בלאט 13 פון 20
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 6:55 pm
דורך די גרויסע עפל
Wow wow wow
אב, איך האב געמיינט אז ביז אהער איז געווען די עיקר מעשה, אין פין יעצט אין ווייטער וועט זיין די טפל. דערווייל זעה איך אז דערווייל איז נאר געווען די הקדמה, ס'ווערט בעסער אין בעסער.
איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי די האסט געוואלט בלייבן מיט די צווייטע חלק אין בויך, עס וואלט ווען דארט עקספלאדירט.........
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 7:17 pm
דורך i follow
אב כבין ווערטערלאז
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 7:19 pm
דורך שמיי_דריי
דאס איז נישט פשוט. איך בין פארטראכט און פארציטערט פון וואס דו האסט דא אלס צאם געשריבן.
דו האסט צוזאם געשריבן אפאר זאכן וואס דערווייל קלעבט דאס נישט.
איך קען קוים אויסווארטן וואס מאחמוד האט געליינט דארט אז דעני האט אלעס געלייגט אויף האלד. אונז לעב מיר מיט לעבעדיג די מעשה.
יש"כ. גיי אן ווייטער. מיר ווארטן אויפן פארזעצונג.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 7:28 pm
דורך DONE
הערשעלע האט געשריבן:אב, מיט א פרישקייט!!!
יישר כח פארן אונז נישט לאזן צו לאנג ווארטן!
כ'קען שוין קוים ווארטן אויף די קומענדיגע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 9:20 am
דורך אב זקן
מ'האמער יעצט ג'עפענט א טוויטער אקאונט,
מיר האפן דארט ארויף צולייגן און צו מעלדן ווען אימער מיר לייגן ארויף א נייע פארזעצונג, און וואו אויך נאך אינטערעסאנטע אפדעיטס,
http://twitter.com/avzuken
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 10:40 am
דורך איך_הער
מעכטיג איז אפילו נישט די גוטע אויסדרוק, מיין הארץ פאמפט ווי משוגע, מיינע פינגער ציטערן, כ'מוז סטאפן צו טייפן.
יישר כחכם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 10:53 am
דורך bailout
מעכטיג איז פלעין די תנאים כ'מיין די ווארט...
אונז וואטש מיר די נייעס פון די נאנט, און אונז ערווארט מיר אז ווי נאר פרישע נייעס קומט אריין זאלסטו עס מעלדן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 2:23 pm
דורך סאכדעס
משוגע צו ווערן, כ'לייען אן אן אטעם.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 6:57 am
דורך שמאטע
עפעס נישט פלעין וואס די ווארפסט דא צאם!!!..... יוי איז דעס שרעקעדיג..

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 8:22 am
דורך שמויגער
איך האף אז די גייסט אונז נישט לאזן ווארטן ביז נאך שבת !!!
פארעפענטליכט: שבת מאי 08, 2010 8:11 pm
דורך אב זקן
צוואנציגסטע פארזעצונג
-------------------------------------------
אזוי וואו מיר האבן געצויגן די פארזעצונג צו אפאר ענגלס גיימיר יעצט מאכן א פארזעצונג פון פריער און איבער גיין וואו אלעס האלט און דערנאך גיין ווייטער,
פון טערקיי האבן זיך אריין געכאפט אפאר אגענטן געפירט דורך סעם,
זיי זענען געשטעלט ארויסצוראטעווען מאחמוד'ס משפחה, זיי דארפן זיך טרעפן ביי די דריטע סטאפ און דארט וועלן זיי זיך קאנטעקטען מיט די פייגל קאוד.
מאחמוד זיצט אונעם האטעל און זעהט אויפן לעפטאפ עפעס וואס האט אום אויפגעשוידערט, ער רופט אן דעני...
דעני רופט צוזאם א מיטינג און ביי די מיטינג מעלדט ער א באמבע....
די אקציע פון ראטעווען מאחמוד איז אויף האלד ביז וואו לאנג א אנדערע אקציע ווערט נישט אויסגעפירט....
די אנדערע אקציע איז א אקציע וואס קיינער האט זיך נישט געחלום'ט....
אבער די פארלאנג איז געווען זייער קלאר, דעני פארלאנגט צו פארכאפן עלי.....
עלי איז דער וואס איז שולדיג און די געפלאנטע דורכגעפאלענע אקציע פון אינטער לייגן די באמבעס,
פאר די אקציע איז נישט דורך גייט מען נישט ווייטער מיט גארנישט!
האט דעני געשטורעמט!
עלי איז אויפן וועג צו די אויספארשונג פונעם געטראפענע קאר פון מאחמוד,
אויפן וועג האט אום א אומאידענטעפאצירטע מאן אריין געווארפן און זיין קאר א פאפיר, אויפן פאפיר איז געשטאנען אז עלי זאל נישט גיין אהין,
נאר ער זאל זיין ביז אפאר מינוט ביי די מאלל אפאר גאסן ארויפציער, און ווארטן אויף א קאלל פון די פאבליק פאון.
יעצט ליינט ווייטער.
מאחמוד'ס ווייב גייט אראפ ביי די דריטע סטאפ וואו אפגעשמועסט, זי קוקט זיך ארום רעכטס און לינקס אבער זעהט קיינעם נישט, קיינער קוקט נישט אדער דרייט זיך נישט און איר ריכטונג, פארלוירענערהייט נעמט זי ארויס איר פאון און טעקסט איר מאן אז זי זעהט נישט קיינעם...
מאחמוד שיקט ווייטער די מעסעדזש צו סעם, סעם ריספאנדט אז מאחמוד זאל אום געבן איר סעלפאון נאמבער ווייל פון יעצט און ווייטער גייט ער דילען מיט איר דיירעקט, מאחמוד שיקט אום איר סעל נאמבער, און מאחמוד שיקט פאר זיין ווייב אז זי גייט שוין באקומען א טעקס פון די נאמבער וואו זי זאל ווייטער גיין, און מאחמוד האט איר געוואונטשען א סעף טריפ....
דאס איז די לעצטע מאל וואס מיר רעדן, דאס נעקסטע מאל וועט זיין אויף די אנדערע זייט וועלט..... אויב מיר וועלן עס דערלעבן.....
רעד נישט אזוי, מיר וועלן עס זיכער דורך מאכן... איך וועל דיך אינזין האבן....
מאחמוד'ס ווייב באקומט די מעסעדזש אז זי זאל קוקן און איר הענד בעג, דארט ליגט א קליינע פעיפער מיט אינסטראקציעס.... די פעיפער איז אריין געלייגט געווארן בשעת זי איז געשטאנען צודריקט אויפן טרעין...
סעם זאגט איר אז אזוי וואו ער האט באקומען די באפעל זיך נישט צו באווייזן זיין פנים נאר די לעצטע מינוט, און דא האט ער איר באקומען אביסעל צו פרי, האט ער געמוזט מאכן די שפיצל....
אבער זארג נישט, ביז אפאר שעה קום איך דיך אויף פיקן, דערווייל גיי צו די האטעל וואס מיר האבן אפגעשמועסט די רעזעוואציעס איז שוין געמאכט, קענסט גראד גיין צום דעסק נעמען די שליסלך, דיין נאמען פון יעצט און ווייטער איז 'הענע ריז' און די בעביס נאמען וועט זיין 'נעניא ריז', געב אן די נאמען ביים דעסק, און פון דארט ווארט אויף מיין אינסטראקציעס, דערווייל ארבעטן מיר אויף די פאפירן...
---
עלי קלערט צו זיך, זאל איך גיין ווייטער צום וואסער אדער זאל איך פאלגן די צעטיל?
נע.... ס'פאסט מיר נישט!
איך גיי ווייטער, קיינער וועט מיר נישט איינטיילן וואו צו גיין...
עלי פארט ווייטער...
א בלינדער וואלט געקענט זעהן אויף אום אז ער איז אנגעצויגן אויפן העכסטן גראד, ס'קען זיין אז ס'פאסט אום נישט צו טוישן זיינע פלענער אבער יענער האט אום פיין אנגעדרייט,
אזוי פארט עלי רואיג.... זיינע מחשבות דריקן אום געפערליך....
אונמוטן שפירט ער א... זעץ....
איינער פון אונטער אום האט בטעות אריין געזעצט און אום.....
קיין גרויסע שאדן איז עס נישט געווען אבער געניג אז זיין בעק לייט האט זיך אויסגעשאסן...
ביידע קארן רוקן זיך און א זייט, ביידע קומען ארויס פון די קאר צו זעהן וואס עס איז געשען.....
ארויסקומענדיג פון די קאר האט עלי געזען אז ער קען די פנים....
יענער וואקט גראד צו צו עלי, און רוימט און אריין און די אויער, פארוואס קענסטו נישט פאלגן וואס איך בעט דיר, ס'האט טאקע געדארפט אויספעלן אז די זאלסט פארלירן דיין שפיגל אז די זאלסט איינזעהן אז איך מיין עס ערענסט??
יעצט פאלג וואס איך זאג דיר, היינט נאכט אכט אזייגער וויל איך דיר טרעפן און די שטאטישע פארק ביים וואסער...
ברענג קיינעם נישט מיט, און קיינעם מיין איך קיינעם אן אויסנאם, און איך בעט דיר זיי נישט קיין חכם....
דארט זאלסטו ווארטן אויף מיר, און איך זאג דיר קלאר אז איך מיין דיין גוטס ווייל דיין לעבן איז און געפאר.....
עלי טראכט אום איבער צופרעגן אבער יענער זעצט זיך צוריק אריין און די קאר און פארט אפ פון דארט..
עלי שטייט ביי זיין קאר פארגליווערט, וואס מיינט דאס?
וואס וויל מען פון מיר..?
מיין לעבן איז און געפאר?
איין זאך איז זיכער, עלי גייט קיין חכם נישט זיין, היינט נאכט אכט אזייגער בין איך דארט.....
---
אכט אזייגער ביינאכט.
עלי קומט אריין אונעם פארק ער זעהט נישט גארנישט ער קוקט זיך ארום, די פלאץ איז שטיל.....
קיין נברא דרייט זיך נישט....
ער פאנגט שוין אן צו טראכטן ווער האט מיך געבעטן, אפשר וואלט איך נישט געדארפט קומען....
נערוועזערהייט נעמט ער ארויס זיין ציגארעטל באקס שלעפט ארויס א שטיקל... און מיט א אנגעצויגענע געמיט בלאזט ער ארויס די רויעך...
פון אינטער אום אומבאמערקטערהייט שפראצט ארויס א מאן, און פרעגט אום, וואו אזוי שפירסטו?
עלי כאפט זיך אז דאס איז די קאוד, און ענטפערט, בעסער.
גוט, געט זיך די מאן א רוף אן, לאמיר זיך אראפ זעצן און ביים וואסער, מיר האבן אסאך צו רעדן.
---
דעני, ענדיגט זיין סטעיטמענט און הייבט זיך אויף און וואקט ארויס פון די מיטינג, לאזענדיג זיינע ארבעטערס געפלעפט,
איינער דארט און אפיס האט אבער אויפגענומען די אינפארמאציע און גאר אן אנדערע פארמאט,
קיינער האט נישט באמערקט וואו דעניס נאנסטע מענטש שטעלט זיך אויף און גליטשט זיך ארויס פונעם מיטינג רום, און מיט די עק פון זיין אויג קוקט ער צוריק צו קיינער קוקט אום נישט נאך,
נאכן זיין אויף א פארזיכערטע פלאץ, האט ער ארויס געשלעפט זיין טעלעפאון און רופט אן זיין קאלעגא,
ווער איז דאס? פרעגט דער אויף די אנדערע זייט טעלעפאון,
דאס איז "אגענט מארס"
אה... וואס טוט זיך? שוין לאנג נישט געהערט פון דיר,
איך וויל אז די זאלסט נאך היינט טרעפן א וועג צו רעדן מיט עלי אויף א שטילע פלאץ, און לאז אום וויסן אז די אמעריקאנע האבן פאריפן א אקציע אויף אום....
זיין לעבן איז און געפאר....
זאג אום נישט ווער די ביסט אבער אז די וועסט אום זאגן אז "אגענט מארס" האט דיר געגעבן די אינפארמאציע וועט ער פארשטיין...
זאג אום אז איך וועל מיך שוין קאנטאקטען מיט אום...
ער זאל גארנישט טון וואו לאנג איך לאז אום נישט וויסן....
פיין,
----
עלי זיצט און פארק און הערט וואס די מענטש דא געט אום איבער....
הערשט יעצט כאפט ער אז זיין לעבן איז טאקע געווען און געפאר... און ס'איז נאך אלס... ווייל וואו נאר עלי האט געהערט די נאמען "אגענט מארס" האט ער געוואוסט אז די אינפארמאציע איז די מערסטע אקוראט וואס קען נאר זיין,
אגענט מארס איז אן אינטערעסאנטע אגענט, קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז, ער האט זיך אליין אנגעטראגן פאר זיין שטעלונג, און זיין אינפארמאציע איז אויסטערליש אקוראט,
ס'איז נישטא קיין וועג זיך צו פארבינדען מיט אום, ער איז דער וואס פארבינד זיך מיט וועם ער וויל און נאר ווען ער וויל...
אבער די טארסט גארנישט טון יעצט, זאגט ער פאר עלי, די זאלסט ווארטן אויף "אגענט מארס" ער וועט דיר לאזן וויסן וואו אזוי צו האנדלען ווייטער, דערווייל זאלסטו האבן אפענע אויגן אבער גארנישט טון עפעס וואס ברענגט פארדאכט,
אזוי שמוסענדיג האט זיך עלי'ס פאון צוקלינגען.....
---
סעם קלאפט צוזאם די לעצטע פאר זאכן ער זעצט זיך אריין און די קאר מיט זיינע צוויי אגענטן, מ'גייט אויף פיקן די נייע משפחת ריז פונעם האטעל, און מ'גייט זיך ארויס לאזן אויפן וועג,
סעם האט נישט באמערקט אז א וויידל האט זיך צוגעטשעפעט צו זיין קאר......
סעם פארט זיך רואיג יעדע פאר מינוט קוקט ער און שפיגל זעהן צו קיינער פארט אום נישט נאך...
אויף איין קאר האט ער באקומען א חשד אז יענער איז דא אום צו פאלאון.....
סעם איז דאך געלערנט פאר אזאנע אקציעס, ער נעמט זיך פארן גאר שנעל..
אבער די קאר וואס פארט אום נאך איז אויך איינער וואס האט ערפארונג און דעם געביט...
סעם זעהט אז אזוי וועט ער אום נישט קענען אפשאקלען האט ער פראבירט א צווייטע וועג, ער האט זיך געגעבן א ווילדע דריי איין, אבער די קאר וואס פארט אום נאך האט זעהט אויס אויך געהאט א פיינע לערער און דער האט נאכגעטוהן די זעלבע מאוו....
סעם זעהט אז די מצב ווערט זייער שמאל, אט אט און די קאר דערגרייכט אום.......
וואס טוט מען דא.....
צופיל צייט צו טראכטן איז נישט געווען...
סעם געט ארויס די ארדער פאר זיינע צוויי אגענטן וואס זיצן און די בעק,
נעמטס ענק שיסן....
ס'איז נישטא קיין צוויי ברירות.....
די צוויי און די בעק שלעפן ארויס זייערע גאנס, סעם געט א דריי די קאר זייטיג מיט די ווינדאוס אראפגעלאזט
צוויי קוילן זענען געפלויגן צו די ריכטונג פון די קאר......
ביידע פראנט רעדליך זענען דערלעכערט געווארן...
א קוויטש האט זיך געהערט פונעם צווייטן קאר, און די קאר איז געקומען צו א שארפן אפשטעל......
סעם זעהט וואס עס גייט פאר, ער טראכט נישט קיין סאך, געט זיך א זעץ ארויף אויפן געז פעדל און יאגט אפ פון דארט.....
די אקציע איז דורך מיט סוקסעס....
--
די אגענט וואס איז נאכגעפארן סעם האט זיך געטראפן אפגעפאטשט ווען ער האט געכאפט וואס מ'האט געטון מיט אום.. מ'האט אום געלעכערט ביידע רעדער....
ער רופט אן זיין מענעדזשער עלי..
ער מיז אום דערציילן וואס ער האט געהאט....
די און די פארדעכטיגטע קאר האבן אויסגעזען וואו אויסלענדישע...
די חשד איז געווען גרויס...
אבער יעצט נאך אזא אקציע איז ער זיכער אז די חברה זענען פון די נישט גוטע...
אזאנס מיז זיין מענעדזשער וויסן....
--
עלי זעהט אויף זיין טעלעפאון אז איינע פון זיינע אגענטן זיכן אום מיט,
ער הייבט אויף די טעלעפאון......
עלי הערט אויס וואס די רעדע איז....
עלי כאפט אז לכאורה זענען די אויסלענדישע א חלק פון די גרופע וואס זענען געקומען אום צו פארכאפן.....
נאר פון טראכטן אזא געדאנק איז עלי געווארן קאלט און הייס.....
שווייס רינט פון אום...
עלי זאגט אום אז ער לויפט יעצט אריבער און אפיס און ער גייט ארויסגעבן א קאוד גרין אלערט.....
וויפיל מענטשען זענען געווען און די קאר?
דריי, א דרייווער מיט צוויי שיסערס...
גוט, איך גיי אריבער און אפיס איך גיי האבן די גאנצע שטאט פארזיגעלט ביז פיפצען מינוט....
טוה דאס נישט, הערט עלי א געשריי,
איך האב די געזאגט אז די זאלסט גארנישט טון וואו לאנג די הערסט נישט פון "אגענט מארס"...
זיי נישט קיין חכם....
די וועסט נאר דערלייגן....
עלי קוקט אום אן,
און מיט כעס פרעגט ער אום, די ביסט אינגאנצען פארריקט?
די חברה דרייען זיך שוין דא און שטאט און די זאגסט מיר אז איך זאל גארנישט טון?
איך זאג דיר נאכאמאל, "אגענט מארס" ווייסט וואו די אקציע האלט און ער וועט דיר לאזן וויסן וואס די האסט צו טון, קיין זאך זאלסטו נישט טון פאר ער זאגט דיר,
די קענסט נאך פארהארגענען און ערגער מאכן זאכן....
איך וועל טון וואו איך פארשטיי...
מיין לעבן איז און געפאר און איך וועל טון וואס איך האלט אז ס'וועט גוט זיין פאר מיין לעבן.....
עלי שפאצירט אוועק און זעצט זיך אריין און די קאר,
---
"אגענט מארס" רופט אן קיין איראן ער וויל הערן וואו אזוי די מיטינג מיט איז דורך מיט עלי,
ווען ער האט אבער געהערט אז עלי האט גענומען זאכן אליין און די הענט האט אום דאס זייער אויפגערעגט...
גוט, איך וועל אליין רופן עלי און אום מסביר זיין אז ער הארגעט זיך אליינס מיט דעם.....
--
עלי קומט אן און אפיס, זעצט זיך צו צום קאמפיוטער, ער דעקלערט קאוד גרין, וואס דאס מיינט אז יעדע אקטיווע אגענט מיז שוין קומען צו די העד קוואטערס....
עלי זעהט אויף זיין איידי א פרעמדע נאמבער, ער הייבט אויף און פרעגט ווער ס'איז אויף די אנדערע ליין,
"אגענט מארס"
הער צו וואס איך זאג דיר עלי,
די ביסט א אויבער חכם די פאלגסט נישט,
צו פארשטיין פארוואס איך האב דיר געזאגט אז די זאלסט נישט טון גארנישט איז וועגן איין זאך......
ביי דיר דרייט זיך א מסור.....
זיין נאמען איז...... ""אבאס"""
יעצט פארשטייסטו פארוואס איך האב דיר געהייסן איינרוען?
יעצט רוף צוריק די אלערט וואס די פלאנסט, און איך ווארן דיך נאכאמאל,
און דאס איז די לעצטע מאל וואס איך גיי דיך ווארענען,
לערן דיך אויס צו פאלגן!!
פארזעצונג אי"ה.
פארעפענטליכט: שבת מאי 08, 2010 8:21 pm
דורך קרעמער
און איך לערן מיך אויס צו באדאנקן! אוי נעמסטו אונז אויף א רייד.
אוטש.. וואס שיסטו אויס די פאדערשטע רעדער??
פארעפענטליכט: שבת מאי 08, 2010 8:33 pm
דורך למעלה משבעים
בבבבבבזזזזזזזזזז, מיינע ציינער קלאפן, יו ביזטו גוט.
איך ווארט שוין אומגעדולדיגט אויף די נעקסטע.
פארעפענטליכט: שבת מאי 08, 2010 9:34 pm
דורך שמיי_דריי
מעכטיג אבער דו ביזט צו שטארק אויף די אראבישע זייט. דאס ציהט דאך מיר אן אויפן העכסטן גראד.
וואס מאחמוד האט געזעהן אין די קאמפיוטער דאס האסטו נאך אלץ נישט געוואלט דערציילן.
פארעפענטליכט: שבת מאי 08, 2010 10:46 pm
דורך פונקטליך
יייייייייייייייייייייווווווווווווווווווווווווו
וואס גייט דא פאר?!..
א רריייייייייייזיגן שכוח!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 5:50 am
דורך הערשי קניהויז
אב, צום צוואנציגסטע מאל, דו ביזט עפעס נישט נארמאל גוט. שכח.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 9:24 am
דורך ווילדער קאפ
פארפאלן. מען וועט מיזן זאגן טענקס פאר אזא רייד!
קיפ גאואינג...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 10:44 am
דורך איך_הער
כ'האב די זעלבע טענות ווי שמיי דריי, עפעס זענען די אראבער צו טויגליך, ס'געפעלט מיר נישט, פונקט א ווי אייביג, מוז איך שרייבן קורץ, (מיינע פינגער ציטערן, און כ'טייפ יעדע פאר ווערטער קרום, און כ'מוזעס איבער טייפן.)
כ'בעטעך, ווייז אביסל אז די אמעריקאנער טויגן אויך, צופיל דאפעלטע שפיאנען, כ'ווער באלד צודראדעלט, ווער ס'איז עכט און ווער נישט.
א הארציגן דאנק, מאכסטעס זייער זייער גוט.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 12:28 pm
דורך הערשעלע
יעצט פארשטייסטו פארוואס איך האב דיר געהייסן פארזעצן?
יעצט ברענג שנעל די פארזעצונג וואס די פלאנסט, און איך בעט דיך נאכאמאל,
און דאס איז די לעצטע מאל וואס איך גיי דיך בעטן,
לערן דיך אויס צו פאלגן!!
פארזעצונג קומט נישט.
אב, יו אר דע בעסט!!!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 12:42 pm
דורך i follow
thank you old father
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 1:23 pm
דורך סאכדעס
מעכטיג.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 2:01 pm
דורך קהת
נישטא קיין ווערטער................. שכויעך
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 7:21 pm
דורך over night kugel
זייער גיט !!!!אבער ציפיל דאפעלטע אגענטן
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 8:09 pm
דורך וואדקע
איך פאנג שוין אן צו טראכטען אז אב זקן איז אליין עפעס אן אגענט, מ'קען קיינעם נישט טראסטען,
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 8:31 pm
דורך אב זקן
וואו שוין געמאלדן אויף טוויטער האפן מיר אי"ה מארגן ארויף צו לייגן די איין און צוואנציגסטע פארזעצונג.
איך מיין אז מ'וועט הנאה האבן דערפון,
מיר קוקן ארויס אויף אייערע קאמענטס.