בלאט 1 פון 1

געזונטהייט: פינטעלעך אויף די צינג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 1:36 pm
דורך קרעמער
שוין א וואך צייט וואס איך לייד פון אזעלכע פינטעלעך/בלאטערלעך/פימפלעך וכל שום וחניכא דאית להו ודלית להו, איך האב געקלערט עס וועט אוועקגיין, עס קומט בלויז פון א פארדארבן מאכל, פון א צו-הייסע קאווע א.ד.ג. למעשה האט זיך עס אבער באזעצט, און נישט נאר אויף איין פלאץ, נאר אויף מערערע פלעצער, און עס באדערט, עס ציפט.

האט איינער ערפארונג מיט אזא סארט זאך? ברויך דאס געזען ווערן דורך א דאקטער? דענטיסט? קען מען דאס היילן מיט א מויל-וואש? האט דאס צוטאן מיטן דיעטע? לשון הרע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 2:01 pm
דורך abimlaibt
ביי די קליינע קינדער מאכט זיך עס אפט,
עס האט א נאמען (עפעס א דיזיס...) איך מיין עס הייסט טראש. עפעס אזוי,
יא עס ברויך עפעס. פרעג אן א דאקטאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 2:48 pm
דורך bobke
סתם פאר אינרעסאנטקייט איך באקום עס אייביג ווען איך בין אנדער פרעשור.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 2:54 pm
דורך צווענגל
קאל אן מענדל גערטנער פון ק''י 845-783-3700 און פרעג זיין רעבעצין אויב די ציגעלע מילך קען העלפן אויך פארדעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 3:08 pm
דורך קרעמער
abimlaibt האט געשריבן:ביי די קליינע קינדער מאכט זיך עס אפט,
עס האט א נאמען (עפעס א דיזיס...) איך מיין עס הייסט טראש. עפעס אזוי,
יא עס ברויך עפעס. פרעג אן א דאקטאר.

טראש איז א ווייסע זאך וואס א צווייטער קען אויך באמערקן, איך רעד פון א פראבלעם וואס נאר איך שפיר, מען קען דאס ממש נישט זעהן מיט די אויגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 3:33 pm
דורך משמש
מענין לענין באותו בנין, האט איינער א רפואה פאר בליסטערס אין מויל[מאכט זיך אפט נאך א עקסידענט ביים עסן]?

בדרך אגב, איך וואלט געווען אין שטיצע פון עפענען דא א 'געזונהייט אפטיילונג', וואו מען זאל קענען אנפרעגן אינפארמאציע אויף מעדעצינען, הערן גוטע אדער שלעכטע עספיריענס ביי א דאקטאר, וכו'.

די זאכן ווערן ממילא אויסגעשמועסט דא און דארט, מען דארף נאר האבן א באזונדערע מקום וואס זאל זיין געווידמעט בלויז פאר עניני רפואה,[פארשטייט זיך מיט א דיסקלעימער אז קיינער זאל גארנישט טוען אן פרעגן א דאקטאר]

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 04, 2009 10:15 am
דורך קרעמער
געווען ביים דאקטער (צוליב דעם פראבלעם, און נאך א אויערן פראבלעם) און ער זאגט אז איך זאל מיך גארגלן מיט זאלץ וואסער און מיט באק-סאדע וואסער, און דאס וועט העלפן ביידע פראבלעמען.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 04, 2009 12:40 pm
דורך צום זאך
א גרויסן ייש"כ קרעמער פארן צוריקקומען מיטן עצה פונעם דאקטער.

איך לייד שוין דערויף נאך פון אלץ בחור, זיי קענען צומאל אפזיצן אינעם מויל פאר איבער א וואך צייט גייענדיג פון איין ווינקל צום צווייטען..
איך האב שוין אויספרובירט פארשידענע סארט מאוט-וואשער'ס ס'האט קיין סך נישט געהאלפן,
דעם עצה האב איך נאך גראדע נישט געהערט, וועלן מיר אפירקראצן דעם כלי המיוחד ל'זאלץ-וואסער און עס פרובירן נעקס טיים, אגב, ווער איז דער דאקטער אויב מעג איך פרעגן?

(איך מיין עס איז שוין שפעטער ווי העכסט צייט צו גרינדן א "געזונטהייט" פארום דא אין קרעטשמע (נישט קיין קראנקהייט פארום חלילה..), און א סוב פארום פאר "אלטערנאטיווע הייל מיטלן"...)

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 04, 2009 2:01 pm
דורך שוועמל
פון מיין פראקטיץ, די פימפלעך קריגט מען ווען מען נעמט אריין שמוציגע באשטאנדטיילן אין מויל, למשל א שרויף, א פעדער וכדומה זאכן וואס קענען פארמאגן זשערמס אויף זיך.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 05, 2009 9:55 pm
דורך קרעמער
צום זאך;

דאס איז דער בארימטער דר. שאקוהי פון או די עי.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 05, 2009 10:11 pm
דורך שוועמל
צום זאך האט געשריבן:(איך מיין עס איז שוין שפעטער ווי העכסט צייט צו גרינדן א "געזונטהייט" פארום דא אין קרעטשמע (נישט קיין קראנקהייט פארום חלילה..), און א סוב פארום פאר "אלטערנאטיווע הייל מיטלן"...)

(מיר האבן דערהערט דיין בקשה.
מיר וועלן עס קאנצידירן און באשטעטיגן לויטן אקרו"ט ביים קומענדיגן קהל'שע אסיפה.)
שש.. זאג נישט פאר קיינעם

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 7:48 pm
דורך הויכער
פאר בליסטערס אין מויל קען מען נעמען:
1- א ווייטאמין וואס הייסט הערפיעס (בשעת מען האט די בליסטערס נעמט מען בערך 4 שטיק א טאג)
2- לייסין - דאס זאל מען נעמען כסדר אפילו ווען מען האט נישט קיין בליסטערס (איינע וואס לייד דערפון)
3 - עס איז דא א שמיר ארויפצושמירן בשעת מעשה אויף דעם (והעיקר שכחתי/שמו)