בלאט 2 פון 20
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 3:07 am
דורך reb yid
לוסטיג האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:נאו נאו, די האלט אן גיי ווי מער דראמאטיש אין שרעקעדיג, א רררררררררריזיגן יישר.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 8:13 am
דורך ראמני 08
reb yid האט געשריבן:לוסטיג האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:נאו נאו, די האלט אן גיי ווי מער דראמאטיש אין שרעקעדיג, א רררררררררריזיגן יישר.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 8:57 am
דורך הערשי קניהויז
ראמני 08 האט געשריבן:reb yid האט געשריבן:לוסטיג האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:נאו נאו, די האלט אן גיי ווי מער דראמאטיש אין שרעקעדיג, א רררררררררריזיגן יישר.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 10:14 am
דורך פארדינט
הערשי קניהויז האט געשריבן:ראמני 08 האט געשריבן:reb yid האט געשריבן:לוסטיג האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:נאו נאו, די האלט אן גיי ווי מער דראמאטיש אין שרעקעדיג, א רררררררררריזיגן יישר.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 10:23 am
דורך ווארד2007
פארדינט האט געשריבן:הערשי קניהויז האט געשריבן:ראמני 08 האט געשריבן:reb yid האט געשריבן:לוסטיג האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:נאו נאו, די האלט אן גיי ווי מער דראמאטיש אין שרעקעדיג, א רררררררררריזיגן יישר.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 10:39 am
דורך זייער נייגעריג
ביז וויפיל קען עס גיין?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 12:57 pm
דורך אלחנן
יישר כוח, אב זקן קיפ אפ!
(ס'קען גיין דאכצעך ביז 10 מאל..)
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 1:03 pm
דורך אב זקן
מיר האבן דערהערט די פארלאנג פונעם ציבור, די נעקסטע פאזע איז שוין אפגעשריבן, מיר דארפן עס נאך פאררעכטן און צופיצן און מיר האפן און די שנעלסטע געלעגנהייט עס ארויפצולייגן,
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 2:22 pm
דורך וואדקע
לייג עס נישט ארויף פארנאכטס מען קען האבען שרעקעדיגע חלומות
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 2:26 pm
דורך DONE
איך האב זייער הנאה אבער די מערסטע גלייך איך אז די שלעפסט נישט סגייט איינס נאכען אנדערען
פארעפענטליכט: שבת מרץ 06, 2010 9:03 pm
דורך וואדקע
אב זקן האט געשריבן:וואו ס'זעהט יעצט אויס גייט עס אריין גיין און מער דראמאטיש און שרעקעדיגערע פאזעס, דער עולם זאל זאגן צו מ'וויל אזוי אדער מ'זאל נאכלאזן און ענדערש גיין מער סאליד?
איך פארשטיי נישט די פראגע,
פארצייל פונקטליך וויאזוי די מעשה איז געווען,
עפעס פאנג איך אן חושד צו זיין אז די פארפירסט אונז מיט פאלשע מעשוית!
זאג אויס דעים אמת!!!
פארעפענטליכט: שבת מרץ 06, 2010 10:20 pm
דורך אב זקן
4'דע פארזעצונג
___________________________________
וואו נאר די סעקרעטאר האט אראפגעלייגט די טעלעפאון פון טשארלי האט ער זיך געכאפט אז אייגענטליך ער קען דאך קוקן אויף די איי סיסטעם און זעהן וואס ס'איז פארגעגאנגען נעכטען נאכט,
און אפשר גאר אויפכאפן א פנים פון די מענטש וואס האט זיך דא געדרייט,
נאך אלעמען מוז ער דאך צושטעלן אינפארמאציע פאר זיין עכטע בעה"ב טשארלי,
געטראכט און געטוהן, ער לאג'ט אריין און די סורוועליענס סיסטעם און ער מאכט ריוויינד ביז נעכטען אנפאנג נאכט צו זעהן פונקטליך ווען די אומאידענטאפאצירטע מענטש האט אריין געוואקט און פארוואס די אפיציר האט אום אריין גענומען,
ער מישט און מישט און זעהט וואו די טיר עפענט זיך, ער מאכט שטארטער די ווידיא, ער זעהט וואו די מענטש וואקט אריין און ער רעדט צום סעקרעטאר, דערנאך זעצט ער זיך אוועק און נאך אפאר מינוט קומט די אפיציר ארויס, און ער זעהט וואו די מענטש נעמט ארויס עפעס און ווייזט עס פארן אפיציר,
אבער ס'איז געגאנגען צו שנעל און ער האט פארפאסט צו זעהן וואס די מענטש האט געצייגט פארן אפיציר, ער מישט צוריק ער מאכט די ווידיא נאך שטאטער ער בייגט זיך מער צו און אט זעהט ער וואו יענער שלעפט ארויס א בעטש... ער קען ליינען די ווערטער "פארט" אבער נישט די ראנג אדער די נאמען... ער טראכט צו זיך א בייפאל, ער נעמט ארויס זיין סעלפאון און ער כאפט א בילד פונעם סקרין וואס ער זעהט יעצט, ער קלערט צו זיך אז דאס וועט זיין הארטע באווייזן פאר זיין בעה"ב טשארלי.... אזוי האלטענדיג די סעלפאון אנטקעגען די סקרין באמערקט ער ניטאמאל אז לואיס די אפיציר שטייט גראד אונטער אום און זעהט אלעס....
מיט א געשריי גיבט אום לואיס א פרעג וואס טוהסטו דא.....??
...
דזשימ'ס טאג פאנגט זיך אן געהעריג אבער מיט מער א זיכערע געפיל וואוסענדיג אז דער אייבערשטער שטייט צו זיין רעכטע זייט און האט אום באגלייט נעכטען און וועט אום ווייטער באגלייטן,
ער שטעלט זיך און א זייט און פאנגט אן צו דאווענען שחרית, ער האט אליין נישט געגלייבט אז ער געדענק נאך דאס דאווענען, אבער ס'האט זיך געדאווענט מיט אן אויסטערלישן געשמאק, וואוסענדיג אז איינער הערט אום אויס יעדעס ווארט,
עמער אום לאזן דאווענען אביסעל און זעהן וואס טוהט זיך ביי טשארלי,
טשארלי איז נישט אזוי רואיג, זיין אינסטינקט זאגט אום אז עפעס איז דא פארגעקומען נעכטען נאכט...
ער ווייסט נישט וואס, אבער ער שמעקט אז פב"א ווייסט שוין עפעס אינפארמאציע, ער ווייסט נישט ווער ס'איז געוועהן ביי זיי,
ער האפט נאך שפעטער צו באקומען א קלארערע באריכט פון זיין אגענט די סעקרעטאר ביי פב"א, אבער עפעס שפירט ער דארף ער דא דערגיין,
ער קלערט צו זיך אז ער וועט אריבער גיין צו דזשים אום אויספרעגן און זעהן צו דזשים גייט זיך פארלירן,
אויב יא טראכט ער צו זיך איז דאס דזשימ'ס לעצטע טאג און זיין לעבן...!!
טשארלי פארט צו צו דזשימ'ס פלאץ און ער גייט גראד ארויף,
דזשים האט נארוואס גענדיגט דאווענען און זיין סעקרעטאר רופט אום אז איינער ווארט אויף אום און ער וויל אריין קומען,
טשארלי טראכט צו זיך,
איך גיי פרעגן דעם דזשים און פנים צו ער האט איינעם געשיקט צו פב"א, אדער צו ער האט פאר איינעם ארויסגעגעבן די פלענער.. אויב איז זיין ענטפער שטימפיג און נישט קלאר דעמאלטס מיינט דאס אז איך דארף אנטלויפן פון דא וואס שנעלער ווייל ס'קען זיין אז זיי זענען אויף מיינע טריט, אבער דאס אמאל זיכער, איך אנטלויף נאר נאכדעם וואס דזשים איז מיט א קאפ קערצער......
דזשים גיבט א בליק אויפן קעמערע, ער זעהט א פרעמדע מענטש, אבער ער פארשטייט אז דאס איז לכאורה פארבינדען מיט די נייע פלאנטער וואו ער איז אריינגעפאלן, ער בעט א תפילה צום בורא אז אלעס זאל דורך גיין בשלום,
ער זאגט פאר זיין סעקרעטאר אז ער קען אום אריין לאזן,
טשארלי וואקט אריין, ער גיבט די הענט פאר דזשים, זיי זעצען זיך אוועק,
דזשים נעמט דאס ווארט און פרעגט: ווער ביסטו?
טשארלי: מרופט מיך טשארלי,
דזשים: טשארלי, וואס האט דיך אהער געברענגט היינט?
טשארלי, -קענטליך אומבאקוועם, ער וואלט געקענט באשטיין אז ער זאל זיין די פרעגער און נישט דער אויסגעפרעגטער- זאגט: מיר האט אהער געברענגט איין זאך, טשארלי שטעלט זיך אויף און קוקט דירעקט אריין און דזשימ'ס אויגן און מיט א באסאווע שטימע פרעגט ער:""האסטו אויסגעפאלגט וואס איך האב פראלאנגט פון דיר אדער ביסט געוועהן א חכם און די ווילסט יעצט צאלן די פרייז דערפאר""??...!!!
דזשים קוקט אום אריין און פנים, און יענע רגע האט זיך טשארלי געפענט זיין רעקל און ארויס גענומען זיין רעוואלווער צוגעלייגט צו דזישמ'ס קאפ און איבער געפרעגט די קשיא,
ביסטו געווען אן אויבער חכם?
דזשים שפירט די קאלטע אייזן אויף זיין גענאק, ער שעפשעט שמע ישראל, ער מאכט צו די אויגן.. ער גרייט זיך אויף זיין לעצטע סקונדעס,
ער האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים, טרערן נעמן זיך רינען פון זיינע אויגן...
-----
לאמיר לאזן דזשים מיט טשארלי דארט פאר אפאר מינוט און צוריק גיין צו די הויפקוואטיר פון פב"א און זעהן וואס האט זיך ווייטער אפגעשפילט מיט די סעקרעטאר און די אפיציר לואיס,
אפיציר לואיס האט גראד געכאפט וואס דא גייט פאר, ער איז געווארן זייער בייז און צובראכען אז ביי אום און אפיס דרייט זיך אן אינפראמאטער,
אבער ס'איז אום בייגעפאלן א פלאן, ער גייט ניצען זיין סעקרעטאר אום צו העלפן דא,
ער גייט אום ניצען און הייסן וואס צו זאגן און וואס נישט צו זאגן,
און אזוי וועט ער קענען מאנעווירן די גאנצע זאך פון אונעווייניג און ארויסבאקומען די ווערטפולע סודות,
לואיס שלעפט ארויס זיין רעוואלווער און הייסט פארן סעקרעטאר אראפלייגן זיין סעלפאון, ארויף לייגן די הענט אויפן קאפ, און זיך אויפשטעלן מיטן פנים צום וואנט,
די סעקרעטאר האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות, ער האט געקענט זיין הער די אפיציר, און זיינס א באפעל פאלגט מען מיט איינמאל בעטן,
לואיס האט אויסגעטאפט זיין סעקרעטאר, דערנאך דורך געפירט א מעטאל דיטעקטאר איבער זיין גוף זיכער מאכענדיג אז ער האט נישט קיין שום אינטעהער אפאראט, נאכן זיכער מאכן אז ער איז ריין האט ער אום געהייסן וואקן פאראויס מיט די הענט אויפן קאפ ביז אריין צו זיין פריוואטע אפיס,
לואיס וואקט און פאר אום וואקט זיין סעקרעטאר, ער קלערט איבער וואס דא האט פאסירט און וואו אזוי ער גייט גיין ווייטער, אונמוטן הערט ער אויף די עיר פיעס און זיין אויער, אפיציר לואיס ביטע גיי צו א פריוואטע טשענעל איך דארף דרונגענד רעדן צו דיר,
לואיס גיבט א מיש צו טשענעל 14 און זעגט אום: גאו אהעד,
אגענט: איינער א פרעמדע באזיכער איז יעצט געקומען באזיכן דזשים, ער זעהט אויס זייער פארדעכטיגט, זאל איך אום אראפהאלטן?
לואיס טראכט צו זיך,
אוי וויי... ס'איז ביטער... דער סעקרעטאר האט זיכער שוין ארויס געגעבן עפעס סודות און יעצט זענען זיי געגאנגען אום באזיכן...
די מצב איז ביטער....
לואיס: ניין, בלייב אויף די טשענעל איך וועל זיין צוריק און א מינוט,
לואיס געט כעס'יגערהייט א שטופ אריין זיין סעקרעטאר און זיין אפיס און הייסט אום זיצען,
לואיס: ווער איז די מענטש צו וועם די האסט געוואלט שיקן די אינפארמאציע?
סעקרעטאר: הער אפיציר איך בין גרייט צו קאפערירן מיט דיר אבער זאג מיר צו אז די גייסט מיך נישט קלאגן פארן פאלעצן די געזעץ..
לואיס: וואס איך גיי טוהן ווייס איך נאך נישט, אבער יעצט דארף איך אן ענטפער אויף מיין קשיא,
סעקרעטאר: איך דארף מיין לויער, אן דעם רעד איך נישט ווייטער!
--
אגענט: אפיציר לואיס, די מצב און שטיב ווערט זייער אנגעצויגן די האסט פארלאנגט פון אונז צו ראטעווען דזשים ווען ער איז און פעקל, די אויטערעזיר'סט אונז אריין צו גיין ראטעווען דזשים פאר ס'איז צו שפעט?
לואיס: ניין גיי נישט און ערגעץ וואו לאנג איך גיב רשות,
אגענט: הער אפיציר, איך האף אז איר פארשטייט אז אריין צוגיין שטורעמען די אפיס נעמט אויך דרייסיג פינעף און דרייסיג סקונדעס, וואו ס'זעהט יעצט אויס איז דא נאך א מינוט און נאכדעם וועט שוין נישט זיין וועם צו ראטעווען,
לואיס: איך ווייס פונקטליך מיט וואס איך האנדעל דא, גיב מיר נאך צוויי סקונדעס ביז די נעקסטע באפעל,
--
לואיס: סעקרעטאר, לאמיר דיר זאגן איין זאך, אויב נעמסטו דיך יעצט נישט רעדן גיי איך זיכער מאכן אז דיין שטראף וועט זיין "טויט שטראף", אלזא, אויב ווייסטו וואס איז גוט פאר דיר ""רעד""...
סעקרעטאר: אן מיין לויער רעד איך נישט ווייטער קיין ווארט, און איך פארלאנד פון דיר מיך צו לאזן מאכן די פאון קאלל צו מיין לויער....
--
אגענט: לואיס, ס'איז נישט גוט, דא גייט זיך ענדיגן פאטאל... דער יונגאטש האט זיך אויפגעשטעלט און איך ציטער אז נעקסט קומט א קויל, ביטע גיב מיר רשות אריין צושטארעמען פאר ס'איז נישט צו שפעט, אויב ס'איז נאך נישט....
א""מ""ג"".... די ווילסט נישט וויסן וואס ער האט יעצט געפרעגט פון דזשים,
לואיס, איך זאג דיר אז ס'איז פארטיג.....
--
לואיס: סעקרעטאר, דאס איז דיין לעצטע טשאנס, אדער רעדסטו אדער טויט שטראף!!!!! האט זיין שטימע געדינערט....
סעקרעטאר: אן מיין לויער איז וואו די רעדסט צו די וואנט!
--
אגענט: לואיס די גאן ליגט ביי דזשימ'ס קאפ, און די נעקטסע סקונדע קענען מיר נאך ראטעווען, געגאנגען?
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: שבת מרץ 06, 2010 10:53 pm
דורך ווער בין איך?
אינמיטן די נאכט מיך אזוי אנציען? האסט אויפגעהערט ביי די בעסטע פארט....
טענקס ענד קיפ איט אפ!
פארעפענטליכט: שבת מרץ 06, 2010 11:20 pm
דורך הערשעלע
כעוורע, ס'הייבט צו ווערן לעבעדיג דא!!
דער אלטער טאטע האט זיך צולאזט!!
קיפ איט קאמינג! ווי וואנט מאר!
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 07, 2010 9:50 am
דורך פארדינט
ברררררררררר..... יייוווווייי!!!!!! כ'מיין זאלסט שוין ריפן וויכי מיט די לעלאס אדער אפשר משולם מיט הערשי, זיי האבן שוין עקספיריענס.
שוין עניוועי זייער גוט העלמער ווארטן אויפן נעקסטן פארזעצונג.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 07, 2010 10:53 pm
דורך לוסטיג
מורעדיג גוט, איך שפיר מיר ווי אין די מעשה..
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 7:36 am
דורך הערשי קניהויז
איך בין שוין גרייט פאר די נעקסטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 2:14 pm
דורך אב זקן
5'טע פארזעצונג
__________________________________
לואיס: אקעי סעקרעטראר איך געב דיר נאך וואס די פארלאנגסט און איך גיי דיר נישט קלאגן אבער ביטע זאג מיר וואס די האסט אום שוין געזאגט,
סעקרעטאר: איך האב אום נאר געזאגט אז איינער איז דא געווען און איך האף אום צו ברענגען מער אינפארמאציע באלד,
לואיס: אקעי דעמאלטס זיי אזוי גוט מאך יעצט א פאון קאלל צו אום און זאג אום אז דער וואס איז דא געווען איז א פאליס אפיסער וואס האט געוואלט עפעס מעלדן פארן הויפט אפיציר אבער גארנישט עפעס אויסערגעווענליך,
אבער טוה עס יעצט!
סעקרעטאר: אקעי, גיב מיר צוריק מיין פאון,
לואיס: דא האסטו,
---
טשארליס טעלעפאון גיבט זיך א צוקלינגט, ער גיט א בליק אויפן איידי און זעהט אז דאס איז די סעקרעטאר,
מיט די לינקע האנט הייבט ער אויף די פאון, נאך האלטענדיג זיין רעכטע האנט אויפן גאן ביי דזשימ'ס קאפ,
טשארלי: העלאו, וואס הערט זיך האסט עפעס נייעס פאר מיר?
סעקרעטאר: יא, איך האב דיר נאר געוואלט זאגן אז די גאנצע זאך וואס איך האב געמיינט איז געוועהן שטותים, ס'איז געוועהן א פשוטע פאליציי אפיציר וואס האט נישט געפאסט צו געבן זיין נאמען ביים דעסק, אבער אלעס זעהט אויס נארמאל, איך האב אפילו איבער געקוקט די קעמערעס און באמערקט זיין בעטש, נישטא וואס צו זיין פארדעכטיגט,
טשארלי: אקעי טענקס.
--
אגענט: הער אפיציר, ער האט יעצט ארויסגענומען זיין טעלעפאון ער רעדט צו איינעם,
ער האט יעצט אוועק גענומען די גאן פון דזשימ'ס קאפ, זאגענדיג די ווערטער אקעי טענקס,
לואיס: אקעי, לאז מיך וויסן ווען ער פארלאזט די אפיס,
אגענט: ער האט יעצט געזאגט פאר דזשים וואו פאלגאנט:
הא הא הא... דזשים, איך האב נאר געוואלט זעהן וואו אזוי די גייסט ראגירן צו דעם, דאס איז נאר געוועהן א טעסט צו זעהן אויב די פארשטייסט מיט וואס די שפילסט דיך,
יעצט זיי זיכער אז די פאלגסט און די גייסט ווייטער און שפאן,
אונז וועל מער זיך מארגען אראפ זעצען אויף די ווייטערע פלענער,
די שיף דארף אנקומען ביז צוויי טעג און מיר האבן נאך אסאך דעטאלן איבער צוגיין,
לואיס: גוט, נאך עפעס?
אגענט: ניין ער וואקט יעצט ארויס פון אפיס,
לואיס: זייער פיין, בלייב אויף דיין פאזיציע,
--
לואיס: סעקרעטאר, איך וויל פארשטיין איין זאך וואס האט דיך געשטופט צו זיין א פארעטער פאר דיין לאנד? פארוואס ביסטו געוועהו גרייט מיט צו ארבעטען מיט טערעריסטען? איז דאס נישט קיין שעם פאר דיר?
סעקרעטאר מוט א קול געשטיקט פון געוויין: וואס זאל איך דיר זאגן הער אפיציר, איך האב מיך בא'נער'ישט, איך בין געוועהן געדריקט און געלט און איך האב באקומען א אפפער און איך האב עס אנגענומען, אן אריין קלערן וואס דאס מיינט,
איך בעט דיר פארגעב מיר, איך זאג דיר צו אז איך וועל ארבעטן פאר דיר מיט וואס די בעטס'ט, נאר איין זאך פארווארף מיך נישט און תפיסה..
לואיס: גיב מיר דיין שבועה אז די גייסט בלייבן געטריי און ארבעטן וואס איך וועל פארלאנגען פון דיר, אויב יא דעמאלטס פארמאך איך די קעיס, אבער זאלסט וויסן אז איך גיי דיר נאכקוקן פאר א שטיק צייט, און אויב איך זעה סיי וואסערע מינדעסטע זאך.. ווייסטו וואס דיין סוף איז...
סעקרעטאר: איך שווער!
לואיס: יעצט לאמיר הערן, ווער איז די מענטש און וואס איז זיין ציהל? וואסערע אינפאמאציע האסטו אום שוין געגעבן?
סעקרעטאר: די מענטש הייסט טשארלי, זיין ציהל האט ער נישט ארויס געגעבן, ער האט נאר פארלאנגט פון מיר צו ריפארטען פאר אום יעדע מינדעסטע אינצידענט וואס קען האבן א שייכות מיט אום, די ערשטע אינפארמאציע וואס איך האב אום געגעבן איז געוועהן היינט אינדערפרי, און דאס איז געווען דאס לעצטע!
ניין גיט לואיס א שריי, די גייסט אום ווייטער געבן אינפארמאציע, נאר פון יעצט און ווייטער וועל 'איך' דיר זאגן וואס צו זאגן!
--
דזשים איז נאך פארפרוירען פון וואס ער האט יעצט מיטגעמאכט, ער שפירט די ריכטיגע אפטייטש פון געזעהן דאס טויט פאר די אויגן. ער גלייבט זיך נאכנישט וואס דא איז פארגעגאנגען, ער איז געווען זיכער אז ביז געציילטע סקונדען איז ער מער נישטא, און דא פליצלינג האט דער טעראריסט טשארלי פשוט אראפ געלייגט דאס געווער און אום געזאגט אז דאס איז גאר געווען א וויץ....??
ער שפירט קלאר אז דאס איז די יד השם וואס באגלייט אום, און דאס שטארקט אום נאר אז ער זאל זיך פארנעמען נאך קבלות טובות און זיך נענטער ברענגען צום באשעפער,
אזוי זיצענדיג פארטראכט קלינגט זיין טעלעפאון, ער הייבט אויף און זיין ווייב איז אויף די אנדערע ליין, זי וויל וויסן ווי זוי זיין נאכט איז דורך און אזוי שמיסענדיג פרעג זי אום צו ער האט באשטעלט די טעלעפאון קאמפענע היינט אינדערפרי, ווייל זיי זענען דא געווען מיט דריי טראקס און האבן געזאגט אז זיי זענען דא וואו באשטעלט און זיי שטייען נאך אלס אינדערויסן איבער די שטאנג פון די ווייערס,
דזשים כאפט גראד אז דאס זענען די נישט גוטע, ער זאגט פאר זיין ווייב אז ער קומט אהיים ביז אפאר מינוט און ער וויל רעדן צו איהר,
עפעס גייט פאר פרעגט זי, אונז עמער שוין רעדן אינדערהיים זאגט ער,
וואו נאר דזשים לייגט אראפ די פאון פון זיין ווייב צוקלינגט זיך זיין טעלעפון און ער זעהט אז ער האט באקומען א טעקסט מעסעדזש פון אן אומבאקאנטע נאמבער די מעסעדזש ליינט זיך אזוי, -גיי נישט אהיים וואו לאנג איך גיב דיר נישט קיין אקעי, דיין הויז איז באלאגערט און די קענסט נישט דארט רעדן, איך וועל דיר לאזן וויסן ווען די קענסט גיין- לואיס די אפיציר,
דזשים לייגט צוריק זיין טעלעפאון און טאש און צושמייכעלט זיך פון די בייפאל פונעם פב"א אפיציר, ער האט געוואוסט אז די טעלעפאון'ס זענען אינטערגהערט האט ער געניצט טעקסט אנשטאט,
--
טשארלי קומט צוריק אן און אפיס און באגעגענט דארט זיין ארבעטער מייק,
מייק צולאכט זיך און זאגט אום אז ער האט מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה דא אויפן קאמפיוטער וואו אזוי ער דערשרעקט דזשים, איך זאג דיר ס'איז געווען סופער זאגט אום מייק,
יא הא? ער האט געציטערט הא? ער וועט זיך נישט דארוואגען צו זיין א אויבער חכם און גיין דערציילן הא?
אה נא... דאס איז געוועהן א גוטע לעסאן פאר אום,
די חברה האבן שוין געפיקסט די קעמערע ביי דזשים אינדערהיים פרעגט טשארלי? זיי זענען נאך דארט, ס'וועט נאך נעמען אפאר שעה זיי זאגן אז די גאנצע סיסטעם איז געגאנגען קראכן, אבער זיי ארבעטן,
איין פראבלעם האב איך נאר, דזשים האט יעצט געזאגט פאר זיין ווייב אז ער קומט אהיים, איך בין נייגעריג וואס ער וויל,
טרר.... די טעלעפאון גיט זיך א צוקלינג, טשארלי הייבט אויף, יא סעקרעטאר וואס זאגסטו?
וואס...
וואס הייסט?
אקעי א דאנק, ביי!
מייק, רופ אריין די חברה דארט ביי דזשימ'ס הויז און זאג זיי אז זיי זאלן שוין אוועק פארן פון דארט די פאליציי גייט דארט זיין ביז פיר מינוט,
וואס הייסט פרעגט מייק?
איך האב יעצט באקומען א קאלל פון מיין אינפארמעטער ביי די פב"א, אז זיי האבן יעצט געקריגן א קאלל פון די לאקאלע פאליציי סטאנציע זיי ווילן וויסן צו די פב"א פירט דורך עפעס א אקציע ביי 157 וואל סט. ווייל איינער האט אריין געקאלט קאמפלענען אז אומגערופענע מענטשען דרייען זיך דארט און זיי זאגן אז מ'האט זיי באשטעלט, די הויז איינגעטומער האט זיי נישט באשטעלט און ער פארדעכטיגט עפעס, אבער די פב"א האט געזאגט אז זיי האבן גארנישט אויף דעם הויז, און די פאליציי פארט יעצט אהון עס אויסצושמעקן,
מייק זאג זיי אז זיי זאלן שוין אפפארן פון דארט און צוריק קומען שפעטער ווען איך וועל זיי הייסן,
אקעי, איך האב זיי גערופן און זיי זאגן אז ביז א מינוט זענען זיי נישט דארט מער,
---
לואיס גיבט א קלאפ און ריקן פאר זיין סעקרעטאר, גוטע דזשאב געמאכט,
איך האב יעמט באקומען א קאלל פון מיין אגענט וואס זיצט דארט און א קאר ביי די קארנער אז די חברה האבן און איילעניש פאלאזט דאס פלאץ,
--
דזשים זעהט א נייע מעסעדזש אויף זיין טעלעפאון, אקעי די קענסט אהיים גיין די פלאץ איז פריי, גיב אבאכט רעד נישט צו סאך, לואיס די אפיציר.
דזשים קומט אן אהיים, און זאגט פאר זיין ווייב אז ער וויל גיין מיט איר אויף א שפאציר,
ער וואקט ארויס פון הויז און א קאר געט זיך א שטעל אפ און פראנט פון זיי,
צוויי מענטשען גיבן א שפרינג ארויס כאפן אן דזשים און זיין ווייב, זיי שלעפן ביידן אריין און די קאר, און די קאר טראגט אפ פון דארט מיט א קוויטש....
פארזעצונג אי"ה!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 3:27 pm
דורך קהת
יוי זוי שרעקעדיג!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 5:51 pm
דורך DONE
זייער גיט אין נאכאמאל שכוח פארען פאקען איינס נאכען צוייטען
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 6:31 pm
דורך וואדקע
Awesome!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 6:32 pm
דורך שמערי בערי
יאַטש!!!!!!!!!!!!!
וואסי געשען דא? מיי גאש...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 7:55 pm
דורך i follow
איי עם ספיטשלעס ווי העוו טו דא סאמטינג לעטס מעק עי מנין תהלים פאר דזשים שמערי קרעמער איינער זאל ציגיין צום עמוד
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 8:11 pm
דורך הערשעלע
פיין, פיין!
כאב הנאה אז די לאזט אונז נישט לאנג מיט אנגעצויגענע נערוון...
האלט אן!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 10:10 pm
דורך פארדינט
שכח, גוט געזאגט...... ווי זאגט נאר יענער (ווער איז יענער...?) וגם אני ראיתי בחלומי. נא, ויחלום שנית...