בלאט 1 פון 1

געזונטהייט: צאלט מעדיקעיד (עמעריטשויס) פאר א רוט קאנאל?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 11:02 am
דורך פארצייטישע
עס איז שוין די צווייטע מאל וואס איינער אין מיין משפחה דארף האבן א רוט קאנאל, און דער דענטיסט האט לעצטע מאל געזאגט אז ער וועט אריינשוקן צו עמעריטשויס (מעדיקעיד) און זעהן אויב זיי וועלן עס דעקן, און ער רופט מיך צוריק אז זיי וועלן עס נישט דעקן. און יעצט איז געווען די זעלבע מעשה, ער זאגט ער וועט אריינשיקן און ס'איז צוריקגעקומען אז ס'ווערט נישט געדעקט.

איז מיין שאלה, ממה נפשך, דעקן זיי א רוט קאנאל אדער נישט?? פארוואס דארף ער אריינשיקן


איך האב א חשש אז דער דענטיסט האט עפעס א חשבון פארוואס ס'לוינט זיך אים אז ער זאל זאגן אז ס'ווערט נישט געדעקט, אבער למעשה איז עס יא געדעקט, האב איך געקלערט צו פרעגן דא אין קרעטשמע, אפשר וועט איינער וויסן צו ענטפערן...

יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 12:05 pm
דורך thefact
קאלט אמעריטשויס צו זיי האבן באקומען א ריקוועסט פון אייער דענטיסט (זיי וועלן אייך גערן ענטפערן)
אויב זאגט אמעריטשויס אז זיי האבן באקומען א ריקוועסט פון אייער דענטיסט דאן פרעגט צו זיי האבן עס דינייד
אויב זאגט אמעריטשויס אז זיי האבן דינייד זאלט איר זיי פרעגן פארוואס זיי האבן עס דינייד?

לאזט וויסן וואס איז געווארן

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 12:50 pm
דורך וויכטיג מאכער
ס'דא וואס ס'ווערט יא געדעקט, און ס'דא וואס ס'ווערט נישט, פארדעם דארף די דענטיסט דאס אריינשיקן פאר זיי, און זיי מאכן אפ!

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 23, 2009 9:23 am
דורך איזאק
פידעליס צאלט זיכער, מעדיקעיד ווייס איך נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 8:23 am
דורך נאטורליך
בנושא פון מעדיקעיד. קען מיר איינער העלפן? איך וויל זייער אראפ גיין פון מעדיקעיד. וועלכע קאמפאני איז גיט און ביליג פאר א פעמילי פלען?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 8:24 am
דורך סתם_אזוי
איך מיין OXFORD איז גוט.