בלאט 7 פון 20
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 25, 2010 9:56 pm
דורך פינקט פארקערט
מעידזשער!!!! קיפ אפ!!
די ביסט א מעכטיגע פאנטעזירער!!
איך האף נישט אין ריעל לייף...
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 26, 2010 5:14 am
דורך מעכיל
שוין אביסל רואיגער דער מצב ב"ה
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 28, 2010 8:06 pm
דורך וואדקע
איך האלט שוין נאך בדיקת חמץ די הויז איז שוין פולקאם פסח'דיק די טיש איז שוין איבערגעדעקט אין מ'קען שוין אפאטעמען, יעצט בין איך אין די מאוד פון א קנאקעדיגע פארזעצונג, זקן איך בעט מיט שיינעם,
א דאנק פון פאראויס,
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 31, 2010 7:26 pm
דורך שמויגער
נא !!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 31, 2010 10:07 pm
דורך בילקע
פשי סמעכטיג
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 02, 2010 1:12 pm
דורך סאכדעס
ריזיק ריזיק, געליינט און הנאה געהאט.
פארעפענטליכט: שבת אפריל 03, 2010 10:51 pm
דורך אב זקן
לכבוד יו"ט.
דרייצענטע פארזעצונג.
-----------------------------------
די ' טאג סעקרעטאר' האט גענומען אויף זיך ארויס צוזעהן ביל פון דא, ער טראכט וואו אזוי ער וועט דאס קענען טוהן, ס'פאלט אום איין א פלאן,
ער וועט זיכער מאכן אז די סעקרעטאר וואס דארף זיין ביינאכט זאל נישט אריין קומען היינט ביינאכט און ער וועט אום איבערנעמען, און שפעטער ביינאכט וועט ער אום ארויסראטעווען פון דא,
די בייטאג סעקרעטאר קלינגט אן לואיס און זאגט אום אז ער דארף אוועקגיין פאר א שעה,
וואו נאר ער האט ארויסגעוואקט פון בילדינג האט ער געוואנדען זיינע טריט צו די הויז פונעם ביינעאכט סעקרעטאר,
אנקומענדיג האט ער אום שיין אויפגענומען, און וואונדערט זיך וואס האט היינט אהער געברענגט זיין קאלעגע אינמיטן טאג...
נאך א מינוט שמוסען, שלעפט די סעקרעטאר ארויס זיין גאן און הייסט זיין קאלעגע נעמען די טעלעפאון און פאלגן וואס ער וועט אום זאגן....
די סעקרעטאר קוקט אום אן מיט אזאנע וואונדער בליקן.... וואס איז געשעהן מיט דיר.....?
איך וויל דיך נישט וויי טוהן.... פאלג וואס איך הייס דיר וועט זיך די זאך ענדיגן און פרידען.....
אבער איך בעט דיך.... וואס ווילסטו פון מיר...?
און דא איז זיין ווייב וואס איז ביז יעצט געווען און די אינטערשטע חלק פון די הויז געקומען צו לויפן הערענדיג די קולות, און זעהנדיג וואס דא גייט פאר האט זי געמוטוגט איר מאן אז ער זאל זיך נישט לאזן.......
אבער די קויל וואס איז געקומען צי פליען העכער איר קאפ האט איר געמאכט טוישן איר און זיין מיינונג...
ביידע האבן איינגעזען אז יעצט איז דאס ערענסטע ביזנעס.....
ער נעמט די טעלעפאון און די סעקרעטאר זאגט אום אז ער זאל אריין רופן "סיק" אז גייט היינט נישט קענען קומען זיין די נאכט סעקרעטאר ווייל ער שפירט זיך נישט גוט, און אז די בייטאג סעקרעטאר איז גרייט אום איבער צונעמען....
בעפארן מאכן די קאלל, האט ער זיכער געמאכט אז די פרוי'ס מויל איז פארבינדען אז זי זאל נישט קענען פארפירן....
און אזוי האלטענדיג די גאן ביי די סעקרעטארס קאפ האט ער זיכער געמאכט אז ער פאלגט און זאגט נאך וואס ער האט אום פארגעשריבן,
לואיס האט זיך געוואונדערט אויף זיין סעקרעטאר, ער איז גאנץ א געטרייע ארבעטער, ער געדענקט נישט ווען ער זאל אמאל אריין רופן "סיק", אבער א מענטש איז נאר א מענטש, יעדער קען זיך עפעס אמאל מאכן א סיבה אז ער זאל נישט קענען אריין קומען צי די ארבעט, לואיס האט זיך געפרייט אז ער האט געטראפן א שטעל פארטרעטער און אזוי דארף ער זיך נישט פלאגן מיטן זוכן איינעם,
לואיס האט אראפגעלייגט און אום באגריסט מיט א גוטן אווענט און פיל גוט,
וואו נאר ער האט אראפגעלייגט די טעלעפאון האט ער געפרעגט דעם סעקרעטאר צו יעצט איז ער שוין צופרידן, יא! אבער איך שפיר זייער שלעכט פאר דיר אז איך מיז ענדיגן יעצט דיין לעבן, איך קען מיך נישט ערלויבן אז די זאלסט גיין ווייטער דערציילן, איך האב א אקציע וואס דארף דורכגעפירט ווערן און איך קען מיך נישט ערלויבן קיין דורך פעלער,
ס'טוהט מיר זייער לייד, אבער איך מוז......
און אזוי רעדענדיג האט ער אום קאלטבלוטיג דערשאסן צום טויט.... און דערנאך זיך אויסגעדרייט צו זיין ווייב און געטוהן די זעלבע......
ווען ער איז פארטיג געווארן האט ער פארלאזט דאס הויז, זיך צוריק געקערט צו זיין ארבעט,
לואיס האט אום דורך געוואקט און מיט א שמייכל געפרעגט צו ער בלייבט היינט דאבל שיפט...?
יא, ער פילט נישט גוט און מיך געבעטן א טובה צו איך קען בלייבן... וואס טוט מען נישט פאר א חבר..?
לואיס צושמייכלט זיך און זאגט, כאטש וועסטו מאכן אווער טיים...
יא יא שמייכלט די סעקרעטאר צוריק...
די נאכט איז צוגעפאלן, די סעקרעטאר פאנגט אן דורך צו גיין זיינע פלענער, וואו נאר די בילדינג ליידיגט זיך אויס, גייט ע קראכן די סוירוועיליענס סיסטעם אזוי אז מ'זאל נישט קענען נאכגיין וואס דא איז פארגעגאנגען, און אזוי ווער ער ארויס רוקן ביל און אנטלויפן מיט אום.....
אזוי איז טאקע געווען וואו נאר די בילדינג האט זיך אויסגעליידיגט האט די סעקרעטאר אראפ געברענגט די סיסטעם,
און דערנאך צוגעגאנגען צו די צעל וואו ביל איז געווען, ביל האט געדרימעלט געבינדענערהייט אויפן האלצענעם בענקל, די סעקרעטאר וועקט אום אויף, בינדט אום אויף, און רופט אן טשארלי און זאגט אום אז ער זאל שוין קומען מיט די קאר ווייל ביל איז פריי און זיי דארפן אנטלויפן, טשארלי זאגט אום אז ביז צוויי מינוט בין איך דארט, איך ווארט דא דריי גאסן אוועק איך קום יעצט צו פארן,
ווארט קעגן איבער זאגט אום די סעקרעטאר אונז וועל מיר אריבער קומען צו דיר...
אקעי ביז א האלבע מינוט בין איך דא...
קענסט שוין ארויסקומען...
---
די צוויי נייע אגענטען האבן אנגעריפן לואיס און זיי האבן פארלאנגט אז זיי ווילן רעדן צו ביל, זיי ווילן הערן וואס ער ווייסט,
לואיס זאגט זיי אז יעצט איז ביינאכט, און זיי זאלן זיך ענדערש אויסרוען און מארגן איז נאך א טאג,
ניין האבן ביידע געשריגן....
מארגן קען זיין צו שפעט....
אונז וויל מיר יעצט אריבער גיין רעדן צו אום...
לואיס האט זיך פארבירט איינצורייסן מיט זיי אבער זיי האבן זיך נישט געלאזט, לואיס נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער זיי געזאגט אז ער קומט זיי שוין אויפפיקן און צוזאמען וועט ער אריבער גיין רעדן צו ביל,
--
די סעקרעטאר מיט ביל האבן זיך פלינקערהייט אריין געזעצט אונעם קאר, און די קאר איז אפגעפלויגן פון דארט.... די סעקרעטאר איז נאך אלס נישט רואיג געווען, ער האט געבעטן טשארלי אז ער זאל פארקן זיין קאר אויף א שטילע גאס און פון דארט גנב'נען א צווייטן קאר און אזוי פארן ווייטער, די סעקרעטאר האט מסביר געווען אז ער ווייסט נישט צו ס'איז נישטא קיין קעמרעס און די געגענט און ס'קען זיין אז ס'האט אויפגעכאפט די לייסענס פלעיטס, טשארלי האט באוואונדערט דעם סעקרעטארס חכמה און געטראכט צו זיך יא יא... די פב"א טרענירט פיין זייערע חברה... אפילו א פשוטער סעקרעטאר פארשטייט גוט זיין ארבעט,
טשארלי געט א פרעג דעם סעקרעטאר, איינמאל פאר אלעמאל, מעג איך וויסן וואו אזוי די רופסט דיך? רופ מיך "חאמאד" זאגט אום די סעקרעטאר,
פיין, חאמאד איז גאנץ א שיינע נאמען..
--
לואיס מיט די צוויי אגענטן זענען אנגעקומען צום ביורא, זיי גייען אריין.....
לואיס וואונדערט זיך וואו אזוי ס'קען זיין אז די סעקרעטאר זיצט נישט ביי זיין טישל.... אבער דאס האט אום נאך נישט אויפגעברענגט קיין פארדאכטן....
ער גייט צו צו ביל'ס צעל..... די טיר איז אפען און ביל איז נישט דארט.........
די צוויי אגענטן קוקן אום אן מיט וואונדער.... ער קוקט צוריק.....
וואס איז פשט..??...
די ערשטע זאך רופט זיך לואיס אן לאמיר געבן א בליק אויף די קעמרע זעהן וואס דא גייט פאר....
לואיס לויפט אריין און זיין אפיס עפענט זיין קאמפיוטער.....
גארנישט.... די סיסטעם איז דאון.....
די צוויי אגענטן קוקן אויף לואיס מיט אזא ביטול....
לואיס האט זיי נישט געקענט קוקן און פנים.... זיין פנים האט געפלאמט פאר בישה.....
איינער האט אום דא מעכטיג אויסגעשפילט.....
די עלטערע אגענט (A) האט איינגעזעהן אז לואיס איז נישט טויגליך צו אזא אקציע... ער וועט מיזן איבער נעמען די זאך און די הענט... וואו ס'זעהט אויס זענען די טעראריסטן ערענסט און ביזנעס דא... זיי זענען גאר געפארפול און מ'דארף זיי עלימענירן די שנעלסטע וואס מעגליך...
ער רופט זיך אן פאר לואיס,
מיטן פולסטן רעספעקט, אפשר געסטו מיר איבער די קעיס? אפשר לאזטו מיך האנדלען לויט מיין פארשטאנד פון דא און ווייטער?
לואיס פארשעמטערהייט האט ער צוגעשאקלט מיטן קאפ... קיין צוויי ברירות האט ער ממילא נישט געהאט,
אגענט A הייסט פאר אגענט B אז ער זאל ארום גיין פארזיכטיגערהייט און זיך ארום קוקן צו ער זעהט עפעס פארדעכטיגט ארום די בילדינג... און אויך זאל ער פראבירן צו ער זעהט קעמרעס פון אנדערע בילדינגס וואס האבן מעגליך געקענט אויפכאפן עפעס וואס זאל געבן א שטיקל ליכט וואו מו גיין ווייטער...
ווען די צווייטע אגענט איז ארויס פון לואיס'ס אפיס האט זיך אגענט A אראפ געזעצט מיט לואיס, אז לואיס זאל אום דערציילן וואס ער טראכט וועם ער איז חושד... און צו היינט איז עפעס געווען אנדערש דא און אפיס וואו א טאג פארדעם...
לואיס זאגט אז ער ווייסט אז זיין סעקרעטאר האט געארבעט פאר די טעראריסטן אבער פון דעמאלטס ארבעט ער פאר מיר אחס א דאפעלטער אגענט..
ס'האט זייער נישט געפאלן פארן אגענט די ווערטער...
אבער ווען לואיס האט אום דערציילט די אקציע פונעם שיף און וואו גוט זיין סעקרעטאר האט צוגעפאכעט די טעראריסטן האט זיך די אגענט אביסעל בארואיגט, אבער נאך א מינוט כאפט זיך די אגענט אז למעשה האט זיך די אקציע אויסגעלאזט מיט א דורכפאל ווייל א צווייטע שיף האט אריינגעקראכט און די פב"א שיף...
נו פרעגט די אגענט... אפשר איז דאס געווען די ארבעט פון דיין געטרייע סעקרעטאר?
לואיס טראכט אזוי אריין, עפעס זאגט ער די אגענט....
וואו איז יעצט די סעקרעטאר? פרעגט די אגענט,
איך ווייס נישט ער האט געדארפט זיין ביי זיין פלאץ יעצט, די געהעריגע סעקרעטאר האט אריין געקאלט "סיק" און ער האט אום יעצט איבער גענומען,
די ווערטער האבן שטארק נישט געשמעקט פארן אגענט.....
קענסטו מיר יעצט אנרופן די אגענט זעהן צו ער איז טאקע סיק?
שאר, פארוואס נישט זאגט לואיס,
ער הייבט אויף דעם טעלעפאון און רופט, אבער קיינער הייבט נישט אויף...
ער פראבירט זיין סעל אבער דארט הייבט מען אויך נישט אויף...
די אגענט זאגט פאר לואיס אז ער זאל שוין אריבער שיקן איינס פון זיינע אגענטן זעהן צו ער איז אינדערהיים...
אפשר גאר ארבער ער אויך מיט מוט די טעראריסטן....??
לואיס רופט אריין צוויי פון זיינע אגענטן און הייסט זיי צו גיין אויסטשעקן די סעקרעטארס דירה..
אגענט (B) קומט צוריק און זאגט אז ער האט געטראפן קעמרעס ביי די בילדינג קעגן איבער,
אקעי זאגט לואיס, איך גיי אריבער זעהן צו איך קען באקומען עקסעס צו די סיסטעם דארט,
נאך צוויי מינוט קומט לואיס צוריק אז ער האט באקומען עקסעס און ער בעט די אגענטען זאלן מיט קומען מיט אום איבער קוקן די קעמרעס,
אלע דריי זעצן זיך אראפ און פאנגן אן צו מישן... אט זעהן זיי וואו א קאר קומט אן.... די פלעיטס זענען ABC1234 און צוויי מענטשען זעצן זיך אריין....
ס'איז נישט אזוי קלאר ווער די מענטשען זענען....
לואיס שרייט אז דאס איז נישט זיין סעקרעטאר...
אבער זיינע טענות האבן נישט צו לאנג אנגעהאלטן, וואו נאר זיין טעלעפאון האט זיך צוקלינגען און אויף די אנדערע זייט איז געווען די אגענטן וועם ער האט געשיקט צום סעקרעטארס הויז, און זיי האבן אום געזאגט אז זיי האבן געטראפן צוויי געשאסענע באדיס אונעם הויז.....
לואיס ווערט בלאס.....
ער טראגט דאס נישט אריבער....
דאס מיינט אז זיין סעקרעטאר האט אום ביטערליך אויסגעשפילט... ער איז זיכער געווען אז ער ארבעט פאר אום... און דא...
אזא זאך....
לואיס זאגט פארן אגענט אז ער האט שויו נישט מער וואס צו קוקן אויף די קעמרעס.. ס'איז זיכער אז זיין סעקרעטאר איז די זאך דא....
אקעי, זאגט אום די אגענט,
רופ אויס א נעשאנעל אלערט צו אלע אגענטורן אז מ'זאל מאכן א פרייארעטי צו כאפן די קאר מיט פלעיטס ABC1234 , באשטעל א העליקאפטער זאל ארום סערקלען די געגענט.. זיי קענען נישט זיין צו ווייט... לויט די זייגער פון די קעמערע איז די מעשה געשעהן בערך צוואנציג מינוט צוריק...
פארלאנג מ'זאל אפשפארן אלע טונעלס און ברידזשעס....
מיר דארפן כאפן די קאר בעפאר ס'איז צו שפעט.....
לואיס, מאכט די נויטיגע פאון קאללס, גאנץ נוי יארק איז געווען אונטער "רעד אלערט" אלע אגענטורן האבן געפאוקעסט אויף איין זאך, כאפן דעם קאר...
--
טשארלי פארט מיט זיינע צוויי חברה, ער קומט אן צום ברידזש, ער זעהט וואו די סעקיורעטי איז אויפן העכסטן אלערט... ער צינדט אן די רעדיא זיי זאגן אז מ'זוכט א קאר... אבער די NYPD האבן נישט ארויס געגעבן מער אינפארמאציע..
טשארלי שמייכלט..
זוך זוך.... מיין קאר איז געפארקט אפאר גאסן ארויפ צו...
און אזוי קראסט טשארלי די ברידזש... ער פארט אריין צו די וויליאמסבורגע גאסן... ער דרייט זיך ארויף אויף קענט עווע. פארקט זיין קאר, און שפאצירט צו צו זיין ווער הויז דארט ליגט די סחורה... מארגן אזא צייט איז ער שוין אויפן וועג צוריק צו פאקסיטאן.... און וויליאמסבורג גייט זיין כאאס.....
הא הא הא.....
אלע אגענטורן זיכן מיך.....
... הא.... הא.... הא.....
--
נאך אפאר שעה זוכן האט פב"א אפגעמאכט אז מ'גייט יא ארויסגעבן די פלעיטס וואס מ'זוכט, און מוועט בעטן אלע ניו יארקער איינוואוינערס אז ווער ס'זעהט די קאר זאל תיקף אריין רופן די פאליציי... און פאר די פאליציי האט מען אנגעזאגט אז וואו נאר זיי הערן עפעס אינפארמאציע וועגן די קאר זאלן זיי זיך פארבינדען מיט די פב"א,
נאך א שעה צוויי איז טאקע אריין געקומען די קאלל אז איינער זאגט אז ער זעהט די קאר.....
די פאליציי האט גענומען די פונקטליכע לאקאציע און מיט די אינפארמאציע האבן זיי זיך פארבינדען מיט די פב"א...
לואיס האט שוין געהאט אויפגעגעבן עפעס צו טרעפן נאך דערצו נאכן באקומען די באריכט פון די צוויי אגענטען וואס ער האט אראפגעשיקט צו די סעקרעטאר'ס הויז, און זיי האבן אום דערציילט וואס זיי האבן דארט געטראפן..... די זאך האט אום זייער צובראכן..... שוין לאנג וואס ער האט נישט געפילט אזוי הילפסלאז....
אבער יעצט מיט די קאר האט ער געהאפט אז ער וועט אפשר עפעס מער טרעפן,
ער איז אראפ געפארן מיט די צוויי אגענטן, און טאקע וואו פארגעשטעלט י קאר איז געווען ליידיג, אן קיין ברעקל אינפארמאציע צו קענען גיין ווייטער,
----
איראן.
ס'איז שטאק פינסטער אינדערויסן, די וועטער איז רעגענדיג, קיינער וואס דארף זיך נישט דרייען אינדערויסן זיכט נישט זיך צו דרייען,
אבער איינער וואקט יא דארט מיט א קלאפעדיג הארץ.....
מאחמוד'ס הארץ זעצט...
ער ווייסט אז ער טוט יעצט עפעס וואס קען אום קאסטן זיין קאפ, אבער דאך, עפעס אינערליך שטופט אום דאס צו טוהן...
ער גייט צו צו די פענסטער פון די דירה
ער קלאפט שטילערהייט אריין...
אבאס ליגט רואיג און בעט, און אזא וועטער שלאפט זיך בעסער, אבער א קלאפ און פענסטער האט איבערגעהאקט זיינע מחשבות, אפשר חלום איך? ניין, די קלאפן ווערט שטערקער....
ער ווארפט ארויף זיינע אויבער וועש ער מאכט זיכער אז זיין גאן איז אנגעפילט..
ער גייט צו צום פענסטער.....
פארזעצונג אי"ה.
פארעפענטליכט: שבת אפריל 03, 2010 11:07 pm
דורך ראמני 08
Wow its major thanks
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 6:56 am
דורך שמיי_דריי
יוש... איינער האט געזעהן א קאר?? פארוואס האט מען פונקט געמוזט ארויסכאפן בילל??? מען האט נישט געקענט וואטשן??
עס איז זייער גוט געוועהן.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 7:44 am
דורך הערשי קניהויז
פיינע חול המעוד האלטן געווען.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 10:38 am
דורך הערשעלע
שקויעך!
ענדליך האבעך וואס צו ליינען אויף יאנטעף...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 11:38 am
דורך tell.me.something
ר' זיידל ביטע לייג צו נאך איינס... עס איז צו גוט געווען אז דו זאלסט דא סטאפן...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 2:24 pm
דורך לוסטיג
מורעדיג אינטערסאנט, איך האלט מיט מיט די מעשה פונעם אנפאנג אין איך ווארט אייביג אויפן קומענדיגן מיט שפאנונג..
זייער גוט אין פראפעשאנעל, נאר איין הערה אז די יעצטיגע פארזעצונג איז געווען אביסעל צו כאפ לאפ טראכט איך (נישט קיין קריטיק חלילה).
ווי למשל ער גיט א הרגע אפ דעם צופרי סעקרעטאר מיט זיין ווייב.. איך טראכט אז ענדערש אזא צייט בינד מען אים צו צום בעט צו טשארלי שיקט א מענטש וואטשן אויף זיי פאר די פאר שעה, אקוצער נישט געבן אזא הרג'ע אפ.
2) זייט ווען קען א סעקרעטאר עפענען א צעל, סנישט קיין פראבלעים נאר קענסט מאכן ווי למשל אז ער כאפט שליסלעך אין מאכט קאפיס אינמיטן טאג אין שוין..
צוריק צום ענין, ס'מעזדשער.. מעכטיג.. אין פראפעשנעל..
אין פאר איך פארגעס א גרויסן שקויעך איך ווארט שוין אויפן נעקסט..
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 2:55 pm
דורך אב זקן
לוסטיג מיר רופן דאס נישט קריטיק, מיר גלייכן דאס זייער דאס ווייזט אז איר ליינט דאס מיט גרויס אינטערעסע, נאך אזאנע הערות מער און מער,
יעצט וואס די פרעגסט וועגן די הארגענען פון די צוויי, איך האב אפאר מאל איבער געקלערט און געקומען צו די מסקנה אז איך זאל עס יא אזוי אראפ שרייבן וועגן צוויי סיבות,
1.ווייל און פאקט איז די מעשה אזוי געווען. לאל.
2.ווייל איך פראביר צו ארבעטן אז די מח זאל האסן און פארפיינטן די טעראריסטן, יעצט מיט הארגענען צוויי "אינאסינט" מענטשען ווערט מען זייער אויפגערעגט און אויטאמאטיש בויט זיך א שנאה אויף די טעראריסטן,
און וועגן דיין צווייטע הערה,
איך וואלט אפשר מער געדארפט ארויסשרייבן אז די רעדע איז נישט געווען דא וועגן שליסלך, די סעל האט מען געדארפט עפענען מיט א קאוד, און דאס איז פשוט פאר א סעקרעטאר צו האבן צוטריט,
אלענפאלס שכח פאר די הערה, מיר גלייכן דאס זייער.
גוט יו"ט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 4:40 am
דורך reb yid
והגדת לבנך האסטע זעכער יוצא געווען!
נאדיר איינס

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:55 am
דורך שמויגער
ר' זיידל ווען קומט די נעקסטע??
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 8:14 pm
דורך שמאטע
אב'עלע !!! געוואלדיג גיט,

קיפ איט אפ

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 9:22 pm
דורך נארישער
טאטעלע זיידעלע פליז גיי ווייטער כדאי די קליינע קינדערלעך זאלן שוין קענען איינשלאפן..........
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 9:28 pm
דורך נארישער
איך האב נישט געליינט ביז אהער נאר א געשוויסטער מיינער וואס איז פון די גאר געשוואוירענע ליינער פון די גאנצע מעשע האט מיר געבעטן איבערגעבן די ווערטער וועל איך געבן פאר איהם דאס ווארט
[i][flash=]
אויב האט טשארלי געהאט א וועג אריינצושווערצן די וואפן אזוי ווי מהאט געזען אז ער האט עס אריין געשווערצט דורך ביל , פארוואס האט ער עס לכתחילה נישט געמאכט[/fla][
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 10:25 pm
דורך תמים
די קושיא וואס נארישער פרעגט איז מיר אויך שווער געןןעם און אויך אנפאנג קוקט עס אויס כאילו מען דארף אריין שווערצן א גאנצע קאטעינער און עס ווערט פלוצלונג עטליכע קליינע באקסעס דעמאלטס פארוואס האט ער לכתחילה געדארפט צוקומען צו ר' בנימין
עני וועי קיפ אן עס איז גאר אינטערסאנט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 2:10 pm
דורך אב זקן
נארישער און תמים שכח פארן פרעגן,
די זאך איז פשוט, און די קאנטענער איז געווען באהאלטן די סחורה, ס'איז נישט געווען קיין שום וועג וואו אזוי צו צוטיילן די סחורה פונעם איבריגן קאנטענער נאר אויב מ'שטעלט זיך אפ אונמוטן וואסער, וואס און נארמאלע אומשטענדן קען מען עס נישט טון, האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר ארבעטן אויף אריין צו שווערצן די גאנצע קאנטענער און צוטיילן די זאכן ביי זיך און ווער הויז, אבער אזוי וואו דא האט זיך די זאך ממילא צופלאנטערט און די שיף האט זיך אפגעשטעלט האט ער געהייסן ארויס נעמען נאר די סחורה וואס ער דארף!
אגב. די קומענדיגע פארזעצונג איז שוין אט פארטיג, איך מיין אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, "אפשר וועט עס נאך היינט ארויפגעלייגט ווערן" --אפשר--.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 2:14 pm
דורך קהת
אב זקן האט געשריבן:אגב. די קומענדיגע פארזעצונג איז שוין אט פארטיג, איך מיין אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, "אפשר וועט עס נאך היינט ארויפגעלייגט ווערן" --אפשר--.
נאר אפשר??????????????????????????????????? זיכער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 2:35 pm
דורך תמים
קודם כל א שכח פארן ענטפערן
אבער פארוואס האט עס לכתחילה געדארפט זיין און א קאנטעינעאר און מען האט עס נישט געקענט ארויס שיקן בלויז די סחורה אליין (פונקט וואו מען קען אריין ברענגן די סחורה אליינס און ניו יארק ,קען מען עס ארויס טראגן פון וואו עס קומט און עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם)איז עס דען נישט גרינגער
און אפילו מען קען נישט איז נישט גרינגער זיך אפצושטעלן אינמיטן ים וואו פארציילן פאר פרעמדע וואו בנימין וכו' וואס מען שטעלט זיך ווייניגער איין און א סכנה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 4:18 pm
דורך אב זקן
תמים, איך האפ אז דיין קשיא וועט פארענטפערט ווערן ווען די פארזעצונג וועט זיין פארטיג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 4:25 pm
דורך בילקע
א קשיא אויף א מעשה