פרייטאג אפריל 16, 2010 2:35 pm
טאטעלע, ריזיג שבריזיג.
כ'האב שוין געשריבן כמעט צוויי שורות און אויסגעמעקט, ווייל כ'ווייס אליינס נישט וואס צו שרייבן, כ'בין נישט זיכער צו כ'שרייב וואס מיין מח טראכט, מיין מח איז נאכנישט דא, דעם טשארלי גייט צו גוט, כ'בעטעך ברחמים אז ער זאלעס סוף כל סוף נישט דורכמאכן ווייל טאמער יא, ווילעך נישט זאגן וואס.
עה, וואס האב איך אריין צו רעדן, דערווייל האסטו עס גוט געמאכט אן מיר אויך, סאו קיפ אן.
יישר כחכם.
מאנטאג אפריל 19, 2010 5:46 am
טשארלי זעצט זיך אריין און א טעקסי און בעט אום זיי צו צו טראגן צו די מעריאט האטעל און מענהעטען.
---
מאחמוד זיצט ביים קאמפיוטער און ס'פאפט אריין אן אימעיל פון טשארלי אז ער טוישט פלענער....
פאר מאחמוד איז דאס געווען זייער פארדעכטיגט,
ער רופט אן לואיס און זאגט אום אז עפעס טויג נישט, די חברה אנטלויפן פונעם עירעפארט.....
ער זאל שוין אראפ פארן זעהן וואס דארט גייט פאר, לואיס זאגט אום אז ער איז דא ביי די עירעפארט, אבער ער ווייסט נישט וועלכע קאר זיי זענען ווייל ס'איז דא זייער אסאך קארן וואס פארן ארויס יעדע מינוט,
מאחמוד זאגט אום אז ער האט אן עצה, אבער זייער אן איינגעשטעלטע,
איך בין עס גרייט צו טוהן ווייל איך גלייב אז ביז פיר און צוואנציג שעה גיי איך שוין נישט זיין און די לאנד, איז וואר? פרעגט מאחמוד,
איך האפ אז וואו נאר איך האב די פאר טעראריסטן און מיין באזיס וועל איך מיך אריין לייגן און דיין רעטונגס אקציע, די פלאן איז דא, מ'דארף נאר באארבעטן די דעטאלן,
אקעי, סא וואס איך גיי יעצט טון איז, איך גיי ריפלייען צו די אימעיל און אום פרעגן אלע דעטאלן, אבער.....
דאס מיינט אז מיין מענעדזשער גייט תיקף זעהן אז איינער שפילט מיט זיין אקאונט......
אויב זיצט ער ביים קאמפיוטער דעמאלטס איז די ריסק גאר גרויס....
ער וועט גראד זעהן אז איינער טשעט און זיין נאמען.....
די האלטס אז עס לוינט זיך?
יא זאגט לואיס,
איך בין פינעף מינוט אוועק פון זיי, די רגע וואס די ווערסט מיר געוואויר זייער דעסטענאציע שיק איך אהין א מיליטער......
איך בין יעצט אויסן זיי צו כאפן פאר יעדן פרייז.....
גוט,
מאחמוד האט אפגעמאכט אז ער נעמט א טריט ווייטער, ער רופט אן זיין מענעדזשער פונעם בונקער....
און מיט א שמאטע אויפן טעלעפאון זאגט ער פארן מענעדזשער:
הער מיך אויס....
לויפ יעצט אהיים ווייל ביז פינעף מינוט גייט איינער זיך אריין כאפן ביי דיר אינדערהיים איך מיין אז די ווילסט דארט זיין פאר יענער קומט אן.
אויב ווילסטו זעהן אז איך ווייס וואס איך רעד: אטאקע און אמעריקא איז געווען א דוירעכפאל!
יעצט פאלג וואס איך זאג און גיי אהיים.......
מאחמוד'ס מענעדזשער איז געווען שאקירט פון וואס ער האט געהערט, ער האט נישט געטראכט קיין צוויי און גערופן צוויי פון זיינע באדי גארדס אז זיי זאלן מיטקומען מיט אום און ער איז אהיים געלאפן זעהן וואס ער גייט פאר.....
מאחמוד האט אויסגעניצט די געלעגנהייט און צוריק געפרעגט טשארלי וואס עס גייט פאר.... און וואו ער גייט יעצט, און וואס זיין פלאן אויף ווייטער איז,
---
טשארלי זיצט און די קאר, זיין טעלעפאון צודריזעלט זיך, ער זעהט א אימעיל פון זיין בעה"ב,
ער האט נישט יעצט קיין צייט געהעריג צו ענטפערן, ער ריפלייעט צוריק,
איך וועל דיך צוריק רופן פון מיין האטעל.......
מאאמוד זעהט די אימעיל, ס'איז נישט גוט, דער ענטפערט נישט קיין דעטאלן....
מאחמוד ווערט גערעגט,
איך האב דיר געפרעגט דריי קושיות און איך וויל א תירוץ אויף זיי פארשטאנען?
טשארלי ליינט די אימעיל, עפעס איז דאס נישט זיין בעה"ב.....
ער האט נאכ קיינמאל נישט געזען אום אזוי שרייבן,
זיין קאפ נעמט זיך שפינען... אפשר איז דאס נישט מיין בעה"ב....?
עה.... וואס גייט פאר מיט מיר, אויף יעדע זאך גיי איך יעצט קלערן אז ס'איז פארדעכטיגט? בין איך אונגאנצען צודרייט?
ער ענפערט און קורצען,
איך ווייס נישט וואס איז געשעהן,
איך גיי יעצט צו מעריאט און מענהעטן,
דארט וועל איך זעהן וואס מיין פלאן איז ווייטער,
מאחמוד דארף נישט מער וואו דעם, ער רופט אן לואיס און זאגט אום אז די דעסטענעישען איז מעריאט און מענהעטען,
אקעי, איך בין דארט נאך פאר זיי, די האטעל גייט זיין ארום גענומען נאך פאר זיי גייען אנקומען דארט,
וואו נאר זיי טשעקן אריין און די רום'ס און אלע וועלן זיין און איין צומער גיי איך זיי פארכאפן....
פיין, לאז מיך וויסן וואו נאר זיי זענען אונטער דיינע הענט,
גוט, עמער רעדן,
לואיס לאזט זיך ארויס צום האטעל, ער הייסט זיינע מענטשען ארום נעמען דעם האטעל פון אלע זייטן אבער נישט אז ס'זאל זיין פארדעכטיגט...
לואיס פאר זיך איז געבליבן זיצן און די קאר ווארטענדיג צו זעהן די טעקסי אנקומען..
נאך צעהן מינוט איז די טעקסי טאקע אנגעקומען, די דריי חברה האבן ארויס שפאצירט פונעם קאר, און אריין אונעם האטעל לאבי בעטן פאר א רום, די סעקרעטאר ביים קאונטער האט זיי געגעבן א רום אויפן פיפטען שטאק,
לואיס האט זיך געכאפט אז ער קען נישט צו לאנג ווארטן, ווייל און יעדע מינוט קען געשעהן אז מאחמוד'ס בעה"ב זאל צוריק קומען און אפיס און זעהן אז איינער האט זיך געשריבן דורך זיין אימעיל, און ער וועט גראד אלאמירן טשארלי....
דאס מיינט אז מ'דארף שוין נעמען עקשאן!!!
לואיס געט ארויס די באפעל פאר זיינע אגענטען וואס האבן זיך געדרייט אונעם האטעל, אז וואו נאר זיי גייען אריין אונעם עלעיוועטאר זאל מען סטאק מאכן די עלעוועיטאר, און פון דארט זיי ארויס שלעפן....
צו מיט גוטן צו מיט בייזן.....
טשארלי, גייט צו צו די עלעוועיטארס, ער דריקט די עלעוועיטאר, ער האט נישט אויפגעפאסט אז די אלע וואס זענען געשטאנען מיט אום ווארטענדיג אויף די עלעוועיטאר קיינער פון זענען נישט קיין האטעל געסט....
זיי אלע זענען דא פאר איין ציל.....
עלעוועיטאר B קומט אן, טשארלי מיט זיינע צוויי חברה גייען אריין.....
די טיר פונעם עלעוועיטאר מאכט זיך צו.....
טשארלי באקומט א דריזל....
זיין טעלעפאון צודריזלט זיך....
די אימעיל ליינט זיך און אפאר ווערטער....
פון: דיין בעה"ב
צו: טשארלי,
טויש דיינע פלענער.....
די ווערסט נאכגעפאלגט....
רוף מיך ווען די ביסט זיכער אז קיינער הערט זיך נישט צו.....
און יענע רגע איז אויס געפארן די מעסעדזש צו אלע פב"א אגענטן...
""""" עקשאן""""""
די עלעוועיטאר געט זיך א שטעל אפ....
אלע פון די זעקס מענטשען וואס זענען געשטאנען אונעם עלעוועיטאר האבן ארויס געשלעפט זייערע גאנס און אינטער א אויגן בליק האבן זיי ארויף געווארפן קייטלעך אויף אלע דריי,
חאמאד האט יא פראבירט צו שטעלן א שטיקל ווידער שטאנד, אבער פון די דאך זענען געקומען צו טאנצען נאך אגענטען....
וואו נאר אלע דריי זענען געווען אינטער קייטלעך האבן זיי ארייו גערופן לואיס דערציילן די גוטע נייעס...
עעענדליך האט זיך לואיס ערלויבט צו געבן א שמייכעל, און פארלאנגט אז מ'זאל זיי אראפ ברענגען צו אום..
ער ווארט און די לאבי פונעם האטעל..
דערווייל האט לואיס אנגערופן זיין בעה"ב און אום דערציילט די גוטע נייעס....
אויך האט ער אנגערופן מאחמוד און אום געזאגט אז זיי זענען שוין אונטער זיינע הענט, לואיס האט אום דערציילט און קורצן וואו אזוי די אקציע איז פארגעגאנגען,
מאחמוד זאגט אום אז ער זאל נעמען טשארלי'ס טעלעפאון וועט ער זעהן וואו
מזל'דיג ער איז געווען, ווייל א רגע פארן אנפאנגען די אקציע האט טשארלי זיך דערוואוסט אז מ'איז אויף זיינע טריט......
אויך האט אום מאחמוד דערמאנט אז ס'איז דא נאך איינער וואס דרייט זיך ארום אויף די פריי, און לואיס זאל זיכער מאכן אז דער יעניגער ווערט אויך דערווישט.
ווען אלע דריי זענען אנגעקומען און די לאבי האט לואיס גלייך קודם צוגעוואקט צו זיין געוועזענע סעקרעטאר וואס היינט האט ער זיך שוין געריפן חאמאד, און מיט אויגן פול מיט האס.... האט ער אום אריין געקוקט און פנים און כעס'יג געפרעגט,
די אומפארשעמטער פאררעטער...
די שעמסט דיך נישט מיר צו קוקן און פנים?
די האסט מיט דיינע בליטיגע הענט דערהארגעט צוויי אומשילדיגע מענטשען...
און די ביסט געווען גרייט צו הארגענען טויזענטער מער....?
ווען די גייסט פון דא ארויס, קוק גוט אויפן זין ווייל דאס גייט זיין די לעצטע מאל וואס די זעהסט עס,
איך וועל איבער דרייען יעדע שטיינדל זיכער צו מאכן אז די באקומסט דיין פארדינטע שטראף!
דערנאך האט לואיס צוגעוואקט צו טשארלי,
און אום געפרעגט מיט א גיפטיגן שמייכל,
ס'איז דיר געלונגען ביז יעצט הו?
האסטו טאקע געמיינט אז ס'וועט דיר געלונגען צו אנטלויפן פון לאנד??
דיין טויט שטראף איז א פאקט!!
ער האט געהייסן זיינע אגענטן אויסצוטאפן די טאשן פון יעדעם,
לואיס האט גענומען טשארליס'ס טעלעפאון, דארט האט ער טאקע געזעהן די אימעיל פון וואס מאחמוד האט גערעדט,
ער האט זיך געפרייט וואו מזל'דיג ער איז דאס מאל געווען...
לואיס הייסט זיינע אגענטן אז זיי זאלן אפפירן די דריי טעראריסטן צו די ניו יארקער פב"א בילדינג ווייל זיין בילדינג איז געווען פאר'חורבה'ט.
לואיס איז אויך אראפ געפארן צו די ניו יארקע הויפט קוואטיר, ער האט צוגערופן די צוויי אגענטן וואס זענען געשיקט געווארן פון וואשינגטאן פאר אפאר טאג צוריק אום ארויס צוהעלפן מיט די אקציע,
ער האט זיך שטארק באדאנק פאר זיי, און זיי געבעטן אז זיי זאלן דא זיין מיט אום נאך אפאר שעה וואו לאנג די פערטע טעראריסט גייט זיין ארעסטירט,
די צוויי האבן געזאגט פאר לואיס אז זיי פילן זייער שלעכט פאר אום אז זיי האבן נישט געקענט דעליווערן די דזשאב ביז אהער, אבער דאס מאל זאל ער זיי איבער געבן די זאך,
זיי זאגן אום צו אז זיי גייען אום ברענגען פאר לואיס ביז אפאר שעה, אבער דערווייל זאל זיך לואיס אראפ לייגן, זיי גייען אום אויפוועקן ווען זיי האבן אום...
די צוויי האבן גענומען טשארלי'ס טעלעפאון און מיט דעם געשיקט א טעקסט פאר ראמאן אום פרעגן וואו ער איז,
ראמאן האט תיקף צוריק געענטפערט אז ער איז אויפן וועג צו מענהעטען, ער וויל גיין קוקן ביי די פב"א בילדינג צו דארט האט עס יא געהעריג אויפגעריסן,
אקעי איך בין אויך און מאנהעטען איך האב די געלט פאר דיר, עמער זיך טרעפן ביי די גאס נעבן די פב"א בילדינג,
גוט איך בין דארט ביז פינעף מינוט זאגט ראמאן,
מיר וועט עס נעמען פיפצען ריפלייעט טשארלי,
גוט איך וועל דיר אויסווארטען,
ביידע אגענטען זעצן זיך אריין און די קאר, צינדען אן די לייטס און נעמען זיך פליען אריבער קיין מאנהעטען...
אנקומענדיג נאנט צו די בילדינג האבן זיי פארלאשן די לייטס און שטאטערהייט צוגעפארן צו די קארנער וואו ראמאן האט געווארט,
ביי די קארנער זעהן זיי טאקע וואו איינער זיצט און ווארט און זיין קאר, זיי זענען נישט געווען זיכער אז ער איז דאס פישל,
זיי טעקסט'ן אום וואו ער איז ער ענטפערט אז ער זיצט און די גרעי קאר ביי די קארנער,
די אגענטן פארקן זייער קאר אינטער ראמאן'ס קאר, זיי וואקן ארויס צו אום זיי האבן אום געבעטן אראפצולאזן די ווינדאו ווייל זיי ווילן אום עפעס פרעגן,
ראמאן לאזט אראפ די ווינדאו און די פב"א אגענט נעמט ארויס זיין בעדזש און צייגט אום אז ער זאל זיך אינטער געבן....
ראמאן קלערט נישט קיין צוויי, ער געט א דריק אויפן געז פעדל און מיט א קוויטש פליט זיין קאר אוועק פון דארט.....
ביידע אגענטן לויפן צוריק צו זייער קאר און א געיעג האט זיך אנגעפאנגען אויף די מאנהעטן גאסן.......
ראמאן זעהט און שפיגל אז די חברה ווערן נענטער, און אט פארט ער ארויף אויף סעקאנד עווע וואס דארט גייט ער נישט קענען געהעריג פארן ווייל די טרעפיק ערלויבט נישט צו פליען...
ער געט א שפרינג ארויס פון זיין קאר און נעמט זך לויפן מיט די פיס....
די אגענטן זעהן אז ער האט איבער געלאזט זיין קאר...
זיי שפרינגן אויך ארויס און נעמען זיך נאך לויפן, שיסן האבן די אגענטן נישט געקענט ווייל די גאס איז געווען פיל מיט מענטשען,
ראמאן לויפט מיט אן אימפעט...
אבער די צוויי אגענטען זענען בעסערע לויפערס וואו ער,
אבער צו זיין גוט מזל זעהט ער וואו איינער האט זיך אפגעשטעלט מיט זיין קאר ביי א ניוז סטענד וועלענדיג קויפן א צייטונג, צו יענעמ'ס מזל האט ער געלאזט די קאר אנגעצינדען מיט די שליסלעך,
ראמאן קלערט נישט קיין צוויי, געט א שפרינג אריין און די קאר....
יעצט איז ער פאראויס און די גיעג, זיינע נאכלויפערס זענען מיט די פיס און ער האט א קאר.......
די אגענטן זעהן זייער בראך,
זיי כאפן ארויס די גאן, און מיט א אויסטערלישע פינקטליכקייט האבן זיי באוויזן צו שיסן די פאדערשטע רעדל פונעם קאר.....
דאס האט פאראוזרזאכט אז די קאר האט פארלוירן קאנטראל.....
זיך איבער געדרייט......
און די קאר האט זיך גענומען ברענען.....
די קאר האט אויפגעריסן און פלאמען.....
מיטנעמענדיג מיט זיך ראמאן....!!
די אגענטן האבן נישט צופיל געקלאגט נאך אום, אוודאי וואלטן זיי געקענט באשטיין אום צו האבן לעבעדיג, אבער דאס אז ער איז שוין נישט צווישן די לעבעדיגע דאס איז א זאך וואס האט זיי נישט געשטערט,
זיי האבן אנגערופן לואיס,
נו, עטס האטס שוין דעם פישל?
ניין ענטפערט די אגענט,
און און קורצען דערציילט ער פאר לואיס וואס ס'איז פארגעגאנגען,
נישט געפערליך זאגט לואיס,
ער האט במילא נישט אויסגעזען וואו עפעס אן ערענסטע פישל, ער האט אויסגעקוקט וואו א פשוט'ער ארבעטער פאר געלט,
אקעי, קומטס ביידע צוריק אהער, איך וויל עטס זאלטס ענק אראפ לייגן ווייל מארגן אינדערפרי דארפן מיר אלע פארן קיין וואשינגטאן,
די הויפט וויל האבן א מיטינג מיט אונז און הערן אלע פרטים וואס דא איז געגאנגען אזוי שלעכט,
ס'ווארט אונז לכאורה אן ערענסטע אויספארשונג.....
ביידע אגענטן האבן זיך צוריק געקערט צו די באזע, דארט האבן זיי באקומען א שטוב וואו זיי זאלן זיך קענען לייגן שלאפן,
ביידע זענען גלייך איינגעשלאפן וואו נאר זיי האבן צוגערירט די קישן, לואיס איז אהיים געפארן זיך צולייגן פאר די נאכט,
די נעקסטע אינדערפרי האט לואיס באקומען א קאלל פון וואשינגטאן אז די מיטינג איז אפגעשטיפט מיט א טאג,
לואיס מיט די צוויי אגענטן האבן גענומען די טאג פאר אן אפרי טאג,
זיי זענען צוזאמען ארויס פאר א לאנטש,
דערנאך זענען זיי צוגעפארן צו זייער הויפקוואטיר און מענהעטען זעהן וואו מ'האלט מיט די איבער בוי,
זיי האבן הנאה געהאט צו זעהן אז די אינדערויסן איז שוין כמעט פארטיג,
אזוי האבן זיי דורך געשטיפט דעם טאג
ביז די נעקסטע אינדערפרי וואו זיי האבן צעהן אזייגער זיך ארויס געלאזט קיין וואשינגטאן,
לאנדענדיג און וואשינגטאן האט זיי אפגעווארט אן איבערראשונג......
דזשים (בנימין) האט זיי אפגעווארט אונעם עירעפארט.....
בנימין האט נאך אויסגעזען זייער שוואך, און איז געזעצן און א וויל טשעיר, אבער א שמייכעל האט ער געהאט אויסגעצויגן אויף זיין פנים...
וואו נאר לואיס האט אום געזען איז ער ארויפגעפאלן אויף אום....
ביידע האבן זיך ציוויינט......
דזשים האט מיט א הייזעריגע שטימע זיך באדאנקט פאר לואיס פארן ראטעווען זיין לעבן..
אויך האט ער באדאנקט די צוויי אגענטן אז און שפיטאל האבן זיי געראטעוועט זיין לעבן...
דזשים האט נאר געוואלט וויסן צו די טעראריסטן זענען שוין ארעסטירט און צו מ'ווייסט מער אינפארמאציע..
לואיס האט אום מסביר געווען אז ער איז נאך צו שוואך פאר דעם...
און לואיס האט אום פארשפראכן אז וואו נאר דזשים וועט זיין גענצליך אויסגעהיילט וועט ער אראפ קומען צו און אום דערציילן די גאנצע זאך וואס האט זיך אפגעשפילט פון ווען מ'האט געטראגן דזשים קיין וואשינגטאן ביז ווען זיי זענען געכאפט געווארן.
לואיס האט זיך אריין געזעצט אונעם קאר פון זיין בעה"ב צוזאמען מיט די זיינע צוויי אגענטן,
אנקומענדיג האט זיין בעה"ב געפרעגט לואיס צו ער ווייסט פארוואס ער האט אום אראפ גערופן...
לואיס זאגט יא, אויסצופארשן די מעשה.... ניין?
ניין.
איך האב דיך גערופן ווייל איך האב צוגעזאגט פאר מאחמוד אז איך וועל ארויס ראטעווען פון איראן,
"און איך וויל דיך שטעלן אלס די אנפירער פונעם אקציע".....
אבער נאך מער פון דעם...
די גייסט עס נישט אנפורן פון דא און אמעריקע, דו גייסט עס אנפורן פון איראן.....!!!!!
היינט נאכט פארסטו ארויס קיין איראן!!
----
טייערע ליינערס, די אקציע וואו אזוי מ'האט ארויס גענומען מאחמוד פון איראן וועלן מיר איבער לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.
אויף יעצט זענען מיר פארטיג מיט די פארזעצונג,
איך האף אז איר ליינערס האבן הנאה געהאט,
יישר כח פאר די אלע וואס האבן אריין געווארפן גוטע ווערטער נאך יעדע פארזעצונג דאס איז געווען די שטופ און די חיזוק צו גיין ווייטער.
ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז מיר גייען עס נישט באשרייבן, אבער אויף יעצט זענען מיר פארטיג.
----
עפילאג.
שבת תולדות תשצ"ח,
ר'בנימין איז שוין א זיידע פון אפאר אייניקליך קע"ה,
ער האט געהאט זיין אייניקעל זושא'לע קומען צו אום אויף שבת,
אבער עפעס פון שבת נאכמיטאג איז זושא'לע זייער שטיל, ער איז פארטראכט,
זושא, עפעס גייט פאר?
ניין זיידי, איך האב נאר געליינט א שרעקעדיגע מעשה, די ביכל הייסט "ר' בנימין פארכאפט ביי די טעראריסטן"
האסט שוין אמאל געליינט די ביכל?
יא זושא'לע טייערע זאגט די זיידע מיט א שמייכעל,
איך האלט יעצט וואו דזשים איז פארכאפט און די עלעוועיטאר...
ס'איז אזוי שרעקעדיג....
זיידי זאג מיר נאר איין זאך, האט עס דזשים דורך געלעבט?
יא!
אז איך בין דא מיט דיר היינט מיינט אז ער האט עס דורך געלעבט!!!
ביידע קוקן זיך אריין און די אויגן און צושמייכלן זיך......