס פאר די אינסטאנצן אז ווער ס'זעהט די מענטש זאל אום ארעסטירן, מאחמוד ווערט נייגעריג וועם מ'האט יעצט ביינאכט צוגעלייגט צו די ליסטע, עפענענדיג די ליסטע זעהט ער נישט מער נישט ווייניגער נאר זיין חבר אבאס איז אויף די ליסטע....
וואס האט נאך מער באוואונדערט מאחמוד איז, אז און די זייט איז געשטאנען א נאוט, ארעסטיר און דערנאך טרעף א סיבה!
וואס דאס מיינט איז, אז זיי ווילן האבן דעם אבאס אינטער ארעסט פאר אלע געלטער,
פארוואס די ארעסט פארלאנג איז ארויסגעגן געווארן אויף אום שטייט נישט, וואו אויך איז נישט געשטאנען קיין מקור פון וועם די פארלאנג קומט, וואס דאס האט נאך מער דערשראקן מאחמוד,
און נאך מער, דארט איז אויך געשטאנען אז מגייט אום נאכפאלגן דורך די pts פט"ס סיסטעם....
מאחמוד האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון א פט"ס סיסטעם...
אבער דאס האט זייער באומרואיגט מאחמוד,

מאחמוד פאנגט אן צו קלערן א וועג וואו אזוי ער קען יעצט איינמעלדן פאר אבאס אז ער איז אויף גרויסע צרות...
אום אנרופן פון די האטעל טעלעפאון מיינט נאכאמאל אנטלויפן צו א צווייטע האטעל... וואס דאס איז מאחמוד נישט געווען און די גיסטע,
אראפגיין און אום רופן פון די גאס איז אויך נישט קיין אפציע, ווייל פאר אום זיך צו דרייען דריי אזייגער ביינאכט אויפן גאס איז נישט קיין זאך וואס קען גענומען ווערן און באטראכט,

אלזא וואס טוט מען? וואו אזוי מעלדט מען פאר אבאס אז ס'איז צרות?
מאחמוד טראכט אז ער האט נישט קיין ברירה נאר אנצורופן דעני און אום זאגן אז ער זאל איינמעלדן פאר אבאס אז ער זאל זיך שוין ארויסדרייען און זיך אויסבאהאלטן ווייל זאכן זענען נישט גוט,

דעני האט אנגענומען די פארלאנג פון מאחמוד און ער האט געזאגט פאר מאחמוד אז ער גייט שוין רופן אבאס אום דערציילן...

--
אבאס שלאפט געמיטליך, נישט קלערענדיג אז די גרעסטע קעפ פון די אמעריקאנע רעגירונג און ווי אויך און די איראנע רעגירונג, ביי אלעמענס צינג ליגט יעצט די נאמען אבאס...

אבאס'ס שלאפ איז איבער געריסן געווארן דורך א טעלעפאון קאלל....
אויף די אנדערע זייט האט זיך די מענטש אידענטעפאצירט אלס דעני די פירער פון די סא"ע און אמעריקע...
קיין סאך ווייס איך נישט אבער אויב מעגליך זעה דיך ארויס פון דיין הויז וואו אמשנעלסטן.....
רופ אן פון סעקיורד ליין דיין חבר מאחמוד.... ער ווארט וויכטיג אויף דיין רוף....

אבאס זיצט דערשראקן אויף זיין בעט...
די טעלעפאון רוף יעצט איז געווען אזאך וואס ער האט זיך נישט געראכטן... וואס גייט דא פאר? קלערט ער צו זיך....

ער הייבט זיך אויף שפארט אויף זיין אפיס... זיין אויער האלט ער אנגעשפיצט צו הערן יעדע שראך....
ער גייט צו צו זיין סעקיורד טעלעפאון און רופט פון דארט מאחמוד....

מאחמוד פריידט זיך צו די פאון קאלל, מאחמוד דערציילט אום וואס ער זעהט און די סיסטעם....

וואס מיינט פט"ס? פרעגט מאחמוד פון אבאס? איך ווייס אויך נישט, איך בין זייער דערשראקן...

הער צו, וואק יעצט ארויס פון די זייטיגע טיר פון דיין הויז, און לויפ ארויף אויף די טרעינס...
די ווייסט וואו אזוי צו מאכן די שטיק, לויפ ארויף די לעצטע רגע ווען די טיר מאכט זיך שוין צו....
די ווייסט וואס איך מיין....
און איך וועל זעהן פון דא צו זיי האבן טרעק אויף דיר צו נישט...

אבאס באדאנקט זיך פאר מאחמוד און גרייט זיך צו אנטלויפן...

אבאס גייט שטאטערהייט אראפ צו זיין סעלער....

נאך יעדע פאר טריט דרייט ער זיך אויס קוקן צו איינער גייט אום נאך....

וואו נאר ער האט ארויסגעטרעטן אויפן גאס האט ער זיך גענומען לויפן צו די ריכטונג פון די טרעינס....

מאחמוד זעהט אויפן קאמפיוטער וואו די דיספעטשער געט איבער פאר די פאליציי מאן וואס איז געזעצן ביי אבאס'ס הויז אז די סאספעקט איז יעצט אנטלאפן און איז אויפן וועג צו די טרעינס.....

פון וואו ווייסן זיי דאס?

מאחמוד רופט אן אבאס און זאגט אום אז ס'טויג נישט די חברה זענען אויף דיינע פיס טריט, זיי ווייסן אז די ביסט אויפן וועג צו די טרעין....
וואו אזוי ווייסן זיי דאס פרעגט אבאס פארסאפעט?
איך ווייס נישט, קודם גיי ארויף אויפן טרעין לאמיר זעהן צו זיי וועלן דיך פארלירן...

מאחמוד זעהט וואו די דיספעיטשער רעדט ווייטער....
די סאספעקט איז יעצט ארויף אויפן טרעין....
ס'זעהט אויס וואו ער וויל אנטלויפן, איך מיין אז מ'זאל אום ארעסטירן וואו נאר ער גייט אראפ פון די טרעין....
נישט אויפ'ן טרעין אבער וואו נאר ער טרעט אראפ......

מאחמוד קען נישט פארשטיין...
וואו אזוי ווייסן זיי די אינפארמאציע?

איין זאך איז זיכער אז מ'דארף שוין טראכטן.... ס'איז צרות אויב כאפן זיי אבאס.....
וואס טוט מען דא?...

פארזעצונג אי"ה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 5:54 am
דורך bailout
אקעי גייס, ס'ווערט שוין מער קאמפליצירט... כ'מיין מ'וועט דארפן אריינרופן די קאפשטיק 'אב זקן' נאר ער וועט האבן דא א וועג ארויס.

מממממעעעעעכככככטטטטיייייייגגגגגגגג

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 6:25 am
דורך ווער בין איך?
סקערי! אסטאלאוויסטא!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 8:20 am
דורך ווילדער קאפ
נאו ווארדס!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 8:20 am
דורך ווילדער קאפ
.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 9:04 am
דורך פונקטליך
איז דעיס גיט!!
WOW!
קיפ אפ, ס'איז זייער גיט,

שכוח אב

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 9:32 am
דורך קרעמער
אוי בין איך צומישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 10:14 am
דורך קעכער
יו ביסטו גוט...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 10:50 am
דורך פינקט פארקערט
Going nuts for this story, you are unbelievable!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 11:12 am
דורך למעלה משבעים
פינקט פארקערט האט געשריבן:Going nuts for this story, you are unbelievable!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 12:21 pm
דורך הערשעלע
אב, כ'הייב אן ערנסט צו חושד זיין אז די ביסט איינע פון די פראמינענטע אידישע ביכער שרייבער...

דאס איז א מעעעסיוו פיעס!!!

קיפ איט אפ... וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 1:48 pm
דורך DONE
הערשעלע האט געשריבן:אב, כ'הייב אן ערנסט צו חושד זיין אז די ביסט איינע פון די פראמינענטע אידישע ביכער שרייבער...

דאס איז א מעעעסיוו פיעס!!!

קיפ איט אפ... וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 3:47 pm
דורך דארפסמאן
אבער איין זאך. די פארמישט מיך יעדע מיניט, איך ווייס שוין נישט ווער איז געהעריגע און ווער עס איז א דאפעלטע אגענט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 4:09 pm
דורך קאר אינשורענס
למעלה משבעים האט געשריבן:
פינקט פארקערט האט געשריבן:Going nuts for this story, you are unbelievable!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 5:23 pm
דורך אב זקן
מיר האבן ערהאלטן פון אפאר ניקס א פארלאנג אז די מעשה איז היפש צומישט,
ס'איז אמת אז די נייע פארזעצונג איז היפש אנדערש וואו די פאריגע, מיר לייגן אריין אסאך מער קאפ דא.
אבער אויב איז דאס צו פארדרייט קענען מיר צוריק גיין צו די אלטע סטיל,

ביטע לאזט זיך הערן.

איך פערזענליך גלייך בעסער די נייע מהלך, ס'ליגט מער קאפ, ס'פארלאנגט מער מח,
און די ענדע וועט זיין זיסער,

אבער נאכאמאל, אויב איז דא וואס פארלירן זיך און ס'איז צו קאמפליצירט, קענען מיר צוריק גיין וואו אמאל..

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 5:26 pm
דורך למעלה משבעים
יו יו איך בעט דיר נאר דאס נישט, בלייב ביי דעם, אדרבא ווי צומישטער אלץ אונטרעסאנטער. פינטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 5:33 pm
דורך הערשעלע
למעלה משבעים האט געשריבן:יו יו איך בעט דיר נאר דאס נישט, בלייב ביי דעם, אדרבא ווי צומישטער אלץ אונטרעסאנטער. פינטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 6:36 pm
דורך לאטצי
הערשעלע האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:יו יו איך בעט דיר נאר דאס נישט, בלייב ביי דעם, אדרבא ווי צומישטער אלץ אונטרעסאנטער. פינטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 6:50 pm
דורך DONE
אב זקן האט געשריבן:איך פערזענליך גלייך בעסער די נייע מהלך, ס'ליגט מער קאפ, ס'פארלאנגט מער מח,
און די ענדע וועט זיין זיסער,

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 6:59 pm
דורך הערשי קניהויז
אב, ס'איז זייער גוט אזוי גיי ווייטער אויף דעם מהלך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 7:00 pm
דורך over night kugel
איך שטעל מיך פאר אז אגענט זיג זאג האט מאחמוד געזעהן אויפן קאמפיוטער אין דעיס האט ארויסגענימען דעני פין די כלים

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 7:34 pm
דורך איך_הער
שרייב וויזוי דו ווילסט 'טאטע'לע טייערער, כ'האב זייער הנאה פון ביידע סטייל'ס, כ'ווייס נישט ווי לאנג כ'האשוין נישט געליינט אזא אנגעצויגענע פארזעצונג, ביי רוב פארזעצונגען אפילו אנגעצויגענע, איז געווענליך דריי אדער פיר וואכן גארנישט געשריבן, נאר ארום און ארום, און איין וואך איז אנגעצויגן, אדער אפילו יעדע וואך, איז אכציג פראצענט דאמירן בעלמא, און די איבריגע ציט, אבער אזאנס ס'זאל ציען פון אנפאנג ביזן סוף, און יעדעס ווארט איז תוכן, דאס געדענקעך נישט ווען כ'האב געליינט לעצט, א גרויסן יישר כח.

און נאכאמאל, מאך די אמעריקאנער אויך אביסל פארגעשריטן, זיי זענעך דאך פאקטיש מער פארגעשריטן, ניין?

עניוועי, גיי אן. (שוין היבש א לאנגע תגובה פאר מיר, און די קוים ביסל צייט וואס כ'דריי מיך אויף קרעטשמע.)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 12, 2010 6:21 am
דורך bailout
אב, ס'איז מיר נישט קיין פראבלעם די געדרייטקייט, נאר פשוט במציאות קען עס אמאל נישט שטימען. איך ליין נישט דיין ארטיקל ווי א תוס' אבער מיט אזויפיל דאפעלטע אגענטן צומאל שטימט נישט חלקים פון די מעשה.

ווי איז געווען 'אגענט מארס' ביי די ערשטע העלפט פון די מעשה?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 12, 2010 7:57 am
דורך קהת
אויב איינער האט א פראבלעם זאל ער עס איבער ליינען אפאר מאל ביז ער פארשטייט גוט די שווערע סוגיא, שטעל דיך פאר ווען איינער זאגט פאר די אמוראים און די תנאים נישט צו מאכען די שווערע סוגיות, וואלסטו געכאפט א פראסק אפען פלאץ.

מיטשע זיך אביסעל......

שרייב אזווי ביז יעצט זייער גוט.