א גוטע דענטיסט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אויס מענטש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:48 pm

א גוטע דענטיסט

תגובהדורך אויס מענטש » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 1:04 pm

איך זוך הילף צו טרעפן א גוטע דענטיסט פאר א "רוטקאנעל", איך בין געווען מיט א צייט צוריק ביי א דענטיסט און ער האט מיר געזאגט אז איך דארף א רוטקאנעל

איך בין אויף די מעדיקעיד-היפ (Hip) פראגראם, און זיי זאגן אז מיין דענטיסט איז דר. שוואב פון וויליאמסבורג, און אויב ער האלט אז איך דארף עס, דארף ער אריינשיקן א ריקוועסט צו זיי און זיי דארפן עפראווען צו עס פעלט זיך טאקע אויס א רוטקאנעל, און דערנאך דארף איך אויסוועלן א ספעיציעלע דענטיסט וואס געבט זיך אפ מיט מאכן רוטקאנעלס

יעצט וויל איך הערן פונעם עולם דא ווער עס האט סיי וועלכע עקספיריענס מיט אזא פראצעדור, און ווער איז גוט פאר א רוטקאנעל און נעמט מיין היפ אינשורנעס, און ווי אויך צו איינער ווייסט צו דער שוואב איז גוט, ייש"כ
לעצט פאראכטן דורך אויס מענטש אום מיטוואך נובעמבער 11, 2009 10:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א מענשט איז נאר א "מענטש" - און צומאל קען מען ווערן "אויס-מענטש" אויכעט!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 1:06 pm

היפ איז זייער שוואך מיט זייער סעלעקשאן פון דענטיסטס וואס זיי עפראווען.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 1:17 pm

גם אני בחלומי ,
מיין דענטיסט כמיין די דענטיסט וואס שפילט זיך מיט מיינע ציין ארום,
האט מיר שוין לאנג די זעלבע פסק ארויסגעגעבן אין פארשיקט צו א רוטקאנאל ספעציאליסט ,
זיך נישט וויסענדיג צו וועמען צו ווענדן , עס איך דערווייל נאר אויף די אנדערע זייט פון מויל , און מצפים לישועה,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 1:24 pm

בכלל איז א רוט קענאל זייער א האקעלע זאך. מען דארף זייער שטארק וואטשן צו וועמען מען גייט, אז יענער זאל נישט זיין א ספעציעליסט אין שיסטעריי, נאר אין א רוט קענאל. איך האב שוין געהערט פון אסאך מענטשן וואס האבן זיך ביטער אפגעבריט פון דענטיסט וואס האבן געטון א שיסטערישע ארבעט, און זיי האבן געהאט יסורים אין זייער ציין פאר אזויפיל וואו 6-7 חדשים נאך די רוט קענאל.
עס איז נישט א קינדער שפיל! פרעג דיך גוט נאך ביי מענטשן פאר די נעמסט א ספעשעליסט! ציין ווייטאג איז געפערליכע יסורים!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 1:41 pm

מיסטער אויס מענטש

אויב וואינסטו אין די טריי סטעיט עריע פין ק"י מאנסי סקווירא וואלט איך דיר געשיקט צי "זיפער" אין נוי סיטי
אפילו ער נעמט נאר קעש פאר די סיבה וואס סתם אזוי האט ערווענט

ביי ווער א מענטש

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 5:54 pm

איך האב דענטאל אינשורענס ביי ר' שרגא קליין פון ק"י.

ס'קאסט בס"ה 170$ א יאר אינדיווידועל, 210$ א יאר פאר צוויי מענטשן, און פעמילי געדענק איך נישט אבער כ'מיין א 250$.

ער האט אסאך גוטע דענטיסטס אונטער יענע אינשורענס, און דערווייל בין איך ב"ה זייער צופרידן.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:08 pm

שמערי וויפיל איז די לימיט א יאר ?

אויס מענטש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:48 pm

תגובהדורך אויס מענטש » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:38 pm

אונגארישער האט געשריבן:מיסטער אויס מענטש

אויב וואינסטו אין די טריי סטעיט עריע פין ק"י מאנסי סקווירא וואלט איך דיר געשיקט צי "זיפער" אין נוי סיטי
אפילו ער נעמט נאר קעש פאר די סיבה וואס סתם אזוי האט ערווענט

ביי ווער א מענטש

איך וואוין אין די שטאט, איך זוך לכתחלה פאר א גוטע רוטקאנעל ספעציעליסט אין די וומסב"ג אומגעגענט, און אויב אקסעפט ער נישט היפ, וועל איך מיר מוזן טוישן אינשורענס (אדער נוצן מר' קליין'ס דענטאל פלאן, איך וויל נאר וויסן צו ער קאווערט אין די שטאט אויך? און צו איך מוז אראפגיין פון היפ צו קענען ארויפגיין אויף זיין פלען.)
קודם אבער דארף מיר א דענטיסט באשטעטיגן אז איך דארף האבן א רוטקאנעל, וועגן דעם פרעג איך צו דר. שוואב פון וומסב"ג איז גוט? מ'קען מיר ענטפערן אין אישית אויך.

סתם_אזוי האט געשריבן:עס איז נישט א קינדער שפיל! פרעג דיך גוט נאך ביי מענטשן פאר די נעמסט א ספעשעליסט! ציין ווייטאג איז געפערליכע יסורים!

נא וועגן דעם האב איך געעפענט דעם אשכול, זיך נאכצופרעגן דא ביים עולם, איך גלייב אז פון די הונדערטער אידן וואס דרייען זיך דא זענען שוין עטליכע זיכער אדורך געגאנגען א רוטקאנעל באהנדלונג, אדער ווייסן זיי עפעס אינפארמאציע איבער גוטע דענטיסט'ס אין די שטאט.
א מענשט איז נאר א "מענטש" - און צומאל קען מען ווערן "אויס-מענטש" אויכעט!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 4:47 pm

דארפסט נישט אראפ גיין פון קיין שום אינשורענס.

עס קאווערט דיין דענטאל און פארטיג.


אדרבה, פאר אלע אייערע פראגן פארבינדט אייך מיט ר' שרגא (אלימלך) קליין. ער איז א בא'טעמ'טער איד און וועט אייך אויף אלעם גערן ענטפערן.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אויס מענטש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:48 pm

תגובהדורך אויס מענטש » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 10:20 am

איך האב געטוישט די נאמען פונעם אשכול (רוטקאנעל הילף) צוליב וואס נישט יעדער ווייסט פונקטלעך וואס א רוטקאנעל איז, און מען עפענט ניטאמאל דעם אשכול,

איך בעט דער עולם ווער עס האט עקספיריענס אדער ווייסט פון א גוטע דענסטיסט אין וויליאמסבורג געיגענט(בדיעבד אויף ב"פ) זאל ביטע שרייבן דא אדער אין פריוואט, איך האב געהערט פון איינעם פעלדמאן אין ווילי, ווייסט איינער מער וועגן אים? און וואס טוט זיך מיט דר. שוואב?

איך דארף דאס וויסן ווי אומשנעלסטן! ביטע רופט אייך אן! יישר כח.
א מענשט איז נאר א "מענטש" - און צומאל קען מען ווערן "אויס-מענטש" אויכעט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 11:03 am

זייענדיג א ציין פעישען זייט די 5 יאר, האב איך שוין געהאט כמעט אלעס אויף מיין ציין, אריינגערעכנט רוט-קאנאל, און ביי אפאר דיפרענט דענטיסט'ס..

אט הער מיין עקספיריענס..

היפ איז זייער נישט גוט פאר דענטיסט'ס, אדער אמעריטשויס, און גאנץ לעצטענס העלט פוירסט..

מיין לעצטע רוט-קאנאל האט געמאכט דר. ירושלמי פון קוואליטי העלט סענטער, אבער ער איז שוין נישט דארט, איך ווייס נישט ווי ער איז יא.

דר. פעלמאן האט מיך אויך באדינט, אבער א רוט-קאנאל האט ער נישט אליין געמאכט, נאר א ספעציעליסט ביי עם אין אפיס.

אבער די בעסטע פון אלע איז דר. קוירלענד, אויף ווייט ביי וומ"ס. סט. אבער ער נעמט נאר קעשש..

איך ווייס נישט אויב ביי רוט-קאנאל איז אויך אזוי, אבער ביי אימפלענטס, האטער א פעימענט פלען.. ביי א טוירד פארטי.. (אזוי ווי א מארטגעדזש..)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:30 pm

ווער אין ווילי מאכט ארעל סערזשערי - וויסדאם?
און וועלעכע אינשורענס קאווערד עס?

איינער?

hyper
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 1:23 pm

א גוטן דענטיסט

תגובהדורך hyper » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2012 5:26 pm

איך וואלט געוואלט הערן די מיינונגען פון אונזער וועלט ווער עס איז א גוטן דעטיסט וואס איר האט געהאט א גוטע עקספיריענס און די וויליאמסבורג אומגעגנט וואס נעמט מעדיקעיד אונשורענס און איר וואלט רעקאמאנדירט פאר א צווייטען

איך האב אמאל גיהערט אז עס איז דא דענטיסט וואס וועלן טרעפן מער לעכער וויפול ציין די האסט און עסאיז דא וואס פאר א נארישע קעבעטי וועט ער זאגן אז די דארפסט א ראאט קאנאל

וואלט איך געוואלט הערן וואס רערוילעם האט צו זאגן אויף די נושא

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2012 5:51 pm

hyper האט געשריבן:איך וואלט געוואלט הערן די מיינונגען פון אונזער וועלט ווער עס איז א גוטן דעטיסט וואס איר האט געהאט א גוטע עקספיריענס און די וויליאמסבורג אומגעגנט וואס נעמט מעדיקעיד אונשורענס און איר וואלט רעקאמאנדירט פאר א צווייטען

איך האב אמאל גיהערט אז עס איז דא דענטיסט וואס וועלן טרעפן מער לעכער וויפול ציין די האסט און עסאיז דא וואס פאר א נארישע קעבעטי וועט ער זאגן אז די דארפסט א ראאט קאנאל

וואלט איך געוואלט הערן וואס רערוילעם האט צו זאגן אויף די נושא


דאס גייט אינאיינעם, מ'דארף דאך אהיים ברענגען עפעס פרנסה אויך.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2012 6:58 pm

די זעלבע בקשה פאר קרית יואל

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2012 10:22 pm

איך ניץ דר. לעבאוויטש און בארא פארק אף 47 צווישן 13און 14 זייער צו פרידען
איך האב שוין געשיקט א שיינע פאר קאסטאמערס
און אלע זענען צו פרידען ב"ה

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » פרייטאג נובעמבער 02, 2012 12:17 am

בני יששכר האט געשריבן:איך ניץ דר. לעבאוויטש און בארא פארק אף 47 צווישן 13און 14 זייער צו פרידען
איך האב שוין געשיקט א שיינע פאר קאסטאמערס
און אלע זענען צו פרידען ב"ה

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » פרייטאג נובעמבער 02, 2012 12:17 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:די זעלבע בקשה פאר קרית יואל

אויב רעדסטו פון א דזשענערעל דענטיסט, איך ניץ דר. פארקאש אין עזרת חולים איך בין זייער צופרידן פון איהם, איך האב שוין געשיקט עטליכע מענטשן צו איהם און יעדער איז זייער צופרידן פון איהם, ער איז שנעל און גוט.
איך ניץ נישט 'מעדיקעיד' אבער איך גלייב אז עזרת חולים נעמט אן 'מעדיקעיד'.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

hyper
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 1:23 pm

תגובהדורך hyper » זונטאג נובעמבער 04, 2012 5:09 pm

בני יששכר ווסערע אינשורענס נעמט דער לעבאוויטש?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 04, 2012 5:22 pm

hyper האט געשריבן:בני יששכר ווסערע אינשורענס נעמט דער לעבאוויטש?

וואס האט די "בני יששכר" מיט "לעבאוויטש?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג נובעמבער 04, 2012 6:14 pm

medicaid

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 7:24 pm

איך ניץ דר לארבער אויף 49TH ST BETWEEN 13 & 14
7184351705
א פאכמאן אן ערליכער וואס זיכט מציל זיין ווי ווייט מעגליך און רייסט ניט אין דער וועלט אריין (תרתי משמע ציין און געלד)
ein Zahnarzt mit Herz
אינשורענס וכ' ווייס איך נישט

א תפלה pאר מ'גייט
הי' עם שולחי ידיהם בפיות עמך בית ישרא' שלא יכשלו ושלא יהי מלאכה שאין צריך לגופי

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג נובעמבער 12, 2012 6:34 pm

זיסע תפלה....

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 12, 2012 7:03 pm

ענדליך א מבין!!
עס קומט דיר א יי"כ אין מידות מוזהבות

אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 6:08 pm

א גוטע דענטיסט

תגובהדורך נישט קיין פראבלעם » מיטוואך מאי 08, 2013 1:06 pm

??Can anyone tell me from a good dentist in the upstate area, who have appointments earlier than 2 weeks,


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט