בלאט 6 פון 20
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 21, 2010 2:09 pm
דורך אב זקן
ס'איז ממש א נחת צו זעהו וואו אזוי דער עולם לעבט מיט און האט הנאה פון די ערציילונג, און איר זאלט וויסן אז דאס איז די געז,חיזוק,בוסט אויף ווייטער אנצוגיין, אויב ליינט איר און איר גלייכט עס ביטע זייט אזוי גוט און לאזט וויסן, אז איר וועט שרייבן זענט איר מזכה אז א צווייטער זאל האבן וואס צו ליינען,
יעצט ווילן מיר קומען מיט אן אינטערעסאנטע פארלאנג,
ס'שפינט זיך און קאפ אפאר וועגן וואו אזוי ווייטער צו שפינען די פארזעצונג, און בעיקר וואו אזוי ראטעוועט מען ארויס דזשים פונעם עלעוועיטאר...
יעצט האב איך געוואלט בעטן ווער ס'האט א גוטע איידיע ס'זאל זיין גענוג שפאנענד פארשטייט זיך, און ס'זאל זיך ציען ווייטער מיט די מעשה (נישט אז למשל ביל איז דערהארגעט געווארן....)
זאל עס ביטע מיטטיילן און אויב וועט דאס זיין בעסער פון דאס וואס מיר האבן געקלערט וועט מען עס אנעמען.
נישט אז ס'פעלט אונז געדאנקען ב"ה, נאר פארוואס נישט געבן די טשאנס פאר די ליינערס אליין אמאל צו האבן די געפיל פון זיין די בעל המעשה?
מיר קוקן ארויס אויפן אנטווארט.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 21, 2010 4:46 pm
דורך פארדינט
חחחחחחחח..... אפשר ווילסטו אז אונז זאל מיר אלע פלוצלונג ווערן אן אלטער זיידע! אה נאו... אפשר אפשר איז מיר יעצט פייגעבאלן אז מ'קען ברענגען די ספרעי פון די עורה ווידאו פון פאריאר (ווער ס'האט מיטגעהאלטען) מ'ווערט אזא רואה ואינו נראה...
גיי ווייטער אן מיט דיין שפראך ס'איז סופער סופער.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 21, 2010 6:04 pm
דורך הערשעלע
אב, כאב נישט קיין ווערטער!!
טאטעניו, איך קען דיר נאר זאגן איין וועג וויזוי דו זאלסט נישט שרייבן, זאג אונז נישט אז דזים איז ארויפגעשפרונגען אויף מייק און עם דערלאנגט א זעץ, און מייק איז געפאלן באוואוסטלאז.... אונז ווייסן אז דזשים איז נישט גענוג שטארק אוועקצולייגן מייק....
איך מיין אז דו זאלסט דשאסט באקן ווייטער די מעשה אזויווי ביז יעצט, דו האסט אונז ביז יעצט נישט דיסעפוינטעד, און כ'בין זיכער אז די גייסט אונז ווייטער נישט דיסעפוינטען...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 21, 2010 7:47 pm
דורך קהת
איך האלט אז די וויליאמסבורגר חברה זאלען אהין גיין און פארפירען דארט ביי די ווערהויז און נעמץ אוועק די פישקעס פון זיי, און אויך פאר ענק געבן צדקה אויפן גאס געטס אכטונג אז סאיז נישט יענע חברה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 6:51 am
דורך מעכיל
אב
איך ווייס נישט וויאזוי די זאלסט ווייטער ציען די מעשה אבער איין זאך אויב דזשים איז א איד דארף מען אים ראטעווען
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 7:08 am
דורך your friend
וואס הייסט וויאזוי דו זאלסט גיין ווייטער? פארצייל וויאזוי עס האט באמת פאסירט!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 7:46 am
דורך bailout
קודם זאל ער צוזאגן געלט פאר קופת העיר, זאל ער פארגעסן זיין הוט אדער טעלעפאן אויבן, ער דארף זיך מאכן ווי ער כאפט גארנישט.
עניוועי קיפ אן..
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 9:26 am
דורך יגרסהדותא
איך האב נאכנישט געעפענט דעם אשכול ביז יעצט, און איך האב מיך נישט גע'נער'ט, יא, מ'רעדט טאקע פון א מנוול'ישע מעשה... [נאוועל בלע"ז]. ס'איז זייער גוט פאר חול המועד. סאוי בעט איך, צו ווייטער אזוי אז חוה"מ זאלן מיר קענען זיצן און עס דורכליינען און הנאה האבן. יש"כ. ושמחת בחגך
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 10:43 am
דורך צום זאך
גוט צו וויסן יגר, דיינע קינדער האלטן אין איין משוגע מאכן ווי דו גייסט גיין חוה"מ. ווייסעך שוין וואס זיי צו ענטפערן...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 7:48 pm
דורך אב זקן
א גרויסן ש'כח פאר אלע וואס האבן אריין געשיקט זייערע געדאנקען, מיר האבן גענומען די וואס איז געווען דאס מערסטע שפאנענד, (אויב קען ער באשטיין אז איך זאל שרייבן זיין נאמען זאל ער מיר שיקן אישית)
מיר האפן מארגן ארויפצולייגן די נעקסטע פארזעצונג אי"ה.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 8:07 am
דורך אב זקן
11'טער פארזעצונג
__________________________________
א קורצע איבערבליק אויף ביז אהער,
טשארלי פירט אן מיט אן אקציע אריין צושווערצן שווארצע סחורה קיין אמעריקא, ער האט צו הילף צוויי געשולטע טעראריסטן איינער מייק און די צווייטער איז ביל,
וואו אויך ארבעט די סעקראטאר פונעם פב"א ביורא פאר טשארלי, (אזוי מיינט ער עכ"פ)
דזשים איז די הויפט אויפזעהר ביי די פארט און אים האט טשארלי געצוואונגען מיטצוארבעטן מיט אים, דזשימ'ס סעקרעטאר איז אויך באצוואונגען געווארן מיט צו ארבעטן מיט טשארלי,
דזשים האט אויף זיין זייט די פב"א, קודם האט טשארלי נישט געוואוסט אז דזשים איז געלאפן צו די פב"א, אבער נאך די אבלאווע אויפן שיף האט טשארלי געוואוסט אז אויב וויל ער גיין ווייטער קען דאס נישט זיין אן אראפווישן דזשים פון די מאפע,
וואו מיר האלטן יעצט איז די פארדעכטיגטע סחורה נישט אינטער די אויפזיכט פון די פב"א זיי האבן פארלוירן טרעק דעראויף בשעת די געשלעג אויפן וואסער,
נאך ערגער פון דעם איז אז דזשים איז יעצט פארכאפט מיט זיין מערדער און די עלעוועיטאר, און די פב"א ווייסט נישט דערפון....
--
דזשים זעהנדיג זיין מצב האט ער זיך גענומען מורמלען א הייסע תפילה צום באשעפער... זוידיגע טרערן האבן זיך גענומען רינען....
ער דערמאנט זיך פון זיין ווייב... ער טראכט צו זיך.... איז דאס מיינע לעצטע מינוטן פון מיין לעבן? זאל איך אנפאנגען יעצט שמע ישראל.... בין איך טאקע פארטיג? גיי איך דא שטארבן וואו א הינט אן זיך געזעגענען פון מיין פאמיליע און פריינד? ניין! איך גיי מיך נישט לאזן!!
דזשים דריקט די הילפס רופ קנעפל וואס ער האט אויף זיך פון די פב"א, ער דריקט דאס דריי מאל וואו אנצודייטן אז ער איז און א באלדיגע סכנה...!! און דערנאך געט ער זיך א שטעל אפ פאר ביל'ס פנים און קוקט אום אריין און די אויגן און פרעגט אום: וואס ווילסטו פון מיר? ווילסט מיך טאקע דא הארגענען און די עלעוועיטאר? פארוואס, וואס האב איך דיר געטוהן?
--
לואיס באקומט די דריי ביפס פון דזשים, ער פארשטייט אז דזשים איז און א געפערליכע באלדיגע סכנה..
ער שפיצט אן זיין אויער און אט הערט ער וואו דזשים וויינט און בעט זיך פאר זיין לעבן..... און צווישן די ווערטער ווארפט דזשים אריין אז ער איז און די עלעוועיטאר......!!!!
לואיס טראכט נישט קיין צוויי און זעצט זיך אריין אין זיין קאר,
אויפן וועג רופט ער אריין הילף צוויי פון זיינע אגענטן זאלן שוין קומען צו פארן ראטעווען דזשים,
די אגענט וואס איז און די בילדינג הייסט ער אפלאזן זיין פאזיציע און לויפן צום עלעוועיטאר און זיך פראבירן אריין צו כאפן דארט,
אבער זאגט אום לואיס אן... געב אבאכט וואס די טוהסט ווייל די טעראריסט איז א געלערענטע חברה מאן...
און,
איך דארף ביידע פון זיי לעבעדיג.....
--
ביל האט געכאפט וואס דזשים האט יעצט דא געטוהן, און אייגענטליך ארויס געגעבן זייער לאקעשאן, ער האט געוואוסט אז ער האט צוויי מינוט צו האנדלען....
ער שלעפט ארויס א קליין באטעל מעיס.... ער באשפריצט דזשים..... דזשים פארלירט זיין זעה קראפט.... זיין אויגן נעמען זיך ציפן..... ער נעמט זיך שרייען....
ביל גיט א שטעך אריין א נאדל און דזשים.......
דזשים פאלט אראפ האלב באוואוסט לאז....
פלינקערהייט שפרינגט ביל ארויף צום דאך... און שפרינגט ארויס פונעם עלעוועיטאר.....
--
די אגענט האט באקומען די באפעל פון זיין אפיציר, ער לויפט אראפ זעהן וואו די עלעוועיטאר שטייט... ער נעמט די שטיגען ארויף צום צווייטען שטאק....
לויפענדיג שרייט לואיס אז ער זאל צויאגן ווייל ס'איז צרות..... איך הער קולות.... גיי!!!!.....
האלט דיין גאן גרייט אבער לויפ......
גיי!!!...... שנעל....!!
די קולות ווערן שטילער.....
לויפ......
די אגענט קומט אן צום צווייטען שטאק, ער לויפט צום עלעוועיטאר, און זעהט אז די טיר איז אפען.... די חברה מאן איז שוין נישטא.....
נעם ארום די בילדינג שרייט די אגענט מיט קולות... די מערדער איז שוין נישט און די עלעוועיטאר....
אויך דארף איך א מעדיק פאר א קאוד 1 די וויקטים איז פארחלישט.....
לואיס איז שוין אנגעקומען זיינע צוויי חברה זענען שוין אויך דארט ער הייסט זיי שטיין ביי ביידע אריינגענג, קיינער וואקט נישט ארויס פון דעם בילדינג זאגט לואיס אן..!!
לואיס גייט ארום און די בילדינג זיכן די מערדער...
דערווייל האט די אגענט אונעם עלעוועיטאר פראבירט צו ראטעווען דזשים....
לואיס האט אריינגערופן א העליקאפטער פאר דזשים,
וואו נאר די מעדיקס זענען אנגעקומען האבן זיי באשטעטיגט אז די מצב איז קריטיש אבער מ'קען עס נאך ראטעווען..
זיי גייען אום אריין פירן און שפיטאל און האפן אז מ'גייט קענען עפעס טוהן.....
איך וויל אז צוויי אגענטן זאלן מיטפארן און היטן אויף אום די גאנצע צייט... מאך זיכער אז די בעסטע דאקטורים גייען ארבעטן אויף אום... איך דארף אום געזינט און פריש געט לואיס צו.
קיינער זאל נישט האבן קיין צוטריט צו אום אן מיין רשות,
--
ביל וואקט ארויס פון עלעוועיטאר, ער איז נאכ נישט פארטיג, וואו אזוי זעה איך מיך ארויס פון דא?
ער רופט אן מייק און דערציילט אום אז ער האט זיך אנגעשטאלפערט מיט פראבלעמ'ן סא ער האט געמיזט לייגן שלאפן דזשים אויף א צווייטע וועג,
אבער איין פראבלעם האט ער אז ער איז פארכאפט און די בילדינג, און ער מיינט אז פב"א איז אויפן וועג, אויב גייען זיי ארומנעמען די בילדינג איז ער אויף צרות,
לאמיך זעהן צו איינער היט די טיר זאגט מייק,
מייק גייט אוועק פון זיין פאזיציע, ער באהאלט זיין גאן און אזוי מיטן גרעסטן מאס תמימות וואקט ער אדורך די בילדינג, פארן בילדינג זעהט ער שוין צוויי אפיציעלע קארן געפארקט ווילד אויפן סייד וואלק,
ער רופט צוריק ביל און זאגט אום אז די חברה זענען שוין דארט, ער זאל זיך היטן...
ביל זאגט אום ס'איז גוט, איך וועל מיך שוין ארויס זעהן פון דא.....
ביל לויפט אריין און די דערנעבענדיגע פאבליק בית הכסא, ער טוישט זיין פנים אביסעל...
ער כאפט א ראלל טישאס ער צינדט עס אינטער......
די פלאץ נעמט זיך רייכערן....
די סמאוק אלארעם צינד זיך אן.... די ספרינקלער נעמט זיך שפריצן....
ס'ווערט א בהלה....
מענטשען נעמען זיך לויפן, ס'ווערט א פאניק....
ביז דריי מינוט איז דארט געווען פינעף פייער טראקס,
זיי האבן פארלאנגט אז יעדער זאל שוין פארלאזן די בילדינג.....
לואיס כאפט אז דאס האט לכאורה די טעראריסט אנגעדרייט, ער גייט צו צום פייער טשיף און זאגט אום אז ער ארבעט פאר פב"א און ער פארלאנגט אז קיינער זאל נישט ארויס וואקן פונעם בילדינג....
די פייער טשיף זאגט אום אז ער קען דאס נישט נעמען און באטראכט, די געזעץ פארלאנגט אז יעדער מיז פארלאזן די בילדינג אויב איז דא א פייער,
לואיס איז אום מסביר אז ער ווייסט אז דאס איז א געזעץ אבער יעצט קען מען נישט! ער לאזט קיינעם נישט פארלאזן די בילדינג..!!
אויף דיין אחריות אז קיינער גייט נישט געשעדיגט ווערן דא..?
יא זאגט לואיס, דיינע מענטשען קענסטו אריין לאזן אויסטשעקן די בילדינג אבער דעטץ אלל,
קיינער וואקט נישט פון דא ארויס אן איי די! און דאס איז א ארדער!
אקעי זאגט אום די טשיף, שרייב מיר נאר אינטער אז דאס איז דיין אחריות,
אקעי דא האסטו מיין אינטערשריפט....
יעצט רופ אויס אז יעדער זאל צוריק אריין גיין צו זיך און צימער און דארט בלייבן וואו לאנג מ'הייסט
--
ביל הערט וואו מ'רופט אויס אז יעדער זאל צוריק גיין....
ער דארף דא שנעל טראכטן...
ער רופט אן מייק און הייסט אום ווארטן ביים פארקינג לאט אריין גאנג, מיט זיין קאר....
ביל לויפט צוריק אריין און בית הכסא, און ווארט אויף א געלעגענהייט...
נאך א מינוט עפענט זיך די טיר און א פייער לעשער וואקט אריין ביל טאנצט ארויפ אויף אום פון אינטען, ער טראסקעט אום אראפ, מיט איין זעץ לייגט ער אום אוועק באוואוסטלאז,
ווען ער זעהט אז יענער קען זיך שוין נישט צוריק שלאגן, שלעפט ער אום אריין און א פארמאכטן טיר, ער טוט אום אויס זיינע קליידער און טוט זיך אן מיט די קליידער....
ער פאררעכט זיך דאס היטל, ס'איז ווייט נישט זיין סייז, אבער פאר יעצט וועט עס דינען,
אזוי שפילענדיג מיט די קליידער וואקט אריין נאך א פייער לעשער..... ער זעהט וואס דא גייט פאר.... ער לייגט זיין הענט אויף זיין רעדיא וועלענדיג אריין רופן הילפ.... ביל געט א שריי... סטאפ..!!
לייג אראפ דיין הענט ווייל אז נישט שיס איך דיר....!!!!
נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער געפאלגט,
ביל זאגט אום די גייסט מיך יעצט ארויס טראגן פון דא,
אונז גיימער אראפוואקן ביז אונטען, אונז גיי מיר רעדן און שמועסן פון די פייער, און אזוי ארויס שפאצירן פון די בילדינג, ווען אונז גיי מער זיין אינדערויסן גייסטו ארויף שיינען מיט די פלעש לייט ווי כאילו די ווילסט מיר עפעס מסביר זיין און דעמאלטס וועל איך פארשוואונדען ווערן......
אבער געדענק.... דיין לעבן הענגט יעצט און דיינע הענט... אויב מאכסטו ער גוט זענען דיינע טשאנסען גוט, און אויב נישט.... ביל ווייזט אום אויפן גאן...
איך וועל נישט טראכטן א רגע פארן עס ניצען....
די פייער לעשער זעהט מיט וועם ער האנדעלט, ער פאלגט וואו א טאטעלע, און וואקט ארויס פון ביה"כ וואו גאר נישט וואלט געווען, ביל וואקט אינטער אום... זיי שמוסען מיט א געמאכטע געמיטלעכקייט,
--
לואיס גייט ארום די בילדינג, ער קומט אן צו די ביה"כ, ער וואקט אריין.... און ער זעהט וואס דא גייט פאר.....
ער נעמט זיך שרייען מיט אומבאנומענע קולות,
ער לויפט ארויס, און לויפט צו צום טשיף און זאגט אום אז ער זאל שוין צאמנעמען זיינע מענטשען און זיכער מאכן אז יעדער איז דא,
די טשיף רופט אויס אז יעדער זאל זיך צוזאמקומען און די מעין לאבי ווייל מ'דארף מאכן א ריקאונט..
דערווייל שרייט לואיס אריין צו זיינע אגענטן,
חברה.... די טעראריסט האט זיך פארשטעלט וואו א פייער פייטער.....
לאזט קיינעם נישט ארויס.....
--
ביל קומט אן צום טיר, ער שפאצירט ארויס מיט זיין נייעם חבר, וואו נאר ער טרעט איבער די שוועל פון די טיר הערט ער וואו די טשיף פארלאנגט אז יעדער זאל קומען צו די לאבי פאר א ריקאונט... ביל כאפט אז ס'מיינט אום... ער געט א לויף פאראויס.....
מייק זיצט שוין און די קאר ביל שפרינגט אריין... מייק'ס קאר געט א קוויטש און פארט אפ.....
די אגענט ביי די טיר האט זיך גלייך געכאפט אז ער האט יעצט פארפאסט דעם פישל.... ער רופט אן לואיס אז די זאך איז פארטיג... די טעראריסט איז מער נישט און די בילדינג....
--
מייק און לואיס האבן א זיגרייכן שמייכעל.. שוין לאנג נישט אזוי גוט צוגעפאכעט די פב"א...
און זיי ווייסן נישט וואס ס'ווארט זיי נאך.....
--
לואיס זעהט אז דא איז נישט אזוי פשוט וואו ער האט געמיינט, די לעצטע פאר מאל האבן די טעראריסטן אייביג זיכער געמאכט אנצווערטשאפטן וואס זיי האבן געוואלט אן האבן די מעגליכקייט זיי צו כאפן,
פארשעמטערהייט רופט ער אן קיין וואשינגטאן און דערציילט זיי איבער וואס די רעדע איז, און ער שפירט אז ער פארלירט קאנטראל אויף די זאך,
קודם די ערשטע זאך זאגט אום זיין אויבערהאר וויל איך אז דזשים זאל ארויס גיין פון דעם שפיטאל, איך וויל אז ער זאל אהער קומען דא און מיר וועלן צושטעלן די בעסטע דאקטער פאר אום אבער דארט און די סיטי קען ער נישט בלייבן, גרייט אום צו פאר די טרענספער, ער און זיין ווייב.
און איך וויל דיר אויך שיקן פון דא צוויי פון מיינע גוטע חברה, זיי קומען פון די מיליטער, זיי פלעגן ארבעטן פאר די נעווי סיעלס און יעצט ארבעטן זיי פאר מיר,
די חברה זענען גאאר גוט, זייער געפארפול אבער זיי האבן נישט מורא פונעם טויט, איך שיק זיי היינט ארויס, זיי וועלן דארט זיין ביז א שעה צוויי, איך וועל זיי איבערגעבן די סיטאציע, וואו נאר זיי קומען אן געב זיי איבער די זאך און איך האף אז זיי וועלן כאפן און צושטערן די אטאקע,
פארשעמטערהייט האט לואיס מסכים געווען,
לואיס זעצט זיך אריין און די קאר און פארט אריבער צום שפיטאל זיכער מאכן אז מ'גרייט אן דזשים אז ער זאל קענען פארן קיין וואשינגטאן.
--
ביל רופט אן טשארלי און דערציילט אום אלעס וואס איז דורך,
טשארלי ווערט זייער בייז....
פארוואס האסטו געלאזט דזשים לעבן? איך האב געזאגט הארגענען...!!
ביל פראבירט מסביר צו זיין אז ער האט אום אריין געשטאכן א סם, און ער האט נישט געוואוסט אז דזשים גייט אזוי שנעל אנקומען און שפיטאל...
ער האט געמיינט אז דזשים גייט נאך דארט ליגן פאר צעהן מינוט וואס דעמאלטס וואלט ער עס נישט געמאכט...
איך וויל נישט הערן פון גארנישט שרייט טשארלי, גיי יעצט אריבער און שפיטאל און פארטיג עס צו.....
אבער מאך עס שנעל ווייל אונז לויפ מיר אויס פון צייט... מארגען צופרי הייבט זיך די פליגער און אונז דארף מיר שוין האלטן נאך די אטאקע.....
אקעי זאגט ביל, איך בין דא מיט מייק איך פאר יעצט איינקויפן שפיטאל קליידער און איך גיי אהין......
--
דזשים ליגט און שפיטאל אין א פריוואטן רום אויף די ערשטע פלאר ער איז נאך אלס פארשלאפט אבער די דאקטוירעם זענען זייער אפטעמיסטיש אז ער גייט זיין גוט, זיי ווייסן נישט ווער דער דזשים איז אבער אזויפיל זעהן זיי אז ער האט שמירה די גאנצע צייט, צוויי לייב וועכטער פון די פב"א שטייען ביים טיר און לאזן קיינעם נישט אריין חוץ דאקטוירעם און נערסעס די טיר איז אגאנצען צייט פארמאכט, זיי ווייסן אז ס'איז דא א ארדער פון די פב"א אז אום דארף מען היטן וואו די שווארץ אפעל פונעם אויג,
קיינער פון די שפיטאל באאמטע האבן נישט אויפגעפאסט אויף די נורס וואס דרייט זיך ארום די לעצטע פאר מינוט און וואקט דורך דזשימ'ס רום אהין און צוריק.....
קיינער האט נישט פארדעכטיגט אז ער איז עפעס נישט קיין געהעריגע נורס.....
ביל זעהט אז פונעם טיר וועט ער נישט קענען אריין גיין,
די איינציגסטע וועג אריין וועט מיזן זיין פון די דאך.....
גראד נעבן דזשימ'ס רום איז געוועהן די רום וואו ס'ליגט אלע האנטוכער און לאלעכער, ביל גייט דארט אריין, פארמאכט די טיר אינטער זיך......
עפענט אויף די דראפ סיעלינג...... און מיט איין שפרינג איז ער אויבן.... ער פארמאכט צוריק די דאך.... און נעמט זיך קריכן צי דזשימ'ס רום......
--
לואיס, פארק'ט זיין קאר און די שפיטאל פארקינג לאט, און גייט צו צום דעסק פרעגן וואו דזשימ'ס רום איז........
די העליקאפטער וואס גייט טראגן דזשים איז שוין אנגעגרייט אויפן דאך פונעם שפיטאל.......
פארזעצונג קומט אי"ה, (איך האף נאך פאר פסח..)
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 8:28 am
דורך שמיי_דריי
בררררר.... נו.... ווי בינעך דא? אין עלעוויעאטר צו אין שפיטאל גאר? אפשר בינעך די פייערלעשער... האלא... איך לעב מיט די מעשה לעבעדיג. יוש איז דאס שפאנענד... אויש.. איך בין גאר אין אפיס....
הער! דיין לעבן הענגט יעצט אויף דיר... דו מוזט פארזעצן נאך פאר פסח...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 9:25 am
דורך reb yid
יויש האסטו אונז פארפארן!!! כ'האב מיר נישט געגלייבט אויף אזוינע!
אבער,
שמיי_דריי האט געשריבן: הער! דיין לעבן הענגט יעצט אויף דיר... דו מוזט פארזעצן נאך פאר פסח...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 9:35 am
דורך Joba
הער צי אב זקן ר' בנימין איז יעצט אויפען וועג צוריק צו אידישקייט מיר קענען אים נישט לאזען פאלען די מיזט טון וואס די קענסט אים צט ראטעווען
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 10:55 am
דורך הערשי קניהויז
מעכטיג. שרייב דאס נעקסטע וואס פריער.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 11:21 am
דורך שאינו יודע לשאול
יא! וואס פריער
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 3:28 pm
דורך קאר אינשורענס
wowowowowow
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 6:04 pm
דורך פאטאקי08
אוי ביסטו א פערד!!
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 6:55 pm
דורך הערשעלע
אב, מעעעסיוו!!! דו ווערסט נאר בעסער מיט יעדע פארזעצונג!!
אגב, כאב הנאה געהאט פון די וועג וואס די האסט אויסגעפיקט צו ראטעווען דזשים...
קיפ איט אפ!
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 10:50 pm
דורך למעלה משבעים
אאאאאאבבבבבב, יו ביזטו גוט, האלט אן אויף די וועג, די לייגסט עס אראפ ממש איך האב זיך ארום געדרייט קוקן אויב קיינער קומט נישט פון די דאך אראפ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 25, 2010 6:10 pm
דורך אב זקן
אויפן פארלאנג פונעם עולם נישט צו סטאפן די פארזעצונג אויף אזא פלאץ, וועלן מיר יעצט גיין אביסעל ווייטער,
צוועלעפטער פארזעצונג
----------------------------------
שטייענדיג ביים דעסק באקומט לואיס א טעלעפאון קאלל, אויף די אנדערע זייט זענען געוועהן די צוויי אגענטען וואס זענען געשיקט געווארן פון וואשינגטאן, זיי ווילן וויסן וואו לואיס איז און וואו זיי קענען זיך טרעפן מיט אום,
לואיס זאגט זיי אז ער געפינט זיך און שפיטאל און ס'איז טאקע גוט אז זיי זאלן אריבער קומען זעהן די העלד דזשים פון דער נאנט פאר מ'פירט אום אפ קיין וואשינגטאן,
אקעי מיר קומען אריבער,
--
ביל קרוכט ווייטער....
אט האלט ער שוין העכער דזשימ'ס רום.....
ער עפענט די דאך און זעהט אז... יא... דא ליגט דזשים... ער לאזט זיך אראפ צו דזשימ'ס בעט..... ער בליקט אויף דזשים און ציט ארויס זיין גאן.......
--
לואיס שפאצירט צו צום רום, שטייענדיג ביי די טיר הערט ער א קראך.......
---
די צוויי אגענטן, מיר וועלן זיי רופן אגענט A און B (נעמען געהיטן צוליב סעקיורעטי אישאס) זעצן זיך אריין און די קאר, ביידע זענען גוט אויפגעלייגט, זיי זענען שוין לאנג און די גיסטע פון אביסעל פאן, אבער ס'האט זיך גארנישט געמאכט לעצטענס, ענדליך גייען זיי יעצט זיך אביסעל אינדזשויען,
--
לואיס געט א וואק אריין און די רום.... ביל איז אויסגעדרייט מיטן פנים צו אום און מיטן גאן אויף דזשים....
רור דיך נישט ווייטער און לייג אראפ דיין גאן אויב ווילסטו אז איך זאל אום נישט שיסן זאגט ביל.......
לייג אראפ דיין גאן גאן אז נישט שיס איך דיר שרייט לואיס......
ליסטען, איך געב דיר איין צעהן סקונדעס, אויב לייגסטו נישט אראפ דיין גאן איז דזשים טויט!!!!
......
.............
איינס...
צוויי.....
נאך א ווארט און איך שיס....
נאך א ריר די געסט דיך און איך שיס.....
פינעף.....
זעקס....
אקעי.......
לאמיר ביידע אראפלייגן די גאנס און לאמיר פארהאנדלען, זאגט לואיס פארלוירענערהייט....
אקעי געגאנגען.....
איינס צוויי דריי אראפ....
ביידע האבן אראפגעווארפן די גאנס און געשטופט אונמוטן די פלאר,
יעצט,
וואס ווילסטו פון דזשים, פרעגט לואיס מיט א בעטעדיגע שטימע,
אזוי רעדענדיג געט ביל א שפרינג צו צום פענסטער.....
און מיט א זעץ האקט ער דאס אויס און שפרינגט ארויס דערפון.......
לואיס איז געשטאנען פאר א מינוט זייער פארטימעלט..... אבער נאך א מינוט האט ער זיך געכאפט און געגעבן א כאפ זיין גאן און זיך גענומען שיסען און די ריכטונג פון ביל.....
ער האט עספיעט צו שיסען ביל און די פיס און אום אומווארפן אויף דער ערד אבער און יענע מינוט איז א קויל געקומען צו פליען און צושפלעטערט זיין גאן......
די קויל איז געקומען פון א קאר געפארק'ט און די פארקינג לאט.....
--
מייק זעהנדיג אז ס'נעמט שוין עפעס צו לאנג פאר ביל איז צוגעפארן נענטער צום שפיטאל, און פליצלינג זעהט ער וואו ביל טאנצט ארויס פון די פענסטער.....
ער פארשטייט גראד אז ביל איז אויף צרות, און אט זעהט ער טאקע וואו די אפיציר פון פב"א שטייט און שיסט אויף זיין חבר.....
ער האט פונקט געהאט א גוטן ספאט, איין זאך האט ער פראבירט צו אבאכט געבן און דאס איז נישט צו דעהארגענען לואיס, ער האט געוואוסט אז אויב טוט ער דאס איז זיין לעבן א פארטיגער, אבער אזוי פיל יא, די גאן ארויס רוקן פון זיין הענט....
לואיס זעהט אז זיין הענט איז היפש פארוואונדעט געווארן... ער קען זיין גאן שוין נישט ניצען....
מייק זעהט לואיס'ס פארלוירענקייט, ער טראכט צו זיך לאמיך יעצט אויסניצן זיין פארלוירענקייט, ער וואקט צו צום פענסטער מיט די גאן אויסגעשטרעקט און זאגט אום:
הער זיך איין..... איך ווייס אז די האסט נישט יעצט קיין גאן.... איך קען דיר יעצט הארגענען, איך גיי עס נישט טון אבער בתנאי אז די האלטס מיך נישט צוריק פון הארגענען דזשים....
אויב זאגסטו איין קרום ווארט איז דיין און זיין לעבן פארטיג!!...
לואיס איז ביטער פארלוירן... ער קען זיך טאקע נישט קיין עצה געבן....
און נארמאלע אומשטענדן וואלט ער יעצט געוועהן און שפיטאל פאר זיין האנט, און דא שטייט ער טאקע און שפיטאל, אבער פארנט פון א מערדער און דער מערדער פארלאנגט נאך פון אום אז ער זאל אויטאראזירן דזשים'ס טויט, באשעפער וואו אזוי געב איך זיך א עצה.....
דערווייל, מייק טראכט נישט קיין צוויי און נעמט זיך אריין קריכן אונעם פענסטער.....
זייענדיג איינגעבויגן אריין צוקריכן האט לואיס געזען פאר א גוטע געלעגענהייט צו דערשטיקן מייק....
לואיס איז געווען מער א ברייט ביינערדיגער און מיט זיינע כחות וואלט ער געקענט אראפ האלטן מייק,
אבער לואיס האט אינטער געשאצט וואו שטארק זיין הענט איז פארוואונדעט.....
און וואו נאר ער האט זיך גענימען דריקן מייק האט ער געשפירט אז ביז אפאר סקונדעס גייט ער זיך פארלירן און מייק איבער נעמען די אויבערהאנט.....
וואס דאס מיינט א זיכערע טויט פאר אום און פאר דזשים.....
ער שפירט וואו זיינע כחות פארלאזן אום... מייק ראנגעלט זיך.....
אט אט און ער איז א פארטיגער......
העעעלללפפ....... .
אאפפססס..... ער הייבט זיך אויף......
אוי..... לואיס לאזט נאך..... מייק קוועטשט......
נאך איין סקונדע און ס'איז פארטיג.....
-----------------
בום...... א קויל וואס איז געקומען פון פארקינג לאט האט געפארטיגט מייק'ס לעבן.......
--
די צוויי אגענטען קומען אן און שפיטאל פארן אריין אונעם פארקינג לאט, און זיי זעהן אז איינער ליגט אויפן פלאר און ווארפט זיך פאר יסורים...
ער האט א גאן שאס און זיין פיס.....
ביידע שפרינגען ארויס פון די קאר...
אונמוטן הערן זיי א הילפס רופ.....
זיי קוקן ארויפ צו די פענסטער און זעהן וואו לואיס שרייט פאר הילפ....
אגענט A די בלייב מיט אום דא, איך לויפ אהין זעהן וואס גייט פאר,
אגענט B שלעפט ארויס זיין גאן, און קלערט נישט קיין צוויי און שיסט אום אפ.....
--
אגענט A כאפט אן ביל שלעפט אום אריין און שפיטאל אז מ'זאל באהאנדלען זיין פיס,
לואיס האט זיך אויסטערליש געפרייט צו זיי, ער האט זיי נישט געקעהט געניג אפדאנקען אויף דעם וואס זיי האבן געטוהן.... די אגענטן האבן אבער געטענה'ט אז לואיס זאל זיך צויאגן מיט'ן טרענספערן דזשים ווייל מ'ווייסט קיינמאל נישט צו די סכנה איז שוין פארריבער,
הערשט נאכדעם וואס דזשים איז געווען פארזיכערטערהייט אויפן העליקאפטער, און די העליקאפטער האט זיך געהויבן אוועק צופארן, הערשט דעמאלטס האט לואיס זיך ערלויבט צו גיין באדאנדזשירן די הענט און זיך אראפ זעצן מיט זיינע צוויי נייע אגענטען און דורך שמוסען אלעס וואס איז ביז אהער געווען און וואו אזוי מ'גייט ווייטער,
לואיס האט זיך זייער געפרייט אז די דאקטער איז געקומען זאגן אז ביל'ס מצב איז נישט אזוי געפערליך און ביז אפאר שעה וועט ער קענען ארויס גיין פון שפיטאל, טאקע מיט א ווילטשעיר אבער נישט דאס האט געבאדערט פאר לואיס, לואיס האט די עיקר געוואלט איינשפארן ביל'ן און אום אויספרעגן און ארויספרעסן אינפארמאציע אויב ער ווייסט וואו די שיפמענט איז אנגעקומען..
נאך אפאר שעה האט טאקע די דאקטער ארויס געברענגט ביל, לואיס האט פארלאנגט אז מ'זאל אום קייטלען און אפפירן צו די הויפטקוואטיר פון די פב"א און אום איינזעצן און די צעל דארט, איך קום שוין נאך האט לואיס אריין געווארפן, איך פארטיג נאר צו מיט מיין זיצונג,
אבער מאך זיכער אז ער האט נישט קיין צוטריט אויף קיין שום וועג צו די דרויסענדע וועלט, ער טאר קיינעם נישט קאללן אדער סיי וואס.....
--
טשארלי איז גאנץ אנגעצויגן ער האט שוין לאנג נישט געהערט פון זיינע צוויי באדי'ס, ער האט נישט ליב ווען זיי הייבן נישט אויף די פאון..
ער פראבירט אפאר מאל, ביל און דערנאך מייק, קיינער הייבט נישט אויף..
דאס איז נישט גוט.......
---
ביל קומט אן אונעם פב"א הויפט קוואטיר, די אגענט שפארט אום איין און די קליינע צעל דארט..
--
טשארלי.... דאס בין איך....
הער מיך אויס...
ביל איז יעצט אריינגעברענגט געווארן און א ווילטשעיר מ'האט אום איינגעשפארט און די קליינע תפיסה דא ביי אונז..
אה.. זאגט טשארלי, איך בין אזוי פריילאך אז די קאלסט מיך איך האב דיך יעצט געוואלט רופן פרעגן צו די קענסט מיר געוואור ווערן וואו מיינע צוויי חברה זענען, איך האב פארלוירן קאנטאקט.....
אקעי... רעד שטילער... איך מיין ס'איז צייט אראפ צונעמען מיין שלייער אלס סעקרעטאר און ארויס ראטעווען פון דא ביל און אנטלויפן מיט אום.. וואס זאגסטו דערצו טשארלי?
יא, ס'איז נישטא קיין ברירה.. איך האב געדארפט א מענטש דארט אינעווייניג אבער איך מיין אז יעצט פעלט עס מער נישט אויס, די זאך איז שוין מער ווייניגער אויפן ריכטיגן טרעק,
וואו לאנג זיי וועלן אונז כאפן וועט שוין צו שפעט...
שאץ זיי נישט אינטער מורמעלט די סעקרעטאר זיי האבן אריין געברענגט גאר שטארקע פרישע חברה, נאר דיר צו זאגן וואס איך מיין.... זיי האבן דערהארגעט מייק.....!!!
ווואאאסססס????? מייק איז טויט???
פרעגט טשארלי כעס'יג.....
יא, און ס'האט געפעלט א האר אז ביל זאל אויך זיין.....
אקעי... דעמאלטס זעה אום ארויס און לאמיר אנפאנגען די אקציע..... מיין טיימער לויפט אפ.....
נישט קיין פראבלעם, איך וועל דיר צוריק רופן מיט א פלאן שפעטער,
זייער גוט, איך ווייס אז דיר פעלט נישט קיין פלענער, איך געדענק נאך וואו דיין פלאן האט אזוי געקלאפט נעכטען נאכט ביי די שיף... אוי איז דאס גוט געווען... דיין אפיציר האט זיך נעבעך איינגערעדט אז די העלפסט אום... הא הא.. הא..
אקעי עמער רעדן שפעטער...
ביי...
פארזעצונג אי"ה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 25, 2010 7:05 pm
דורך שמיי_דריי
אקעי... איך בין שוין היבש רואיגער. צווי מערדער אראפ פון גאס...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 25, 2010 7:16 pm
דורך שמערי בערי
איבערמעכטיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 25, 2010 9:37 pm
דורך אינגערמאן
ענדליך הייבט שוין אן די פב"א צו באקומען א אויבערהאנט...
האלט אן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 25, 2010 9:51 pm
דורך הערשעלע
געליינט... הנאה געהאט...
ווי איך פארשטיי האסטע דא געוואלט אביסל בארוהיגן די געמיטער אין די שווערע אנגעצויגענע ערב פסח טעג... זייער שיין פון דיר!... אבער מיין נישט אז יעצט דארפסטו שוין נישט שרייבן, סבלייבט די זעלבע אינטרעסאנט און שפאנענד...
אונז ווארטמער מיט אנגסט אויפ פארזעצונג!