א גוטע דענטיסט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 8:25 am

אמאל ווייסט מען נישט וואס הייסט גוט אדער נישט ביז עפעס געשעט... (אדער אפשר, יעדער קען מאכן א טעות)

געמאכט א ראאט קאנאל ביי א דענטיסט (געשריבן דאכטצעך ערגעצוואו אויפן וועלטל ווער) און זייער הנאה געהאט. ער האט עס געמאכט אליינס און שנעל, עס איז געווען (און איז נאכאלץ באלד א יאר שפעטער) זייער פיין.

עכ"פ יענער דענטיסט האצעך נישט אויסגעארבעט מיט מיין ארבעט סקעדזשועל האב'ך געסוויטשט יעצט צו א צווייטן. די וואך גיי איך פאר א טשעקאפ און ער מאכט עקסרעיס. קומט אריין דער דאקטער און פרעגט מיר "דער וואס האט געמאכט דער ראאט קאנאל האט דיר געזאגט?" נישט געוואוסט וואס ער וויל פון מיר...ווייזט ער מיר אינעם עקסרעי גאר גאר נאוטיסעבעל א גרויסע שטיקל (זעט אויס ווי בערך א דריטל אינשט טאאטפיק סטייל זאך) פון עפעס הארט ליגט אונטערן צייט טיעף אריין ביי איינער פון די צוויי שפיצן פונעם ראאט אונטן, און ער זאגט אז דאס איז זיכער עפעס א שטיקל אפגעבראכן פון עפעס ארבעטס געצייג (אינעם פראסעס נוצט מען דאכטצעך האלצערע טאאטפיקס)!

סאו עכט - ווי געזאגט - א טעות קען יעדער מאכן אז עס זאל זיך אפברעכן, אבער יענער האט דאך אויך געמאכט עקסרעיס דערנאך און ער האט גארנישט געזאגט. עס וואלט ח"ו געקענט ווערן אינפעקטירט (ב"ה סאו פאר האט דער באשעפער געהאלפן איז עס אומשעדליך דארט) אדער ווייסעך וואס.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 9:29 am

קנאפער ידען האט געשריבן:אמאל ווייסט מען נישט וואס הייסט גוט אדער נישט ביז עפעס געשעט... (אדער אפשר, יעדער קען מאכן א טעות)

געמאכט א ראאט קאנאל ביי א דענטיסט (געשריבן דאכטצעך ערגעצוואו אויפן וועלטל ווער) און זייער הנאה געהאט. ער האט עס געמאכט אליינס און שנעל, עס איז געווען (און איז נאכאלץ באלד א יאר שפעטער) זייער פיין.

עכ"פ יענער דענטיסט האצעך נישט אויסגעארבעט מיט מיין ארבעט סקעדזשועל האב'ך געסוויטשט יעצט צו א צווייטן. די וואך גיי איך פאר א טשעקאפ און ער מאכט עקסרעיס. קומט אריין דער דאקטער און פרעגט מיר "דער וואס האט געמאכט דער ראאט קאנאל האט דיר געזאגט?" נישט געוואוסט וואס ער וויל פון מיר...ווייזט ער מיר אינעם עקסרעי גאר גאר נאוטיסעבעל א גרויסע שטיקל (זעט אויס ווי בערך א דריטל אינשט טאאטפיק סטייל זאך) פון עפעס הארט ליגט אונטערן צייט טיעף אריין ביי איינער פון די צוויי שפיצן פונעם ראאט אונטן, און ער זאגט אז דאס איז זיכער עפעס א שטיקל אפגעבראכן פון עפעס ארבעטס געצייג (אינעם פראסעס נוצט מען דאכטצעך האלצערע טאאטפיקס)!

סאו עכט - ווי געזאגט - א טעות קען יעדער מאכן אז עס זאל זיך אפברעכן, אבער יענער האט דאך אויך געמאכט עקסרעיס דערנאך און ער האט גארנישט געזאגט. עס וואלט ח"ו געקענט ווערן אינפעקטירט (ב"ה סאו פאר האט דער באשעפער געהאלפן איז עס אומשעדליך דארט) אדער ווייסעך וואס.

אוטש!

אין אמעריקא סוט מען אזא צייט פאר מעלפרעקטיס אין די אלפים ורבבות... נאכדעם גייען די דאקטוירים ארויס פין ביזנעס, און נאכדעם זוכט מען גוטע דאקטוירים... כאטש דא ביי אייער מעשה גראדע זעט אויס ווי יענער האט טאקע אינטעשענילי זיך נישט וואוסענדיג געמאכט, איז אלעמאל די שאלה ווי שטארק איז טאקע די שאדן וכו' אויף וואס מ'סוט.

#נאר ארויסגעברענגט א פוינט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:39 am

ווייסט אפשר איינער צו פאר א ראאט קאנאל איז גיט a&r dental group און pomona הארט לעבן מאנסי סקעווער?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

יואלפריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm

תגובהדורך יואלפריעדמאן » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 2:56 pm

טשאקלעט האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:עזרת חולים האט מיר געשיקט צו א רוט קאנאל ספעשליסט אין
perl river ny
Rockland Endodontics
איינער האט מיט זיי עקספיריענס ?

זיי בעטן 1000 דאלאר פאר א רוט קאנאל אויף די ציין וואס איך דארף

אדער איינער קען מיר אנווייזן ערגעץ אפסטעיט אדער אפילו אין שטאט פאר א רוט קאנאל

איינער קען די דענטיסט אויף יוז סטריט נאנט צו העריסאן ,האט איינער גוטע עקספריענס מיט אים פאר א רוט קאנאל?


די דענטיסט אויף הויז סטריט איז דר. נאגיד, ער איז שוין יארן דארט, ס איז דא וואס זאגן אז ער איז מוראדיג גיט אבער רוב וועם איך האב געפרעגט זענען נישט געווען ציפרידן פין נאגיד, אבער ער האט אינטער זיך לעצטענס א נייע דאקטער דר. בערעטס, איך האב געהערט גיטע אינפא אויף אים, אין איך האב אים געניצט עטליכע מאהל אין געווען זייער ציפרידן, איינע פין מיינע וויזיטס איז געווען א Cap זייער ענדליך צי א רוט קאנאל, איך קען דיר זאגן ער האט געמאכט א פיינעם ארבייט, גאר דזשענטעל אין פראפעסינאל.

וויפיל האט ער דיר גערעכנט פאר די קעפ/קראון?

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:17 pm

דער דענטיסט זאגט אז מ'ברויך אן אימפלענט...

עטליכע פראגעס,
ראשית, ווער איז א גוטע מומחה אין אימפלענטס אין די ברוקלין/מענהעטן געגנט?

2) מעדיקעיט צאלט עס נישט. פינטל. עס דארף צוקאסטן צוויי אהאלב דריי אלפים ווי גארנישט.
איז דא עפעס א מהלך אז מעדיקעיט זאל צאלן א חלק? אדער איז דא א וועג פון מאכן יעצט א אינשורענס פלען און עס סטאפן נאכדעם..

איינער מיט אינפא, ביטע זיך לאזן הערן.

אייער הילף און אינפארמאציע איז שטארק אפרישיעטעט
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 1:05 am

y Rubin, 6010 New Utrecht Ave. Tell
718-633-9600
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

שמא קא גרים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 5:17 pm

תגובהדורך שמא קא גרים » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 2:35 am

אויס מענטש האט געשריבן:איך זוך הילף צו טרעפן א גוטע דענטיסט פאר א "רוטקאנעל", איך בין געווען מיט א צייט צוריק ביי א דענטיסט און ער האט מיר געזאגט אז איך דארף א רוטקאנעל

איך בין אויף די מעדיקעיד-היפ (Hip) פראגראם, און זיי זאגן אז מיין דענטיסט איז דר. שוואב פון וויליאמסבורג, און אויב ער האלט אז איך דארף עס, דארף ער אריינשיקן א ריקוועסט צו זיי און זיי דארפן עפראווען צו עס פעלט זיך טאקע אויס א רוטקאנעל, און דערנאך דארף איך אויסוועלן א ספעיציעלע דענטיסט וואס געבט זיך אפ מיט מאכן רוטקאנעלס

יעצט וויל איך הערן פונעם עולם דא ווער עס האט סיי וועלכע עקספיריענס מיט אזא פראצעדור, און ווער איז גוט פאר א רוטקאנעל און נעמט מיין היפ אינשורנעס, און ווי אויך צו איינער ווייסט צו דער שוואב איז גוט, ייש"כ



As someone who is at the dentist''s office on a weekly basis I'll give you some advice

I have visited already each and every dentist in
williamsburg

Now, Dr Kurland's office is the most professional. Clean and service is as best as it can be. But Dr. Kurland himself does not have the best hands meaning his work is good but the way he works is very painful. His brother in law also works at his office and has better hands
Keep in mind that he does not accept any insurance

Based on my experience the best root canal specialist in Williamsburg is Dr. Philip Zaveloff from oda he's an extremely honest person and he'll not make you a root canal if you don't need one. He's an Endodonist and is a expert like no one else. Just so you understand how valuable he's is for ODA, according to ODA's public disclosure form from 2015 he was the 5th top paid doctor at ODA out of 150 doctors they have on payroll

And if it you need the root canal for a tooth in the front part of your mouth it will be covered by insurance

The downside of going to ODA is that for the follow up of the root canal, temporary crown, the post, and the cap
They don't have good dentists to do that

Dr. Lazer and Dr. Winthrop both do the follow up visits but I can't tell you enough not to do it by them. Especially stay away from Dr lazer. He will botch you up

They do have a dentist coming from Israel every other month that is very good at what he does but he's prebooked for months if not a year ahead

As far as an oral surgent, I'll say again go to ODA . They
have a surgent Dr Allies, he's a Manhattan dentist for 40 years now and recently joint ODA just to service people who can't afford paying the prices he's asking in his Manhattan private office. One of his private heimishe clients introduced him to ODA and he comes in there as an act of kindness

Talk to him once and you'll understand why I'm talking so positive about him

I hope my advise helps you

עס איז מיר גיט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 3:14 pm

ווייסט איינער אפשר פון א גוטע דענטיסט אין די מאנסי געגענט וואס נעמט ארויס WISDOM ציין,
אין נעמט FIDELIS ?

עוד הם מדברים
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 12:21 am

תגובהדורך עוד הם מדברים » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 8:52 pm

איך דארף מאכן עטליכע רוט קאנאל'ס און נאך דענטאל ארבעט אין די קומענדיגע פאר טאג.

עמיצער האט מיר געזאגט אז קאלאמביע יוניווערסיטי דענטאל אין מאנהעטן איז ביליג און טוט א גוטע ארבעט ( איך האב נישט קיין קאווערעדזש). די סיבה וואס זיי זענען ביליג איז ווייל א חלק פון די ארבעט ווערט געטאן דורך סטודענט'ס.

האט עמיצער געהערט פון דעם? זענען זיי גוט? מ' קען זיך פארלאזן?

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 9:27 pm

איך פלעג גיין צו NYU אויך סטודענטס אין ביליג, אבער נעמט א יאר מיט א מיטוואך, עס נעמט אפאר וויזיטס איעדע זאך

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 12:23 am

האט מיר איינער געזאגט אז אויב האט מען א שיינע פאר ציין וואס זענען קאליע געגאנגען און מ'דארף פארעכטן אסאך זאכן אויפאמאל קען די אינשורענס באצאלן פאר אלעם וואס מ'דארף טוהן און אפילו ביז נייע ציין.

עפעס האבן זיי א וועג וויאזוי עס אויסצורעכענען לויט וויפיל פראצענט פון די ציין עס איז נישט גוט, און אויב איז עס העכער די פראצענט דעמאלטס צאלן זיי אלעס.

ווייסט איינער עפעס מער פרטים דערוועגן וויאזוי דאס ארבעט?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 9:24 am

אגוט מארגן מורי ורבותי!
באוואפענט מיט "רוט קאנאלס" [יא דאס זענען 2 ווערטער ROOT CANAL] ביז איבער די ציין... מיט אריבער 20 ציינער וועלכע האבן שוין באקומען א רוט קאנאל באהאנדלונג, ביטע לאזט מיך צו צום פאדיום, און הערט אויס מיין עקספיריענס וואס איך האב שוין אין דעם נאנט צו 25 יאר.

איך פלעג אין מיינע יונגע יארן גיין צו ODA ביי א געוויסן דענטיסט וואס האט מיר געמאכט 2 רוט קאנאלס, אבער היות איך ווייס אפילו נישט צו יענער איז נאך דארט שפיר איך נישט פאר וויכטיג צו זאגן זיין נאמען אויף א מעשה וואס איז געשען אריבער 20 יאר צוריק, ווייל בדרך כלל האט יענער געמאכט גאנץ א גוטן דזשאב, און דאס איז געווען ווען "מעדיקעיד" האט געהאט איין העלט פלאן וואס האט געהייסן "מעדיקעיד" און פארטיג, בעפאר די אלע היינטיגע העלט פלענער.

אבער עטליכע יאר שפעטער ווען מעדיקעיד האט אנגעהויבן מיט די העלט פלאן פראגראם, בין איך ארויף אויף... יא צוגעטראפן: אמעריטשויס [היינט באקאנט אלץ "יוניידעט העלט קעיר] וואס ODA האט אין יענע יארן נישט אנגענומען, און אזוי ווי איך האב כסדר געליטן שווערע יסורים אויף די ציין - און גלייבט מיר דאס זענען יסורים נוראים - האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע צו זוכן א גוטן דענטיסט [במקום מגורי אין בארא פארק] און נאך עטליכע אומסוקסעספולע פארזוכן [ענליך צו פרעה'ס חרטומים... איין דענטיסט האט נישט געקענט טרעפן וואו עס טוט מיר וויי, א צווייטער האט געטראפן פילע לעכער "פונקט" אין די ציינער וואס האבן מיר נישט וויי געטוהן...] האב איך געטראפן א מלאך מושיע: דר. הייזלער [ע"ה וועלכער איז אוועק מיט 2 יאר צוריק, יהא זכרו ברוך].

דער דר. הייזלער וועמנ'ס אפיס איז געווען אויף 1477 48 סט. איז געווען בארימט צווישן תושבי בארא פארק, מיט ביידע הויפט מעלות פון א דאקטאר: ער איז געווען א מומחה נפלא אין זיין פאך, און אן אויסערגעווענליכער פיינער מענטש וואס האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן, ווער עס געדענקט נאך אז ער פלעגט כמעט נישט טראגן זיין דאקטארישן ווייסן כאלאטל נאר האט באהאנדלט די פאציענטן מיט געהעריגע ציוויליע קליידונג [דאס איז אמת: דאס ערשטע מאל ווען איך בין אריין אין יענעם אפיס האב איך געמיינט אז ער איז גאר דער רייניגער דארט... ער האט זיך ארומגעדרייט אין זיין פשוט'ן העמד\הויזן\סוועטער]. למעשה: ער האט אין די סעקונדע געכאפט וואו עס טוהט מיר וויי, און ער האט מיר געמאכט עטליכע רוט קאנאלס וואס אמעריטשויס האט מיר אויסגעצאלט עד פ"א אל"ף.

אין די שפעטערע יארן בין איך אויך באהאנדלט געווארן דורך דר. הייזלער'ס שותף, דר. דוד וואלטוך WALTUCH, וואס איז א פרומער איד א שותו"מ [איך געדענק ווי ער פלעגט זיך אריבערכאפן פאר א מנחה אין דערנעבנדיגן ביהמ"ד הגדול דבאבוב] וואס אויף אים האב איך אביסל אן אנדערן אנאליז ווי אויף זיין שותף להבחל"ח: לגבי זיין מומחיות וואלט איך געזאגט אז ער איז נאך אפשר בעסער ווי דר. הייזלער, ער האט 2 געלונגענע הענט וואס קענען מאכן א רוט קאנאל אין 15 מינוט וואס ביי אנדערע דענטיסטס נעמט אין א דרייפערטל שעה, אבער ער האט 2 שטארקע חסרונות, איינס: ער איז היבש אומגעדולדיג (מילד געזאגט...) וואס איז זייער נישט באקוועם פאר'ן פאציענט אז ווען מען פארמאכט דאס מויל פאר א רגע אינמיטן די באהאנדלונג ווערסטו "אנגעשריגן" PLEASE KEEP YOU MOUTH OPEN וכדו', צוויי: לויט מיין עקספיריענס שפרינגט ער זייער שנעל צו מאכן רוט קאנאלס, און עפי"ר יעדעס מאל ווען איך האב געהאט יסורים אויף די ציין האט ער גלייך צוגעטרעטן צו מאכן א רוט קאנאל.

אבער דא וועל איך אייך מגלה סוד זיין: ווילאנג מיין אינשורענס האט אלעס אויסגעצאלט [אריינגערעכנט די CROWN] איז מיר דאס גאנץ וווייניג אנגעגאנגען, ווייל ווי געזאגט האבן זיינע באהאנדלונגען גענומען גאר שנעל, און דערצו האט ער געמאכט א גוטן דזשאב ווייל כמעט קיינמאל האב איך נישט געליטן קיין יסורים נאך דר. וואלטוך'ס באהאנלדונג. שפעטער ווען אמעריטשויס האט אנגעהויבן צו מאכן קונצן אין באצאלן פאר א רוט קאנאל, האב איך געטוישט צו "העלט פוירסט" וועלכע האבן מיר פולקאם אויסגעצאלט א שיינע פּאָר רוט קאנאלן. און גאנץ לעצטנס ווען רוב אינשורענס צאלן נישט פאר רוט קאנאל פרוביר איך צו ארויפצוגיין אויף "פידעליס" [אצינד ווען די שורות ווערן געשריבן ווארט איך אויף זייער באשטעטיגונג].

וואס איז אבער יא נוגע יעצט, איז דער פאקט אז דר. וואלטוך שפרינגט צו שנעל צו מאכן א רוט קאנאל, וואס היינט ווען די אינשורענס צאלן נישט דערפאר עפי"ר, דארף מען שוין יא נעמען אין באטראכט די אפציעס בעפאר א רוט קאנאל, וואס דר. וואלטוך טוט דאס נישט געווענליך.

תמצית היוצא מדברינו: פאר איינעם וואס ליידט שווערע יסורים אויף די ציין, און עס גייט אים נישט אן אז דער דענטיסט איז אביסל נערוועז, וואלט איך געראטן צו גיין באזוכן דר. וואלטוך און הערן זיין מיינונג, אבער: און א גרויסן אבער מען דארף אויך געדענקן אז ווען ער זאגט אז דו דארפסט א רוט קאנאל מיינט דאס נישט טאקע אזוי, נארוואס? אויב דו באשליסט יא אז דו ווילסט ביי אים מאכן א רוט קאנאל און דיין אינשורענס באצאלט דאס [און ביסט נישט מקפיד צו ווערן באהאנדלט דווקא דורך א געדולדיגן דענטיסט...] דאן וואלט איך 100 פראצענט רעקאמענדירט דר. וואלטוך, ווייל אין זיין מומחיות - האלט איך - איז ער פון די בעסטע דענטיסטס אין די היימישע געגענטער פון ברוקלין.

יישר כח פאר'ן מיך לאזן געבן אזא לאנגע דרשה, זייטס מיר אלע געזונט, און עסט "נישט" קיין קענדיס!...

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג פאברואר 09, 2018 5:00 am

מורי ורבותי... ווער קען מיר דא העלפן?!

איך דארף האבן אן אינפלענט, פלאס ארויסנעמען א וויזדעם ציין, וויבאלד עס איז אינפעקטעט. מעדיקעיד באצאלט דאס נישט און איין דאקטער (דאקטער מינץ פון מאנסי), האט מיר געגעבן אן אפשאצונג אז דאס וועט קאסטן צווישן 5 און 6 טויזנט דאלער (שוין מיט אלע הנחות אריינגערעכנט). ער זאגט אז איך דארף עס טון ווי שנעלער.

טייערע אידן, איך וואוין אין מאנסי, מיין מצב הפרנסה איז ווייט פון גוט און איך האב חובות איבערן דאך. די שאלה איז, וואס קען איך טון אין אזא פאל? - איז דא ערגעץ וואו מען קען עס באקומען פאר ביליגער? - און אויב יא, ווי גוט איז יענער? - איז דא א וועג עס זאל ווערן באצאלט דורך מעדיקעיד אדער אן אנדערע וועג?

די זאך מוז געטאן ווערן ווי פריער, קיין געלט איז נישטא, ואני אנא אני בא?

ווער קען מיר העלפן?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג פאברואר 09, 2018 8:14 am

חסדי אבות האט געשריבן:מורי ורבותי... ווער קען מיר דא העלפן?!

איך דארף האבן אן אינפלענט, פלאס ארויסנעמען א וויזדעם ציין, וויבאלד עס איז אינפעקטעט. מעדיקעיד באצאלט דאס נישט און איין דאקטער (דאקטער מינץ פון מאנסי), האט מיר געגעבן אן אפשאצונג אז דאס וועט קאסטן צווישן 5 און 6 טויזנט דאלער (שוין מיט אלע הנחות אריינגערעכנט). ער זאגט אז איך דארף עס טון ווי שנעלער.

טייערע אידן, איך וואוין אין מאנסי, מיין מצב הפרנסה איז ווייט פון גוט און איך האב חובות איבערן דאך. די שאלה איז, וואס קען איך טון אין אזא פאל? - איז דא ערגעץ וואו מען קען עס באקומען פאר ביליגער? - און אויב יא, ווי גוט איז יענער? - איז דא א וועג עס זאל ווערן באצאלט דורך מעדיקעיד אדער אן אנדערע וועג?

די זאך מוז געטאן ווערן ווי פריער, קיין געלט איז נישטא, ואני אנא אני בא?

ווער קען מיר העלפן?


קודם א ברכה פאר אייך, וזוכר "חסדי אבות" ומביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה, איר זאלט בקרוב אויסגעלייזט ווערן פון אלע אייערע חובות און דחקות, און אלע אידן זאלן בקרוב אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות.

און אצינד צום ענין, דוכט זיך לויט מיין עקספערטיז אז א "אימפלענט" מיט "וויזדאם ציין" זענען נישט פארבינדן איינס מיט די אנדערע. ווי איך פארשטיי - קען זיין איך האב אייך נישט גוט פארשטאנען - ליידט איר יסורים אויף אייער וויזדאם ציין, אבער דאס ארויסצונעמען ווערט עפי"ר געדעקט ביי אלע אינשורענס!
ווידער אן אימפלענט איז א זאך וואס איז נישט גורם קיין יסורים ווילאנג עס פעלט, נאר איז בלויז אנצופילן א חלל צווישן די ציינער, און דעריבער וועלן די אינשורענס פירמעס דאס נישט באצאלן, אבער איך זעה נישט פארוואס זיי זאלן נישט באצאלן ארויסצונעמען א וויזדאם ציין?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג פאברואר 09, 2018 9:31 am

ווייסט איר פון א דענטיסט וואס וועט געבן ג'ענעראל אנעסטיזיע (איינשלעפן דעם גאנצן גוף) פאר פיינפולע דענטיסט ארבעט?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג פאברואר 09, 2018 11:50 am

חסדי רעד דיך דורך מיט ווי מער מענטשן די קענסט, פארצייל פאר יעדעם דיין פראבלעים ותשועה ברוב יועץ
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

קול הלשון
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 2:01 pm

זיך א גיטע דענטיסט

תגובהדורך קול הלשון » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:48 pm

איינער ווייסט פון א גיטע דענטיסט אין וויליאמסבורג פאר פילינגס? ווער איז די בעסטע דענטיסט אין oda?

דורעכגעטראכטער
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:08 am

תגובהדורך דורעכגעטראכטער » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:12 pm

Ahava medical on sumner place

קול הלשון
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 2:01 pm

תגובהדורך קול הלשון » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:46 pm

ווער איז די בעסטע דענטיסט פאר פילינגס אין oda?

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

wisdom tooth

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג אפריל 17, 2018 2:19 pm

איך זיך א גוטע ביליגע דענטיסט ארויסצושלעפן מיין קלוגע ציין

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 5:16 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:איך זיך א גוטע ביליגע דענטיסט ארויסצושלעפן מיין קלוגע ציין



דר. ראבערט צייטלין פון פלעטבוש -שיעפסהעיד געגנט איז גאר א גוטער ארעל סורדזשען פלוס ער נעמט כלערליי אינשורענס

מאך א גוגל זוכעניש פאר זיין פונקטליכע אדרעסס ,בהצלחה


פ.ס. ארויסצונעמען א קלוגע צאהן העט וויי טוהן גאר שטארק (מילד גערעדט) פאר א גוטע 2-3 טאג מעג זיין די בעסטע דאקטאר
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 5:22 pm

קול הלשון האט געשריבן:איינער ווייסט פון א גיטע דענטיסט אין וויליאמסבורג פאר פילינגס? ?


ד"ר שוועיד, גאר א גרויסער מומחה,

ארבעט אין מעדיקל סענטער אויף וואלאבאוט ביי טרופ (כ'גדענק נישט דעם נאמען)

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 5:59 pm

מיט דר. סוועיד האבעך פערזענליך געהאט זייער א שלעכטע עקספיריענס ווען ער האט געזאגט אז כ'ברויך א רוט קאנאל און ווען איך בין געגאנגן פאר א סעקאנד אפיניאן האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא הד"ם און ב"ה מ'האט עס זייער פיין געסעטלט אהנע דעם
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג אפריל 27, 2018 8:12 am

נו וואדע האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:איך זיך א גוטע ביליגע דענטיסט ארויסצושלעפן מיין קלוגע ציין



דר. ראבערט צייטלין פון פלעטבוש -שיעפסהעיד געגנט איז גאר א גוטער ארעל סורדזשען פלוס ער נעמט כלערליי אינשורענס

מאך א גוגל זוכעניש פאר זיין פונקטליכע אדרעסס ,בהצלחה


פ.ס. ארויסצונעמען א קלוגע צאהן העט וויי טוהן גאר שטארק (מילד גערעדט) פאר א גוטע 2-3 טאג מעג זיין די בעסטע דאקטאר


איך זיך פאר קעש כ'האב נישט קיין אינשורענס איך זיך איינער וואס רייסט נישט קיין געלט

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 15, 2018 12:31 pm

לידיעת הציבור וואלט איך געוואלט מיטטיילן איבער גאר א גוטע ערפארונג ביי דר. Greenwich. איינצלהייטן ווי פאלגענד:
זיין לאקאל איז אין סטעמפארד קאנעטיקוט אבער אויב איר פארט ווען די וועג איז ליידיג ווצבש זונטאג אינדערפרי נעמט עס אונטער א שעה
האט א הויכע ראטע פון ראטעווען ציינער אן קיין רוט קאנאל אויך אין פעלער ווי פילע דענטיסטס האבן קלאר געזאגט אז א רוט קאנאל איז נויטיג
אין פאל ווען א רוט קאנאל איז די איינציגסטע אויסוועג מאכט ער אלעס אויפן פלאץ און מען דארף בלויז צוריקקומען פאר די crown
ער אקצעפטירט נישט קיין מעדיקעיד אבער זיין פרייז איז ארום האלב פון די געווענליכע פרייז בעטנדיג 750 פאר א רוט קאנאל אלעס אריינגערעכענט


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט