איך בין פארקילט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 8:56 am
איך בין פארקילט.
יעדער וואס איז נאר אמאל פארכאפט געווארען אונטער די גלאבעל פארקילינג סיסטעם, ווייסט וואס איך מיין, וויאזוי ס'שפירט, אן אומ'ב'טעמ'טער עסק,
האאטששו.....
אסיסע, געזינט און שטארק,
די נאניע איז רויט, די אויגן רינען, אלעס איז אומ'מוטיג, טישוס הענגען פון די טאש, אז מ'זאל עס האבען הענדי און צייט פון נויט,
איך טרעף מיין חבר, אוי שמעלקע, וואב גייט פאר מיט דיר פילסט נישט גוט?
ס'גאר נישט איך בין נאר פארקילט,
ה ה ה ה האאטששו.....
אסיסע, געזינט און שטארק,
איך קום אהיים, די רבצין פרעגט מיט אזא מינע אויפן פנים, וואס גייט שוין ווייטער פאר? (מ'שטיינס געזאגט, איך בין דאך יעדען טאג און די בעסטע גיסטע, און די ביסט'ך דער וואס איז אייביג אנגע.... סא וואס איז היינט דיין סיבה...)
נישט געפערליך זאג איך, ס'איז א קאלד,
אוי...
איך האב געוויסט דאס גייט זיין,
איך האב דיר געבעטען אז די זאלסט אונזינען האבען די ווייטימען C , זעהסט, יעצט ווען די דארפסט עס איז עס נישט דא,
אבער איימעניט, איך האב די ווייטעמין קענדי, די קינדער האבען עס זייער ליב,
די מעגס'ט אויך אמאל האבען א קענדי... חחחח....
איך ריף אן די באבע זאגען מז"ט אויף א שידוך פון אן אייניקעל, און גראד פרעגט זי,
צדיק'ל די שפירסט נישט גוט? אפשר עין הרע?
האסט איבער געדרייט דיין אונטער העמעד היינט?
קומ'זשע אריבער, איך וועל עס אפשפרעכען מיט חלה און וואסער...
ס'גיט, ס'איז נאר א פארקילאכץ, ס'וועט דורך גיין,
זעהר גוט, מאך זיכער צו טרינקען טיי מיט לעמאן, אדער מיט האניג, אדער מיט בלעק פעפר, אדער מיט פראן דזשוס, (נעה, בלעק פעפער, און פראן דזשוס האט זי נישט געזאגט, איך טראכט נאר אז ס'קען זיין א גוטע מיקס)
איך קום און שוהל, איך גיי מיר מאכען א טיי, אזוי וואקענדיג מיט די טיי צו מיין מקום קבוע, קומט צו פארען א מעכטיגע,
האאטששו.....
אסיסע, געזינט און שטארק,
איך דארף נישט מסביר זיין פאר קיינעם וואס ס'האט זיך אפגעטוהן און מיין ארימיגע צעהן פיס,
די הייסע טיי האט זיך צושפריצט, אנגעגאסען אלעס ארום, די נאז האט זיך גענומען קיצלען, די טישוס ליגען און די רעכטע טאש, אוי.. ס'קיצעלט שרעקלעך, ה ה ה האאטששו.....
אסיסע, געזינט און שטארק,
פון מיין טיי איז נישט געבליבן קיין זכר, איך בין בארינען..פון קאפ ביז פיס,
שוין, אז נישט קיין טיי וועט זיין אנדעם, איך טוה אן מיין שאל, אזוי זאל כאטש מיין האלדז זיין ווארעם,
ס'גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט, און מיין יוגנט פ(ר)יינט וואקט דורך און געט א שלעפ מיין שאל,
שמעלקע איך האב נישט געוואוסט אז די ביסט שוין זעכציג.... חחחח....
און איך דארף זיך שטיין און פארענטפערען וואו א גזלן אז ניין נאר איך בין פארקילט, וואו כאילו איך האב עפעס געטוהן א גפערליכע עולה אז איך האב מיך געלאזט פארקילען, און איך מיז יעצט זיין די ציל ברעט פון אלע וואס האבען עצות אדער סתם ליצע אויף מיין רויטע נאניע.
רבותי, איך וויל אויך נישט זיין פארקילט, איך בין נישט שולדיג, ווילסט מיר טאקע העלפען? ברענג מיר טישוס,
נישט סענד פעיפער, טישוס.
איך פלאן ארויס צו קומען מיט א נייע פאטענט, א נאניע שטאפער, פונקטלעכע דעטאלען וועט מען איבער געבען שפעטער, ביזדערווייל וועל איך ניצען די אלטע מיטל, אריין שטופן טישוס אונעם חלל, אז דאס זאל אפהאלטען די פלוס,
זייטס מיר אלע געזונט און שטארק.