אלטערנאטיווע מעדיצין

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

דא איז דער מאמר וואס כ'האב פריער פארשפראכן צוצוצייכנען איבער "סקורווי" און "צפדינא".

אגב, אז מ'איז שוין מעיר אויף דער הערליכער סעריע אין "די צייטונג", איז מיר געווען א וואונדער ווען דער שרייבער האט ציטירט פון די שריפטן פון אן "אייניקל פון דזשארדזש וואשינגטאן." עס איז מיר געווען א חידוש ווייל ווי איך ווייס האט דער ערשטער פרעזידענט פון אמעריקע נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. נאכ'ן סוירטשן אויף דעם האב איך גרינג געפינען אז מען רעדט פאקטיש פון וואשינגטאנ'ס שטיף-אייניקל, אן אייניקל פון זיין ווייב - א זון פון אירס א קינד בזיווג ראשון.
זע דא.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

לויט ווי די צייטשריפט האלט ביז יעצט, גייט מיר נאכנישט אריין אין קאפ פארוואס מען ריפט עס אלטערנאטיווע "הייל" מיטלען ווען בסך הכל איז עס ריין "דייעגנאז" מיטל. לויט זייער מיינונג וואלטן זיי ווען געקענט דייעגנאזן א קענסיר פאציענט אין אים דערנאך געבן קימאו טעראפי!

פארוואס איז נישט דא קיין איינע אפילו פון די אזוי געריפענע דאקטוירים וואס זאלן געבן געהעריגע מעדיקעישאן אויף זיינע דייעגנאזעז?

ווייל ניטאמאל זייערע דייעגנאזעז זענען איבערגעוויזן געווארן צו זיין ריכטיג!( ווי צייטשריפט ברענגט טאקע די וואך) און ווער רעדט נאך פון זייערע אזויגעריפענע "הייל" מיטלען?

וואס בסך הכל קען עס טאקע העלפן נאר וואס זיי אליין האבן דייעגנאזד

אזוי ווי א פראמינענטע רב וואס איז זייער זייער באקאנט אין די מעדעצינישע וועלט האט מיר אמאל געזאגט "איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפן א פאל וואס מען זאל איינעם דייעגנאזען מיט א פראבלעם דורך א בלאד טעסט אדער אן עקסרעי אין דער פאציענט זאל זיך נאר היילן מיט די האמיפעטעקס, און מען זאל נאכדעם נאכאמאל נעמען א בלאד טעסט אדער עקסרעי און ס'זאל זיין אויסגעהיילט!" און ער איז אזא איינער וואס האט שוין געהאלפן מן הסתם טויזענטער אידן מיט געזונטהייט פראבלעמען.

אזא מענטש איז די בעסטע עדות צו די זאכן העלפן יא צו ניין

עטס הערטס ווערטער!?
א מענטש וואס בלי גיזמה איז אים שוין דורך געגאנגען טויזענטער קעיסעס זאגט ער האט נאך נישט געהערט פון "קיין איין" פאל וואס האמאפעטיק זאל העלפען

איך ווייס פערזענליך אזעלעכע האמאפעטעק דאקטוירים וואס האבן קלאר בלוטיגע הענט !!
ד.ה. איך ווייס קלאר אז זיי האבן געוויסט אז זיי קענען נישט העלפן א פאציענט מיט קענסער. און זיי האבן יענעם ארום געשלעפט ווי א שמאטע און אויסגעסאקט טויזענטער דאלער! פון אן אומבאהאלפענע פארלוירענע מענטש וואס האט נעבעך געמיינט אז די ישועה וועט קומען דורך די חיות

איטס א לאנג פעינפאל סטארי, אפשר אן אנדערס מאל
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

א דאנק הרב קארל פאר אייערע רייכע ידיעת (נישט נאר דא, אין אנדערע אשכולת אויכעט).

אנדערשט ווי אנדערע דא, בין איך אליינס געוועהן פארגלייבט אין די סארט "אלטערנאטיווע מעדעצינען" - נישט מיין ווייב... אין איך האב באמת געגלייבט אז עס קען העלפען. לעצטענס האב איך אנגעהויבען קלערען אז סאיז מעגלעך א שווינדעל, אין ס'פאנגט זיך גארנישט אן, אין די ארטיקלען אין צייטשריפט האבען מיר געפענט די אויגען..

איצל פיצל,
איך פארשטיי בכלל נישט וואס די פרעגסט, אין צייטשריפט איז דען נישט געשטאנען אז די אלטערנאטיווע טעריפיסטען רעדען איין די מענטשען אז דאס קען ממש היילען? סאיז נישט נאר א דייעגנאז, סאיז אויך א כלאמפערשטע "הייל מיטל"...
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

די סעריע אין "די צייטונג" באווינדער איך יעדע וואך עקסטערע. סאיז מוראדיג שיין, ציזמענגענימען זייער זייער אסאך ידיעת, אין היסטאירשע פאקטען. דעי וואך האבן זיי איבער "רענדאם טעסטס", וויאזוי מ'מאכט סייענטיפיק טעסטס פאר מעדעצין וכדומה.. ווי איך האב שוין פריר געשריבען אינטערסירט מיך זייער שטארק די עינינים, אין אויב איינער דא האטעס געליינט וואלט איך געוואלט פרעגען: פארוואס מיז מען אויסקלויבען די מענשטען פין די גרופעס דורעך א גורל אדער א סיסטעם וואס איז אן קיין חשבן. קען מען נישט למשל אליין צעטיילען אז אין אלע גרופעס זאלען זיין פינקט די זעלבע צאל קראנקע (פין יעדע מדריגה) אין די זעלבע צאל מענטשען וואס מאכען פינקט אזויפיהל געלט, אין די זעלבע צאל מענער אין פרויען.. וכו' ?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב געליינט די צייטשריפט וואס ער שרייבט איבער "מאסל טעסטינג", לדעתי איזער נישט גערעכט.

ער קען שרייבן אז שטודיעס האבן געוויזן, די שאלה איז נאר, ווער האט געמאכט די שטודיעס, און וואס איז זייער אדזשענדע.

אוודאי איז דא חברה וואס ווייסן נישט וויזוי זיי הייסן, אבער ס'דא חברה וואס זענען גוט!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ביים לעצטען באזוך וואס כ'האב אפגעשטאט אין מיינע ארכיוון האב איך זיך אנגעטראפן אינעם קונטרס "אל תפנו", דער קונטרס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א דומ"ץ פאלטיטשאן וראב"ד ביד"צ קאלסבורג, א געוואלדיגער קונטרס וואס ענהאלט אין זיך א ביאור מקיף אויף דעם ענין פון אלטערנאטיוו און וואנדער היילונגן, אלע פרטי הלכה בנוגע דעם נושא, אזוי אויך א רייכע אריינפיר וואס שמועסט ארום מיט א ברייטקייט ארום אלע די ענינים. איך וואלט געראטן די וואס זוכן חומר אויף דעם נושא זיך שאפן דעם קונטרס, דו"ק ותמצא רב נחת!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

לויט מיינע באקאנטשאפטען אין די עינינים (היינט, נאכען אליין דורעכפאלען!) זענען די סארט רבנישע באהאנדלונגען געבויט אויף די וואס האלטען אז די זאכען ארבעטען בכלל - וואס איז נישט אמת! סאיז זינלאז צי רעדען צי עס איז אויסגעהאלטען עפ"י הלכה אין די צייט וואס די זאכען זענען פשוטע איינרעדענישען.....
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

רעיא מהימנא האט געשריבן:די סעריע אין "די צייטונג" באווינדער איך יעדע וואך עקסטערע. סאיז מוראדיג שיין, ציזמענגענימען זייער זייער אסאך ידיעת, אין היסטאירשע פאקטען. דעי וואך האבן זיי איבער "רענדאם טעסטס", וויאזוי מ'מאכט סייענטיפיק טעסטס פאר מעדעצין וכדומה..

די וואך האט דער שרייבער געמאלדן אז די קומענדיגע וואך וועט זיך ענדיגן דער ערשטער קאפיטל וואס האט ארומגערעדט איבער דער היסטאריע פון מעדיצין און די וויסנשאפט און סברות ארום דעם. דערנאך וועט ער אנהויבן טיפער באהאנדלען ספעציפישע אלטערנאטיווע מעדיצינען.

פארוואס מיז מען אויסקלויבען די מענשטען פין די גרופעס דורעך א גורל אדער א סיסטעם וואס איז אן קיין חשבן. קען מען נישט למשל אליין צעטיילען אז אין אלע גרופעס זאלען זיין פינקט די זעלבע צאל קראנקע (פין יעדע מדריגה) אין די זעלבע צאל מענטשען וואס מאכען פינקט אזויפיהל געלט, אין די זעלבע צאל מענער אין פרויען.. וכו' ?

דער געדאנק פון "רענדאם" איז אז די גרופעס ווערן אויסגעקליבן אן קיין שום ידיעה פון פריער. דאס ערמעגליכט אז אפילו פאקטארן וועלכע זענען בכלל נישט באקאנט פאר די פארשער זאלן אויך איינגעטיילט ווערן יושר'דיג. זע דא:
http://en.wikipedia.org/wiki/Randomness
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב געליינט די צייטשריפט וואס ער שרייבט איבער "מאסל טעסטינג", לדעתי איזער נישט גערעכט.

ער קען שרייבן אז שטודיעס האבן געוויזן, די שאלה איז נאר, ווער האט געמאכט די שטודיעס, און וואס איז זייער אדזשענדע.

אוודאי איז דא חברה וואס ווייסן נישט וויזוי זיי הייסן, אבער ס'דא חברה וואס זענען גוט!!!


ליסטען, איך האב מיך גענוג אנגעליטן פון די קיניזיאלאדשיסטן און איך וואלט זייער זייער שטארק געוואלט זען די "חברה וואס זענען גוט".
מיין ווייב פלעגט גיין עטליעסט איינמאל א וואך צו דיזע רוחות און קיינמאל =קיינמאל= האב איך נישט געזען קיין שינוי, ניטאמאל לרעה (וואס איך האב דאן געקענט באשטיין אז ס'זאל געשען - אפשר אזוי עלעך מיר ארויסזען פון די צרה).
ס'טע געהערט אזאנס! $75 טאלער א וואך (אונז האבן באקומען א ביליגע פרייז...) פאר וואס??? כאטש זיי א מענטש און נעם מעדיקעיד!!!
איך האב איינמאל געפלאצט און איך האב מיר געשטעלט דערויף אז קומענדיגעס מאל מוז איך מיטגיין - איך וויל שוין זען וויאזוי דער סיסטעם ארבעט! אפשר וועל איך אויך ווערן אזוי געזונט ווי דיר...
הכלל, איך האב מיך אריינבאקומען און אט איז וואס איך האב דעמאלטס געזען:
די סיבה פארוואס אידענעס וועלן ענדערש גיין אויפן מאסאדש טיש ווי איידער אויפן דאקטערס טיש איז פשוט: דער בהמה דערלאנגט א גוטן מאסאדש און מען בלייבט אנגעטון, ודי.
מיין ווייב האט דערציילט פארן קראצער [פאר איך בין אריינגעקומען] אז איך בין אויסגעשפראכן קעגן דאס גאנצע מציאות און עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב ער קען מיר אביסל מסביר זיין דעם נושא, אפשר אזוי וועל איך אויפהערן צו פארפירן.
איך קום אריין און דער וואטעווער נעמט זיך צו מיין ווייב און בשעת מעשה איז ער מיר מסביר דעם גאנצן פראסעס - יעצט "ארבעט איך" אויף איר רוקן ווייל די הארמאן --- איז קאננעקטעד סאם וועי צו די רוקן.
איך געב אים א האק איבער און איך פרעג אים "וואס מיינט עס איז "קאננעקטעד סאם וועי" צום רוקן? איך וויל וויסן קלאר וויאזוי עס איז קאננעקטעד!" ווייזט ער מיר אויפן וואנט א גרויסן צעטל -"דארט קענסטו זען"!
זאג איך אים, איך האב נישט קיין כח צו ליינען זאכן וואס איך פארשטיי נישט דערצו (איך פארשטיי גראדע יא די אלע מעדיצינישע טשארטס).
האט ער זיך גענומען רעדן ימין ושמאל כל מיני שטותים, אנגעהויבן אז ער האט שטודירט די ענינים ערגעץ אין אזיע (איך געדענק נישט פונקטליך וואס ער האט געזאגט) און בלא בלא בלא...
געב איך אים א פרעג. דו זאגסט אז -למשל- דו ארבעטסט אויפן רוקן גייט עס צו די הארמאנס, פארוואס קענסטו נישט גיין גראד צום פראבלעמאטישן פלאץ? אז מ'איז הונגעריג גייט מען זיך נישט איבערטוישן וועש - מען זעצט זיך עסן! ער האט זיך גענומען קעקעצן אויף אלע זייטן! קיין איין גראדן ענטפער האב איך נישט ארויסבאקומען!
לענין מוסקל טעסטינג, ביי יענעם וויזיט האב איך געזען וויאזוי דאס ארבעט:
בשעת ארבעטן אויפן קרבן ווארפט מען אריין אפאר מאל - כלאחר יד - אז לכאורה האסטו די און די פראבלעם און אויב אזוי קומט זיך דיר די און די הערב און "אויל" ממילא נאכדעם וואס ער ענדיגט דיאגנאזירן און מען גייט טעסטן פאר דעם סאלושען ליגט שוין ביים פאציענט אין מיינד די זעלבע זאך.
למעשה האט דאך מיין ווייב געהאט דארט א וועכנטליכע אקאונט סאו האבן זיי שוין געוואוסט וואס איר "פראבלעם" איז, האט זי קודם באקומען א גוטן מאסאדש פאר גארנישט און פאר נישט און נאכדעם געט דער דאקטער א זאג "איך זעה אז עס איז געווארן געשטארקט" און יאלא! מעגיימער טעסטן פאר די אוילס...
מ'לייגט ארויף אויף איר בויך א בינטל מיט ב"ש און דער דאקטער הייבט אויף מיין ווייבס הענט און געט א דריי מיטן נאז 'נישט דאס האב איך געוואלט' און געגאנגען צום נעקסטן בינטל.
געב איך מיך א רוף אן "טייערער דאקטער, דו האסט דאך פריער געזאגט אז דו זעסט אז ס'איז געשטארקט געווארן, טא פארוואס אויפזוכן א נייעם בינטל אוילס? געמאכט א פיינעם מאסאדש און אוילס האמער דאך נאך פון פאריגע וואך, לאז איר אויסנוצן קודם דאס אלטע און נאכדעם וועל מיר צוריקקומען פאר פרישע..."
מיין ווייב האט מיך געוואלט הרג'ענען, אבער עס האט זיך נאכאלץ געלוינט - דו האסט געדארפט זען ווי שנעל די נבלה שאין בו ממש האט אונז געלאזט גיין...
זינט דעמאלטס איז מיין ווייב דארט געווען אינגאנצן איין מאל (א מעשה פון באלד דריי יאר).
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויב דו ווילסט גיין צו די חברה וואס טויגן, פארבינד דיך מיט מיר אין אישית, איך וויל דיר אבער קלאר זאגן, איך האב נישט קיין שום נגיעה אז דו זאלסט גיין, איך האב נאר א גוטן עקספיריענס מיט א דאקטער וואס האט שוין ארויסגעהאלפן ביי אונז אין די משפחה מיט פארשידענע זאכן, און לויט וויזוי איך האב געליינט אין די צייטשריפט, שטומט עס עפעס נישט.

סאו בין איך געקומען צו די החלטה אז די צייטשריפט רעדט פון געוויסע חברה וואס טויגן נישט, ווייל מיין דאקטער האט יא געטויגט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אהובים ידידים אחדש''ה בעזהשי''ת:

די עולם האט דא געפערליך פארפירט וועגן האבן א סטרעפ און נישט גיין צום דאקטער, וויל איך קודם קלארשטעלן אז אני הקטן ווען איך האב א סטרעפ גיי ''נישט'' צום דאקטער.

די סיבה דערצו איז - און פון דעם קענט איר אפלערנען ביי אנדערע פעלער - וויבאלד די דאקטוירים קענען מיר נישט העלפן, איינגעזעהן האב איך עס אלס בחור אין ישיבה, ווען אלע בחורים זענען געזיצן אין ישיבה און געלערנט פלייסיג, האב איך ליידער נישט געקענט אויסהאלטן די קעלט פון די עיר קאנדישאן, אדער די טשעינדזש אוו די וועטער, איך האב אלס באקומען סטרעפ, פלעג איך לויפן צום לאקאלן דאקטער, און ער פלעגט מיר פארשרייבן אנטיביאטיק און איך האב עס איינגענומען און א וואך נאכן נעמען איז ער צוריק געווען, דאס הייסט אז מיין קערפער איז געווארן אימיאנט צו די מעדעצין, און ער איז געווארן א פריינט מיט אים און ער האט זיך גארנישט געשלאגן מיט אים.

עס איז איבריג ארויסצוברענגן וואס פארא סכנה עס איז צו זיין אימיונט צו אנטיביאטיק, וואס איז די שטערקסטע קעגנער פאר אלע סארט אינפעקציעס א.ד.ג., האבעך געזען אז קיין תכלית איז דאס נישט, נישט ווייל איך האלט דערפון, און נישט ווייל איך גלייב דערין, נאר ווייל איך האב געהאט צוויי ברירות אדער ארויסשניידן די מאנדלען אדער קודם פרובירן די אלטערנאטיווע מעגליכקייט.

האמער אנגעפאנגן צו זוכן א אנדערע סארט רפואה, בין איך קודם געגאנגען צו איינעם און יענער האט מיר פארשריבן א נאטירליכע מעדעצין וואס האט אנטהאלטן סתם יינם, און מיין דיין האט מיר עס מתיר געווען וויבאלד סטרעפ איז א סכנה, אויסער דעם האבעך געמעגט נאר עסן געוויסע עסן. תמצית פון יענע גאנצע פרשה איז געווען אז ער האט געהאלפן א רעטעך, איך ווייס נישט אפשר א רעטיך אויך נישט.

גראדע ווייס איך פון עטליכע אנדערע וואס ער האט ממש געראטעוועט, למשל ביי אונז און די משפחה איז א ניי געבוירן קינד געווארן זייער אויסגעשלאגן און די לאקאלע מעדיקל דאקטער האט נישט געקענט דערגיין די סיבה, איז ממש געראטעוועט געווארן פון איין באזוך ביי אים ווען ער האט געזאגט פאר די מאמע וואס נישט צועסן.

אבער לאמיר צוריקגיין צו די סטרעפ וואס דאס איז שוין א מער ערנסטע זאך, הכלל די צייט איז געלאפן און די פראבלעם איז נישט אוועקגעגאנגען בין איך אנגעקומען צו א באקאנטע קינזיאלאדזשיסט וואס האט מיר נאכן ארויסגעבן א גאנצע ארדער וואס צו עסן און צו נעמען פאר צוויי יאר, האב איך ארויסבאקומען פון איר א ספעציפישע האמאפאטישע טראפן וואס ווען איך באקום סטרעפ זאל איך דאס אייננעמען, נאך א שטיק צייט וואס איך האב געזען אז דער איז געווען די ריכטיגע שליח, האב איך געדראפט די אלע זייטיגע זאכן, און ווען איך באקום א סטרעפ נעם איך דאס, און עס גייט אוועק פון וואו ס'איז געקומען, און איך האב עס שוין געשיקט ווייטער אויך, פאר נאך אידן וואס האבן די ענליכע פראבלעם, און איך האב צוריקגעהערט אז ס'ארבעט פיין.

איי וועסטו פרעגן אז פאר שמעון ווייכברויט האט עס נישט געארבעט, די תי' איז אז די FDA קען נישט עפראוון א מעדעצין נאר אויב עס ארבעט ביי יעדן, אויב וועט עס נאר ארבעטן ביי 90 פראצענט טארן זיי עס נישט עפראוון (אויב איך בין נישט פונקטליך קענט איר מיר פארבעסערן) אבער די 90 פראצענט קענען געהעריג אויסגעהיילט ווערן דערפון.

די אונטערשטע שורה איז אז מען קען שווער דן זיין א מענטש וואס גייט צו זיי ווייל די ווייסט נישט פארוואס ער איז דארט, און ווייטער די קענסט נישט זאגן פאר א מענטש אז דיין איינרעדענישט האט דיך אויסגעהיילט וויבאלד פאר דיר האט עס נישט געהאלפן.
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

ייש"כ 'בעילאוט', ענדליך רעדט שוין איינער מיט א רואיגן טאן.

מיין צייט ערלויבט מיר נישט היצטער צו קאמענטירן ווי געשהעריג, ווייל הזמן יכלה וכו'. נאר איין הערה, [פון נאנטער ערפארונג] אסאך מענטשן קומען אן צו "אלטערנעטיוו", נאכן ארומלויפן צו דאקטורים און ספעציאליסטן און קענען נישט געפונען קיין רפואה צו יסודות'דיגע מחלות ה"י, און ביי ערליכע-ארנטליכע וועלכע טוען אין דעם געביט האבן זיי שוין געטראפן די ריכטיגע הילף.
[צווישן זיי: צוקער, ראיית העין, נירן, יארן פון קאפ-וויי ועוד ועוד].
איך ווייס פון עטליכע רבי'ס ורבנים שליט"א וועלכע שיקן צו אזעלכע.
נישט פארגעסן צו זיין גאר פארזיכטיג אין וואס מ'טוט, און נישט כאפן קיין רעקלאמעס, און אוודאי מתפלל זיין צום רופא חולים אן אויפהער.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

איך זע אז איינער פרעגט וועגען האמאפאטי, ברענג איך פריש ארויף דעים אשכול.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

אין די לויפעדיגע סעריס איבער אלטערנאטיווע מעדעצין איז אין דעם "צייטשריפט" געוועהן אין די אישו פין פאריגע וואך איבער אירידיאלאדזשי. וואס מיינט אז מען קיקט אין די אויגען אין מען קען "אלעס" זען איבער אלעס וואט טיט זיך אין די גאנצע גוף פין דע מענשט..
זיי האבען געהאט א גאנצע ארטיקעל פין די קאנפעשאן פין א דאקטאר וואס האט אליין געטין אין דעם אין האט איינגעזען אז ס'לא דובים ולא יער.......

אין די צייטונג האבען זיי אנגעהויבען יעצט שרייבען איבער אקיאפאנטשער. ווי די שטייגער דארטן פאנגען זיי אן זייער אינטערסאנט מיט די היסטערי אין אלעס ארום.
דאבעליו
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאבעליו »

איך בין זייער נייגעריג צו ליינען די סעריעס איבער אלטערנאטיווע מעדיצין פונעם "צייטשריפט" און "די צייטונג" וואס ווערן דערמאנט אין דעם אשכול. אפשר ווייסט עמיצער וויאזוי מען קען דאס באקומען?
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

דאבעליו האט געשריבן:איך בין זייער נייגעריג צו ליינען די סעריעס איבער אלטערנאטיווע מעדיצין פונעם "צייטשריפט" און "די צייטונג" וואס ווערן דערמאנט אין דעם אשכול. אפשר ווייסט עמיצער וויאזוי מען קען דאס באקומען?

האט עס איינער ?
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: אלטערנאטיווע מעדיצין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

דא א פרוי אין וויליאמסבורג פ. וו. וואס נעמט פיר הונדערט טאלער א שטונדע


און מיין חשובע ב"ב איז נעבעך פארגלייבט אין איר, ווייל זי קען זאגן אויווער די פאון "עס נישט דאס עס נישט יענץַ וכדו' וכו'....."
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: אלטערנאטיווע מעדיצין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

שטויביג האט געשריבן:דא א פרוי אין וויליאמסבורג פ. וו. וואס נעמט פיר הונדערט טאלער א שטונדע


און מיין חשובע ב"ב איז נעבעך פארגלייבט אין איר, ווייל זי קען זאגן אויווער די פאון "עס נישט דאס עס נישט יענץַ וכדו' וכו'....."

איך האב מיט געפיל און דו ביסט נישט די איינציגסטע
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

bailout האט געשריבן:
אהובים ידידים אחדש''ה בעזהשי''ת:

די עולם האט דא געפערליך פארפירט וועגן האבן א סטרעפ און נישט גיין צום דאקטער, וויל איך קודם קלארשטעלן אז אני הקטן ווען איך האב א סטרעפ גיי ''נישט'' צום דאקטער.

די סיבה דערצו איז - און פון דעם קענט איר אפלערנען ביי אנדערע פעלער - וויבאלד די דאקטוירים קענען מיר נישט העלפן, איינגעזעהן האב איך עס אלס בחור אין ישיבה, ווען אלע בחורים זענען געזיצן אין ישיבה און געלערנט פלייסיג, האב איך ליידער נישט געקענט אויסהאלטן די קעלט פון די עיר קאנדישאן, אדער די טשעינדזש אוו די וועטער, איך האב אלס באקומען סטרעפ, פלעג איך לויפן צום לאקאלן דאקטער, און ער פלעגט מיר פארשרייבן אנטיביאטיק און איך האב עס איינגענומען און א וואך נאכן נעמען איז ער צוריק געווען, דאס הייסט אז מיין קערפער איז געווארן אימיאנט צו די מעדעצין, און ער איז געווארן א פריינט מיט אים און ער האט זיך גארנישט געשלאגן מיט אים.

עס איז איבריג ארויסצוברענגן וואס פארא סכנה עס איז צו זיין אימיונט צו אנטיביאטיק, וואס איז די שטערקסטע קעגנער פאר אלע סארט אינפעקציעס א.ד.ג., האבעך געזען אז קיין תכלית איז דאס נישט, נישט ווייל איך האלט דערפון, און נישט ווייל איך גלייב דערין, נאר ווייל איך האב געהאט צוויי ברירות אדער ארויסשניידן די מאנדלען אדער קודם פרובירן די אלטערנאטיווע מעגליכקייט.

האמער אנגעפאנגן צו זוכן א אנדערע סארט רפואה, בין איך קודם געגאנגען צו איינעם און יענער האט מיר פארשריבן א נאטירליכע מעדעצין וואס האט אנטהאלטן סתם יינם, און מיין דיין האט מיר עס מתיר געווען וויבאלד סטרעפ איז א סכנה, אויסער דעם האבעך געמעגט נאר עסן געוויסע עסן. תמצית פון יענע גאנצע פרשה איז געווען אז ער האט געהאלפן א רעטעך, איך ווייס נישט אפשר א רעטיך אויך נישט.

גראדע ווייס איך פון עטליכע אנדערע וואס ער האט ממש געראטעוועט, למשל ביי אונז און די משפחה איז א ניי געבוירן קינד געווארן זייער אויסגעשלאגן און די לאקאלע מעדיקל דאקטער האט נישט געקענט דערגיין די סיבה, איז ממש געראטעוועט געווארן פון איין באזוך ביי אים ווען ער האט געזאגט פאר די מאמע וואס נישט צועסן.

אבער לאמיר צוריקגיין צו די סטרעפ וואס דאס איז שוין א מער ערנסטע זאך, הכלל די צייט איז געלאפן און די פראבלעם איז נישט אוועקגעגאנגען בין איך אנגעקומען צו א באקאנטע קינזיאלאדזשיסט וואס האט מיר נאכן ארויסגעבן א גאנצע ארדער וואס צו עסן און צו נעמען פאר צוויי יאר, האב איך ארויסבאקומען פון איר א ספעציפישע האמאפאטישע טראפן וואס ווען איך באקום סטרעפ זאל איך דאס אייננעמען, נאך א שטיק צייט וואס איך האב געזען אז דער איז געווען די ריכטיגע שליח, האב איך געדראפט די אלע זייטיגע זאכן, און ווען איך באקום א סטרעפ נעם איך דאס, און עס גייט אוועק פון וואו ס'איז געקומען, און איך האב עס שוין געשיקט ווייטער אויך, פאר נאך אידן וואס האבן די ענליכע פראבלעם, און איך האב צוריקגעהערט אז ס'ארבעט פיין.

איי וועסטו פרעגן אז פאר שמעון ווייכברויט האט עס נישט געארבעט, די תי' איז אז די FDA קען נישט עפראוון א מעדעצין נאר אויב עס ארבעט ביי יעדן, אויב וועט עס נאר ארבעטן ביי 90 פראצענט טארן זיי עס נישט עפראוון (אויב איך בין נישט פונקטליך קענט איר מיר פארבעסערן) אבער די 90 פראצענט קענען געהעריג אויסגעהיילט ווערן דערפון.

די אונטערשטע שורה איז אז מען קען שווער דן זיין א מענטש וואס גייט צו זיי ווייל די ווייסט נישט פארוואס ער איז דארט, און ווייטער די קענסט נישט זאגן פאר א מענטש אז דיין איינרעדענישט האט דיך אויסגעהיילט וויבאלד פאר דיר האט עס נישט געהאלפן.
וואס אידע נאמען פון דעים מעדיצין?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
לבנה קריכער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

Re: אלטערנאטיווע מעדיצין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנה קריכער »

א גוטע דייעגנאזער עני רעקאמענדישאן? . סאיז אנדערש ווי היילען
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”