חיזוק לשמירת עינים מאתר "היט דיינע אויגן"

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

דעם פני מנחמ'ס קנאה

תגובהדורך היט דיין אויגען » פרייטאג יולי 05, 2019 9:19 am

ליל שישי פרשת קרח תשע"ט לפ"ק

גייט זיך א איד'ל אין גאס, די נסיונות ברענען, בפרט אין די איצטיגע זומער-טעג. דער איד ווייסט נישט מאין יבוא עזרי, וואס וועט זיין, דער יצר הרע לאקערט און ברענט, רוקט אונטער פון אלע זייטן שווערע ביטערע נסיונות פון ראיות אסורות. ס'איז כמעט נישט במציאות זיך קעגנצושטעלן.

זיצט א איד'ל ביים ארבעט. ער וויל זיין ערליך, ער וויל זיין הייליג, זיין נאנט צום אייבירשטן. אבער דער יצר הרע שיקט שוין מיט זיינע דרכים שווערע נסיונות, מכשולות און תקלות. ס'איז ביטער שווער, ממש כמעט נישט שייך בכח אנוש ביישטיין...

פארט א איד'ל ביים באס. ער איז משתדל היטן זיינע אויגן וויפל עס איז שייך. ער קוקט אין א ספר, ער הערט זיך צי צו ניגונים אדער דרשות, אבער דער יצר הרע איז שטערקער פון דאס אלעס. דער מלאך אש טוט שוין זיינע פעולות אז דער איד'ל זאל שטיין אין שווערע נסיונות...

די הייליגע אידעלעך ווייסן נישט וואס צוטון... יעדער פון זיי הייבט אויף זיינע אויגן צום טאטן הימל, זייער הארץ וויינט:
טאטע, פארוואס? פארוואס בין איך אזוי שוואך? פארוואס קען איך נישט ביי שטיין אין די נסיונות, פארוואס האב איך נישט די כח זיך מתגבר זיין, פארוואס פלאקערט די תאוה אין מיר אזוי שטארק. אפילו ווען איך בין זוכה זיך מתגבר זיין קומט מיר עס אזוי שווער, יעדע נסיון איז כמעט מסירות נפש בפועל, ס'איז ביטער שווער. טאטע אין הימל, פארוואס? פארוואס איז מיר אזוי שווער? איך זעה דאך ערליכע אידן וואס האבן נישט די נסיון ווי מיר, פארוואס בין איך נישט ווי זיי? פארוואס - - -
*
פאר די טייערע הייליגע אידן, וועלן מיר דערציילן די מעשה:

א איד איז אריין צום פני מנחם זצ"ל פון גור, און זיך צואוויינט, זיך אויסגערעדט זיין פארווייטאגט הארץ:

"רבי, איך וויל אזוי שטארק לערנען, איך בין זיך משתדל, איך מוטשע זיך געפערליך, אבער ס'איז מיר זייער שווער, איך האב א שוואכע קאפ, קיין כשרונות האב איך נישט, יעדע שטיקל גמרא קומט מיר אן אזוי שווער, מיט אזויפיל הארעוואניע, א קארצע צייט שפעטער פארגעס איך וואס איך האב געלערנט, וואס וועט זיין מיט מיר? פארוואס קומט מיר עס אזוי שווער?"...

דער רבי קוקט אן זיין חסיד מיט גרויס ליבשאפט, פון זיינע ליכטיגע אויגן שטראלן ארויס ווארעמקייט און פארשטאנד. דער רבי ריפט זיך אן און זאגט אים:
"אוי בין איך דיך מקנא" - - -

דער חסיד קוקט אויפן רבי'ן... ער פארשטייט נישט, אפשר האט ער נישט גוט געהערט... דער רבי איז מיך מקנא?... וואס טוט זיך דא... אבער א חסיד פרעגט נישט... ער בלייבט נאר שטיין...

דער רבי, ליינענדיג זיינע מחשבות, איז ממשיך און זאגט:
ס'איז דאך א מצוה פון עמל התורה, שתהיו עמלים בתורה, מ'דארף זיך מוטשענען... איך האב ב"ה א גוטע קאפ, גוטע כשרונות, ממילא איז זייער זעלטן איך זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון לימוד התורה מיט יגיעה און עמל, אלעס פארשטיי איך גלייך, מיט איין מאל לערנען. נאר אמאל אין א תקופה מאכט זיך אז איך קום אן צו א שווערע סוגיא וואס איך דארף זיך מער מוטשענען און זיך מתייגע זיין.אבער דו, אשריך וטוב לך! דו ביסט מקיים יעדע רגע, יעדן טאג, די מצוה פון לימוד התורה מיט יגיעה, מיט זיך מוטשענען, מיט אסאך הארעוואניע און מיט אויף זיין נעכט... ווייסטו דען ווי חשוב דאס איז אין הימל - - -

דער חסיד איז ארויס פון רבי'נס צומער מיט א גרינג הארץ... ער האט באקומען אינגאנצן אן אנדערע בליק אויףדי גאנצע זאך, ער האט אנגעהויבן שעצן און מחשיב זיין יעדע מינוט פון שווערעקייטן און פון עמל התורה.

*

יא יא, טייערע הייליגע אידן!
קענען מיר דען שאצן ווי חשוב איז א שווערעקייט פון א איד?
מיר קענען דען משיג זיין ווי געוואלדיג איז ווען א איד דארף זיך מוטשענען און מיט אייזענע כוחות צימאכן די אויגן און אוועק דרייען זיין קאפ פון א מראה אסור וואס רייצט אים אזוי אן?!
די צדיקים מיט זייער עבודה, די מלאכים מיט זייער שירה - קענען דאס נישט באווייזן!

מיר דארפן זיך פרייען מיט די אלע נסיונות און די שווערעקייטן!
דאס ווייזט אז דער אייבישטער האט נאמנות אין אונז, ער גלייבט אונז, ער פארלאזט זיך אויף אונז. א טאטע וועט נישט געבן דורכפירן שווערע זאכן פאר א שוואך קינד, נאר פאר קינד וואס ער פארלאזט זיך אויף אים אז ער וועט עס קענען אויפירן.

די נסיונות איז אונזער שטאלץ! די שווערעקייטן זענען אונזער חשיבות!
חזקו ואמצו!

(קרעדיט: "משכני אחריך" פון היט דיינע אויגן)
פרובירט
מקהלת הד''א

אשי
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2019 8:39 pm

תגובהדורך אשי » דינסטאג יולי 09, 2019 5:51 pm

שכח ס'איז מורא'דיגע ווערטער
אש"י אויף הד"א

גיט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דינסטאג יולי 09, 2019 10:55 pm

יישר כח פאר די חיזוק.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך יולי 10, 2019 9:19 am

ישר כח!!

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

א תאוה צו קוקן אויף דער זון‎

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג יולי 15, 2019 11:10 am

בס"ד

ליל שישי פרשת חוקת תשע"ט לפ"ק


וויאזוי קען איך ארויסגיין אין גאס אין די הייסע זומער-טעג, ווען די (נישט אידישע) פרויען גייען אנגעטון אזוי פראסט און נישט איידל? וואס וויל דער באשעפער פון מיר? זענען מיר טאקע מלאכים?! - איז די מיליאן דאלארדיגע פראגע מיט וואס רוב כלל ישראל מוטשעט זיך.
וועלן מיר עס פרובירן מסביר צו זיין מיט א משל.

שטעל דיך פאָר אז דו שטייסט אויף איין טאג מיט א תאוה, אז דו ווילסט קוקן אויף דער זון. יעדעס מאל וואס דו גייסט ארויס אויף דער גאס, פילסטו ווי עס ברענט אין דיר א שטארקע תאוה פשוט ארויפצוקוקן אויף דער זון.

נאך אפאר טעג הייבסטו אָן צו פילן אז דיין זע-קראפט ווערט שוואכער און שוואכער, די גאנצע וועלט ארום דיר הייבט אָן אויסצוזען טונקלער און שווארצער ווי פריער. דו גייסט צו א דאקטאר זאל דיך אונטערזוכן, און דער דאקטאר זאגט דיר, אז מיט דעם וואס דו קוקסט אויף דער זון מאכסטו אליין קאליע דיינע אויגן, און דער דאקטאר ווארנט דיך אז אויב דו וועסט ממשיך זיין און ווייטער קוקן אויף דער זון, וועסטו נאך חלילה פארלירן דיין זע-קראפט אינגאנצן!

דו גייסט ארויס פון דאקטאר'ס אפיס אינגאנצען שאקירט, און דו מאכסט א גאר שטארקע החלטה ביי דיר, אז יהיה מה שיהי'! איך גיי מער נישט קוקן אויף דער זון בשום אופן נישט, אפילו נאר פאר א סעקונדע! דו פארשטייסט אז דער שאדן און ווייטאג וואס עס ברענגט דיר איז אסאך שטערקער ווי דער פארגעניגן וואס דו האסט פון קוקן אויף דער זון.

פון יענעם טאג וואס דו האסט באזוכט ביים דאקטאר און ווייטער, אפילו אז די זון איז נאך אלץ דארט אויפ'ן זעלבן פלאץ יעדעס מאל וואס דו גייסט ארויס אין גאס, האלסטו אבער דיינע אויגן אויף אראפ.

עס גייט דורך אפאר טעג און דו הייבסט אן צו באמערקן אז דיינע אויגן האבן צוריקבאקומען די געווענליכע זע-קראפט, און דו קענסט שוין ווידער הנאה האבן פון דער שיינער הערליכער קאלירטער וועלט ארום דיר.

*


גענוי די זעלבע זאך איז מיט שמירת עינים. יא עס איז אמת אז מיר האבן נאטירלעך א שטארקע גלוסטעניש צו קוקן אויף די זאכן, און יא, יעדעס מאל מיר גייען ארויס אין גאס שטויסן מיר זיך אָן מיט די סארט זאכן. אבער עס איז נאר שווער פאר אונז ווילאנג מיר טוען נישט אנערקענען ווי שעדליך עס איז פאר אונז. ווילאנג מיר וועלן האבן חילוקי דיעות אין קאפ אויב דאס לעבן אָן די סארט גלוסטעניש איז בעסער פאר אונז, וועלן מיר זיך כסדר מוטשען מיט'ן נסיון; ווילאנג מיר האבן נישט געמאכט א שטארקע החלטה אין אונזער קאפ אז דאס איז גאר שלעכט פאר אונז, דעמאלטס יעדעס מאל וואס עפעס "טעמפטינג" גייט אונז אדורכגיין אין גאס, וועט אונזער מוח אונז גאר שטארק מוטשען מיט שאלות, פארוואס איגנאריר איך די תאוה? פארוואס געב איך נישט נאך דאס צו זען? עס זעט דאך אויס אזוי גוט! אפשר בין איך נישט גערעכט די גאנצע צייט? אפשר איז עס נישט אזוי געפערליך?

אבער אויב מיר וועלן גוט אריינטראכטן דערין, וועלן מיר באמערקן אז אפילו אויב מיר וועלן יא באקומען די אלע פארלאנגען, אבער דער געשמאק וועט נאר בלייבן ביי אונז פאר א גאר קורצע מינוט, און נאכדעם וועט עס אונז גענצליך פארלאזן, און מיר וועלן שפירן ליידיג און פוסט.

מיר ווייסען פון אונזער עקספעריענס, און פון אלע אונזערע חברים, אז א לעבן פיל מיט תאוות, איז א פוסטע לעבן, און א לעבן פון פּיין און ווייטאג. אלץ מער דו גיבסט אים צו עסן, מער הונגעריג ווערט ער.משביעו, רעב. אפילו מיר וועלן טועם זיין אלע "טעמפטינג" זאכן וואס זענען נאר פארהאן אויף דער וועלט, וועלן מיר נאך אלץ נישט זיין רואיג און מיר וועלן פאדערן און פארלאנגען נאך און נאך. און מיר ווייסען אויך אז די תאוות נעמען נאר אוועק אלע גוטע זאכן וואס די באשעפער וויל אונז געבן. עס האקט אפ אונזער קשר וואס מיר האבען מיט'ן בורא עולם, אונזער קשר וואס מיר האבן מיט אונזערע ווייבער און קינדער, און אפילו אונזער קשר מיט זיך אליין וועט אויף אפגעהאקט.
ווען מיר אלע וועלן דאס פארשטיין און מיר וועלן קומען צו דער מסקנא אז תאוות איז באמת דאס טויט פאר אונז, נאר דעמאלטס וועלן מיר זיין גרייט צו מאכן די החלטה אין אונזער שכל אז מיר ווילן דאס נישט מער; עס איז ממש סם המות פאר אונז. אויב מיר האלטן שוין דא, נאך די החלטה, אפילו אויב מיר זענען ארומגענומען מיט די "טעמפטעישענס" וועט עס נישט זיין אזוי שווער פאר אונז צו איידלערהייט צוצומאכען אונזערע אויגן און אוועקדרייען אונזערע הערצער פון דעם. ווייל מיר ווייסן שוין אז אפילו אויב מיר וועלן האבן אלע סארטן פארגעניגנס וואס אונזערע אויגען גלוסטן נאר, וועלן מיר נאר אלץ זיין אין א טונקלקייט און פול מיט פּיין און ווייטאג; מיר וועלן דעמאלטס פארלירן אלעס וואס איז באמת טייער פאר אונז, און מיר וועלן נאך אלץ נישט זיין צופרידן.

אבער ווילאנג מיר האבן נישט געמאכט די שטרענגע החלטה, איז אונזער עבודת השם נאר מיט א האלבן הארץ, עס איז נישט בלב שלום. מיר זענען נישט אינגאנצן זיכער ביי זיך אז דאס איז באמת וואס מיר ווילן, און ווען מיר זעען עפעס "טעמפטינג" אין גאס, וועלן מיר זיך טרעפן פלוצלינג אין א שטארקע מלחמה און מיר וועלן זיך פרעגן דעמאלטס, איז דאס טאקע דאס.

ווען מיר וועלן אבער מחליט זיין די שטארקע און שטרענגע החלטה, וועט אונזער "זע קראפט" זיך תיכף ומיד פארבעסערן; די וועלט וועט אנהייבען צו זיין א פרייליכער און בעסערער פלאץ; אונזער דאווענען וועט זיין מיט אן אמת'ן געפיל, עס וועט זיין בלב שלם, אנשטאטס אזוי ווי ביז יעצט, וואס אונזער דאווענען איז נאר געוועהן למחצה לשליש ולרביע; אונזער ליבשאפט צו אונזערע ווייבער און קינדער וועט ווערן סאך שענער און בעסער; שבת וועט מען פלוצלינג פילן א טעם אין שבת קודש; לערנען תורה וועט באקומען א זיסן געשמאקן טעם. מיר וועלן שוין סוף כל סוף זוכה זיין צו פארשטיין וואס עס מיינט צו דינען די בורא עולם בכל לבבך, מיט'ן גאנצן הארץ.רבי מרדכי לעכאוויטשער זי"ע האט אמאל געזאגט, "ווי ביטער איז די וועלט ווען איינער איז אין דעם, און ווי גוט איז די וועלט ווען איינער איז העכער פון דעם."
אונזער זיסער און לעכטיגער טאטע אין הימל האט געלייגט פאר אונז צוויי וועגן. לאמיר אונז אויסקלויבען "לעבן" מיט א שטארקע החלטה, און טאקע בכל לבבך, מיט'ן גאנצן הארץ.

(קרעדיט: geverisrael פון היט דיינע אויגן)
פרובירט
מקהלת הד''א

אוועטאר
yidusa
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

תגובהדורך yidusa » מיטוואך יולי 17, 2019 9:12 pm

Strong point, very powerful, it will defiantly help with this life struggle
Thanks for shearing


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט