בלאט 1 פון 1

געזונטהייט: כ'קען דעם קאמפיוטער נישט קוקן אין פנים אריין

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 28, 2009 10:13 pm
דורך פרייליכערהייט
איך ווייס נישט צו ס'איז שוין פון דעם גערעדט געווארן דא, און מיין סערטש האט מיר גאהרנישט אפירגעקראצט, אדרבה אז איינער ווייסט ווי ביטע לינקן,
מיין פראבלעם איז א נייער, און א ווייטאגליכער, זינט פאריגע וואך האט זיך מיר מיינע מוסקלען ארום די אויגן אנזאגט זיך צו האלטן רואיג, און טוהן געטריי איהר פליכט, זי שרייט אז זי ווערט צופיל צודריקט, זי שפירט א געוואלדיגע מאס פרעשור קוקנדיג אויפן קאמפיוטער סקרין, און איך קען איהר נישט בארואיגן, איך פרוביר איהר צו איגנארירן אבער זי איז שטערקער, זי שיקט מעסעדשעס פאר די אנדערע מוסקלען ארום מיין גלגלת אין זיי אלע ארבעטן מיט זיי טוען מיר אן צרות צרורות, מיט שמערצליכע שמערצן, בקיצור איך קען דעם קאמפיוטער נישט קוקן אין פנים אריין, וואס טוה איך ?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 28, 2009 10:16 pm
דורך שוועמל
מאך טונקעלער די סקרין סעטטינגס, ביז דו פיהלסט קאמפארטעבל.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 8:35 pm
דורך פרייליכערהייט
שוועמעל טייערע א הארציגן ישר כח פארן פרובירן צו העלפן, וואס קען איך אבער טוהן אז מיט גוטן ווילן אליין, אין אפילו מיט די גוטע עצה דיינע איז מיר נאך אלס אויפן אויג קאלעמוטנע,( א אויג קען זיין ?) דאס אויג איז אין מיר בועט, וואס טוה איך ,?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 30, 2009 9:10 am
דורך צווענגל
ס'קען זיין אז די האסט א פארקילעכט'ס אין די אויגן גיי טשעק עס אויס - איך האב עס אויך

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 08, 2009 6:39 pm
דורך למעלה משבעים
ווארשיינליך איז די עצה אז די ארום זאל זיין ליכטיגער ווי די סקרין, ממילא קען זיין פארדעם האט נישט געהאלפן טינקל מאכן די סקרין ווייל די סקרין איז נאכאלץ געווען ליכטיגער, פראביר צו לייגן א לייט ממש העכער דיין קאפ אדער סקרין. אויב דאס העלפט נישט קען זיין אז איר האט טאקע עפעס אין אויג טשעקט עס דאן אויס.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 09, 2009 9:36 am
דורך יוסלמאן
פורביר אנצוטאן זין ברילן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 2:44 pm
דורך אזוי נארמאל
אדער זעץ זיך אויף א העכערע בענקל וועסטו נישט דארפן אזוי שטארק עפענען דו אויגן אריין צוקוקן דערין.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 4:13 pm
דורך thefact
אזוי נארמאל האט געשריבן:אדער זעץ זיך אויף א העכערע בענקל וועסטו נישט דארפן אזוי שטארק עפענען דו אויגן אריין צוקוקן דערין.

איז דאס א וויץ אדער עס העלפט עכט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 11:41 am
דורך אזוי נארמאל
פאר פראבירן איז עס זייער גיט...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 11:45 am
דורך אזוי נארמאל
ווערטליך אין א זייט

אויב זעצט מען זיך העכער, דארף מענישט אזוי שטארק עפענען דו אויגן. ווייל מ'דארף נישט ארויף קוקן צום סקרין, נאר אראפ, שטרענגט מען נישט אזוי אן דו אויגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 9:32 pm
דורך גיי_ווייס
יעצט געטראכט וואס קען אפשר זיין

ממש בקיצר נמרץ....
ווען א מענטש מאכט עקסערסייז. אין נאך דעם מאכט ער נישט קיין סטרעטשעס. אין ציט זיך נישט אויס די ביינער נאכן עקסערסייז. בעסער געזאגט ציט נישט אויס די מאססעלס. וועט אים זייער וויי טין. ווייל די מאססעלס ווערן שטייף.
קען זיין אז ביי די אויגן איז די זעלביגע. ווען די ניצט די אויגן א גאנצן טאג איז אזוי ווי די מאכסט עקסערסייז(אפשר). איז ווי פריער געשמיסט אז נאך עקסערסייז קימט סטרעטשעס
(ס'איז דא וועגן אליין אויסצי ארבטען די אויגן)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 9:36 pm
דורך פרייליכערהייט
ביי מיין פאל : דוכטזיך איז מר. צווענגל גערעכט געוועהן, אז עס איז געוועהן א פארקילאכטץ, ווייל איך האב שוין אויפגעהערט צו ליידן ברוך השם אויף דעם פראבלעם. אלעס אנדערש קען אויך זיין אמת, אבער א פארקילטער אויג, קען ווארשיינליך וויי טוהן ווען מען שטרענגט איר איבער...