בלאט 1 פון 1
געזונטהייט: וועלכע זייף/שעמפא איז די בעסטע?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 9:53 am
דורך תמים
איך וואלט זייער געוואלט וויסן וועלכע זייף-שעמפאו רייניגט די בעסטע און וועלכע האבן סיי עפעקטס און וועלכע עס ספציעל געאייגנט אויף א געוויסע פאל
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:59 am
דורך ליסקא
איך האב מקובל פין ר' משה אפרים הערשקאוויטש נ"י (סאטמאר'ער מקוה איד) אז בעיקינג סאדע איז די בעסטע אקעגן דענדראף'ס.
פון מיין עקספיריענס העלפט דאס טאקע זייער גוט
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 1:08 pm
דורך יגרסהדותא
איך נוץ שוין דעס יארן, ואין פוצה פה ומצפצף.. אמאמ, און ס'איז זייער גוט
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 1:18 pm
דורך איך_הער
יגר, און ס'איז נאכנישט ליידיג????????
מיר ניצען אויך קאפ און פלייצע שעמפאו, די צוויי אין איינס ווערזשען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 2:04 am
דורך ליהודים
ביי אונז אין ישיבה האט מען גענוצט פשוטע חסידיש-גרוך זייף.
יעצט די שאלה איז וואס מיינט ביי דיר דאס בעסטע? דאס בעסטע אויף וואס? בלויז פאר גרוך? דאן נוץ פערפיום. אויב גוט פאר דענדראף, דאן איז באקן סאודע ווי אויבנדערמאנט, אויב פאר פעטנס, דאן איז חסידישע זייף פערפעקט. אויב פאר אלעס איינאיננעם, גלייב איך דארפסטו אויסמושן די אללע אויבנדערמאנטע אינאיינעם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 2:26 am
דורך שוועמל
יגר;
מיין מגיד שיעור האט ביטערליך געהאקט אויף די הענט & סאָלזשערס (כלשונו הטהור) וואס קען ברענגען צו פיצא ה"י.
צום עצם פראגע, איז זייער שווער צו ענטפערן בכלליות.
איינס איז גוט פאר גערוך, איינס פאר דריי-סקין, איינס פאר דאלל האר, איינס פאר דענדראפס וכדומה הרבה למיניהם.
איך נוץ די DOVE זייף, און דייקא די וואס זענען געמאכט אין דייטשלאנד, עס לאזט נישט טריקן די הענט דערנאך און האט א פול אנגענעמערע שמעק. די היגע איז נישט גוט.
איך זוך אלס די ווערטער דערויף Made in Germany, מען קען עס טרעפן אין לאקאלע גראסעריס פון צייט צו צייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 6:58 am
דורך שעפטיל
שוועמל: ווען דיין זיידע זאל דערפון געוואר ווערן... איך בין דיר נישט מקנא..
ווען די זאגסט מעיד אין דזערמעני מיינסטע אלע מינים, עס דארף נאר ווערן דארט געמאכט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 8:08 am
דורך לעווי
אויב איינער האט טרוקענע הויט זאל ער מאכן זיכער צו נוצן מויסטשערייזינג זייף, און DOVE האט א זייער גוטע מויסטשערייזינג זייף.
אויב איינער שוויצט אסאך ספעציעלע ביי די פוס זאל ער נוצן דיאודעראנט זייף. אייריש ספרינגס (און דאכצעך לעווער 200 אויך) האט א זייער ווירקזאמער זייף וואס איז סיי אנטיבאקטיראעל (קלינט גאר גוט) און סיי דיאודעראנט (העלפט שוויצן ווייניגער). אבער דיאודעראנט זייף מאכן די הויט אויסגעטרוקנט.
וואס זאל איינער טון אויב זיין הויט איז גאר טרוקן אבער ער שוויצט גאר שטארק?
ער זאל נוצן מויסטשערייזינג זייף אויף זיין גוף און דיאודעראנט זייף אויף די עיקר פלעצער וואו מען שוויצט, ווי למשל ביי די פוס און אונטער די ארעם.
געהערט פון א דאקטאר און בודק ומנסה געווען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 8:45 am
דורך משה קארנפעלד
אקעי האלט מיר שוין אויפן וועג, קאפ און פלייצע פאר די קאפ, מויסטשערייזינג פאר רוב גוף, דיאודעראנט זייף אויף פלעצער וואו מען שוויצט, בלייבט נאך איבער צו וויסן וואס צו ניצן פארן שפיץ נאז, און פאר די געדרייטע הייוועיס אינעם אויער..
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 05, 2010 2:01 pm
דורך גולש
מיין גראסערי האט לעצטענס אויפגעהערט אריינציברענגען די שעמפא וואס כ'פלעג ניצן ביז היינט,
איך זיך א ממלא מקום
איך האב דינע סענסעטיווע האר, און איך גלייך נישט ווען ס'ווערט קלעבעדיג און געדעכט פון געווענליכע שעמפא,
עני עדווייס? עניבאדי?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 05, 2010 2:14 pm
דורך לאקשען ברעט
פונקט היינט האב איך צום ערשטען מאל געמאכט מיין אייגענע שעמפו !
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 05, 2010 3:08 pm
דורך גולש
און...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 05, 2010 3:26 pm
דורך לאקשען ברעט
אין כ'גיי עס באלד ניצען...
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 2:33 am
דורך פונקטליך
נאך אלעם איז דאס די בעסטע אויספראבירט

אדער דאס

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 7:48 am
דורך זיס
עה, אונזערע זיידע'ס האבן זיך קוים געזייפט... עס האט זיי עפעס געשאדט?
ביי דע וועי, א חניוקישער יונגערמאן האט מיר אריינגעפליקט פארן נוצן שעמפא אין מקוה. זאגט ער מיר נאך בשם א דאקטער אז די וואס נוצן נישט צופיל זייף און שעמפא, שמעקן נישט אזוי שטארק ווי די אנדערע וואס נוצן יא, ווייל די זייף גייט אריין אין באהאלטענע צעלן אין די גוף און עס בלייבט דארט, און ווען עס ווערט אלט הויבט עס אן צו שמעקן... אבער די וואס נוצן נישט קיין זייף האבן נישט דער פראבלעם.
וואס זאגט איר?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 8:07 am
דורך קאמענטאטאר
בטבע גלייך איך גוטע זייף... אבער טו האסן 'פרעגרענסעס', אלזא איך נוץ שוין פאר א היבשע וויילע Dove Unscented זייף און בין העסט צופרידן דערפון אין אלע הינזיכטן, עס רייסט קיינע האר און איז א אויסגעצייכענטע 'מויסטערייזער', פארן קאפ האב איך דערווייל נישט געפונען עפעס ווערטפול וואס 'שטונקט' נישט, 'העד ענד שאולדערס' האב איך שוין נישט אנגערירט פאר לכה"פ 10 יאר זינט עס האט מיר אנגעהויבן רייסן בארד און פיאות, אין אן אימעיל קארעספאנדענץ מיט די מאנופעקטורינג אפטיילונג ביי Dove האבן זיי מיר צו וויסן געטאן אז זיי האבן לעצטענס א היבשע נאכפראגע דערויף און האפן בקרוב צו ערצייגן עפעס אזוינס, אויף ביזדערווייל באגיי איך זיך מיט 'פערט פלוס' וועלכע איז גאנץ וואויל פאר מיינע סענסעטיווע - נישט דענדראפי'גע - האר.
Dove Unscented - Bar
http://www.dove.us/#/Products/BarSoapBo ... eSkin.aspxDove Unscented Body Wash - Liquid
http://www.dove.us/#/Products/BarSoapBo ... eSkin.aspx
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 12:15 pm
דורך סאדע_באטל
קאמענטאטאר, וכן אני נוהג....
אבער ווי באקומסטו לעצטענס די dove unscented ?
די לעצטע יאר בערך טרעף איך נאר אדער WHITE אדער SENSITIVE SKIN
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 1:54 pm
דורך קהת
איך ניץ דעיע, סאיז זייער גוט אבער סאיז א ביסל טייער
מיין עקספיריענס: העד ענד שאלדערס רייסט ארויס האר...
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 08, 2010 3:19 pm
דורך thefact
לאקשען ברעט האט געשריבן:פונקט היינט האב איך צום ערשטען מאל געמאכט מיין אייגענע שעמפו !
ווי אזוי?