בלאט 12 פון 20

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 30, 2010 4:24 pm
דורך אב זקן
מיר האפן ווייטער אנצוהאלטן מיט די פארזעצונג'ן

אי"ה נעקסטע וואך וולען מיר גיין ווייטער.

א גוט שבת.

פארעפענטליכט: שבת מאי 01, 2010 8:36 pm
דורך למעלה משבעים
וואוי, מיר ווארטן אומגעדולדיג...

פארעפענטליכט: שבת מאי 01, 2010 8:36 pm
דורך שמערי בערי
פיינע נייעס!

פארעפענטליכט: שבת מאי 01, 2010 9:42 pm
דורך ווער בין איך?
שכוח!

צום סוף האט מען דערווישט נאך א באמבע פאר'ן אויפרייסן

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 02, 2010 1:09 am
דורך TAG

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 02, 2010 10:26 am
דורך קעכער
שכוח אויף ביז יעצט,

און איך קען שוין קוים ווארטן אויף די קומענדיגע...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 02, 2010 10:29 am
דורך ווילדער קאפ
אָה! גוד ניוס!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 02, 2010 7:48 pm
דורך קהת
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די האסט געווארט ממשיך צו זיין, די האסט געוואלט אז מען זאל קודם טרעפן די באמבע ביי די טיימס סקווער וואס האט נישט אויפגעפלאצט....

זאגמיר יעצט האט מען שוין יא געטראפען אלע באמבעס?

נא נא מיר געבן שוין איבער..... וואס איז FBI'ס נאמבער?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 6:50 am
דורך אב זקן
אכצענטע פארזעצונג


--------------------------------------



לאמיר אביסעל צוריק גיין און זיך אויפפרישן וואו מ'האלט מיר,

די אמעריקאנע טעראריסטן וואס האבן געארבעט פאר א באהאלטענע צווייג אונעם איראנע רעגיגונג דורך צופירן א אקציע אויף די אמעריקאנע באדן, זענען דורך געפאלן נאכדעם וואס מאחמוד די העלד פון אונזער געשיכטע האט פון ביי זיך אינדערהיים אפגעשטעלט די אטאקע דורך א מיסטירעזישן אופן,
אבער פאר אויסטויש האט מאחמוד פארלאנגט פון די אמעריקאנע רעגירונג אז זיי מיזן אום מיט זיין פאמיליע ארויס טראגן פון איראן און געבן אזיל רעכט און אמעריקא,

זיין פאמיליע איז נישט אזוי שווער ארויסצושווערצן, מיט אפאר פאלשע פאפירן און אביסעל מזל קען מען עס מאכן,

אבער ארויסצוראטעווען מאחמוד דאס איז שוין גאר א צווייטע פרשה.

מאחמוד איז א רעגירונגס ארבעטער, און נישט סתם אן ארבעטער נאר פון די הויעכראנקיגע פאזיציעס,
אויף אזאנע מענטשען האלט איראן אן עקסטרע אויג אז זיי זאלן זיך נישט ארויס גליטשן און דעפעקטירן צו די מערב לענדער און דארט דערציילן די סודות פון אינדערהיים,

ווען אמעריקע האט זיך אונטער גענומען אז זיי גייען אום ארויסראטעווען האבן זיי נישט געהאט די מינדעסטע השגה וואס פארא שוועריקייטן ס'גייט זיי אפווארטן.


לאמיר גיין פאוואליע.


די אקציע פון די אמעריקאנע זייט איז איבערגעגעבן געווארן פאר די סי איי עי (סא"ע) ווייל דאס איז א אויסלענדישע אקציע, אבער איין זאך, די פב"א האט אראפגעשיקט זייערס א מענטש אז ער זאל שטיין צו די רעכטע הענט פון מאחמוד,
לואיס האט זיך געדארפט צוזאם קלאפן זיינע פאר זאכן און זיך גרייטן ארויסצופארן און אריין גיין אונעם פיסק פון לייב און דארט העלפן ארויסראטעווען מאחמוד,
לואיס איז געווען א גרויסע שפראך קענער, אראביש איז נישט געווען פליסיג ביי אום אבער אויף דורך צושטופן האפענדיג אז ביז א טאג צוויי וועט מען זיין אינדערויסן פון דארט.


מאחמוד וואו מיר געדענקן זיצט ביי אבאס און אפיס,


די טעלעפאון צוקלינגט זיך, אויף די אנדערע ליין רעדט צו אום אן אומבאקאנטע קול,
דא רעדט דעני, זאגט די שטימע,

איך ארבעט פאר סא"ע און איך בין און טשארדזש אויף אפערעשאן פייגל, דאס איז די נאמען פון די אפעראציע וואס דיין אנטלויפן גייט הייסן,

מאחמוד, גריסט אום צוריק און פרעגט אום מיט וואס ער קען אום העלפן, און וואס מ'פארלאנגט פון אום צו טון,

ערשטענס וויל איך דיר זאגן, אז מ'האט דיר טאקע צוגעזאגט אז ביז פיר און צוואנציג שעה נאך די אקציע גייסטו זיין אינדערויסן פון איראן, דאס איז א זאך וואס יעצט זעהן מיר אז מיר גייען דאס נישט קענען אויספירן,
אבער אזויפיל יא, דיין משפחה וועט יא זיין אינדערויסן פון דארט ביז פיר און צוואנציג שעה,

וואס מיר דארפן יעצט פון דיר איז א קלייניקייט, מיר דארפן בילדער פון דיר מיט דיין פאמיליע,
איך וויל נישט אז די זאלסט שיקן די בילדער דורך אימעיל אדער וואס,
ווייל דאס קען אויפגעכאפט ווערן, איך וויל אז ביז פינעף שעה פון יעצט, זאלסטו זיין ביי די אינטערערדישע באן סטאנציע נעבן דיין הויז, שטעל דיך דארט און ווארט אויפן באן,
מאך זיכער אז די שטייסט מיט דיין משפחה אנגעלאנט אויף די וואנט און די פנים'ער זאלן קוקן אויפ'ן באן, איינע פון מיינע חברה וועלן זיין אויף איינע פון וואגאנען און ער וועט כאפן בילדער פון די משפחה, אזוי וועט ער האבן בילדער פאר די פאלשע פאספארטן וואס ער גייט שפעטער ניצען,
נאך א האלבע שעה וואס די גייסט ווארטן קענסטו דיך צוריק אויסדרייען און אהיים גיין, מיר וועלן דיך שוין לאזן וויסן וואס ווייטער צו טון.

און אויך פארשטייט זיך די זאלסט איינמעלדן און ארבעט אז די פלאנסט נישט צו קומען פאר די נעקסטע פאר טאג, טרעף עפעס א גוטן אויסרייד אבער נישט עפעס וואס גייט זיי אלערטן,

נאך א קלייניקייט, אויף קיין פאל טאר מען נישט רעדן פון יעצט און ווייטער וועגן די אפערעשאן, די קענסט זאגן אז 'די פייגל פליט נישט' וואס דאס גייט אנדייטן אז עפעס טויג נישט,
אדער, 'די נעסט האב איך פלאצירט' וואס דאס מיינט אז די משפחה איז פלאצירט געווארן וואו אפגעשמועסט, אבער און קיין פאל נישט דערמאנען קיין ווארט.

מאחמוד הערט זיך צו, ס'גפעלט אום די גאנג וואס סא"ע נעמט, שטילערהייט צו זיך טראכט ער,
דאס זעהט אויס וואו ריכטיגע חברה, נישט וואו די פב"א וואס מיר האבן ביז יעצט געהאנדעלט..

מאחמוד לייגט אראפ די פאון,
און קורצען געט ער איבער פאר אבאס וואס די שמועס איז געווען,
אבאס הערט זיך צו, און מיט אויגן פול מיט קנאה געזעגנט ער זיך פון מאחמוד, וואונטשענדיג אום אסאך הצלחה,

מאחמוד גייט ארויס פון אבאס'ס הויז און ריכטונג צו זיין היים, אויפן וועג כאפט ער זיך אז ער האט ניטאמאל אריין גערופן זיין בעה"ב איינמעלדן אז ער קומט נישט אריין היינט,
און וואו אויך אז ער פלאנט נישט צו קומען די נעקסטע פאר טאג, אויפן מינוט קען ער נישט דערטראכטן א גוטן תירוץ, אפשר באלד וועט אום בייפאלן עפעס.

מאחמוד קלערט אז ווען ער וועט אנקומען אהיים וועט ער אלעס ערלעדיגן,

אנקומענדיג אהיים ווארט אום אפ זיין ווייב אינגאנצען אנגעצויגן, זאגענדיג אז זיין מענעדזשער הערט אום נישט אויף צו זוכן ער רופט די פיפצענטע מאל, ער זאגט אז די ביסט נישט היינט געווען און ארבעט, און ער דארף רעדן צו דיר זייער וויכטיג.....

מאחמוד בעט זיין ווייב צו זי וויל מיט אום קומען אויף א שפאציר ווייל ער וויל רעדן צו איר,

שפאצירנדיג האט מאחמוד פארציילט און קורצן אלעס וואו אזוי זיין טאג איז אריבער און וואס די מצב יעצט איז,
זיין ווייב איז געווען און א טיפע שאק פון די אינפארמאציע וואס זי האט געהערט,
זי האט נאר געוואלט וויסן פון וואו מאחמוד איז אזוי זיכער אז די אמעריקאנע קענען טאקע וואס זיי זאגן צו,
מאחמוד איז איר מסביר אז דערלייגן קען ער נישט, ער מיז יעצט גיין ווייטער און פאלגן,
ס'איז בייגעפאלן פאר מאחמוד א גלענציגע עצה, ער זאגט פאר זיין ווייב אז ער דארף איר הילף, אויב קען זי צוריק רופן זיין מענעדזשער און אום זאגן אז זי קען אום אויך נישט טרעפן און זי האט מורא צו אלעס איז גוט מיט אום,

וואס איך גיי טון איז וואו פאלגאנד, איך גיי יעצט נעמען מיין קאר, צו פארן צום וואסער זייענדיג נאנט צום וואסער גיי איך ארויס גיין פון די קאר, און מיט א שטיין אויפן פעדעל גיי איך מאכן אז די קאר זאל אריין פארן און וואסער,
וואס איך וויל איז, אז פאליס זאל אנטדעקן די קאר, און ביי זיי זאל איך אריין גיין און די ביכער אז איך בין דערהאגעט געווארן און א פאטאלע עקסידענט,
אזוי וועל איך מיך קענען דרייען פריי פאר די נעקסטע פאר טאג וואו לאנג ס'גייט זיי נעמען מיך ארויס צוראטעוון פון דא.
אבער איין זאך מיינט דאס פאר דיר אז די דארפסט שפילן וואו די ווייסט גארנישט, און ווען די פאליציי גייט דיר קומען מעלדן אז זיי האבן געטראפן מיין קאר ליידיג און וואסער, דארפסטו צוזאמברעכן און א געוויין, און פארשטייט זיך אז די גאנצע צייט דארפסטו זיך אויפפירן וואו די ביסט מורא'דיג צובראכן, איך האף אז די שפיל וועט נאר זיין פאר אפאר שעה, ווייל און ווייניגער וואו פיר און צוואנציג שעה דארפסטו שוין זיין און די לופטן אויפן וועג קיין אמעריקא, אזוי האבן זיי מיר פארשפראכן.

זיין ווייב שטומט צו צו אלעמען,
אבער דאס מיינט אז איך גיי מיך נישט קענען געפונען און קיין שום פובליק פלאץ און די גייסט נישט קענען רעדן צו מיר נאר אויף א וועג וואס קיינער זעהט נישט און הערט נישט,
דאס מיינט אז די גרינגסטע וועט זיין ווען מיר גייען נאר רעדן אויף טעקסט, און נאך יעדע טעקסט וואס די באקומסט פון מיר זאלסטו עס גלייך אויסמעקן,
און וואו פריער געזאגט, איך האפ אז ביז אפאר שעה וועסטו שוין זיין אינדערויסן פון דא, אבער מיר צושיידן זיך יעצט, איך גיי מיך אויסבאהאלטן,
און די שפיל גוט די שפיל,
מאחמוד זעצט זיך אריין און קאר פארט צו צום וואסער וואס איז גראד אינדערויסן פון זיין שטאט,
ממש נעבן די וואסער איז ער ארויס פון קאר, אריינגעלייגט א שטיין און זאאאםםם... די קאר איז אריין געפלויגן און וואסער מיט א ספלעש...

מאחמוד טעקסט זיין ווייב און זאגט איר אז די קאר איז שוין און וואסער און זי קען צוריק רופן זיין מענעדזשער זאגן אז זי ווייסט נישט וואו ער איז,

----

און א גרויסע געביידע אונמוטן שטאט זיצט עלי מיט זיינע מיטארבעטערס, אויסערליך ווייסט קיינער נישט וואס און די אפיס גייט פאר, מ'זעהט נישט קיין קלינעטן קומען אדער גיין, די טיר איז שטענדיג פארשלאסן, די פינעף ארבעטערס און די אפיס האבן אייביג פארמאכטע פנימ'ער, חוץ די גריס פון גוט מארגן און גוטע נאכט האבן זיי גארנישט מיט די אנדערע שכנים אונעם בילדינג.

אבער אונעם אפיס איז שוין גאר א אנדערע מעשה, דארט זיצן די פינעף גרעסטע קעפ פון די איראנע רעגירונג, זיי פירן דארט אינטערערדישע אקציעס, די רעגירונג אנערקענט ניטאמאל זייער וועזן אויסערליך, אבער וואס זיי האבן שוין געטון פאר די רעגירונג איז נישט צום באשרייבן,
פארשטייט זיך אז קיינער ווייסט נישט דערפון און קיינער גייט קיינמאל נישט וויסן.

אונעם אפיס הערשט יעצט א געפערליכן אנגעצויגענקייט,
די מענעדזשער עלי איז גרייט צו שניידן קעפ,
ער איז געוואור געווארן אז די אקציע און אמעריקא איז געווען א וויסטע דורכפאל, וואס פינקטליך איז געשעהן ווייסט ער נאך נישט אבער דאס אז צוויי פון זיינע מענטשען זענען פארכאפט ביי די אמעריקאנע דאס איז ביטערע נייעס,
די גאנצע אפיס איז יעצט איינגשפאנט אויסצוגעפונען וואס דא איז געגאנגען שלעכט, דאס איז קלאר אז ס'איז געווען א אינסייד דזשאב!
איינער האט געוואוסט וואס דא גייט פאר און יענער האט עס אפגעשטעלט....
וואו אזוי און ווער דער יענער איז ווייסט ער נישט און וועגן דעם האט ער געשעטעלט די גאנצע אפיס צו ארבעטן נאר אויף דעם,
אבער דאס אמאל זיכער, ווען ער געפינט אויס ווער דאס איז...
אך און וויי......

אזוי טראכענדיג קומט איינע פון זיינע ארבעטערס צו צו אום און זאגט אום אז ער מיינט אז ער זעהט עפעס....

רופ שוין צוזאם אלע ארבעטערס!
איך וויל אז יעדעס מאל איינער מיינט אז ער טרעפט עפעס זאלן אלע ארבעטערס הערן וואס יענער זאגט, און אויב איז טאקע עפעס דא דעראון זאל יעדער ארבעטן דעראויף צוזאמען, אזוי וועט מען שנעלער קומען צו אן ענד,

אבער, רופט זיך די ארבעטער אן, מאחמוד איז נישטא יעצט, לאמיר ווארטן אז ער זאל צוריק זיין,
וואס הייסט פרעגט עלי, וואו איז מאחמוד?
ער איז נאך היינט נישט דא געווען...

....

רופ אן זיין היים און פרעג זיין ווייב וואו ער איז,

...
זי זאגט אז ער איז נישט אינדערהיים שוין אגאנצען טאג, און זי זיכט אום אויך....

פראביר נאכאמאל און צעהן מינוט.

..

נאך אלס נישט אינדערהיים,
זיין סעלפאון הייבט ער אויך נישט אויף...

איך האב דאס נישט ליב....

...
ס'גייט דורך נאך א שעה, מאחמוד'ס ווייבט איז אויף די ליין, זי פרעגט דערשראקן צו מאחמוד איז און די ארבעט ווייל זי ווייסט נישט וואו ער איז שוין אגאנצן טאג...
פאר עלי שמעקט נישט די זאך... ער גייט ארום פרעגן די ארבעטערס צו איינער ווייסט אפשר וואו מאחמוד איז, אפשר האט ער געזאגט פאר איינעם אז ער גייט היינט נישט קומען?
קיינער אבער האט נישט געוואוסט צו זאגן,
עטס ארבעטס ווייטער האט עלי אויסגערופן, איך וועל פראבירן צו דערגיין וואו ער איז,

---

מאחמוד טעקסט זיין ווייב אז ביז א האלבע שעה זאל זי אראפ גיין צו די טרעין סטעשען ביי זיי אינדערהיים, און דארט זיך שטעלן ביים וואנט, ווייל איינער גייט דורך פארן און כאפן א פיקטשער פון זיי,

---

דערווייל איז מאמוד געגאנגען זיך אריין טשעקן און א האטעל, באצאלט מיט קעש און דארט גייט ער אויסווארטן ביז די נעקסטע סטעפ,
ער זעהט אז מ'זוכט אום פון דזשאב, זיין טעלעפאון הערט נישט אויף צו קלינגן, ער פארשטייט אז דאס מיינט אז מ'זוכט אום זייער שטארק, אבער פארשטייט זיך אז ער קען נישט אויפהייבן.
--

די ארבעטערס און עלי'ס אפיס האבן פלייסיג געארבעט, איינער האט פראבירט דורך צו גיין די פיילס זעהן צו איינער האט עפעס פארדרייט, אן אנדערע ארבעטער האט געארבעט איבער צו קוקן אלע רעקארדס פון די טעלעפאון זעהן צו קיינער האט נישט ארויסגעקאלט פונעם אפיס צו א פרעמדע נאמבער,
אזוי נישטערענדיג זעהט די ארבעטער אז אפאר מינוט נאך וואס די אטאקע האט געזאלט פארקומען, איז עפעס אריין געקומען א מיסטירעזישע פאון קאלל צו די מענדזשער עלי......
די פאון נאמבער פון וואו די קאל איז געקומען איז נישט ליסטעד, אבער די עריע קאוד איז פון די געגענט....

די ארבעטער רופט שנעל אן עלי און פרעגט אום צו ער געדענקט אזא קאלל, נאך צוויי מינוט האט זיך עלי געכאפט פון וואס די רעדע איז, און אז ער וואונדערט זיך טאקע ווער יענער איז געווען, די זאך איז געווען זייער פארדעכטיגט אבער ער האט נישט געטראכט אז דאס איז פארבינדען,
אבער יעצט פאנגט ער שוין אן צו טראכטן אז אפשר גאר איז עס יא עפעס וואס מ'דארף טיפער גריבלן,
די ארבעטער זאגט אום אז די טעלעפאון נאמבער פון וואו יענער האט גערופן איז נישט ליסטעד אבער אויב קענסטו מיר זאגן וואס די שמועס איז געווען קען איך פראבירן צו גיין ווייטער,
עלי דערציילט אום און קורצן וואס די רעדע איז געווען,
די ארבעטער רופט זיך גראד אן אז וואו ס'זעהט מיר אויס האט ער דיר געוואלט אוועק שלעפן פון דיין דעסק....
איך מיין אז די מענעדזשער זאל איבער קוקן זיין קאמפיוטער צו איינער האט נישט געבאבערט אינצווישן, זאגט ער פאר עלי מיט רעספעקט,

ס'האט נישט גענומען צו לאנג פאר עלי צו כאפן די אימעיל קאנווערסעשען וואס איז געשיקט געווארן און זיין נאמען.....

עלי האט נישט צו לאנג געדארפט טראכטן ווער דאס האט געקענט זיין,

אלע חשדות זענען געפאלן אויף מאחמוד.......

ער איז די איינציגסטער וואס איז אזא קאפ.....
ער איז די איינציגסטער וואס איז אזא דזשעני און העקן קאמפיוטערס......

מאחמוד 'מיט זיין משפחה' זענען ארויף אויף די שווארצע ליסטע.....

עלי האט אריינגערופן די R3 (אזוי וואו עף בי איי און אמעריקע) און פארלאנגט א באלדיגע באלעגערונג ארום מאחמוד'ס הויז,
נישט קיין ארעסט, האט עלי געזאט, מאחמוד'ס ווייב זעהט נישט אויס וואו זי ווייסט עפעס, אבער א פיר און צוואנציג שעה וויידל דארף זיכער דארט זיין,
אזוי אויך איז מאחמוד'ס נאמען ארויף געקומען אויף די איראנע שווארצע דעטע בעס אז ער טאר פאר קיין געלט נישט פארלאזן דאס לאנד, און אויב זעהט מען אום אדער זיין קאר מיט די פלעיט נאמבער זאל מען גראד רופן די R3 ......

אויך האט עלי אריין גערופן די לאקאלע פאליציי און פארלאנגט פון זיי א סערטש אונעם גאנצן שטאט, יעדע שטיינדל און שטאט זאל געריקט ווערן פון פלאץ און מ'זאל טרעפן מאחמוד טויט צו רויט!! האט עלי געדינערט!

-----
מאחמוד זיצט און האטעל און ער חלומ'ט נישט אז ער איז יעצט די נאמבער איינס מאן וואס די געהיימע אגענטור זוכט..

----

וואס עלי האט נישט געוואוסט איז ער האט דא אריינגעביסן מיט א שווער ביינדל, מאחמוד איז שוין גארנישט קיין מאפעל קינד....

וועט אבער געלונגן פאר מאחמוד זיך צו שלאגן מיט די גרעסטע קעפ און די רעגירונג?
ליינט

פארזעצונג אי"ה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 8:36 am
דורך פונקטליך
WOW!!!
זוי זוי שרעעקעעדיג!

דער מאחמוד איז דאך אזא נער, ער האט נישט געטראכט אז מ'וועט אים זיכן?

עניוועי א גרויסן שכוח, מיר ווארטן אויף די קומענדיגע.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 9:04 am
דורך קרעמער
גוט גוט.

הגם פון יעדע טעקסט בלייבט א רושם אפילו מען מעקט עס תיכף אויס.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 9:39 am
דורך ווילדער קאפ
;l;p- טענקס!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 2:46 pm
דורך דארפסמאן
גיט הייבט מיך ווייטער אן אונציציען

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 3:46 pm
דורך קאר אינשורענס
ווילדער קאפ האט געשריבן:;l;p- טענקס!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 4:02 pm
דורך שמאטע
WOW דעיס קיקט אויס ווי ס'גייט זייו אסאך פאן דא, אינז ווארטמער צי הערן וואס דא איז געווען ווייטער,
שכח אב פאר די הערליכע שפאנענדע מעשה .

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 4:38 pm
דורך DONE
thank you
BTW since i remember you are the only one that wrote one continuation right after the other and also finished and started the next one

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 7:33 pm
דורך איך_הער
טאטעלע, ס'איז א שיינע סורפרייז, מ'האמער זיך נישט געראכטן דערויף, א הארציגן יישר כח, ס'פארט זייער פיין. גוט אנגעצויגן. קיפ איט אפ.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 8:51 pm
דורך שמערי בערי
איך קענישט ליינען ווייטער, ס'צו אנגעצויגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 7:38 am
דורך איך_הער
שמערי, נאר וועגן דעם קענסטו נישט ליינען ווייטער? איך קען נישט ליינען, ווייל כ'האנאכנישט וואס....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 7:54 am
דורך למעלה משבעים
אב ;l;p- ;l;p- די ביזט איבער מעכטיג, האלט אן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 04, 2010 8:01 pm
דורך ווארד2007
העי העי, נישט פעיר
איך בין פונקט דא אריינגעפאלן צו שרייבן א דזשאוק וועגן טיימס סקווער
ווען נישט די באמבע פון טיימס סקווער טרעט איך דא נישט אריין

ווייסט שוין יעדער אז מען האט שוין אנגעהויבן די נעקסטע וואכעדיגע שיעור?????

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 4:54 pm
דורך אב זקן
ניינצענטע פארזעצונג


--------------------------------------




פון טערקיי האבן זיך דריי אגענטן אריין געכאפט קיין איראן, זיי זענען נייע אגענטן זענען נאך אויף קיינעמס ליסט נישט,

פון אמעריקא האט מען זיי איבער געגעבן אז די אקציע גייט זיין ארויס צו נעמען א פרוי מיט א קינד מיט פאלשע פאפירן,
די פרוי מיטן קינד גייען ווארטן אונעם סטאנציע נאמבער 11 זיי גייען זיך אנליינען אויפן וואנט און די אגענטן גייען דארפן כאפן א בילד פון זיי און דערנאך אויסשטעלן פאלשע פאפירן פאר די צוויי, און ווען דאס איז גרייט זאלן זיי קאנטאקטן דעם נאמבער און געבן ווייטערדיגע אינסטראקציעס,
די אקציע טאר נישט געדויערן מער וואו אכצען שעה!

ווער די מענשטען זענען און פארוואס אמעריקע נעמט זיך אינטער אזא רעזיקאלישע אקציע האבן זיי נישט געוואוסט, אבער איין זאך האבן זיי באמערקט אז די העכסטע קעפ זענען פארטיען און די אקציע, און זיי האלטן מיט יעדע ריר,

פאר די פירער טיעם פון די סא"ע איז געווען גאנץ שווער, ער האט געברויכט אנפורן צוויי אקציעס אויפ אמאל, די אקציע פון מאחמוד'ס פאמיליע האט ער געהאפט גייט דורך גיין רואיג ווייל מ'דארף אוועקלייגן אסאך כח פאר די אקציע וואס גייט נאכפאלגן און דאס איז אפעראציע 'פויגל',

די דריי אגענטן זענען אנגעקומען קיין איראן, דורך געגאנגן די גרעניץ אן קיין שוועריקייטן, זעהנדיג אז זיי האבן נאך אן עקסטערע שעה ביז זיי דארפן זיך ארויף זעצן אויפן טרעין, האבן זיי אפגעמאכט אז זיי גייען גיין אויסשמעקן סטאנציע 11 זעהן וואו אזוי ס'זעהט אויס און וואו אזוי ס'איז די בעסטע וועג אז זיי זאלן שטיין ביים כאפן די בילדער,

ווען זיי זענען געווען גרייט האט סעם די פירער פון די דריי אגענטן געשיקט א טעקסט מעסעדסש פאר מאחמוד אז זיי זענען גרייט און אויב ער קען זאל ער שוין גיין,
מאחמוד שיקט אום צוריק, אז זאכן האבן זיך געטוישט און ער וועט נישט קענען זיין מיט זיין פאמיליע, זיי וועלן אליינס דארט שטיין און פון אום וועט מען כאפן די בילד און אן אנדערע געלעגנהייט,
סעם פרעגט אום צו אלעס איז גוט, אדער ער דארף הילף,
איך בין אקעי זאגט מאחמוד, אבער איך גיי נישט קענען דארט זיין!

---

מאחמוד זיצט און די האטעל מיט זיין לעפטאפ, ער טראכט ביי זיך , לאמיך מיר אריין כאפן און די סיסטעם, זעהן צו מיין נאמען איז שוין אויף די ליסטע.....
מאחמוד האט נישט געגלייבט אז זיי האבן שוין זיין נאמען און זיי זענען אום חושד, אבער דאך,

מישענדיג אביסל איז אום שווארץ געווארן! ער גלייבט נישט וואס ער זעהט!
נישט נאר זיין נאמען און זיין פלעיטס האבן זיי ארויף געלייגט אויף די שווארצע ליסטע, נאר אפילו זיין ווייב איז אויף די ליסטע אז מ'דארף איר נאכקוקן, דאס מיינט אז זיין מענעדזשער עלי איז אסאך פאראויס אונעם געיעג וואו ער האט געמיינט,
דאס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר אום, ער דארף שוין אויפקומען מיט א פלאן וואו אזוי א וועק צוריקן דעם וויידל וואס פאלגט נאך זיין ווייב, און אויך דארף ער פראבירן צו געוואונען נאך אפאר שעה, כאטש וואו לאנג זיין ווייב איז נאך דא,

מאחמוד כאפט א בליק און די סיסטעם און זעהט ווער די פאליציי אפיסער איז וואס מ'האט געשטעלט צו היטן אויף זיין ווייב, ער שרייבט אראפ יענעמ'ס פאון נאמבער און אזוי גייט ער אראפ אונעם לאבי פונעם האטעל,
ער רופט אן די R3 און מיט א פארהוילטע שטימע זאגט ער אום אז ער איז יעצט דורך געפארן די וואסער נעבן טעהראן און ער האט געזען א קאר ליגן און וואסער......

וואו נאר ער האט געפארטיגט די פאון קאלל איז ער צוריק ארויף צו זיין שטיב און זיך צוזאם געפאקט די זאכן און פארלאזט די האטעל,
ער האט געטראכט צו זיך, עס וועט דאך נישט נעמען צו לאנג און זיי גייען דא אנקומען אויפזוכן ווער דער ריפער איז געווען...

וואקענדיג רופט מאחמוד אויפן סעל פאון די אפיציר וואס איז געזעצן ביי זיין הויז, און מיט א געמאכטע שטימע זאגט ער אום אז ער קען שוין גיין ווייל מ'האט צוריק גערופן די אקציע, מ'האט געטראפן מאחמוד'ס קאר און וואסער, וואס דאס מיינט לכאורה אז ער האט זיך אריין געווארפן אדער ביי עקסידענט איז ער אריין געפאלן און וואסער, און מ'דארף דיין הילפ ביי די וואסער, פאר שוין אהין.

צום באפעל, רופ מיך ווען די ביסט ביים וואסער איך וויל מיט האלטן די זיכעניש,

דער אפיציר טראכט ביי זיך אז ס'איז גאנץ אינטערעסאנט אז מ'רופט מיך אויף מיין פריוואטע סעל...
פארוואס האט ער מיך נישט געפעידזשד אויף מיין ביפער אזוי וואו אייביג?

גוט, איך פאר שוין.

רעדענדיג האט מאחמוד געהערט וואו די סיריניעס צינדען זיך אן און די קאר פארט אוועק פון דארט,

מאחמוד שיקט פאר זיין ווייב אז זי קען יעצט אראפ גיין צום באן,
אבער! זי זאל זיך צוזאמפאקן די מינימום וואס זי דארף פאר די נעקסטע צוויי טאג, ווייל זי גייט שוין נישט צוריק אהיים,
ווען די ביסט פארטיג מיט די בילדער, זעץ דיך ארויף אויפן טרעין, איך וועל דיר לאזן וויסן וואו ווייטער צו גיין.

מאחמוד שיקט א מעסעדזש פאר סעם אז זיין משפחה איז און געפאר, און זיי קענען נישט אהיים גיין,
איך האב זיי געזאגט אז זיי זאלן ארויף גיין אויפן טרעין וואו נאר די ביסט פארטיג מיט די פיקטשערס, און איך וויל אז די זאלסט זיי נעמען אונטער דיין שוץ פון יעצט אן,

סעם שיקט אום צוריק אז ער האט זיך נישט געראכטן אז ער גייט שוין דארפן זיי אויסבאהאלטן, איך דארף נאך אביסל צייט מיטן אנגרייטן די פאפירן, אבער ס'איז נישט קיין פראבלעם איך וועל מיך שוין אן עצה געבן,

----

מאחמוד שטעלט אפ א טעקסי און הייסט אום צופארן צו א האטעל וואס איז צוואנציג מינוט אוועק פון די געגנט,
דארט האט מאחמוד זיך איינגעטשעקט אויך מיט קעש,
גראד נאכן זיך אריין זעצן און די רום האט מאחמוד ווידער ארויסגעשלעפט זיין לעפ טאפ און אנגעפאנגן צו נישטערן....
ער האט געקלערט ביי זיך, וואו לאנג איך בין דא און איך האב די עקסעס לאמיך אפטוהן די מערסטע שאדן וואס איך קען, לאמיך אויפדעקן די מערסטע וואס איך קען, אזוי אז די אמעריקאנע זאלן טאקע שפירן אז ס'האט זיך געלוינט מיין ארויסראטעווען,

מישענדיג אביסעל איז מאחמוד אנגעקומען צו א פייל,
אויף די פייל איז געשטאנען און גרויסע רויטע ווערטער
"אויב ביסטו נישט אויטעראזירט צו עפענען די פייל און די עפענסט עס איז דיין שטראף טויט שטראף!!"

מאחמוד לאכט צו זיך, אזאנע פיילס האט ער דאס מערסטע ליב צו עפענען, דא שטייט געווענליך גוטע זאכן,

אבער וואו נאר מאחמוד האט אנגעפאנגן צו ליינען וואס דארט שטייט איז ער ווייס געווארן......

ער שיקט א מעסעדזש פאר דעני אז ער זאל אום שוין רופן פון א טעלעפאון וואס מ'קען נישט טרעסן ווער דער רופער איז.....

---

דעני זיצט ביי זיך און אפיס, ס'איז דא אסאך ארבעט, אסאך דעטאלן דארפן נאך אויסגעארבעט ווערן ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו פירן אן אקציע און איראן,

דעני'ס פאון צודריזעלט זיך,
א טעקסע פון מאחמוד....
וואס גייט שוין פאר...??
שוין אום קאלן? און דוקא פון א סעקיורד ליין??
עפעס טויג נישט....

דעני קאלט אום....

ווען דעני האט געהערט וואס די רעדע איז, איז ער ווייס געווארן.......
ער פרעגט מאחמוד צו ער איז זיכער וואס ער זאגט......
מאחמוד קאנפורמט אום אז ער איז פאזיטיוו.......

איך קען עס נישט גלייבן.....
איך מוז דאס דורך טראכטן....

עמער רעדן... ביי....

----

דעני די סא"ע פירער האט צוזאם גערופן א געהיימע מיטינג.....

ביי די מיטינג האבן זיך באטייליגט זיינע נאנטסטע מענטשען,
קיינער האט אבער נאך נישט געזען דעני און אזא צושטורעמטע מצב,
דעני איז אריין געקומען צוקאכט...
מיט א האק אויפן טיש האט דעני אנגעפאנגן צו רעדן:
יעדער ווייסט אז מיר זענען דורך א שווערע דורך גאנג, א באנדע טעראריסטן געפירט דורך עקסטרעמיסטן האבן זיך פארמאסטן צו אטעקירן דא און לאנד,
און דא איז דעני ארויף מיטן טאן,
יא גערעכט האט דעני געשטורעמט, ווען זיי טוען דאס אינדערויסן פון לאנד אדער און אפגאניסטאן און איין זאך, אבער דא ביי מיר און שטאט...?
אויף דעם איז נאר דא איין תירוץ און דאס איז ""נקמה""!!
איך וויל אז עטס זאלטס מיר אויפקומען מיט א נקמה פלאן!
נקמה מיין איך פלאך נקמה! איך וויל קידנעפן און אהער ברענגן קיין אמעריקע דער וואס האט אויספלאנירט די אקציע......

ווואאאסססס?????


יעדער ביי די מיטינג האט זיך געהויבן די אויגן ברעמען, איז דעני טאקע פארריקט געווארן?
ער וויל אריין גיין און איראן און דארט פארכאפן א רעגירונגס מענטש?
איז ער פארריקט?

דעני האט באמערקט די אויגן וואס יעדער האט געווארפען צו זיין ריכטונג,
דאס איז וואס איך פארלאנג פון ענק, איך וויל אז עטס זאלטס מיר אויפקומען מיט א פלאן, און די פלאן דארף זיין מארגען צופרי אויף מיין טיש....

אלע באטייליגטע האבן זיך אנגעקוקט מיט וואונדער בליקן, זיי האבן געקענט דעני אלס א ווילדער קאפ מיט געפארפולע איידיעס, אבער אויף אזאנס האבן זיי זיך נישט געראכטן....

דער דארף זיין גוט אנגעדרייט אז אזאנס זאל אום בייפאלן.....

איינע פון די באטייליגטע האבן געגעבן א פרעג,
דעני מיר האלטן דאך אונמוטן א אקציע פון ארויס ראטעווען איינעם פון איראן..

ווילסטו טאקע אז מיר זאלן זיך אפשטעלן פון אלעס און גיין צו דאס וואס די זאגסט?

יא!!!!
די אקציע פון ארויסראטווען איז דערווייל אויף האלד!!!!

די אקציע גייט נישט ווייטער גיין ביז דעי אקציע איז נישט פארטיג!!!

----

מאחמוד'ס ווייב ווארט און די סטאנציע, זי זעהט וואו די טרעין קומט צו פארן, זי נעמט די קינד און די הענט און אזוי ווארט זי ביז די באן פארט דורך, זי האט פראבירט אויפצוכאפן ווער עס זענען די וואס כאפן די פיקטשערס אבער זי האט נישט געזען קיינעם וואס זעהט אויס פארדעכטיגט,

ווען די באן איז אוועק געפארן האט זי זיך געשטעלט ווארטן אויף די צווייטע באן אזוי וואו איר מאן האט איר אנגעזאגט, ארויף גייענדיג אויפן צווייטן באן האט זי געשיקט א מעסעדזש פאר איר מאן אז זי איז אויפ'ן טרעין וואו ער וויל אז זי זאל גיין,

מאחמוד שיקט די מעסעדזש צו סעם,
סעם שיקט אום צוריק אז זי זאל אראפגיין די דריטע סטאפ, ער וועט איר אפווארטן,
איך גיי איר פרעגן צו די פייגל פליט געהעריג, זי זאל ענטפערן אז יא, אבער די טאטע פייגל פעלט.
דאס וועט זיין די קאוד אז זי זאל וויסן אז דא זענען מיר,
מאחמוד שיקט די מעסעדזש פאר זיין ווייב....

----

עלי זיצט ביי זיין טישל, זיין טעלעפאון צוקלינגט זיך, אויף די אנדערע ליין איז די פירער R3 , ער זאגט פאר עלי אז ער האט יעצט באקומען א קאלל פון זיינע אגענטן אז מ'האט געטראפן די קאר וואס עלי זוכט, די קאר איז געפונען געווארן און וואסער!
מ'ווייסט נישט צו דאס איז געשעהן ביי עקסידענט אדער דאס איז געווען זעלבסטמארד, א אויספארשונג גרופע איז אויפן וועג...

עלי הערט די נייעס, ס'שמעקט אום נישט....
מאחמוד איז נישט באגאנגען זעלבסטמארד! איך קען אום צו גוט,
א עקסידענט אפשר יא, אבער זעלבסט מארד נישט!

איך וויל א גרונטליכע אויספארשונג, ווייסט וואס, איך קום אראפ איך וויל זען וואס דארט טוט זיך,

עלי זעצט זיך אריין און זיין קאר מיטן פלאן צו פארן צום וואסער,
זיך אפשטעלענדיג ביי א רויט לייט פארט א קאר צו צו אום און געט אום א פייפ, די דרייווער אויף די אנדערע זייט איז געווען א יונגע מענטש מיט זין גלעזער וואס האט פארשטעלט זיין אויגן,
ער ווייזט פאר עלי אראפ צולאזן די פענסטער, וואו איינער וואס וויל פרעגן דיירעקשענס, עלי לאזט אראפ זיין פענסטער, די דרייווער פון די אנדערע קאר געט א ווארף אריין א צעטיל פאר עלי, נאך פאר עלי האט עספיעט צו זען ווער די דרייווער איז אדער וואס די פלעיטס זענען איז די קאר שוין נישט דארט געווען....

עלי רוקט זיך און א זייט עפענט די צעטיל.......

קוקט זיך ארום......

זיין הענט נעמט זיך צוטערן......

אויפן צעטיל איז געשטאנען און קורצן:
עלי, גיי נישט יעצט צום וואסער!
פאר דיין טובה...

ביז צען מינוט פון יעצט זאלסטו זיין ביי די גרויסע מאלל וואס איז דריי גאסן אוועק פון דא,
ווארט אויף מיין רוף, איך גיי דיך רופן אויפן פאבליק פאון,
ווען די הייבסט אויף די פאון גיי איך דיר פרעגן וואו אזוי די שפירסט, דיין ענטפער זאל זיין, בעסער.
איך מיין דיין טובה, פאלג וואס איך זאג....
פראביר נישט צו טון אנדערש וואו איך זאג אויב דיין לעבן האט א ווערט און דיינע אויגן.....

עלי ליינט איבער און איבער.....
ווער איז דער וואס ווייסט וואס איך פלאן?
ווער איז דער וואס פאלגט מיך נאך...?
מיין לעבן און געפאר וואס איז דאס??


פארזעצונג אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 5:16 pm
דורך למעלה משבעים
אב זקן האט געשריבן:הענט נעמט זיך צוטערן......

אט אזוי שפיר איך יעצט...
די ביזט אוקעי...
האלט אן, איך קען קוים ווארטן אויפן נעקסטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 5:25 pm
דורך police
wow speachlessssssssssssssssssssssssssssss wow wow!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 5:26 pm
דורך הערשעלע
אב, מיט א פרישקייט!!!

יישר כח פארן אונז נישט לאזן צו לאנג ווארטן!

כ'קען שוין קוים ווארטן אויף די קומענדיגע.