בלאט 1 פון 1
קינד וואס בייסט זיך די נעגל
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 31, 2009 12:11 pm
דורך שוועמל
איז דא עפעס אן עצה צו די אוממאראלישע געוואוינהייט פון בייסן די נעגל?
כ'אב אמאל געהערט עפעס א זויערע שמירעכץ וואס מען לייגט ארויף אויף די נעגל און דאס קען העלפן אפגעוואוינען דערפון.
ווייסט איינער וועלכע קריעם און צי ס'העלפט טאקע?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 31, 2009 12:28 pm
דורך שעפטיל
פאר די טראכסט פון א קריעם, אפשר א גוטע עצה פאר א וויילע. האסט שוין אמאל געזעהן א פרייליכער מענטש זיך בייסן די נעגל? איך מיין עס איז כדי צו כאפן א אפענהארציגן שמועס מיטן קינד. אפשר דרוקט אים עפעס אויפן הארץ. אוודאי, עס קען מיינען עפעס אנדערש אויכעט.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 5:39 am
דורך סאכדעס
שעפטיל, הני מילי ווען דאס קינד איז אראפגעקלאפט אין אנדערע הינזיכטן. אויב אבער דאס קינד לעבט און לאכט, פארוואס זאל מען אזוי טראכטן. בפרט, ווען דו וועסט אראפזעסן דאס קינד, - אויב איז עס גארנישט - וועט ער אנהויבן פאנטאזירן מעתה ועד עולם, כ'מיין מסתמא אידאך עפעס, מיין טאטע פרעגט נישט אומזיסט. יאך קלער אז דאס קען קומען פלעין פון א נארישע קינדישע געוואוינהייט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 2:57 pm
דורך ביזנעסקאפ
פון עקספריענס די זויערע שטאף וואס מען לייגט אויף די נעגל זענען ווערט א מכה,
אלטס קינד פלעג איך אויך בייסן די נעגל (נישט פון נערוועזיקייט ווייל כ'האב אלטס געהאט א שמחת החיים אויסגעגאסן אויפן פנים) מיינע עלטערן האבן אויך קודם פראבירט געוויסע מיטלן, אבער האבן שפעטער אויפגעגעבן ווען די מיטלן האבן נישט געהאלפן, און ב"ה אלטס בחור איז די משגעת אוועק און ווען נישט די דערמאנסט דאס וואלט'ך מסתמא קיינמאל נישט געדענקט אז כ'פלעג דאס אליינס טאן..
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 3:34 pm
דורך הייליגער
ס'איז דא צו קויפן א קרעים "mara" . סאיז ביטער און פארעקעלט עס צו לעקן !
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 3:41 pm
דורך סתם_אזוי
נישטא אזא זאך פארעקלן א קינד. איך פלעג נאגן די פינגער אין מויל ביז ....(איך וויל נישט זאגן ווען). וויפיל מען האט געסטראשעט, געליייגט פעפער, געגעבן פעטש, און צוגעזאגט גוטע זאכן, האט דאס נישט געהאלפן. די איינציגסטע זאך וואס העלפט איז ווען דאס קינד נעמט זיך פעסט פאר אז ער וועט עס מער נישט טון. עלטערן קענען גארנישט טון דערצן. דאס מוז די קינד אליינס באשלוסן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 8:09 pm
דורך שוועמל
ביזנעסקאפ, וואס מיינסטו א מכה?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 2:37 pm
דורך ביזנעסקאפ
שוועמל, פשוט טייטש פון "ווערט א מכה" אדער העלפט א מכה" אז עס העלפט ניט...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:54 am
דורך ליהודים
אסאך מאל ארבעט עס אויסערגעווענליך.
מיין פעטער האט עס אנגעשמירט אמאל אינמיטן די נאכט פאר מיין שוועסטערל [אוי האט זיך מיין מאמע גערעגט נעקסטע טאג... באט עניוועיס...] עס האט געארבעט וואונדערס.
מיין שוועסטער האט געוויינט און זיך גערעגט, אבער אפגעוואוינט האט זי זיך. [איך געדענק נישט וועלכעס סארט ער האט גענוצט, אבער איך געדענק אז ס'איז איר געווען אומבא'טעמ'ט פאר ארום צוויי וואכן און אזוי ארום איז עס ארויס פון קאפ ב"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 7:29 am
דורך לייבעלע
אני הקטן פלעג אויך בייסן די נעגל.
ביי מיר האט געהאלפן דאס וואס מיין טאטע האט נאך יעדע וואך וואס איך האב אים געוויזן מיינע נישט-געביסענע נעגל, אריינגעלייגט א ניקעל אין א באטעלע, ביז ס'האט זיך אנגעזאמלט א שיין ביסל ניקלעך.
(וואס מ'האט געטאן מיטן געלט געדענק איך נישט.)
פארשטייט זיך אז נישט מיט יעדן קינד ארבעט דאס.
הצלחה.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:22 pm
דורך שטארק זיך
האט איר באמערקט אן איסטרעסאנטע זאך?
מ'לייגט ארויף א שאלה אויפ'ן טיש צו א ביטערע אומבא'טעמ'טע קריעם העלפט פאר'ן בייסן די נעגל.
ביי דעם וואס עס האט נישט געהאלפן, שרייבט מיט א פשטות אז ס'העלפט א מכה, דעם וואס ס'האט יא געהאלפן שרייבט אז עס איז מורא'דיג און זיכער העלפט עס.
רבותי לערנט אייך שוין אויס אז:
אז העלפט נישט ביי אייך, מיינט נישט אז ביי א צווייטן העלפט עס אויך נישט, און דאס זעלבע פארקערט.
קיינעם הארט נישט אז איר שרייבט אייער עקפיריענס.
גאוטדזשי האט אויך נישט יעדעם געהאלפן אויף אלעמען...
אקעיהעי?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 2:47 pm
דורך סתם_אזוי
מען האט מיך געפרעגט, האב איך געזאגט מיין עקספיריענס. דער וואס פרעגט די קשיא זאל עס אליינס פראבירן, און צוריקומען מיט אן ענטפער.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 11:57 am
דורך סעיגען
שוועמל האט געשריבן:איז דא עפעס אן עצה צו די אוממאראלישע געוואוינהייט פון בייסן די נעגל?
וואס עפעס "אוממאראליש"?...
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 10:32 am
דורך farshlufen
ר' לייבל, א דאנק פאר דיין עצה מיר גייען עס אי"ה אויספרובירן.