עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן
דינסטאג אפריל 13, 2010 7:28 am
איך מיין איינער האט שוין אויפעמאכט אן אשכול וועגען דעים
דריקט דא
Advertisement
דינסטאג אפריל 13, 2010 8:02 am
איך שטיי שוין ביי דעי תגובה איבער א שעה און איך ווייס פשוט נישט וואס צי שרייבען
זאל איך שרייבען מעכטיג?
זאל איך שרייבען מוראדיג?
זאל איך שרייבען העכסט פראפעשנעל?
זאל איך שרייבען ספיטשלעסס?
וואס?
דינסטאג אפריל 13, 2010 9:27 am
יעצט ווייס איך שוין אז די מעשה איז נישט אמת...
עניוועי א ררריזיגן ש'כוח!!
דינסטאג אפריל 13, 2010 12:32 pm
די ביסט נארמאל דעי באמבעס קענען דאך אנקומען ביז מאנדרא !!!!!!!!!!!!!
KEEP ON
דינסטאג אפריל 13, 2010 1:37 pm
עפעס עפעס נישט נארמאל נישט פשוט וואס דא גייט פאר פארוואס האסטו געלאסט אויפרייסען די באמבע איך האף אז סאיז געווען די פונק נישט גוטע פעקלעך מיט גאר קליינע באמבעס אזוי וועט די פאזעצונג קענען נאכאמל אנהייבען פון אנהויב
דינסטאג אפריל 13, 2010 2:32 pm
איין זאך ווייס איך אז די האסט מיר שוין אויסגעניצט כמעט א פעקל פעיפערס (איך האב נישט ליב צי ליינען לאנגע זאכען אויפען קאמפיטער, און איך האב ערשט אונגעהויבען פאריגע וואך ווען איך האב אלעס אויס געפרינט און זיך אריין דעזעצט מיט א אייז קריעם אויפען קויטש און 2 שעה שפער זיך אויפגעשטעלט)
עס איז נישטא קיין ווערטער
דינסטאג אפריל 13, 2010 3:39 pm
נאט נארמעל איז א אנדערסטעטמענט.....
די ביסט סאמטינק נאט טו דיסקרייב!!! איך פיל מיר ווי אין די מעשה, אזאש איך האב שוין ארייגעקוקט אין די גארביזש ביי לי ראדני אין דאכצעכמיר אז איך האב געזען עפעס א פארדעכטיגט פעקל..
לואיס איז שוין אויפן וועג!!!
דינסטאג אפריל 13, 2010 4:27 pm
הערט אויס קול מבשר היינט בולעטין אפטיילונג
איינער האט שוין געדמיונט ער זעט א פארדעכטיגט פעקל
אב, ריזיג, געוואלדיג!!!!!!!!
דינסטאג אפריל 13, 2010 5:02 pm
Its wonderfull 'father'...
I think it was worth to sign up even just to thank you..
דינסטאג אפריל 13, 2010 5:08 pm
כבוד הר"ר אב.
דיין שרייבישען טלאנט איז דאך עפעס געוואלדיג, דיין וועג פין די מעשה, די רייד וואס די נעמסט אונז ארויף אין אראפ איז מוראדיג פראפעשינאל, אין דיין כח הדומין איז אויסערגעווענדליך.
א יישר כח פארן מיר ארומפירן אין די קרידערען פין די פ.ב.איי, אין די בונקערען פין איראן, אין צום לעצט אויף די גאסען פין וויליאמסבורג.
איך דריי מיך שוין דא א לענגערע צייט, קיין גרויסע שרייבער בין איך נישט, אבער איך האב באשלאסען צו שרייבן מיין ערשטע תגובה לכבוד דיר.
שרייב ווייטער איך ווארט מיט שפאנונג................
דינסטאג אפריל 13, 2010 5:53 pm
קאוד רעד!! קאוד רעד!!
דער אב זקן האט דא אויפגעריסן א פארזעצונג!!
אב, דאסמאל האסטו עס געטוהן מיט מיר!! האסט גענומען מיינע דמיונות אין זיך ארום געשפילט מיט דעם כאילו עס וואלט געווען א שפילצייג! ווען איך האב אמאל געשריבן אז מיט איעדע פארזעצונג ווערסטו נאר בעסער האב איך נישט געוויסט וויפיל נאך בעסער דו קענסט נאך גיין! סאיז עפעס איבער מעכטיג!!!
קיפ איט אפ, ווייל איך בין טויט אנגעצויגן!
דינסטאג אפריל 13, 2010 7:23 pm
WOW !!!!! דעיס איז אנריעל !!! מעכטיג איז נישט דאס ווארט !!!!!!
דינסטאג אפריל 13, 2010 10:57 pm
!!!!!!!!!!!WOW!!!!!!!!!!
איך קען נישט רעדן מער!!!!! נאר איין זאך ליין די ערשטע העלפט אקדמות (עס איז שוין באלד שבועות...) און לייג אריין "וואלט מען נישט געקענט באשרייבן די מעכטיגקייט פוון ר' אב זקן'ס ארטיקל"... מורא'דיג!!! ממש ווי אויף א ראולער קאוסטער!!! KEEP IT UP AND DONT LET US WAIT SO LONG TILL THE NEXT ONE!!!
מיטוואך אפריל 14, 2010 11:02 am
.
שמערי איי עם וויט יוא! איך האב נישט וואס צו זאגן! ספיטשלע"ס בלע"ז! קיפ איט אפ, אלטער פאטער יעקב! (יעקב? אדער יא אדער ניין)
מיטוואך אפריל 14, 2010 2:09 pm
היינט בון איך דורך געגאנגען לי ראדני און לי וואלאבאוט , איך בין געגאנגען דורך בעדפארד, ביז ווי לאנג אב וזקן וועט מיך דורך לאזען
מיטוואך אפריל 14, 2010 9:06 pm
ב"ה אז דער עולם האט אזוי הנאה געהאט, ווען מ'זעהט אז דער עולם קוועלט געט דאס חיזוק צו גיין ווייטער,
ס'איז א שטארקע פארגעניגן צו זעהן אידן הנאה האבן,
אויף מארגן האפ איך ארויפצולייגן די זעכצענטע,
מיטוואך אפריל 14, 2010 9:19 pm
האלט!!!
אב פאר די גייסט ווייטער דארף איך דיר וויכטיג עפעס זאגען!
איך האב היינט געזעהן ווי די שטאטישע סענעטאציע ארבייטער האבען אויסגעליידיגט די גארביטש ביי לי וואלאובאוט אין צוזאמען מיט דעים אריינגעווארפען אומוויסענדיג די באמבע אין טראק, יעצט איך ווייס נישט וואס עס גייט גישעהן ווייטער צו די טראק וועט אויפרייסען אדער נישט אבער דאס איז זיכער אז איך דארף דיר דעיס זאגען אז די זאלסט קענען שרייבען ווייטער די מעשה עקארדינגלי,
אז נישט וועט עס נישט שטומען מיטטען מציאות אין עס וועט זיין בושות,
.
סינ'סעלערע יוארס
וואדקע
מיטוואך אפריל 14, 2010 9:28 pm
אין עני קעיס דו שרייב ווייטער!
ס'איז משוגע צו ווערען, (ווער ס'קען נאך ווערען)
דאנערשטאג אפריל 15, 2010 5:26 am
זעכצענטע פארזעצונג
____________________________________
קענעדי עירעפארט.
מיט א שטראלעדיגן געזיכט הערט זיך טשארלי צו צו די ברעכענדע נייעס אז א מעכטיגע אויפרייס איז געהערט געווארן ביי די פב"א בילדינג און מענהעטען, מ'לאזט קיינעם נישט צו נאנט צו די בילדינג, פב"א האט נאך נישט ארויס געגעבן די דעטאלן צו דאס איז א טערעריסטישע אקציע אדער א עקסידענט, צושויער האבן איבער געגעבן אז קאר וואס איז געווען ג'פארקט און פראנט פון די בילדינג האט אויפגעריסן..
אלע גאסן ארום זענען אפגעשפארט, מ'לאזט נאר צו ערשטע הילף מיט אמביולאנסן....
מ'האפט שפעטער צו וויסן מער.....
אה.... טראכט טשארלי צו זיך מיט פארגעניגן....ווער האט זיך געגלייבט אז ס'גייט זיך אזוי גוט אויסארבעטן....?
ער קען שוין קוים ווארטן ארויס צופארן פונעם לאנד און זיך טרעפן מיט זיינע פירערס.... יו ווארט מיך אפ א שיינע ברוך הבא....
און מיט א שטילע שטומע האבן זיינע קאלעגן זיך מיט געפרייט מיט אום....
די שמייכל אויף יעדן האט מעיד געווען אז יעצט האבן זיי אויסגעפירט א זאך אויף וואס זיי ארבעטן וואכן און חדשים....
מיט אן עקסטרע תענוג האט טשארלי זיך גענומען איבערגיין די גאנצע אקציע פון אנפאנג ביזן סוף...
וואו אזוי די פלאן איז בייגעפאלן...
אנפאנג האט עס אויס געזען וואו דאס איז נאר א בייזע חלום אבער דאס וועט נישט קענען אויסגעפירט ווערן און פאקט,
די שוועריקייטן מיטן שווערצן די סחורה ארויס פון איראן... און דערנאך די פאנטשער און די וואסער, וואו ס'האט אויסגעזען וואו אלעס גייט גיין כאדאראם...
יעצט האט יעדע שוועריקייט געהאט אן עקסטרע חשיבות ביי אום....
און אלע דעטאלן איבער די אקציע אויפן וואסער.....
און וואו אזוי די סעקרעטאר האט גענומען זיין בעה"ב אויף א רייד....
אלע האבן אויסגעשאסן ווען חאמאד האט זיי איבער פארציילט די קאמפלימענטן וואס ער האט דאן באקומען פון זיין בעה"ב פארן אויסטרעפן אזא איידיע.....
דערנאך האט ביל דערציילט זיינע איבערלעבענישן אונעם שפיטאל....
אלע האבן באוויינט מייק.... וואו שטארק ער וואלט זיך ווען געפרייט מיטצוהאלטן די פרייליכע ענדע.....
טשארלי געט א קוק אויפן זייגער און רופט זיך אן, אקעי ס'ווערט שפעט איך דארף נאך שרייבן אן אימעיל און דערציילן פארן הער וואו אזוי אלעס איז דורך...
---
איראן,
לאמיר צוריק גיין אפאר שעה און זעהן וואס ס'איז למעשה געווארן ביי מאחמוד און אבאס,
די זייגער האט זיך גערוקט שנעלער וואו זיי האבן געוואלט אבער פון וואשינגטאן האט מען נאך גארנישט צוריק געהערט...
ביידע זענען געזעצן אויף שפילקעס...
הערשט 2:15 האט זיך די טעלעפאון צוקלינגען אויף די אנדערע זיי איז געווען די פב"א הויפט מיט די פרייליכע נייעס....
ער איז יעצט אויפן וועג צום פרעזידענט מיט א פלאן, ביז צעהן מינוט דארף דאס צו זיין אינטערגעשריבן פונעם פרעזידענט....
צעהן מינוט איז צו לאנג זאגט מאחמוד, אויב דארף איך מיך נעמען ארבעטן וועט דאס נעמען מער וואו א דריי פערטל שעה.... די צייט איז שוין יעצט אזוי אויך זייער אנגעשטרענגט.... מיט נאך צעהן מינוט וועט דאס זיין אוממעגליך....
שוין ווייטער ביסטו נישט צופרידן און די זוכסט מיר איינצוטיילן וואס איך האב צוטוהן?
ניין זאגט מאחמוד, איך געב דיר נאר איבער די טרוקענע פאקט,
איך הער וואס די זאגסט, ווארט אויף מיין פאקס,
2:17 האט זיך די פאקס מאשין צופיפן, עטוואס שענעלער וואו געראכטן,
מאחמוד ליינט עס אפ און רוף זיך אן פאר אבאס.....
איך בין גרייט.........
מאחמוד זעצט זיך צו צום קאמפיוטער און זאגט פאר אבאס, לאמיר דיך מסביר וואס איך פלאן צו טוהן.....
די אלע באמבעס ארבעטן קאמפיוטערייזד, יעצט אויב קען איך טרעפן די אינפארמאציע מיט וואספארא צוזאמשטעל און מיט וואסערע סיריעל נאמבערס זיי האבן געמאכט דעם באמבע קען איך זייער פשוט נעמען די קאמפיוטער און אום צומישן....
ס'הייסט, אז אויב די קאמפיוטער איז אנגעשטעלט אז ווען ס'קומט צו די ספעציפישע זייגער זאל עס אויפרייסן דאן קען איך מאכן אז די זייגער זאל זיך אפשטעלן אזוי אז ס'זאל נאך זיין צייט אוועק צו נעמען די סחורה פאר ס'רייסט אויף,
דאס איז בערך מיין פלאן,
ס'האט א קליינע טשאנס אז ס'זאל זיך נישט אויסארבעטן אבער איך גלייב אז ס'גייט גיין...
אקעי, ס'איז א שאד יעצט צו שמוסען, לאמיר זיך נעמען ארבעטן.. קען איך דיר עפעס ארויס העלפן? פרעגט אבאס,
נישט עכט, מאך נאר העכער די עיר קאנדישן....
די זייגער ווייזט שוין אויף 2:30 די טעלעפאון צוקלינגט זיך, די פב"א הויפט וויל וויסן צו די מ'האט שוין עפעס אנגעפאנגן צו טוהן, אבאס זאגט אום אז מ'ארבעט, און מ'האפט אז מ'וועט אלעס קענען אפשטעלן באצייטנס....
2:35
אקעי רופט זיך מאחמוד אן... איך האב די אינפא.....
יעצט גיימיר פראבירן צו מ'קען דאס אויסשאלטערן פון דא...
ס'איז דא א קליינע טשאנס אז די באמבע זאל ווערן צומישט און אויפרייסן לוינט זיך דאס?
יא, זיכער זאגט אבאס, וואס וועלן מיר דערלייגן? פון נישט פראבירן וועלן מיר זיכער דערלייגן..
2:40....
ער לאזט זיך נאכנישט.....
ס'איז גאר מאכטפולע באמבעס... ס'האט אויף זיך אפילו דזשי פי עס,
וואס דאס איז גוטע נייעס איך וועל ראנען די פייל און זעהן וואו די באמבעס ליגן,
אבער אויף יעצט דארף איך קודם אסאך רחמים אז איך זאל קענען ברעכן די קאודס.....
2:47... אקעי, זאכן נעמען זיך רוקן ביז א מינוט צוויי בין איך פארטיג מיט איין באמבע...
וואס הייסט די האסט דאך נאך דריי צו מאכן און די האסט נישט קיין גאנצע צען מינוט....?
איך ווייס, וואס זאל איך טוהן??
איך האף אז יעצט וועט שוין נעמען שנעלער אביסעל....
אקעי, די ערשטע באמבע איז געהעקט!
ס'איז אלעס גוט דורך...
יעצט די פייל וואו אלע באמבעס ליגן איז פארטיג,
איך וויל קודם ארויסנעמען פון באניץ די באמבעס וואס ליגן און פובליק פלעצער...
2:53 די צווייטע באמבע איז פארטיג....
איך גיי נישט מאכן אלע פיר!!!.......
2:56 .....
רופ אן די פב"א און זאג זיי אז זיי זאלן שוין פארלאזן די בילדינג....
איך גיי נישט אנקומען צו יענע באמבע....
אפשר גייסטו קודם צו די פב"א באמבע פאר די גייסט צו די אנדערע?
ביסטו פארריקט? איך זאל ענדערש הארגענען ציווילע מענטשען? קיינמאל!
2:59 ..... די דריטע באמבע איז פארטיג.....
יעצט קוק גוט אויפן סקרין....
3:00......
בלענק............
די זעהסט.... די פערדע פייל איז געווארן בלענק... דאס מיינט אז די באמבע ביי די פב"א בילדינג האט אויפגעריסן....
יעצט, איך האף אז יעדער איז אנטלאפן גענוג צייטליך....
---
מאנהעטען פב"א בילדינג
2:57
יעדער איינער שוין אראפ און בונקער.....
קאוד רעד.......
דאס איז נישט קיין טעסט......
לויפטס......
געגאנגען........
אראפ....
אראפ......
שפאר צו די טיר.......
בום...........
די בילדינג שאקלט זיך.......
די לעקטער קראכט...... גלאז פליט......
א פייער ברעכט אויס......
די ספרינקלערס שפריצן........
יעדער פאלט צום ערד......
זאכן אויבן טראסקענען.......
נאך פינעף מינוט האט זיך די רויעך אביסל אויסגעקלארט, לואיס האט שנעל גענומען עטענדענס צו יעדער איז דא....
ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז יעדער איז געראטעוועט אויסער איין ארבעטער וואס האט נישט עספיעט אריין צו לויפן און בונקער....
אלע האבן טאקע געהאט שניטן און שטויב אויף זיך אבער קיינער איז נישט ערענסט געשעדיגט געווארן....
לואיס האט נישט געהאט קיין אנונג ווער דער איז געווען וואס האט אום אריין גערופן ווארענען פארדעם?
ווער איז יענער? איז ער א חלק פון די טעראריסטן? קען נישט זיין, ווייל ווען יא וואלט ער אום זיכער געלאזט געהארגעט ווערן, אבער אויב האט ער יא געוואוסט וועגן די באמבע פארוואס האט ער נישט געלאזט וויסן פארדעם?
טויזענטער קושיות האבן זיך געדרייט און זיין קאפ......
--
פב"א הויפטקוואטיר און וואשינגטאן..
3:00
העלאו דא רעדט מאחמוד פון איראן,
איך וויל דיר נאר זאגן אז דריי באמבעס האב איך עספיעט אויסצושאלטערן, די פערדע האט יא אויפגעריסן......
וואו איז די פערדע באמבע וואס האט אויפגעריסן?
אונעם פב"א בילדינג און מאנהעטען.....
די ביסט משוגע??
זארג נישט, איך האב אריין גערופן פארדעם אז זיי זאלן פארלאזן די בילדינג....
אקעי דעמאלטס לאז מיך אום שוין קאלן זעהן צו ער האט ער עס איבער געלעבט,
ניין!!!
פאר די רופסט אום דארפן מיר נאך רעדן,
לויט וואו אזוי איך פארשטיי, -איך האף באלד צו האבן מער קלארערע אינפארמאציע- גייען די טעראריסטן היינט פארלאזן אמעריקע, אבער אויב גייען זיי געוואור ווערן אז די אקציע איז דורך געפאלן גיין זיי זיך לויפן באהאלטן.... וואס איך האלט מ'דארף יעצט טון איז, שפילן כאילו דא איז געווען א ערענסטע אטאקע....
מ'זאל קיינעם נישט צולאזן צו די בילדינג...
איך פארשטיי אז די רעפארטערס גייען שטיין ארום און זוכן וואו זיי קענען באקומען עפעס אינפארמאציע, די דארפסט זיי פיטערן מיט אן ערענסטע פנים כאילו ס'איז דא טויטע און מאסן פארוואונדעטע... אזוי אז די טעראריסטן וואס האלטן מיט די נייעס -וואס איך בין זיכער אז זיי טוהן- זאלן זיין זיכער ביי זיך אז די אקציע איז געווען א פולע סוקסעס, אזוי איז די טשאנס זייער גוט אז מ'זאל זיי קענען כאפן,
זאגסט גוט, לאמיר אונז צוזאמען אנרופן און הערן די ערשטע באריכטן, און איבער געבן אונזער זייט פון די מעשה,
---
לואיס'ס עמערדזשענסי טעלעפאון קלינגט, אויף די איידי זעהט ער אז זיין בעה"ב זוכט אום,
ער הייבט גלייך אויף, די ערשטע קשיא פרעגט אום זיין בעה"ב צו יעדער איז אקעי?
יא, א חוץ איינער האט עס יעדער געמאכט, איין זאך פארשטיי איך אבער נישט, ווער איז דער וואס האט מיך אריין געקאלט?
דאס בין איך געט זיך מאחמוד א רוף אן, איך בין אויך אויף די ליין, איין טאג וועלן מיר זיך טרעפן און איך וועל דיר אלעס מסביר זיין,
יעצט הער אויס וואס די פלאן אויף ווייטער איז, אבער דו דארפסט מיטשפילן,
די טעראריסטן האבן אויסגעלייגט פיר באמבעס, דריי דערפון האב איך געמאכט נישט ארבעטן, דיינס בין איך שוין נישט אנגעקומען צו מאכן וועגן דעם האב איך דיר גערופן אז די זאלסט שוין זוכן שוץ,
יעצט, די טעראריסטן ווארטן יעצט צו הערן און די נייעס אז די אקציע איז געלונגען, די מיזט שפילן אז דאס ערגסטע האט דיר געטראפן...
איך פארשטיי אז ס'פאסט נישט אבער ס'איז נישטא יעצט קיין צוויי ברירות...
לאז אריין וואו מער אמביולאנסן, זאלן זיי ארויס פורן זיבן מענטשען אויף בעטלעך, מאך זיכער אז די נייעס אגענטורן כאפן עס אפ....
דערווייל האף איך צו טרעפן וואו די טעראריסן זענען יעצט, איך האף אז ביז א שעה וועלן זיי זיין אינטער די פב"א'ס הענט....
געגאנגען, נעם דיך שפילן די געים....
פיין, איך פאנג אן די שפיל.
לואיס לייגט אראפ, מאחמוד איז געבליבן אויפן ליין מיטן פב"א הויפט,
שיק אראפ שטילערהייט אפאר פון דיינע אגענטען אויפצוהייבן די באמבעס פון וויליאמסבורג, מאך נישט קיין טומל, איך האף דיר צוריק צו רופן ביז אפאר מינוט מיט אפדעיטס וואו די טעראריסטן זענען...
גוט.... די ווייסט אז איך פאלג דיך היינט וואו א טאטעלע זאגט די פב"א הויפט מיט א שמייכל,
יא, ענטפערט מאחמוד, וואס צייטן ברענגען צו.....
פיין, איך ווארט אויף דיין קאלל.
מאחמוד העקט אריין צו זיין מענעדזשערס אקאונט און ליינט דארט די אימעיל וואס איז יעצט אריין געקומען פון טשארלי:
אונז זעמער דא צוזאמען אלע דריי,
ראמאן האט מיך גערופן פאר זיין געלט, איך האב אום געזאגט אז ער זאל מיך צוריק רופן שפעטער,
מיר זיצן דא צוזאמען און אונז האלט מיר מיט אויף די נייעס וואו אזוי מ'טראגט ארויס בעטלעך פונעם פב"א בילדינג ס'איז א פארגענוגן וואס איז נישט מעגליך צו באשרייבן,
יעצט זיצן מיר און מיר ווארטן אויף די מינוט וואס מיר וועלן גיין צום געיט,
די פליגער איז ג'סקעדזשעלד זיך צו הייבן פינעווע,
איך האב געטשעקט און דערווייל הייסט עס אז פלייט # 115 האט נישט קיין דילעיס...
דער אלמעכטיגער איז געווען אויף אונזער זייט....
עמער זיך זעהן....
מאחמוד ענדיגט ליינען און רופט גראד צוריק די פב"א הויפט און דערציילט אום וואס ער האט געליינט,
און קורצן מיינט דאס אז די חברה פארלאזן דאס לאנד ביז א שעה...
דאס איז נישט קיין פראבלעם, איך קען אפהאלטן די פליגער פון ארויספארן זאגט די פב"א הויפט,
אבער זאג פאר די עירעפארט אז זיי זאלן נישט אויסרופן די דילעי, נאר פארן פילאט זאלן זיי זאגן אז ער זאל נישט ארויספארן פאר ער באקומט די אקעי פון דיר,
און טאקע אויפן פליגער איז די בעסטע זיי צו כאפן, דארט קענען זיי נישט טראגן קיין וואפן...
גערעכט, איך האב נישט געקלערט פון דעם,
גוט, איך רופ יעצט אריין די באאמטע זאגן אז פלייט 115 קען זיך נישט הייבן אן מיין אויטאריטעט,
אבער דא איז דא נאך א פראבלעם וואס מיר האבן ביז יעצט נישט געכאפט רופט זיך מאחמוד אן, איינע פון די טעראריסטן זענען אויף די פריי, איך ווייס נישט פארוואס, אבער אויפן אימעיל שרייבט ער אז זיי זענען דריי,
און ער שרייבט אז די פערדער בעט זיין געלט.....
דאס טויג נישט....
נישט געזארגט, זאגט די פב"א הויפט, וואו נאר איך וועל האבן די דריי וועלן זיי מיר ארויס געבן וואו דער פערדער איז, אויף דעם בין איך נישט באזארגט,
איך בין יא זאגט מאחמוד, אבער עניוועי, די מאך זיכער אז די פארסט יעצט ארויס צום עירעפארט, רופ מיך וואו נאר זיי זענען פארכאפט....
מ'דארף מיר אנפאנגן צו טראכטן וועגן מיין אנטלויפס פלאן......
יא זיכער! איך וועל דיך צוריק רופן שפעטער.
---
טשארלי'ס טעלעפאון צוקלינגט זיך,
ראמאן איז אויף די ליין,
טשאלרי, זאגט ראמאן שטילערהייט, איך ווייס דו מיינסט אז איך רופ דיר וועגן מיין געלט, אבער דאס איז נישט פארוואס איך רופ דיר יעצט,
איך רופ דיר צו זאגן אז ס'איז גרויסע צרות.....
די אנדערע דריי באמבעס האבן נישט אויפגעריסן.......!!!!
איך בין יעצט דורך געפארן די פלאץ אלע באמבעס ליגן אויפן גאס אומבארירט, און נאך מער, אבזעווירנדיג די פלאץ האב איך געזען א קאר אנקומען און דריי אומאידענטעפאצירטע מענטשען האבן ארויס געוואקט פון די קאר און אריין געלייגט די רענצל און די בעק און אוועק געפארן......
דאס מיינט אז זיי זענען אויף אונזערע טריט...
איך מיין אז די זאלסט נישט יעצט פארן.... ס'איז גאר מעגליך אז די ביסט שוין יעצט ג'טרעפד אבער אויב נישט מיין איך אז די זאלסט שוין אנטלויפן.....
טשארלי איז בלאס.......
ער האט נישט געקענט גלייבן וואס זיינע אויערן הערט.....
ער איז געווען זיכער אז ער איז פארטיג......
אבער יעצט איז נישט קיין צייט פון קלאגן מ'דארף טוהן צו די זאך...
נאך א קורצע מיטינג מיט זיינע דריי קאלעגס איז געבליבן אז מ'הייבט זיך שוין אויף און מאנטלויפט......
קיין וואו?
דאס וועט מען שוין באלד זעהן....
אבער קודם ארויס פון דא.....
טשארלי האט זיך גענומען לויפן צו די טיר....
וואו נאר זיי זענען געווען אינדערויסן האט טשארלי ארויס גענומען זיין פאון און געשיקט א אימעיל קיין איראן,
די פאר טריקענע ווערטער
PLANS CHANGED, DETAILS WILL FOLLOW.
פארזעצונג אי"ה.
דאנערשטאג אפריל 15, 2010 5:42 am
אויף אזא פארזעצונג האב איך מיך באמת נישט געראכטן. הו הא. דעיס איז צודרייט גוט. ממש משוגע צו ווערן. דו האסט איידיעס און ביזט א מעכטיגע בעל דמיון.
ביי די וועי די אפעראציע פון בנימין איז שוין מן הסתם פארטיג. וואס טוצעך מיט אים? ער האט עס דורך געמאכט געהעריג?
דאנערשטאג אפריל 15, 2010 8:25 am
די קאפ שווינדעלט מיר שוין .
איך וויל שוין זען די נקמה
וויאזוי מען כאפט זיי.
דאנערשטאג אפריל 15, 2010 8:38 am
!!!!!!!!
דאנערשטאג אפריל 15, 2010 9:06 am
איך האב אלס געוויסט אז די פב"א טויג נישט אויף גארנישט א חוץ אויפברעכען אייגען פאבריצירטע טעראר רינגס אבער אזעלעכע שלי'מזל צו זיין???
עס איז א בושה פאר אמעריקע!
ווי איז די מידיע? פארוואס מאכען זיי נישט קיין איבערקעריניש?
דאנערשטאג אפריל 15, 2010 9:45 am
WOW!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אזא מין בעל דמיון! די לעצטע מינוט געבן א טויש צוריק, ס'איז מורא'דיג, אינטערעסאנט, צוענד,
ש'כוח, האלט אן ווייטער!
דאנערשטאג אפריל 15, 2010 10:00 am
האב רחמנות און שרייב ווייטער שנעל ווייל איך מיז וויסן אויב עס גייט זיי געלינגען