כ'בין געשטארבן ביי די 23!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

newschest79
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך newschest79 » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 3:35 pm

לכבוד הרב מחר אני בא שליט"א

איך קען אייך נישט פון דערנאנט און אויך נישט פון די ווייט, אבער א הארץ שפירט א הארץ. און ליינענדיג אייער תגובה בעפאר פסח בין איך זייער נתרגש געווארן, און נאכמער פון אלע קבלות טובות וואס אידן האבן זיך אונטערגענומען פאר אייערט וועגן.

אלזא האב איך געקלערט וואס קען איך טוהן פאר אייך אלס א ישועה. האב איך מיך דערמאנט אז אלס בחור האב איך געזעהן אין די באר החיים הגדה פון הגה"צ אלימלך בידערמאן שליט"א ווי ער ברענגט אונטן אפאר מעשיות ביי מה נשתנה אז ווען מען זאגט די ווערטער "וכאן הבן שואל" מיינט אז דא קען מען בעטן פאר קינדער, און וויאזוי אידן האבן דאס געטוהן און זיי זענען געהאלפן געווארן חוץ לדרך הטבע.
איז ווען איך בין אנגעקומען צו די ווערטער היי יאר ביים סדר (ביידע נעכט) האב איך אייך אינזין געהאט ממש מיט טרערן אין אויגן.

בנוסף צו דעם, אנקומענדיג צום ברכה פון "גאל ישראל" האב איך מיך דערמאנט ווי מיין טאטע פארציילט אלס די מעשה פון אפטא רב אז ביי גאל ישראל קען זיך יעדער אויסבעטן אז די רבוש"ע זאל אונז אויסלייזן פון אונזערע פראבלעמען, האט מען אייך דארט אויך אינזינען געהאט.

און מיט א תפילה לקל שתשים דמעותינו בנאדך להיות און זאלט אויפגעראכטן ווערן בקרוב ובניקל מיט א לעכטיגע נשמהל'ע

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך יש מזל » דאנארשטאג אפריל 01, 2021 3:44 pm

רבש"ע!
הבט משמים וראה, קוק וואס א זיס פאלק דו האסט.
אידן זענען איינס, איין נשמה, לייז אונז שוין אויס, אבער במהרה דידן אמן.

אזוי גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אזוי גוט » פרייטאג אפריל 02, 2021 9:44 am

יש מזל האט געשריבן:רבש"ע!
הבט משמים וראה, קוק וואס א זיס פאלק דו האסט.
אידן זענען איינס, איין נשמה, לייז אונז שוין אויס, אבער במהרה דידן אמן.

Programming
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך Programming » פרייטאג אפריל 02, 2021 12:21 pm

ס'איז יעצט יו"ט פסח, מען זאגט הלל יעדן טאג, און אינעם ערשטן קאפיטל וואו דער נעים זמירות ישראל וויל ארויסברענגען אין געציילטע פסוקים די גדלות ה' ורוב טובו, איז דער קלימאקס דער מושיבי עקרת הבית - אם הבנים שמחה. צו מאכן פון א עקרה אם אם הבנים שמחה איז ווייזט אויס די גרעסטע ישועה, די העכסטע שטאפל אין ווערן אויפגעראכטן. יעדן טאג ביי הלל דערמאן איך זיך עקסטער פון דעם אשכול און איך האב אינזין חברינו היקר @מחר אני בא וזוג' תחי' זאלן שוין אויך געהאלפן ווערן און זאלן קענען זאגן דעם פסוק מיט א אמת'ע אומאיינגעהאלטענע שמחה.

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך שאשא » פרייטאג אפריל 02, 2021 1:36 pm

איך ווייס נישט וואס צו שרייבן
אבער איך האב דיר אינזין
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אזוי גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אזוי גוט » פרייטאג אפריל 02, 2021 4:37 pm

שאשא האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס צו שרייבן
אבער איך האב דיר אינזין

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג אפריל 05, 2021 11:07 am

כ'האב דיר אינזין געהאט אינעם סדר נאכט לערנענדיג דעם אוה"ח הק' המפורסם לסגולה

אויך היינט ביי יה"ר שאחר אמירת תהילים "ותפקוד לכל חשוכי בנים"

אזוי גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אזוי גוט » מאנטאג אפריל 05, 2021 12:37 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:כ'האב דיר אינזין געהאט אינעם סדר נאכט לערנענדיג דעם אוה"ח הק' המפורסם לסגולה

אויך היינט ביי יה"ר שאחר אמירת תהילים "ותפקוד לכל חשוכי בנים"

אשרך, זכותך גדול.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג אפריל 06, 2021 5:53 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:לאמיר זיך באווייזן אין אונזערע שענסטע קאלירן... מ’גייט ברעכן טויערן אין שטורעמען אלע שערים.

כאגעפילט ווי כ'קען פשוט נישט אויסהאלטן

ס'האט מיר אמ'תדיג געדריקט ביים הארץ

כ'בין אויפגעשטאנען פארטאגס און אויסגעזאגט'ס תהילימ'ל

כ'האף צו הערן בקרוב בשורות נעימות פון אים

מחר אני בא האט געשריבן:WOW הרב בוחר בשירי זמרה האסט אויסגעזאגט גאנץ תהילים לזכותי?? אוי די באשעפער האט א גוטע פאלק, שכוח נאכאמאל......

נישטא די ווערטער..
אבער כלל ישראל קומט ארויס מיט אירע ריכטיגע פארבן,
שטייט און ספרים הק' אז ווען א איד גייט דורך א צער איז דאס נישט בלויז אויסגערעכענט פאר אים, נאר פאר אלע ארומיגע קרובים וידידום וכ''ו איז זיי באשערט זייער חלק צער וואס נאר די קל דעות ה' קען אזאנס אויסרעכענען,
די אז די האסט באשלאסן דא צו עפענען דיין הארץ און יעדער וואס האט די אריינגעוואנדערט איז געווען באשערט זיין חלק צער,
ומי יודע אם לעת כזאת, מיר זענען נישט און הימל און מר האבן נישט קיין השגה וויאזוי די חשבונות ארבעטן דארט, אבער דאס איז איינמאל זיכער גארנישט איז נישט קיין מקרה ח''ו און ס'איז שטארק יתכן אז עפעס איז געווען א קיטרוג אויבן אויף כלל ישראל האבן די מלאכי רחמים געזאגט פאר כביכול ווילסט וויסן וואס דיין פאלק איז אול עבאוט?
מ'גיימער פראבירען @יש מחר מיט א וועלטס נסיון (פארוואס פינקט דיר?! האפנעטליך בקרוב ממש וועלמיר אלעס שוין פינקלעך פארשטיין בב''א) און אינאיינעם אויספראבירן כלל שראל צו מ'ייט געבן א קרעכטס און סקראלן ווייטער צו די נעקסטע אשכול..
אוי וואספארא רעש ס'טוהט זיך איצט דארט אויבן, ביה שעתא כניש קודשא בריך הוא לכל פמליא דיליה אמר לון, זילו ושמעו. כדין כולהו מתכנשין ואתיין ומתחברן בהדייהו דישראל, ואודאן ליה על עמא קדישא דאית ליה בארעא,
@יש לו אררענדזיערט מזמורות די עולם ציטיילט זיך, דער איז זיך מקבל א דבר טוב, @בוחר בשירי שטייט אויף פארטאגס, ממש ווי א אייגן פעקל,
האפענטלעך אויף דעם האט מען געווארט און דאס איז געווען די גאנצע ציעהל און איטס ען מען זאגן מיישאן אקאמפלישט! (שטייט זיך עס ווייטער אנהאלטן ביתר שאת ועוז)
און איבערס יאר עס פארציילן שוין און פריידען און מחזק זיין אנדערע אז ווי ביטער ס'קוקט אויס און כמעט מן הנמנע איז דער כל יכול דער וואס איז בעה''ב און נישט דער דר. און די מיט דיין געזינדל וועסט בעז''ה זיין א לעבעדיגע עדות פאר כביכול'ס חסדים.
און ביזן קרעטשמע זאל ער ענק ביידע געבן די פיזישע און גייסטישע כוחות צו שלעפן דעם שווערן זעקל נאך דעם קורצן וועג.

נ.ב. איך גיי מיטן אייבערשטנס הילף דיר אינזין האבן ביים סדר טיש ביי מוזגין לו כוס שני וכאן הבן שואל ווי ס'איז ידוע פון הייליגען תפארת שלמה זצוק''ל האט געזאגט פאר זיינס א חסיד אז דא איז מסוגל זיך אויסצובעטן אויף זרע של קיימא,
און סאיז כדאי אז יעדער דא זאל אזוי טוהן.
וישועה קרובה לבוא!!

כ'בין היפש פארנומען יעצט נאך יו''ט, כ'האב נאר אריינגעסיינט צו זאגן אז כ'האב אזוי געטוהן, און פאר מה נשתנה האמיר בקוצר אמרים דערמאנט פאר אלע מסובים די עובדא און געבעטן יעדער זאל דיר אונזינען האבען, וכך הוה
שטייט פון ספרים לחם שעונין עליו דברים הרבה אז אלע תפילות פון אגאנץ יאר ווערט נענה און הימל די נאכט, איז זיכער אז מ'האט בעזה''ש געפועל'ט די ישועה במהרה
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2505
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:47 am

צום פותח האשכול:
איר האט מיר נאס געמאכט די אויגעלעך! :-e;/

מה אומר ומה אדבר - אין מילים! איך האב דיר באמת נישט וואס צו זאגן.

אבער געדענק: גאט איז א כל יכול!!
א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 9:37 pm

נארוואס געליינט דיין תגובה טייערער הרב @מחר.

איך האב נישט קיין כח....
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אמת'ע אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אמת'ע אמונה » זונטאג אפריל 11, 2021 2:49 pm

שלום וברכה הרב מחר אני בא,

איך האב געזען דיין בריוו דא, האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל איך בין ליידער אויך אריבער א ענליכע עקספיריענס, דעריבער וויל איך מיטטיילן וויאזוי איך אלס פשוט'ע איד לעב עס דורך.

קודם כל זאלסטו דאנקן דער באשעפער אז די לעבסט אין 2021 ווייל די דרך הטבע אין בלויז געציילטע יאר ארום וועט זיין אינגאנצן אנדערש ווי די היינטיגע דרך הטבע, רעד מיט איינער וואס איז געווען א אינגערמאן צוואנציג יאר צוריק וועט ער דיר קענען זאגן ווי שנעל די וועלט טוישט זיך מיט אלעס, ממילא נאך אביסל וועט בעזרהשי"ת די דרך הטבע פאר דיר, זיין אינגאנצן צום גוטן.

און יעצט צום פאוינט, איך קען ליידער אויך שרייען אז איך בין געשטארבן ח"ו, עס איז געווען צייטן וואס איך האב טאקע געמיינט אז דאס איז עס, עס איז געווען שרעקליך פארווייטאגט, ביז איך האב געזען אז איך בין דער וואס מאכט די ווייטאג גרעסער און גרעסער, ווייל איך האב פשוט נישט געגלייבט אין דער אייבערשטער, אבער ב"ה לכבוד דעם האב איך באקומען א מתנה וואס הייסט אמונה פשוטה, און נאר אזוי קען מען עס דורך לעבן און זיין אמת'דיג צופרידן מיט זיך.

וואס מיינט אמונה פשוטה? איך האב זיך אויסגעלערנט אז איך דארף נישט וויסן "פארוואס" עס איז אזוי, נאר אייביג וויסען אז עס איז אזוי, ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי, און אז איך דארף נישט און גיי נישט האבן די זעלבע וואס יענער האט, ווי למשל קינדער, געלט, געזונט, אא"וו,
און וויאזוי עס וועט זיין, איז עס נאר ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי, און איך קען גארנישט טון נאר בעטן און בעטן פון אים פאר די ישועה.
אבער מען דארף געדענקן אז ער טוט וואס ער וויל און איך דארף נישט און קען נישט און גיי נישט פארשטיין, און וויאזוי עס איז, דאס איז די "אמת'ע תכלית" אויף דער וועלט.

פארשטייט זיך אבער אז מען דארף אייביג געדענקען אז אנצוקומען צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן "אמת'ע שלום בית", און װי די לייגסט עס אראפ איז דאס נישט די פראבלעם, און אויב יא מוז מען ארבייטן קודם נאר אויף דעם, לאמיר אבער נישט יעצט אריינגיין אין די סוגיא.

איינמאל מען נעמט עס אריין אין קאפ, יא עס זאגט זיך טאקע אסאך גרינגער ווי עס אויסצופירן, (אבער עס איז ממילא נישט דא קיין אנדער ברירה) קוקט מען אן די לעבן מיט א אנדערע בליק און מען ווערט צופרידן אויף וואס מען האט יא ב"ה, און מען ווערט א מענטש ציווישן מענטשן, ווייל אז מען איז צופרידן פון זיך טראכט מען נישט פארצרה'ט, ממילא וועלן אלע ארומיגע מענטשן דיך טריטען װי א נארמאלע מענטש ביז די וועסט פילן באמת אז די ביסט פונקט אזוי ווי יעדער איינער, ווייל דער אמת'ער אמת איז אז ביז משיח'ס טאג האט קיינער נישט אלעס וואס מען וויל, "פארוואס?" ווייל אזוי וויל דער אייבערשטער.
טראכט גוט ווייל עס איז גוט.

דער באשעפער זאל העלפן אז די זאלסט וועלן לעבן, און לעבן א פרייליכע און גליקלכע לעבן מיט אמת'ע הרחבת הדעת!

יוסי מ'ברוקלין
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך יוסי מ'ברוקלין » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:30 pm

אמת'ע אמונה האט געשריבן:שלום וברכה הרב מחר אני בא,

צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן "אמת'ע שלום בית" ????? וואס איז פשט?

תגובהדורך יוסי מ'ברוקלין » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:33 pm

אז אנצוקומען צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן "אמת'ע שלום בית"
תפרש בבקשה!

ילד שלי
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 11:26 am

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך ילד שלי » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:37 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
20210412_130621.jpg
20210412_130743.jpg

האסט א ספק אז ער טיט נישט קיין סגלות?

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך נתן בן ופסי » מאנטאג אפריל 12, 2021 3:53 pm

ילד שלי האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:
20210412_130621.jpg
20210412_130743.jpg

האסט א ספק אז ער טיט נישט קיין סגלות?

אפשר ברענגסטו אהער די גליונות פון געבן חי' רוטל משקה מסתמה ווייסט ער נישט...
על כל נשימה ונשימה תהלל יה! אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך (החפץ חיים לתלמידו)

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג אפריל 12, 2021 4:23 pm

אמת'ע אמונה האט געשריבן:שלום וברכה הרב מחר אני בא,

איך האב געזען דיין בריוו דא, האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל איך בין ליידער אויך אריבער א ענליכע עקספיריענס, דעריבער וויל איך מיטטיילן וויאזוי איך אלס פשוט'ע איד לעב עס דורך.

קודם כל זאלסטו דאנקן דער באשעפער אז די לעבסט אין 2021 ווייל די דרך הטבע אין בלויז געציילטע יאר ארום וועט זיין אינגאנצן אנדערש ווי די היינטיגע דרך הטבע, רעד מיט איינער וואס איז געווען א אינגערמאן צוואנציג יאר צוריק וועט ער דיר קענען זאגן ווי שנעל די וועלט טוישט זיך מיט אלעס, ממילא נאך אביסל וועט בעזרהשי"ת די דרך הטבע פאר דיר, זיין אינגאנצן צום גוטן.

און יעצט צום פאוינט, איך קען ליידער אויך שרייען אז איך בין געשטארבן ח"ו, עס איז געווען צייטן וואס איך האב טאקע געמיינט אז דאס איז עס, עס איז געווען שרעקליך פארווייטאגט, ביז איך האב געזען אז איך בין דער וואס מאכט די ווייטאג גרעסער און גרעסער, ווייל איך האב פשוט נישט געגלייבט אין דער אייבערשטער, אבער ב"ה לכבוד דעם האב איך באקומען א מתנה וואס הייסט אמונה פשוטה, און נאר אזוי קען מען עס דורך לעבן און זיין אמת'דיג צופרידן מיט זיך.

וואס מיינט אמונה פשוטה? איך האב זיך אויסגעלערנט אז איך דארף נישט וויסן "פארוואס" עס איז אזוי, נאר אייביג וויסען אז עס איז אזוי, ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי, און אז איך דארף נישט און גיי נישט האבן די זעלבע וואס יענער האט, ווי למשל קינדער, געלט, געזונט, אא"וו,
און וויאזוי עס וועט זיין, איז עס נאר ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי, און איך קען גארנישט טון נאר בעטן און בעטן פון אים פאר די ישועה.
אבער מען דארף געדענקן אז ער טוט וואס ער וויל און איך דארף נישט און קען נישט און גיי נישט פארשטיין, און וויאזוי עס איז, דאס איז די "אמת'ע תכלית" אויף דער וועלט.

פארשטייט זיך אבער אז מען דארף אייביג געדענקען אז אנצוקומען צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן "אמת'ע שלום בית", און װי די לייגסט עס אראפ איז דאס נישט די פראבלעם, און אויב יא מוז מען ארבייטן קודם נאר אויף דעם, לאמיר אבער נישט יעצט אריינגיין אין די סוגיא.

איינמאל מען נעמט עס אריין אין קאפ, יא עס זאגט זיך טאקע אסאך גרינגער ווי עס אויסצופירן, (אבער עס איז ממילא נישט דא קיין אנדער ברירה) קוקט מען אן די לעבן מיט א אנדערע בליק און מען ווערט צופרידן אויף וואס מען האט יא ב"ה, און מען ווערט א מענטש ציווישן מענטשן, ווייל אז מען איז צופרידן פון זיך טראכט מען נישט פארצרה'ט, ממילא וועלן אלע ארומיגע מענטשן דיך טריטען װי א נארמאלע מענטש ביז די וועסט פילן באמת אז די ביסט פונקט אזוי ווי יעדער איינער, ווייל דער אמת'ער אמת איז אז ביז משיח'ס טאג האט קיינער נישט אלעס וואס מען וויל, "פארוואס?" ווייל אזוי וויל דער אייבערשטער.
טראכט גוט ווייל עס איז גוט.

דער באשעפער זאל העלפן אז די זאלסט וועלן לעבן, און לעבן א פרייליכע און גליקלכע לעבן מיט אמת'ע הרחבת הדעת!

כ׳האב דורכגעליינט דיין גאנצע תגובה, און איך מוז דיר זאגן, אז איך גלייב נישט אז די ביסט דרוכגעגאנגען דאס וואס @מחר אני בא גייט דורך, און אויב ביסטו יא דורכגעגאנגען, דאן האסטו זיכער פארגעסן וויאזוי האסט דאן געשפירט. איך בין דאס יא דורכגעגאנען, און איך וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזא תגובה, איך וויל דיר באמת פרעגן, די האלטס אז ווען איינער האט ״אמת׳ע אמונה״ דאן האט ער נישט קיין צער? וואס דען האט רחל געמיינט צו זאגן ״הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי״? זי האט נישט געשפירט קיין צער? זי האט נישט געהאט קיין ״אמת׳ע אמונה״? די האסט בכלל געזען פותח האשכול זיך באקלאגען ״פארוואס״ די אייבישטער האט עם גשיקט די נסיון? סך הכל האט ער ארויסגעגעבן זיין צער. גראדע פון קוקן זיינע תגובות בין איך נתפעל פאר זיין שטארקקייט, ביי מיר איז קיין ספק אז אונטער די ניק שטייט א איד וואס איז מלא וגדוש מיט אמונה ובטחון.

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אפריל 12, 2021 4:35 pm

מחר אני בא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:כ'מיין אז די גאנצע שמועס איבער וואס און וויאזוי איינער וואס האט נישט קיין קינדער מעג\זאל\קען\ברויך\מוז זיך שפירן מעג זיך שוין ענדיגן

ס'קומט מיר צו וויינען

פון איין זייט פריי איך זיך אז אידן ווייסן באמת נישט וואס צער מיינט

פון די צווייטע זייט ווערן אידן ווייגעטוהן אויף א שרעקליכן אופן
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
להחיות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך להחיות » מאנטאג אפריל 12, 2021 7:08 pm

הענדימען האט געשריבן:
מחר אני בא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:כ'מיין אז די גאנצע שמועס איבער וואס און וויאזוי איינער וואס האט נישט קיין קינדער מעג\זאל\קען\ברויך\מוז זיך שפירן מעג זיך שוין ענדיגן

ס'קומט מיר צו וויינען

פון איין זייט פריי איך זיך אז אידן ווייסן באמת נישט וואס צער מיינט

פון די צווייטע זייט ווערן אידן ווייגעטוהן אויף א שרעקליכן אופן

אויב ביסטו עס נישט אדורך קענסטו עס נישט פארשטיין און רעד נישט אריין
אל תדין את חבירו עד שתגיע למקומו

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:08 pm

איך זעה אז צו צווייטן מאל ווער איך שלעכט פארשטאנען

מענטשן קומען און געבן עצות, הדרכות און סגולות

די מציאות איז אז די באטרעפענדע האבן דערפון נאר צער

טאמער איינער שפירט ער "מוז" עפעס זאגן זאל ער נעמען א תהילים און אזוי לאנג מתפלל זיין ביז דער דראנג לאזט נאך

די אידן האבן שוין געהערט כמעט יעדע סגולה אין דער וועלט און האבן שוין מסתמא פרובירט רוב אויב נישט אלע פון זיי

הדרכה נעמען זיי ביי זייער רב

חיזוק אין עבדות ה' ביי זייער רבי'ן

און עצות און סגולות..... לאמיר נישט רעדן ווי זיי ברעכן שוין דערפון

איינער האלט אנדערש?
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:11 pm

מסתמא איז דא וואס האלטן אנדערש, אבער נישט איך.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:14 pm

הענדימען האט געשריבן:איך זעה אז צו צווייטן מאל ווער איך שלעכט פארשטאנען

מענטשן קומען און געבן עצות, הדרכות און סגולות

די מציאות איז אז די באטרעפענדע האבן דערפון נאר צער

טאמער איינער שפירט ער "מוז" עפעס זאגן זאל ער נעמען א תהילים און אזוי לאנג מתפלל זיין ביז דער דראנג לאזט נאך

די אידן האבן שוין געהערט כמעט יעדע סגולה אין דער וועלט און האבן שוין מסתמא פרובירט רוב אויב נישט אלע פון זיי

הדרכה נעמען זיי ביי זייער רב

חיזוק אין עבדות ה' ביי זייער רבי'ן

און עצות און סגולות..... לאמיר נישט רעדן ווי זיי ברעכן שוין דערפון

איינער האלט אנדערש?

עטליעסט איך נישט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:16 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מסתמא איז דא וואס האלטן אנדערש, אבער נישט איך.

ווער ס'האלט אנדערש זאל זיך ביטע אנרופן און מסביר זיין

איך וויל נישט היידזשעקן דעם אשכול אבער די סארט תגובות מוזן זיך ענדיגן
לעצט פאראכטן דורך הענדימען אום מאנטאג אפריל 12, 2021 9:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:17 pm

@להחיות האט דיר בפשטות שלעכט פארשטאנען.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
הענדימען
שר ששת אלפים
תגובות: 6183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:27 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:@להחיות האט דיר בפשטות שלעכט פארשטאנען.

יאיא. פארדעם האב איך אויסגעקלארט נאכדעם

און היות איך זעה אז ס'האלט אין איין געשעהן האב איך אביסעלע מרחיב געוועזן. כ'האף אז ס'באדערט נישט קיינעם

דער אמת איז אז יעדער מיינט באמת גוטס און איך בין 100% זיכער אז יעדער איינער וואס שרייבט וואלט ווען געכאפט די געלעגענהייט צו טוהן סיי וואס אויב ווייסט ער אז דאס וועט ברענגען די ישועה

זיי כאפן נאר נישט ווי ווייטאגליך זייערע קאמענטארן זענען
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט