בלאט 8 פון 20
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 8:50 pm
דורך הערשעלע
אב זקן האט געשריבן:אגב. די קומענדיגע פארזעצונג איז שוין אט פארטיג, איך מיין אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, "אפשר וועט עס נאך היינט ארויפגעלייגט ווערן" --אפשר--.
שקויעך פארן אונז אנרייצן אז סקומט עפעס א גוטס, יעצט קענסטו אונז שוין נישט לאזן ווארטן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 9:23 pm
דורך למעלה משבעים
א גוטן ר' אב,
דא רעדט מען פון די אפיס פון שפאנונג, שפאנונג גוט איבער אז ער האלט עס מער נישט אויס, ער ווארט שוין אזוי אויך גענוג לאנג, ביטע ווי אמשנעלסטן ארויף לייגן די קומענדיגע, מיט דאנק פון פאראויס.
אגב, דאנק האט זיך צוגעלייגט ביז מען וועט ענדיגן ליינען די קומענדיגן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 6:07 am
דורך אב זקן
פערצענטע פארזעצונג
____________________________________
לאמיר זיך אביסל אומקוקן און זעהן וואס איז געווארן מיט דזשים,
דזשים איז אנגעקומען צו די שפיטאל און וואשינגטאן, דארט האט אום די דאקטאר אפגעווארט, נאך א גרונטליכע אנאליז האט ער געזאגט פאר דזשים אז ער זאל ווארטן אז זיין ווייב זאל אויך אנקומען דא קיין וואשינגטאן און אזוי וועט ער צו ביידע רעדן און איבער געבן וואס ער האלט,
פאר דזשים איז די זאך זייער נישט געפאלן, אז די דאקטאר וויל אום נישט זאגן וואס ער האלט נאר ווען זיין ווייב איז דא מיינט דאס עפעס נישט צו גוט, אבער דזשים האט זיך פראבירט מחזק צו זיין, אז ס'איז דא א גרויסע באשעפער און ער קען העלפן און אלע אומשטענדן.
דזשים'ס ווייב איז נאכגעקומען מיט א פליגער, וואו נאר זי האט געלאנדעט האט זי גראד גענומען א טעקסי צום שפיטאל, אנקומענדיג און שפיטאל זעהנדיג די מצב פון איר מאן איז איר זייער נישט גוט געווארן, זי האט זיך גענומען וויינען..... און ווען די דאקטער איז אריין געקומען מיט זיין שטאב פון אינטער דאקטורים און נורסעס און געבעטן אז זי זאל זיך אראפ זעצן ווייל ער וויל רעדן צו זיי האט זי נאך מער צוזאמגעבראכן, מ'האט געקענט טאפן און די ליפט די ערענסקייט... אויפן דאקטערס געזיכט האט מען אויך געקענט ליינען אז ער גייט נישט דא איבער געבן קיין פרייליכע נייעס,
אבער נאך פאר די דאקטאר האט זיך גענומען רעדן, האט דזשים גענומען די שטארקייט און געבעטן די דאטאר אז ער זאל ארויס גיין פון שטיב פאר אפאר מינוט ווייל ער וויל רעדן צו זיין ווייב פריוואט,
ווען די דאקטאר איז ארויס האט זיך דזשים אויסגעדרייט צו זיין ווייב און זיך גענומען רעדן...
די ווייסט דאך אז מיין מצב זעהט נישט אויס אזוי גוט.... אבער איין זאך וואס איך שטארק מיך און דאס איז מיטן הייליגן באשעפער, ער פירט די וועלט און ער טוט אלעס, איז אויב האט ער געמאכט אז אזוי זאל זיין דעמאלטס איז דאס די בעסטע אפילו מיר פאשטייען עס נישט,
אבער א מענטש דארף דאך טון אלעס וואס מ'קען זיך צו ראטעווען, יעצט איך נעם מיך פאר אז פון היינט און ווייטער גיי איך צוריק ווערן א פרומע איד, פרום מיין איך מיט יעדן דעטאל, פון היינט און ווייטער גייט מען מיך רופן מיט מיין ברית נאמען וואס דאס איז בנימין, און איך איך נעם מיך פאר צו היטן שבת וואו א איד, און וואו אויך אלע אנדערע מצוות, ביסטו מסכים מיט צוגיין מיט מיר אויף דעם נייעם וועג?
מיט טרערן און די אויגן האט בנימין'ס ווייב גענטפערט א ברייטע "יא"
און פון היינט און ווייטער וועל איך מיך רופן מיט מיין געהעריגע נאמען רבקה און נישט ריבעקע........
בנימין איז געווארן זייער עמאציאנאל און אויסגעבראכן און א געוויין....
זיין ווייב רבקה האט אויך מיטגעוויינט מיט אום.....
נאך אפאר מינוט האט זיך בנימין געשטארקט און רופט זיך אן, איך בין פארזיכערט אז יעצט וועט מיר דער אייבערשטער העלפן און וועל עס דורך מאכן און ארויס קומען פון דא געזינטערהייט...
יעצט בעט איך דיך, רופ אן די חב"ד סענטער און פרעג זיי צו זיי קענען האבן איינעם וואס זאל אריבער קומען לייגן מיט מיר תפילין, איך וויל נאך היינט אנפאנגען מיט א גוטע זאך.....
קענסט יעצט צוריק אריין רופן דעם דאקטאר לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן,
די דאקטאר קומט אריין, און מיט אן ערענסטע מינע אויף זיין געזיכט נעמט ער דאס ווארט און זאגט אזוי:
די טעסטס ווייזן אז די האסט באקומען א ערענסטע איינשפריץ וואס דאס איז געמאכט אוועק צו הארגענען די מח שטאטערהייט....
אבער אזוי וואו מען האט דיך געכאפט גענוג פרי האט מען עס אפגעשטעלט אויף די מינוט, אבער די סם צושפרייט זיך שטאטערהייט און גייט ארויף צום מח......
די איינציגסטע וועג דאס צו ראטעוון -אויב מ'קען נאך- איז דורך א קאמפלעצירטע מח אפעראציע וואס דאס קען נעמען 18 שעה, די ריסק פון אזא אפעראציע איז אז 30 פארצענט מענטשען וועקן זיך נישט אויף פון די אפעראציע....
יעצט קענט איר אפמאכן אויב איר ווילט נעמען די ריסק אדער לאזן לויפן,
לאזן לויפן מיינט אז שטאטערהייט גייט די מח ווערן אטאקירט און ביז א וואך צוויי אדער מערסטענס פיר וואכן גייסטו אריין פאלן און א קאמע......
איך וואלט רעקעמאנדירט אז מ'זאל מאכן די אפעראציע שוין, וואו שנעלער אלס גרעסער איז די טשאנס פאר סוקסעס, אבער איר קענט אפמאכן וואס איר ווילט, איך לאז איך יעצט איבער פאר צען מינוט, מאכטס די באשלוס און איך וועל צוריק זיין הערן וואס מ'האט באשלאסן......
און אזוי האט די דאקטאר ארויס געוואקט.....
וואו נאר די דאקטאר האט ארויס געוואקט האט בנימין'ס ווייב אויס געבראכן און א יאמערליכע געוויין....
בנימין אבער איז געווען זייער שטארק,
ער האט געזאגט פאר זיין ווייב אז ער האלט אז מ'זאל יא מאכן די אפעראציע און מיטן באשעפערס הילפ וועט אלעס גוט זיין.
זיין ווייב האט אויך מסכים געווען, אבער בנימין האט איין זאך צוגעלייגט, אז ער גייט נישט צו די אפעראציע אן לייגן תפילין... ער וויל קודם האבן געלייגט תפילין און אזוי וועט ער גיין,
די חב"ד שליח איז תיקף געקומען ווען ער האט געהערט וואס די מצב איז,
ער האט געהאלפן בנימין אנדרייען די תפילין, און געגעבן פאר בנימין א סידור וואס שטייט לשה"ק מיט ענגליש אז בנימין זאל קענען פארשטיין וואס ער דאווענט,
ס'איז נישט מעגליך צו באשרייבן און פשוט'ע ווערטער וואו אזוי די דאווענען האט דארט אויסגעזען......
בנימין האט זיך אויס געדרייט צום וואנט, טייכן טרערן האט זיך געגאסן פון זיינע אויגן..... זיין ווייב איז געשטאנען און די זייט און געיאמערט...
ווען בנימין איז אנגעקומען צו תחנון און זיך גענומען זאגן די ווידי פון אשמנו האט זיך זיין גוף געשאקלט וואו א בלעטל.....
נאך א האלבע שעה איז די דאקטאר צוריק געקומען הערן וואס זיי זאגן,
בנימין האט אום געזאגט אז זיי האבן אפגעמאכט אז זיי גייען איין אויף די אפעראציע,
די דאקטאר האט געהייסן אז בנימין זאל אינטערשרייבן אז ער האט געהערט די ריסקס און ער איז גרייט דערפאר,
דערנאך זענען די נורסעס אריין געקומען און זיך גענומען צוגרייטן בנימין פאר די אפעראציע,
זיין ווייב איז געשטאנען און די זייט און נישט אויפגעהערט צו כליפן...
נאך אפאר מינוט האט מען אום אנגעפאנגן ארויס צוטראגן, בנימין האט געגעבן א ברייטע שמייכל, און געזאגט פאר זיין ווייב אז זי זאל זיך האלטן שטארק און האבן בטחון...
און אזוי האט מען אריין געפירט בנימין צו די אפערעטינג רום....
בנימין האט געזאגט שמע ישראל און מיט א שמייכל צוגעמאכט די אויגן......
--
איראן.
מאחמוד קומט אריין צו אבאס אינדערהיים, אבאס קוקט אום אן זייער פארדעכטיגט, וואס ווילסטו און אזא זייגער? לאמיר עס מאכן שנעל זאגט מאחמוד, איך ווייס אז די האסט קאנעקשענס צו אמעריקא, אבאס קוקט אום אן מיט גרויסע אויגן... ווואאאסס??? איך????
ס'איז נישט יעצט קיין צייט זיך צו שפילן, אמעריקא איז אינטער געפאר...
די קענסט זיי יעצט העלפן דורך מיר אדער קענסטו דיך יעצט מאכן טעמיש און איך שייד מיך פון דיר און ס'וועט געשעהן וואס ס'וועט געשעהן, און די שילד געפילן וועלן דיך באגלייטן א גאנץ לעבן.... ביסטו גרייט ווייטער צו גיין?
אבאס נעמט זיך קעקעצן און זאגט שטילערהייט, פיין, איך בין גרייט צו גיין ווייטער, אבער לאמיר נישט דא רעדן, קום מיט מיר.....
ער נעמט אום אריין און זיין רום, ער גייט צו צו א קלאזעט, דארט רוקט ער אוועק אפאר קליידער און פון דארט נעמט ער אום אראפ צו שטיגנס וואס דאס פירט צו צו א פארהאקטע טיר, ער צינדט אן די לייט און עפענט די טיר, פאר מאחמוד אנטפלעקט זיך א הערליכע צימער אויפגעריסטעט מיט שיינע פוירנעטשער און א דעסק מיט א קאמפיוטער.....
ביידע וואקן אריין.....
אבאס געט זיך א ווילדע דריי אויס צו מאחמוד און געט א שריי..... """הענט ארויף"""
מאחמוד איז געווארן פארלוירן.....
און אבאס זאגט אום דריי דיך אויס צו די וואנט מיט די הענט און די בעק....
מאחמוד איז געווען אזוי דערשראקן און וואו א טאטעלע האט ער געפאלגט....
אבאס נעמט ארויס א שטריק און בינדט אום.....
וויסן זאלסטו אז איך בין נישט קיין אמעריקאנע שפיאן.....
איך בין נאר געשטעלט פון די רעגירונג זיך צו פארשטעלן אזוי....
יעצט האב איז געכאפט א פישל....
איך ווארט שוין לאנג אויף אזא קרבן....
מאחמוד איז געווארן פארלוירן......
ער האט זיך נישט געקענט גלייבן אז ער איז אריין געפאלן און אזא פאסטאקע....
אבאס זאגט ווייטער... איך ווייס אז די ארבעטס פאר די רעגירונג... איך ווייס אז די ווייסט אסאך... און טאקע דאס האב איך ליב... אזא פישל איז מיר זייער ווערט....
די ווייסט אז דאס מיינט פאר דיר טויט שטראף דורך הענגען....
אבער נאך פאר מען וועט די הארגענען וועל איך זיכער מאכן אז מ'וועט דיר פייניגען מיט די ערגסטע מעטאדן....
איך האפ אז די האסטוך געזעגנט פון דיין פאמיליע ווייל די ליכטעקייט פון די זין איז א פארגאנגענהייט פאר דיר....
מאחמוד זיצט מיט די קאפ אראפ, אויף אזאנס האט ער זיך נישט גערישט...
וואו האט ער געקענט מאכן אזא טעות??
ווער נאך וואו ער ווייסט וואס עס מיינט געכאפט צו ווערן מיט אזאנע עבירות...
אזוי רעדענדיג כאפט ער א פראסק און פנים פון אבאס....
איך רעד צו דיר.... די הערסט וואס איך זאג דיר...?
מאחמוד נעמט זיך וויינען..... ער האט נישט געגלייבט און זיין מח האט נישט געוואלט פארנעמען וואס דא גייט פאר....
אבאס גייט צו צום טעלעפאון און ריפט אריין די הויפקוואטיר פון די איראנע גווארדיע...
מאחמוד הערט וואו אבאס זאגט, קום אראפ צו מיר אינדערהיים איך האב א גוטס דיר צו ווייזן, ברענג מיט צוויי אינטעריגעטערס מיר גייען האבן פאן דא.....
מאחמוד נעמט זיך וויינען צו אבאס... האב רחמנות.... טוה דאס נישט צו מיר...
הא הא הא נעמט זיך אבאס לאכן....
ווען איראן איז געגרינדט געווארן האט רחמנות עקספייערט....
דיין לעצטע וואונטש אז די ווילסט וועט זיין אז איך וועל דיך לאזן זעהן דיין ווייב דורך א גלאז... אבער דאס וועט נאר זיין אפאר מינוט פאר דיין שטארבן....
מער וואו דאס בעט נישט פון מיר!!
--
טשארלי מיט זיינע צוויי חברה אנקומענדיג צו די ווער הויז האבן זיי זיך קודם געזעצט טרינקען משקה, נאכן שטיפן אביסעל די צייט האט טשארלי באשטעלט טיקעטס, א וואן וועי פאר דריי מענטשען צו פאקיסטאן, די פליגער איז ג'סקעדזשעלט זיך צו הייבן פינעף אזייגער נאכמיטאג... ס'איז געווען אזוי אויסגערעכנט אז ער זאל נאך קענען הערן און מיטהאלטן און הנאה האבן פון זיין אקציע און דערנאך אפפארן קיין פאקיסטאן... און פון דארט קיין איראן... און דארט ווארט אום אפ א רייכטום..... אוי.... קוים וואס ער קען עס אויס ווארטן.....
נאך א שעה צוויי האט ער אנגעפאנגען ארויס צוגעבן די ארדערס, ביל די נעם איין פעקל און דאס גייט גיין אונעם טרעין סטעשען אויף בראדוועי....
איך נעם די צווייטע פעקל און דאס גייט גיין אונעם פב"א הויפט קוואטיר....
איך וועל עס אהין טראגן מיט מיין הענט! און דאס וועט זיין מיין נקמה און זיי פארן הארגענען אונזער קאלעגע מייק!
חאמאד די נעם די אנדערע פעקל, און דאס גייט געלייגט ווערן אויף לי קארנער ראדני, אבער כדי די זאלסט נישט אויסזעהן פארדעכטיגט מיזטו דיך פארשטעלן וואו א איד... רעד צו ראמאן וואו אזוי מ'מאכט עס.. די דארפסט לכאורה נישט קיין סאך טרעינינג...
ראמאן די נעם דאס לעצטע פעקל און דאס גייט אויף לי קארנער וואלעבאוט,
אזוי וועט מען קאווערן גאנץ לי עווע.......
אקעי, חברה נעמטס ענקערע פעקלעך ס'נעמט זיך טאגן און די אקציע דארף זיך אט אנפאנגען,
מיר טרעפן זיך נעקסט ביי געיט 3 און קענעדי ערעפארט בערך דריי אזייגער..
דארט וועלן מיר מיט האלטן די אקציע און זיך הייבן בערך פינעף אזייגער....
ראמאן, ווען איך וועל זעהן די סוקסעס פון די אקציע וועל איך דיך אריין רופן וואו די זאלסט גיין אויפפיקן דיין געלט..
חברה גיימער....
אללא אקבאר..........
----
איינע פון די אגענטען שטייענדיג ביי די קאר צו זיכן עפעס אינפארמאציע איז אום בייגעפאלן א פלאן, ער פרעגט לואיס צו ער האט ביי זיך און אפיס א 'קעמערע דיטעקטאר' דאס איז א קליינע מאשינקע וואס פייפט אויב ס'איז דא קעמערע שטראלן און די הינדערט פיס, לואיס זאגט אום אז יא ער האט עס און ער שיקט יעצט איינעם עס ברענגן, אייגענטליך, כאפט זיך לואיס, איך האב איינס און מיין קאר אויך, דא האסטו, און גראד האט זיך די כלי גענימען פייפן וואס דאס מיינט אז ס'איז דא א קעמערע אויף איינע פון די בילדינגס, דאס איז גוטע נייעס,
אקעי, לואיס ווער מיר געוואויר ווער די בעה"ב פון די בילדינג איז, אונז דארף מיר דורך קוקן די קעמרע, לכאורה וועט מען קענען זעהן עפעס,
נאך צעהן מינוט קומט לואיס צוריק און זאגט אז די בעה"ב איז אויפן וועג און וואו נאר ער קומט וועלן מיר אריין גיין זעהן,
די בעה"ב האט זיך קודם דערשראקן וואס פב"א וויל פון אום אונמוטן די נאכט אבער ווען ער האט געהערט וואס די רעדע איז איז ער גראד געקומען צו פארן און געפענט די בילדינג,
אלע דריי זעצן זיך צו צום קאמפיוטער, און מ'מישט צוריק און מ'זעהט טאקע וואו זיי קומען ארויס פון די קאר, ברעכן אויס די ווינדא פון א געפארקטע קאר, זעצן זיך אריין, און פארן אפ....
די פלעיטס האט מען געקענט ליינען זייער קלאר,
לואיס מיט זיינע אגענטן פליען צוריק צו זייער אפיס, לואיס מישט אויף די קעמרעס ביי די ברידזשעס לייגט אריין די פלעיט נאמבער און זעהט וואו די קאר פארט אויפן ברידזש, ער פארט ווייטער, ער דרייט זיך אראפ און וויליאמסבורג.... און דארט האט ער פארלוירן טרעק....
לואיס לאז ארויס די NYPD לאמיר אליין אראפ פארן קיין וויליאמסבורג, נעם מיט נאך זעקס זיבן קארן, גיב זיי די פלעיט נאמבער, אויב זעהן זיי די קאר זאלן זיי אונז רופן,
היידא.. לאמיר גיין...
ס'האט נישט לאנג גענומען און איינע פון די אגענטן רופן אן לואיס אז ער זעהט די קאר געפארקט אויף קענט עווע....
לואיס רופט זיינע אלע חברה, ער הייסט זיי ארום נעמען די בלאק שטילערהייט...
ער נעמט ווייטער ארויס זיין קליינע מאשינקע צו זעהן צו ס'איז דא א קעמרע און די געגענט....
יא... די גאז סטאנציע האט קעמרעס... זייער גוט, לואיס גייט צו צום פענסטער און זאגט זיי אז ער איז פון די פב"א און ער וויל דורך קוקן די קעמרעס...
און טאקע אויף די קעמרע זעהט ער וואו די חברה וואקן ארויס און גייען אריין און די ווער הויז גראד נעקסט צו די געז סטאנציע......
לואיס רופט אריין זיינע חברה און הייסט זיי קאווערן די בילדינג... ער גייט יעצט שטורעמען די פלאץ......
די צוויי אגענטן זאגן פאר לואיס אז ער זאל זיי לאזן פאראויס, זיי קענען בעסער די מלאכה....
די צוויי טוהן זיך אן שיץ קליידער און מיט א זעץ האקן זיי אויס די דרויסענדע פענסטער און ווארפן אריין א גאז באמבע... די באמבע טוט נישט גארנישט נאר ס'מאכט א גרידער און א רויעך, דאס ניצט מען ווען מ'דארף איינעם כאפן און א שאק,
דערווייל האט די אנדערע אגענט אויפגעזעצט דעם טיר...... ביידע וואקן אריין.... זיי זעהן אז איינער איז נישט לאנג צוריק דא געווען באטלעך ביר איבעראל ארום..... אבער די פלאץ איז יעצט ליידיג....!!
קיינער איז שוין נישט דא...!!
דאס זעהן זיי יא אז די פלאץ איז נישט קיין פשוטע ווער הויז.... ס'איז שיין אויסשטאפירט.... אבער פון דעם האבן זיי נאך גארנישט... און פאקט האבן זיי יעצט נאכאמאל פארשפילט א געלעגענהייט.....
לאמיר זעהן אויף די גאז סטאנציע קעמרע צו מ'קען זעהן וואו זיי זענען געגאנגען?
אלע דריי לויפן צוריק צו די קעמרעס.... אבער וואו אנטוישט און דערביטערט זענען זיי געווארן זעהנדיג וואו פיר מענטשען וואקן ארויס מיט סוט קעסעס און די הענט און יעדער צושפרייט זיך צו אן אנדערע פלאץ........
מיט א ביטערע טעם האבן די אגענטן געדארפט צוהערן וואו לואיס רופט קיין וואשינגטאן איבער געבן די שלעכטע נייעס אז די אקציע גייט לכאורה געשען און ס'איז נישט און זיינע הענט דאס אפצושטעלן......
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 7:26 am
דורך ווער בין איך?
Ouch! Scary!
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 7:39 am
דורך good_luck
ש'כוח זקן, ס'הערליך!!
קיעפ אפ און לייג ארויף די נעקסטע וואס שנעלער!
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 7:55 am
דורך שמאטע
העי אב, וואס דא גייט נאר נישט פאר,
האלוי !!!! די הערסט מעך ??? איך קאל דא פין אממ.. אממ... וויזוי הייסט נאר דעי פלאץ ?? וואסא חיליק, הער נאר, ס'צרות אין ווילי... דריי חברה גייען ליידיג, עקשעלי זענען זיי גאר פיל. ס'סקאנעס נעפאשעס!!!!!! זאג פאר די וויכטיג מאכערס מ'זאל אויסריפן אויף די מייקס.. יא גרויזי מעג שעלטן, טא בעד ער וויל נישט ארויסהעלפן. מיטן כאפו די חברה, וועט ער מיזען ליידן פין די מייקס.
עניוועי... אב... איך בעט דיר, ווארט נישט ביז נאך שבת,, ס'קען דאך שוין חלילה זיין דעמאלטס צי שפעט!!!!!!!!...... דעי חברה פארן שוין אוועק 5 פארטאגס..... הוי א שרעק וואס דא קען נאך זיין.....
נ.ב. (נכתב בתחילה) א גרויסן ישר כח!!!! ס'געוואלדיג, עפעס נישט פלעין גיט, ציענד, אין אינטערסאנט!! טענקס עלאט!!

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 8:58 am
דורך פאטאקי08
אב זקן
געליינט
פארזעצונג ווערט מער און מער פראפעשענעל!!!
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 9:33 am
דורך Joba
ווי וואלט מיר געווען אן די חב''ד שלוחים
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:02 am
דורך צייטליך
איך האב עס יעצט געליינט פון די אנפאנג ביז די - כמעט - ענדע.
רב אב זקן, איך ווייס נישט וויזוי זיך צו באדאנקן פאר אייך, אבער איך מיז אייך זאגן אז איר זענט א געוואלדיגער בעל דמיון און איר האט מיך מיטגענומען ס'גאנצער וועג אויף א רייד. איך קען קוים טייפן די פאלגענדע שירות. איך בין געפרוירן!
איך מוז ענדיגן מיינע קורצע לויב ווערטער און ארויסלויפן פון אפיס ווארום איך בין דא ממש א בלאק אוועק פון איינע פון די רענצלעך און איך מוז זיך זאפארט ראטעווען!!
די מצב איז זייער נישט גוט און כ'מיז נאך גיין אויפיקן מיין ווייב און קינדער וועלעכע זענען יעצט אויך נענטער ווי מיר צו איינע פון די ווינקלען ווי די רענצלעך ווערן אין די מינוטן אראפגעשטעלט.
אלזא. א גוט שבת. איך לויף....
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:27 am
דורך קהת
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:46 am
דורך שמיי_דריי
אב, אייזן גוט געשירבן. עס איז מורא'דיג ציענד און שפאנענד און העכסט אינטערסאנט.
קיעפ אן. מיר האבן זייער הנאה.
מיר ווארטן און קוקן ארויס אויף די קומענדיגע פארזעצונג.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:56 am
דורך הערשעלע
אב, די ביסט נישט נארמאל!!!
די ווייסט וואס די האסט אנגעמאכט אין ווילאמסבורג? די עולם דרייט זיך ארום אויף לי עוו. ארום זוכן די פעקלעך, ס'גייט מכות דארטן, איעדער איינער וואס טראגט נאר עפעס אין די האנט לויפט מען גלייך צו קוקן וואס ער האט דארטן!! ס'צרות, די האסט איבערגעדרייט וויליאמסבורג!!!
עניוועי די האלט נאר אן און געב נישט אויף, ביסט מעידזשער!!
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 12:08 pm
דורך שמערי בערי
האאאאאפטשו......
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 2:15 pm
דורך איך_הער
מיינע פינגער ציטערן עכט.........
מיין הארץ פאפמט מיט א משונה'דיגע שטארקייט, אבער שטייט, איך מיין אז איר פארשטייט וואס איך מיין, איך קען נישט קומען צו זיך, ווי דער עולם באמערקט, (באמערקט מען דען?) בינעך לעצטענס נישט דא געווען, ב"ה געווען זייער ביזי אין די ארבעט, און כ'ווייס אפילו נישט צו יעצט בינעך יא דא, אבער אביסל צייט האבעך געהאט, און יעצט זיץ איך שוין דא צווישן א שעה און צוויי נאר פאר דעי פארזעצונג, איך מוז דיר זאגן ער' אב, ביסט א פראפעשענעל פאנטאזירער, (איך ווייס וואס איך רעד, איך בין א שטיקל, באט דאס וואס דו האסט דא צוזאם געשטעלט, וואלטעך אין מיין לעבן נישט באוויזן. למשל אזא זאך אז די עף בי איי זאל זיין אזוי שלימזל'דיג, וואלט מיר קיינמאל נישט געפאסט צו שרייבן.)
הערליך און שפאנענד אראפ געלייגט, איך קען נאכנישט צו זיך קומען פאר שרעק, עמער ווארטן מיט געדולד ביז די נעקסטע שטיקל וועט זיין פארטיג.
א הארציגן יישר כח. (די לאנגע יישר כח איז פאר אלע פארזעצונגען וואס כאמעך נישט באדאנקט אין צווישן.)
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 1:38 am
דורך reb yid
א טאלאנטפולע פעדער געשפינט מיט געפארפולע דמיונות!
---
די עולם רעדטזעך איין אז די האלטס שוין ביים ענדע, זיי וויייסן נישט וואס דיין קאפ קען נאך אויסטראכטן.
חברה, סטעי טיונד, ס'קומט העווי עקשאן!
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 7:20 pm
דורך אב זקן
פיפצענטע פארזעצונג
-------------------------------------
איראן.
אבאס זעהנדיג וואו צובראכן מאחמוד איז, נאכן אום גוט באטראכטן, וואקט ער צו צו אום און מיט א גלעט אויפן אקסעל זאגט ער אום מיט א ליבליכע שטימע,
וויסן זאלסטו מאחמוד,
""איך בין אן אמעריקאנע שפיאן"",
נאר וואוסענדיג אז די ארבעטס פאר די רעגירונג האב איך מיך קודם געמיזט פארזיכערן אז די זיכסט מיך נישט צו פארכאפן און א פאסטאקע, יעצט ווען איך בין זיכער אז דו מיינסט עס ערענסט בין איך גרייט צו רעדן צו דיר, און זיי זיכער אז איך האב צו קיינעם נישט גערעדט אויפן טעלעפאון,
מאחמוד קוקט ארויף צו אבאס אינגאנצען צומישט....
ער ווייסט שוין נישט צו ער זאל אום גלייבן אדער נישט....
אבער ווען אבאס האט אום אויפגעבינדען און געברענגט צובייס צום טיש איז זיין פארזיכערקייט צוריק געקומען,
וואס פארא געפאר רעדסטו וואס שוועבט אויף אמעריקע, פרעגט אבאס?
איך גיי דיר זאגן וואס די געפאר איז און וואו אזוי איך קען עס אפשטעלן, אבער פאר איך פאנג אן פארלאנג איך פון דיר אז די זאלסט ערלעדיגן פאר מיר א וועג ארויס פון איראן פאר מיר און מיין משפחה, דאס מיינט, איך קען נישט ארויס פארן געהעריג מיט א פליגער ווייל מיין פנים איז באקאנט, איך בין א הויכראנקיגע רעגירונגס מענטש, איך וויל אן אנדערע וועג ארויס....
דאס זאלן די אמעריקאנע צושטעלן און אויסטויש פאר די הילף און אינפארמאציע וואס איך גיי זיי יעצט צושטעלן,
אבאס טראכט...
פאר איך טראג אן דיין פארלאנג פאר די אמעריקאנע מוז איך קומען מיט גענוג שטאף אז די ווייסט טאקע וואס די רעדסט און אז די קענסט טאקע העלפן..
מאחמוד פוילט נישט און זאגט פאר אבאס, קוק נאך אויף דיינע רעקארדס צו די זעהסט א שיף וואס איז ארויס געפארן צוויי וואכן צוריק פון דא און די פאפירן זענען נישט געהעריג אויסגעפילט געווארן.....
אבאס זוכט...
נאך אפאר מינוט זאגט ער אז יא, ער זעהט אויף איין שיף אז ס'שטייט אז די רעגירונג האט אינספעקטעט די שיף און מ'דארף עס נישט איבער זוכן... דאס איז די ערשטע מאל וואס איך זעה אזאנס....
טאקע אינטערעסאנט... וואס איז די פשט?
זייער פשוט זאגט מאחמוד, די שיף האט געהאט אסאך געהעריגע סחורה אויף זיך, אונמוטן פון די סחורה איז געווען באהאלטן פיר באקסעס וואס און די באקסעס ליגט קליינע אבער גאאר מאכטפולע רימאט באמבעס...
דאס האט געדארפט צו ווערן אריינגעשווערצט צו אמעריקע דורך באצוואונגען איינעם ביים פארט אדורך צו לאזן די שיף... די באמבעס גייען ווערן אויסגעלייגט און די אידישע צענטער און ברוקלין, און ס'גייט דארט אנזייען חורבן....
יעצט, פון די אימעילס וואס איך האב געהעקט פון מיין העד מענעדזשר האב איך פארשטאנען אז די זאך האט זיך אביסעל פארהאנקעט אבער די באמבעס זענען און פארזיכערטע הענט,
לויט וואו איך פארשטיי איז די פב"א געוואויר געווארן דערפון און זיי האבן געוואלט פארכאפן די שיף אבער פאר זיי האבן געהאט די טשאנס האבן אונזערע חברה ארויסגערוקט די פעקלעך..
למעשה איז עס יעצט אפאר שעה אוועק פונעם אויפרייס,
רופ אן קיין וואשינגטאן און ווער געוואויר צו די זאך איז וואר, אויב בין איך גערעכט בין איך גרייט צו גיין ווייטער און העלפן, אבער נאר אויב די ערלעדיגסט א צוזאג אויף מיין פארלאנג וואס איך האב געבעטן....
אבאס הערט וואס די רעדע איז,
ער רופט אן די פב"א און וואשינגטאן, און נאך א מינוט האבן זיי באשטעטיגט יעדעס ווארט,
און זיי האבן אפילו צוגעגעבן אז זיי האבן ביז יעצט נישט געוואוסט וואס די פארדעכטיגטע פעקל איז....
אבער ווען אבאס האט פארגעלייגט וואס מאחמוד פארלאנגט פארן העלפן ווייטער, האט די פב"א הויפט געזאגט אז ער איז נישט אויטעראזירט צו עפראוון אזא זאך, ער וועט מיזן פרעגן די פרעזידענט.
זאג זיי האט מאחמוד צוגעלייגט, אז די צייט איז נישט אויף זייער זייט, אויב פלאנען זיי צו פארשלעפן און דורך גיין אלע ביוראקראטישע זאכן ביז זיי גייען מיר געבן די אקעי דעמאלטס קען שוין זיין צו שפעט.....
אבאס האט איבער געגעבן די ווערטער פארן הויפט פב"א, יענער האט געזאגט אז ער הערט, אבער אן די פרעזידענט קען ער גארנישט טוהן,
זאל ער בעסער גיין אויפוועקן דעם פרעזידענט אויב ווייסט ער וואס איז גוט פאר אום....
זאג אום אז די פאר באמבעס זענען נאר די פראבע, אויב גייט דאס דורך סוקסעספול פלאנען די חברה אריין צו שווערצן מער פון די סארט און באמבעדירן ערענסטע טארגעטס... ער זאל דאס נישט נעמען פאר לייכט....
אבער די הויפט פון די פב"א האט זיך נישט דערשראקן,
איך גיי נישט אויפוועקן די פרעזידענט און אנדרייען א קאשע פאר עפעס א קליינע באמבע וואס גייט אויפרייסן און די אידישע געגנט......
זאג אום אז דאס איז שוין גארנישט אזוי קליין, און דאס גייט נישט נאר און די אידישע געגנט! איינע פון די פב"א בילדינג'ס איז אויך אויף די ליסט.....
ביי די ווערטער האט זיך די הויפט פון פב"א טאקע דערשראקן....
זיינס א בילדינג איז שוין נישט קיין וויץ...
אקעי, איך רופ אן דעם פרעזידענט, איך וועל דיך צוריק רופן שפעטער אויב ער געט די צושטימונג,
שפעטער?
דאס קען שוין זיין צו שפעט...
טייל מיך נישט איין וואס און ווען צו טוהן, איך בין די פירער און איך וועל טוהן ווי אזוי איך פארשטיי...
איך מיין נישט גארנישט זאגט מאחמוד, אבער יעצט איז נישט קיין צייט פון קיין ארגיומענטס, די בליט און לעבנס פון הינדערטער מענטשען קינדער און פרויען ליגן און דיינע הענט... יעצט איז נישט קיין צייט צו רעדן ווער ס'איז גרעסער אדער שטערקער.....
איך הער וואס די זאגסט, איך וועל אבער טוהן ווי אזוי איך פארשטיי און נישט ווי אזוי מ'טיילט מיר איין.....
גוט, מיר ווארטן אויף דיין קאלל....
אבאס האט יא גענומען די זאך מער ערענסט, און ער האט אנגעפאנגן זיך צו בעטן ביי מאחמוד אז אפשר דאך זאל ער אנפאנגן צו ארבעטן אפילו ער האט נאך נישט צוריק געהערט פון וואשינגטאן... איך גאראנטיר דיך אז איך וועל דיר ארויסזעהן פון דא!!
מאחמוד זאגט אום שיינערהייט, הער אויס, איך פארשטיי דיך, איך פארשטיי אז די ווייסט יא און די זעהסט איין אז יעצט איז נישט קיין צייט פון זיך שפילן און צייגן וואו גרויס מ'איז און צו ס'פאסט יא צו נעמען ארדערס אדער נישט...
אבער דאך, וואו נאר איך וועל דיר צייגן וואו אזוי איך קען דיר העלפן, און יענע רגע לייג איך מיך אריין און די מויל פון לייב...
איך פארשרייב מיר דאס טויט! ווייל זיי גייען גראד געוואויר ווערן אז דאס קומט פון דא...
און וועגן דעם נאך פאר איך פאנג עפעס אן, מוז איך האבן א קלארע וועג ווי אזוי איך גיי מיך ארויס זעהן פון דא צוזאמען מיט מיין משפחה,
איך ווייס אז ס'איז נישט און דיינע הענט אזא אפעראציע....
איך פארשטיי אז די ווילסט זייער העלפן, אבער דאס מאל איז עס נישט און דיינע הענט.
לאמיר ווארטן אז מ'זאל צוריק רופן פון וואשינגטאן און איך האפ אז זיי וועלן האבן שכל און די ענטפער וועט זיין פאזאטיוו, אויב נישט וועלן מיר ביידע דארפן צו קוקן מיט צער וואו אזוי אומשילדיגע לעבנס ווערן פארשניטן פאר אביסל גאווה און כבוד....
ס'טוט מיר זייער באנק אבער דאס איז די מציאות יעצט.
---
חאמאד מיט ראמאן שפאצירן צוזאמען אראפ די גאס, ביידע שלעפן זיך מיט רענצלעך, חאמאד רופט זיך אן צו ראמאן, שפאצירן יעצט און די שטילע גאסן איז נישט קיין עסק, דאס קען ארויסברענגן גרויס פארדאכט, איז דא ערגעץ א האטעל און די געגנט וואו אונז קען מיר זיך אראפ לייגן פאר אפאר שעה, מיר האבן ממילא נאך בערך זעקס שעה ביז מיר דארפן אנפאנגן די אקציע,
דא איז נישט דא קיין האטעלס אבער ס'איז דא נאך א אידישע צענטער דא נישט ווייט אוועק דאס איז בארא פארק, לאמיר אהין גיין, דארט איז דא האטעלס און דארט איז אויך דא אידישע געשעפטן אזוי וועל איך דיר קענען איינקויפן אביסל אידישע פארשטעלעכץ אז די זאלסט נישט זיין אויפפאלנד..
זייער גוט לאמיר אהין פארן,
וואו אזוי וויסלטו פארן? האסט א קאר?
דאס איז די קלענסטע פראבלעם זאגט חאמאד, זאג מיר וועלכע קאר פון די בלאק די ווילסט און מיט דעם וועלן מיר פארן,
נעם דאס, צייגט ראמאן אויף א אדאסי, גוט...
ראמאן שטעלט זיך צו צום קאר, נאך אפאר מינוט איז די קאר אפען געווען, ביידע האבן אריין געלייגט פעקלעך און די בעק און מ'פארט..
מ'פארט ארויף אויפן BQE די וועגן זענען ליידיג.. חאמאד גיבט געזז...
איך קען מיך שוין באשטיין צו זעהן שלאפן זאגט ער..
גענוג א שווערע טאג געווען היינט... מארגן קומט נאך איינס, איך קען באשטיין צו זיין אויסגערוהט...
האלי..... רופט זיך ראמאן אן.... קוק און שפיגל.... א פאליס פארט אונז נאך.....
פאר שטייטער.... איך האב מורא אז די האסט געספידט...
וואס טוט מען.... אויב כאפן זיי אונז וועט אלעס זיין פארטיג......
אקעי ער מיינט אונז....
די קענסט נישט אנטלויפן....
רוק דיך און א זייט.... האסט דיין לייסענס אויף דיר?
די פאליס אפיסער קומט ארויס פונעם קאר, און בעט לייסענס רעגיסטרעשנס,
ראמאן גיבט זיי לייסענס אבער די רעגיסטרעשן קען ער נישט טרעפן...
די פאליס פרעגט אום איבער...
גיב מיר דיין רעגיסטרעשן קארד....
איך זעה עס נישט זאגט ראמאן...
אקעי, איך וועל צוריק זיין און א מינוט,
די פאליס זעצט זיך צוריק און זיין קאר, ער טשעקט די פלעיט נאמבער צו דאס מעטשעט מיט די לייסענס.....
ער זעהט גראד אז דאס איז א גע'גנב'טע קאר.....
די פאליס רופט אויס אויף זיין הויעכהילכער...
"קומטס ביידע ארויס פון די קאר מיט די הענט ארויף"....
נאכאמאל "ביידע פון ענק" וואקטס ארויס פון די קאר, לייגטס ארויף די הענט אויפן דאך פון די קאר.....
ראמאן, פאלג וואס זיי הייסן איך וועל שוין קער נעמען שעפשעט חאמאד.... לאמיר ביידע ארויס וואקן מיט די הענט אויף ארויף...
וואו נאר זיי האבן אויסגעוואקט האבן די צוויי פאליס אפיסערס צוגעוואקט צו זיי און זיי געקייטעלט,
חאמאד געט א זאג אריין פארן פאליס אפיסער און אויער...
איך בין א פב"א אגענט... איך האלט אונמיטן א אקציע... מיין בעדזש ליגט און מיין רעכטע טאש...
די פאליס נעמט ארויס די בעדזש...
ער זעהט אז ער איז גערעכט...
ער זאגט פארן צווייטן אפיסער זאל אויפבינדען ראמאן,
די פאליס אפיסער האט זיך אנטשולדיגט פאר חאמאד... און מיט א קוועטש און די הענט האבן זיי זיך צוריק אריין געזעצט און די קאר און געפארן ווייטער......
חאמאד פארט אריין און די בארע פארקע גאסן, ער פארט צו צום האטעל, שרייבט זיך איין, און ביידע פון זיי לייגן אריין די רענצלעך אונעם קלאזעט און פאלן אריין און בעט אויסגעשעפט.
--
טשארלי, האט ארויף שפאצירט אפאר גאסן, פון דארט גערופן א קאר סערוויס זאל אום אפטראגן קיין מענהעטן צו א האטעל, זיין וועג איז דורך אן קיין אינצידענטן ער האט זיך אריין געטשעקט און זיין האטעל, און אויך געגאנגען שלאפן פאר א פאר שעה ביז די אקציע גייט אריין גיין און קראפט.
--
ביל האט גענומען זיין רענצל, און צוגעוואקט צו בראדוועי, ער קען באשטיין צו זעהן די פלאץ וואו ער גייט דארפן אראפ לייגן זיין פעקל, און בכלל און די נעקסטע פאר שעה האט ער נישט וואס צו טוהן, ער גייט נעמען די טרעין אהין און צוריק פאר די נעקסטע פאר שעה.... אויסרוען וועל איך מיך אויפן פליגער... טראכט ער צו זיך..
--
די פב"א אגענטן האבן זיך מוט לאז אריין געזעצט און קאר צוריק צופארן צום הויפטקוואטיר, לואיס האט אנגעטראגן אז אפשר זאל מען איבער גיין אלע אינפארמאציע וואס מ'האט, אפשר וועט עפעס בייפאלן, אפשר וועט מען טרעפן עפעס וואס דאס וועט קענען טראגן ווייטער..?
אלע האבן זיך אריין געזעצט ביי לואיס און אפיס, און זיך גענומען איבער גיין אלע דעטאלן, נאך אפאר שעה ארבעט איז די מצב שוין געווען זייער אנידערגעשלאגן די אינפארמאציע האט נישט געפירט קיין ערגעץ, א טעלעפאון קאלל האט איבערגעהאקט, אויף די אנדערע זייט איז געווען די סארדזשענט פון די זיבעציגסטע פריסינט, ער דערציילט אז זיינס אן אפיסער האט היינט אינדערפרי אפגעשטעלט א גע'גנב'טע קאר, אבער די דרייווער האט געוויזן זיין פב"א בעדזש אז ער האלט אונמוטן אן אקציע, די פאליס האט אום געלאזט גיין ווייטער,
ער וויל נאר זיכער מאכן אז די הויפט פון די פב"א ווייסט דערפון, ווייל נארמאל גנב'ט מען נישט קיין קאר.....
לואיס ווערט ווייס..... ער לייגט די פאון אויף ספיקער און בעט אז די סארדזשענט זאל איבער זאגן די סטעיטמענט....
וואס גייט פאר מיט דיר אפיציר לואיס?
האסט נישט געהערט וואס איך האב געזאגט?
איך האב יא, אבער איך וויל אז די זאלסט עס איבער זאגן...
איבער זאגן? אקעי איבער זאגן,
איינע פון מיינע אפיצירן האבן היינט אפגעשטעלט א קאר, די קאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א גע'גנב'טע אבער די דרייווער האט געוויזן א בעדזש אז ער ארבעט פאר די פב"א און מיין אפיסער האט אום געלאזט גיין,
יעצט רופ איך אן פרעגן צו די ווייסט עפעס דערפון...
קענסטו מיר געבן די אינפארמאציע פון די קאר, און וואו אויך די נאמען פונעם דרייווער?
ווייסט וואס זאגט לואיס, שיק מיר אהער די אפיציר וואס האט זיי אפגעשטעלט, און שיק מיט אלע אינפארמאציע מיט אום... אבער שוין!!!
די זייגער רוקט זיך......
12:00PM
די פאליס אפיסיר איז נארוואס אנגעקומען צו די הויפטקוואטיר פון די פב"א, דארט האבן אום אפגעווארט לואיס מיט די צוויי אגענטען, און זיי האבן אנגעפאנגען צו נעמען א פינקטליכען באריכט, וואו אזוי האט די דרייווער אויסגעזען? וואו אזוי האט די צווייטער אויסגעזען, די אפיסיר האט געענטפערט לויט וויפיל ער האט געדענקט,
האבן זיי געהאט זאכן און די קאר? אויף דעם איז געווען די תירוץ אז ער ווייסט נישט ווייל ער האט נישט געהאט קיין טשאנס צו קוקן און די קאר, נאכן האבן פון אום אלע אינפארמאציע האט מען אום צוריק געשיקט, און די דריי האבן זיך אראפ געעצט אנאליזירן די אינפארמאציע,
לואיס האט גלייך געזאגט אז די דרייווער פון די קאר איז זיין געוועזענע סעקרעטאר, אלע סימנים האבן געשטימט, די אנדערע מענטש האבן זיי נישט געקענט דערגיין, אבער יעצט אז זיי האבן פלעיטס מיט א קאר אפשר קען מען נאך ראטעווען די מצב??
די גיסטע און אפיס איז געווארן אביסעל מער אויפגעהייטערט, זיי אלע רוקן זיך צו צום גרויסן סקרין מ'גייט זוכן אויף די טרעפיק קעמרעס ביי די זייגער, אויף אלע קארן וואס זענען געפארן אויפן BQE וועסט, און זיי זעהן טאקע ווי א פאליציי קאר שטעלט אפ א קאר... און ווי די אפיציר לאזט אום פארן ווייטער....
און אט זעהן זיי די קאר וואו עס פארט אזוי געמיטליך און עס דרייט זיך ארויס ביי די עקזיט...
דא האט שוין לואיס נישט געטראכט קיין צוויי, און טאקע קעגן זיין ווילן האט ער אנגערופן די הויפט פון די NYPD און זיי איינגעמאלדן אז ער געט ארויס א נעשענל אלערט....
די קאר מיט די פלעיטס....
און איינע פון די דרייווערס רופן זיך מיטן נאמען חאמאד... זענען שוידערליכע טעראריסטן....
די לעצטע מאל מען האט אום געזען איז ער געווען מיט שווארצע האר אבער דאס איז נישט קיין ראי' ער איז בערך פינעף פיס מיט אכט אינטשס הויעך....
אויב איינער זעהט אום זאל ער גלייך זיך מעלדן צו די פב"א....
די אגענטן ביי לואיס און אפיס האבן זיך גערעגט אבער זיי האבן אויך פארשטאנען אז ווען זיי זאגן ווען אנפאנג נאכט און זיי מעלדן איין פאר די NYPD וואס די מצב איז וואלט דער חאמאד שוין געווען ארעסטירט,
ס'פאסט טאקע נישט אז די פב"א מיז צוקומען צו די נער'ישע פאליס דיפארטמאנט, אבער יעצט איז נישטא קיין אנדערע ברירה...
און לואיס איז אפילו געגאנגען מיט א סטעפ ווייטער, ער האט ארויס געגעבן די אלערט פאר אלע נייעס סטאנציע'ס....
אויב איינער זעהט די פנים אדער די קאר זאל זיך תיקף מעלדן צו די פאליציי.........
די זייגער רוקט זיך....
12:45PM
---
איראן.
לאמיר אביסעל צוריק גיין און זעהן צו ס'איז עפעס געווארן מיט מאחמוד'ס פארלאנג...
סיי אבאס און סיי מאחמוד זענען געזעצן אויף שפילקעס... זיי האבן געווארט אויף די פאון קאלל פון וואשינגטאן, נאך א האלבע שעה איז טאקע אריינגעקומען די קאלל און אויף די אנדערע זייט איז געווען די הויפט פון די פב"א,
די פרעזידענט איז מסכים צו די דיעל, אבער מיט א פארלאנג אז מיר מיזן אויפקומען מיט א וועג וואו אזוי דיך ארויס צו זעהן פון דארט, דערווייל ארבעטן מיר אויף א פלאן, איך האפ אז ביז פיר שעה וועל איך קענען אריין טראגן פארן פרעזידענט א פלאן און ער וועט דאס סיינען,
גוט, מ'האלט יעצט 7:30AM ניו יארקער צייט, אויף 11:30 דארף איך צוריק הערן אויב די האסט א פלאן, אויב יא און די שיקסט מיר א קאפי פון די סיגניטשער דעמאלטס בין איך גרייט צו העלפן ווייטער, דערווייל לייג איך מיך שלאפן,
פיין, עמער רעדן און אפאר שעה.
--
11:00AM
ראמאן און חאמאד האבן זיך
אויפגעוועקט, נאכן זיך אויפפרישן פונעם קורצן שלאפ האט חאמאד געזאגט פאר ראמאן אז ער זאל שוין זיך אנטוהן די אידישע קליידער און גיין איינקויפן פאר אום זיין פארשטעלעכץ, לאמיר זיך צויאגן ווייל אויף האלב איינס וויל'כ זיין אינדערויסן פון דא...
ראמאן איז אראפ צום אידיש צענטער אויף דרייצען עווע, אריין און די ערשטע דזשודעקע, איינגעקויפט אפאר זאכן וואו א קאפל און נאך,
דערווייל האט זיך חאמאד אראפ געזצט צו פרישטיג, אנגעצונדען די טעלעוויזשאן און אויסגעהערט די נייעס, ווען ראמאן איז צוריק געקומען האט ער געהאלפן אנטוהן און פאררעכטן אויף חאמאד די נייע זאכן און ווען ביידע האבן גוט אויסגעזעהן האבן זיי זיך גענומען צאמפאקן און גרייטן צו גיין....
--
11:00AM
טשארלי האט זיך אויף געוועקט, ער קען שוין נישט שלאפן, נאך אזוי פיל וואכן ארבעט ענדליך האלט מען שוין דא...
ער קען קוים טראכטן פונעם מארגן...
די געלט און ד כבוד וואס אזא אקציע גייט אום ברענגן..... אה.....
און ווער רעדט נאך פון די תענוג פון זעהן די באמבעס אופרייסן.... אוי.....
סארא נחת דאס גייט זיין....
ער קלערט צו זיך, זיצן דא האב איך גארנישט, בעסער וועל איך גיין צו מיין דעסטענאציע, איך וועל דארט פארקן די קאר, און ביי א גוטע געלעגנהייט וועל איך אראפ לייגן די פעקל און אנטרינען ווערן...
ער טראכט נישט קיין סאך, גייט אראפ צו די גאראדזש פונעם האטעל וועלט זיך אויס די בעסטע קאר און זעצט זיך אריין, פארט אראפ צום הויפט קוואטיר פון פב"א, פארקט די קאר א בלאק אוועק, ער מאכט זיכער אז ער האט א אויג אויף די טיר אז ער זאל קענען זען וואס טוט זיך, נעמט ארויס פון טאש זיין פאלשע שנויצען צוקעמט זיין האר אביסעל, טוט זיך אן אנדערע גלעזער, און אזוי צונדט ער אן די ראדיא מיט זיין צוגארעט'ל....
ער זיצט אזוי מיט די פיס ארויף, הערט די נייעס און רייכערט, אונמוטן הערט ער א ביפ....
ברעיקינג ניוס.....
פב"א פארלאנגט הילפ פון די פובליק....
ווער עס האט געזען א קאר מיט צוויי מענטשען... איינער געט זיך אן אלס חאמאד.... -טשארלי ווערט בלאס-
זאל רופן די פב"א....
די חברה זענען סכנות'דיג.... מיר בעטן יעדן.... האלטס אן אויג.... די נאמבער צו רופן איז 212-***-****
טשארלי נעמט זיין פאון און רופט אן חאמאד,
--
חאמאד האלט זיך אונמוטן פאקן, און זיין טעלעפאון קלינגט...
חאמאד דאס בין איך טשארלי, די פאליציי זוכן דיך, די גאנצע שטאט איז אויף רעדער......
מ'האט יעצט ארום געשיקט אן עמערדזשענסי אלערט.... היט דיך....
זארג נישט זאגט חאמאד... די אקציע גייט ווייטער...איך וועל מיך שוין ארויס זעהן פון דא... די פלאן איז ווייטער זיך צו הייבן פינעף אזייגער...די צייט איז טייט... גיי אן... עמער זיך טרעפן און עירעפארט....
חאמאד זאגט פאר ראמאן זיך שנעל צאמצופאקן... ביידע נעמען זייערע רענצלעך גייען אריין און די עלעוועיטאר... אנשטאט צו פארן צו די לאבי האט חאמאד געדריקט בעסמענט...
זיי פארן אראפ אונטען, חאמאד גייט גראד צו צום ווייער רום, קריכט אריין פון אויבן, נאך אפאר מינוט האט ער געטראפן די ווייערס וואס זענען פאר די סוירוועליענס קעמרעס פון די בילדינג,
ער פלאגט זיי אויס.. קריכט ארויס, פארט צוריק ארויפ, וואקט ארויס צו די לאבי, ביי די דעסק האט ער געבעטן אז זיי זאלן אום באשטעלן א טעקסי,
די טעקסי דרייווער האט זיי געהאלפן אריין פאקן די רענצלעך און די טראנק און מ'זעצט זיך אריין און די קאר און מ'פארט.
--
לואיס מיט די צוויי אגענטן זעצן זיך אריין און די קאר זיי גייען אראפ פארן קיין ב.פ. זיין דארט און די רגע אויב איינער רופט אריין וועגן די קאר אדער די מענטשען....
לואיס האט נישט באמערקט די קאר וואס איז געפארקט אביסעל ארויפציער...
ווען לואיס זאל ווען וויסן אז מיט'ן יעצט ארויס וואקן פונעם בילדינג שרייבט ער זיך אינטער דאס טויט... וואלט ער געבליבן און די בילדינג.....
--
טשארלי זעהט וואו לואיס וואקט ארויס פון די בילדינג מיט זיינע צוויי אגענטן...
אט דאס איז די געלעגנהייט אויף וואס ער האט געווארט...
וואו נאר לואיס איז אוועק געפארן האט זיך א קאר צוגעריקט צום בילדינג....
די דרייווער פון די קאר האט צוגעוואקט צום טראנק... דורך געטשעקט עפעס.. און דערנאך אוועק געוואקט פון די קאר מיט ליידיגע הענט.... לאזענדיג די רענצל אונעם קאר....
טשארלי האט פון דארט געכאפט א טעקסי וואס זאל אום אפטראגן קיין קענעדי עירעפארט... זיין פארט איז פארטיג.....
ער וועט טאקע זיצן און עירעפארט צוויי עקסטרע שעה אבער אלעס האט זיך געלוינט.....
די זייגער רוקט זיך.....
12:30PM
--
לואיס פארט אראפ קיין בפ, ער האפט אז מיטן ארויסגעבן די אינפארמאציע פאר די פובליק וועט ער שנעל צוריק הערן... און טאקע די זאך האט נישט געשפעטיגט צו קומען, א קאלל פון א האטעל ארבעטער האט איבער געגעבן אז ער זעהט אזא קאר מיט די לייסענס געפארקט און פראנט פון די האטעל...
לואיס צינדט אן זיינע לייטס.. ער פליט אהין... אנקומענדיג דארט איז ער גראד אריין צו די האטעל פארוואלטונג און געבעטן עקסעס צו די סוירוועיליענס קעמרעס,
ער מישט צוריק אביסל די קעמרע,
אין זעהט וואו חאמאד מיט זיין שותף וואקן אריין פארטאגס צייט, מיט רענצלעך און די הענט, און זיי באקומען א רום אויפן דריטן שטאק....
לואיס האט תיקף צוגערופן די פארוואלטונג און זיי געהייסן אויסליידיגן די האטעל.. קיין איינער קען זיך נישט געפונען און די האטעל האט אום לואיס מסביר געווען...
דערנאך האט לואיס אריין גערופן די באמב סקוואד...
זיי געהייסן אויסליידיגן צוויי גאסן ארום די האטעל.....
ווען אלעס איז געווען ליידיג זענען אלע ארויפגעפארן צו די דריטע שטאק,
ביי רום נאמבער 304 האבן זיי זיך געשטעלט מיט די גאנס אויסגעצויגן...
און לואיס האט אויסגערופן הויעך...
"דאס איז די פב"א, אדער קומט איר ארויס מיט גוטן אדער גייט מען אויפרייסן די טיר...."
נאך א מינוט וואס מ'האט נישט געהערט קיין ריספאנד האט לואיס באפוילן אויפצורייסן די טיר......
אבער וואו אנטוישט איז ער געווען צו טרעפן די רום ליידיג...
קיין רענצל קיין מענטשען... גארנישט....
לואיס איז געווארן זייער כעסיג...
ער רופט צוריק די פארוואלטער און הייסט אום טשעקן צו די מענטשען האבן ארויסגעטשעקט... די תירוץ איז געווען ניין....
לואיס גייט צוריק צום קאמפיוטער ער זעצט זיך צוריק צום קעמערעס, ער מישט אביסל און אט זעהט ער וואו צוויי מענטשען וואקן ארויס פון די רום...
אבער פארשטעלט וואו אידן....
זיי גייען אריין און די עלעוועיטאר... זיי פארן אראפ.... און..... בום..... די קעמרע לעשט זיך אויס.....
א ביטערע קללה איז ארויס פון לואיס'ס מויל....
אזויפיל דורך פעלער....
רופ דיין סעקרעטארן איך וויל זיי ווייזן די פיקטשער פון די מענטשען, אפשר וועט איינער געדענקן צו די מענטשען זענען ארויס געגאנגען און וואו זיי זענען געגאנגען....
ווען די סעקרעטארן האבן געזען די בילד האט זיך איינער דערמאנט אז אייגענטליך יא, די צוויי זענען געקומען בעטן צו באשטעלן א טעקסי....
וועלכע קאמפעני טעקסי האסטו זיי געגעבן?
די געהעריגע,
אקעי, איך גיי זיי רופן פרעגן אויב זיי האבן די רעקארדס וואו די טעקסי איז געפארן....
נאך איין טעלעפאון קאלל איז לואיס ארויסגעקומען מיט די נישטיגע אינפארמאציע אז זיי האבן געסטאפט ביי א באס סטאפ און פון דארט גענומען די סיטי באס ווייטער....
און קורצען מיינט דאס, פארלוירן טרעק.....
וואס נאך ער האט פארלוירן און נישט געוואוסט איז........ צייט......
טייערע מינוטן זענען דורך געלאפן....
לואיס האט דערביטערטערהייט זיך צוריק אריין געזעצט און קאר צוריק צו פארן צו זיין אפיס....
"""""ס'איז שוין נישטא קיין שעה צום אויפרייס........"""""
--
חאמאד האט געהייסן די טעקסי דרייוער זיך אפשטעלן ביי א באס סטאפ, פון דארט זענען זיי ארויף אויפן באס און אזוי אריין געפארן און וומסב"ג.......
די זייגער האט דאן שוין געוויזן 2:15PM
וואס דאס מיינט אז זיי זענען שוין שפעט....
ביידע האבן זיך צוטיילט....
חאמאד גייט צו זיין לאקאציע אויף ראדני,
ראמאן גייט וואו ער דארף לייגן זיין פעקל, אויף וואלעבאוט,
ביידע לייגן אראפ די רענצל ביי די קארנערס........ זיי מאכן זיכער אז די רענצל שטייט גראד......
ראמאן נעמט זיך לויפן צו די ריכטונג פון די נעקסטע באס סטאפ... ער וויל נישט דא זיין ביי די אויפרייס.....
חאמאד טראכט צו זיך אז בעסער ער לייגט דאס אריין ביי די גארבידזשעס אויף לי ראדני, אזוי וועט עס נישט זיין פארדעכטיגט.....
ווען ער איז פארטיג געווארן האט ער באשטעלט א טעקסי וואס זאל אום אויפפיקן און טראגן צו די ערעפארט....
---
איראן.
לאמיר אביסל צוריקגיין און זעהן וואס דארט האט זיך געטון פון 11:30AM ווען מ'האט געדארפט צוריק רופן פון וואשינגטאן....
מאחמוד מיט אבאס האבן זיך דערוועקט 12:00 און זיי זעהן אז קיינער האט נאך נישט צוריק גערופן....
דערווייל האט זיך מאחמוד צוגעזצט צו אבאס'ס קאמפיוטער, און פון דארט נאכאמאל געהעקט זיין מענעדזשערס קאמפיוטער....
ער איז דערציטערט געווארן ליינענדיג דארט די אימעיל....
ס'האט זיך געליינט וואו פאלגאנד:
פון: טשארלי
צו: ********
דערווייל פארט אלעס וואו געראכטן, מאך זיכער אז דריי אזייגער ניו יארקע צייט זאלסטו זיין ביי דיין טי ווי,
אלעס האט געקלאפט בעסער וואו געראכטן.. אפאר קליינעקייטן אבער די זאך גליטשט זיך די וועג וואו מ'האט געפלאנט....
אסאך נישט גלויביגע גייען היינט שטארבן און נאמען פון גאט......
גאט איז גרויס.......
עמער רעדן שפעטער......
אבאס רופ שוין צוריק קיין וואשינגטאן און זאג זיי אז די זייגער לויפט אויס..
ס'איז שוין נישטא קיין דריי שעה.....
זיי זאלן בעסער אפמאכן צו זיי ווילן זיך צויאגן אדער לאזן די זאך לויפן....
חאמאד איין טובה מיזטו מיר טון, אפילו ס'געלונגט נישט צו באקומען די צוזאג פון וואשינגטאן, די מיזט מיר לאזן ווארענען מיינע פב"א קאלעגאס אז זיי זאלן נישט זיין און די בילדינג ביי די אויפרייס.... איך קען נישט טראכטן אז מיינס א מיטארבעטער גייט שטארבן און איך האב געוואוסט פארדעם...
איך בעט דיר לאז מיך מאכן די איינע פאון קאלל,
גוט, אבער די גייסט נישט זאגן ווער די ביזט, די גייסט דיך נישט אידענטעפאצירן...
רופ אום און זאג אום אז ער זאל אויסליידיגן די בילדינג...
--
ביל זיצט אונעם טרעין, ער איז שוין גאנץ דיזי פון אזוי לאנג ארום פארן....
עענדליך ווייזט די זייגער אויף 2:00PM ער פארט צוריק צו די בראדוועי סטאפ, דארט האט ער אנגעכאפט זיין רענצל אריין געווארפן און גארבידזש.... פארלאזט די טרעינס, געכאפט א טעקסי צו קענעדי......
ביל,טשארלי, חאמאד, זעצן זיך אראפ און עירעפארט די זייגער ווייזט אויף 2:55 .......
יעדער האט דערציילט זיינע איבערלעבעניש....
2:57.......
--
לואיס איז צוריק און אפיס, אנגעצויגן און פארכמורעט.... זיין מוט איז און די אדמה, ער האט זיכער געמיינט אז מיט די הילפ פון זיינע צוויי אגענטען וועט ער קענען כאפן די זאך, יעצט זיצט ער דא, ער ווייסט אז ס'קומט אן אטאקע און ער קען עס נישט צוריק האלטן... די מחשבה עסט אום אויף....
אונמוטן צוקלינגט זיך זיין עמערדזשענסי טעלעפאון....
ווער רופט מיך אויף דעם פאון.... קיינער קען נישט די נאמבער א חוץ פינעף מענטשען....
ניטאמאל קען איך די נאמבער....
ער הייבט אויף ווילד... העלאו....
איך קען דיר נישט זאגן ווער איך בין אבער דאס אז איך רופ אויף די טעלעפאון זאל דיר דינען וואו א באווייז אז איך ווייס וואס איך רעד....
ליידיג שוין אויס דיין בילדינג און גיי אראפ צו דיין באשיצטע בונקער.....
אבער שוין.....
טראכט נישט קיין סאך.... דיין לעבן הענגט אויף א האר.....
ווער ביסטו....
א דייל טאון...........
לואיס לויפט ארויס פון אפיס און מיט אומבאנומענע קולות....
חברה.... קאוד רעד!!!!
אראפ און קעלער.......
אבער שוין.......
לויפטס.......
2:59 ........
3:00........
.............. בום..........
קראך.........
גלאז........
פייער........
קולות............
פארזעצונג..... אי"ה......
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 7:56 pm
דורך שמערי בערי
.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 7:58 pm
דורך שמערי בערי
כ'ווייס פשוט נישט וואס צו שרייבן....
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 8:20 pm
דורך שמיי_דריי
ספיטשלעס.
א געהעריגע שכח וועט נאכקומען מארגן איך בין נאך צו אין שאק.
גוטע נאכט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 8:23 pm
דורך קרעמער
איך ווייס יא וואס צו שרייבן:
איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז אין ווירקליכן לעבן און וואס זיין פאך איז, אבער ער איז א גאון אין פאנטאזיע און גאר א פיינער שרייבער. עס איז א פארדינסט פאר היימישע קרעטשמע אז אב זקן איז בתוכינו.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 13, 2010 2:24 am
דורך reb yid
אוי נעמסטו אונז אויף א רייד....
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 13, 2010 4:32 am
דורך בילקע
.............באם……באם……
קראך
זעץ
א פייערדיגע שכח
אב איך זיך נאך די ריכטיגע קאמפלעמענט
ווי עס קוקט אויס וועל איך בלייבן ביים זיכן
סווערט מער דראמאטיש פין איין פארזעצונג צום צווייטן
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 13, 2010 5:28 am
דורך הערשי קניהויז
WOW
א ריזיגן שכח.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 13, 2010 6:05 am
דורך למעלה משבעים
אב, איך שרייב און מעק, שרייב נאכאמאל און מעק נאכאמאל, עפעס עס קומט נישט ארויס די ריכטיגע שכח, איך וועל טרייען שפעטער נאכאמאל אפשר וועט עפעס ארויסקומען, ווייל אויף אזאנס מוז איך עפעס זאגן, אבער עס קומט עפעס נישט געהעריג אויס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 13, 2010 6:15 am
דורך ווער בין איך?
גרעיט! גאו אן וויט די גרעיט סטארי! טעינקס!