געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 2:53 pm

מיין בריוול צו ר' יואל אשר לאבין אין א שמועס מיט אים אין אימעיל עטליכע טעג נאכן אפעראציע זייענדיג שטארק איבערגענומען פון די אקט וואס ער האט געטוהן.


טרערן רינען פרייוויליג פון מיינע אויגן ליינענדיג די ארטיקל, די געפיהל און זכות פון פשוט ראטעווען א מענטשענס לעבן, צוריקגעבן פאר קינדער זייער טאטע, צוריקגעבן פאר א פרוי איר מאן איז אין לשער, מיין הארץ פאמפט און מיינע געפיהלן שטורעמען אן אפהאלט, אוי טאטע אין הימל השקיפה ממעון קדשך מן השמים וראה, איך האב פשוט נישט די ווערטער ארויסצוברענגן מיינע געפילן און איך גלייב אז עס פעלט דיר נישט אויס ווארום דו האסט אן איבערפלוס דערפון, אבער באמת איז דען שייך מיט ווערטער ארויסצוברענגן די שטארקייט פון די פעולה וואס דא איז געטוהן געווארן? איז דען שייך צו ארויסברענגן די שמחה און טענץ אויבן אין הימל? מה דאך א פשוט'ע מצוה איז אויבן אין הימל א שמחה וויאזוי זעהט שוין אויס ווען איינער גיבט אוועק א חלק פון זיין גוף פאר א צווייטן איד, אין מיין מח שטעלט זיך א בילד פון א פרייטאג צונאכטס ביי משפחת סענדזיסטשעוו אינדערהיים, די טאטע זיצט און מיט א רואיגקייט אויבן אן און שמועס איבער מיט זיינע קינדערלעך וואס מ'האט געלערנט און פארציילט אין חדר, שבת נאכמיטאג זיצט און לערנט געשמאק מיט זיינע קינדער געזונט און פריש אן קיין יסורים און אן קיין דאגות אז ער דארף לויפן צום דאקטאר, אלעס פארוואס? ווער האט אים געגעבן די געלעגנהייט דערצו, ווער האט אריינגעברענגט די שמחה אין רואיגקייט ביי משפחת סענדזיסטשעוו אין שטוב? נישט זיין פאטער, נישט א נאנטער קרוב וואס האט זיך געזארגט פאר אים, נאר א איד וואס האט אים קיינמאל נישט געקענט אדער געזעהן בעפאר, פארוואס? פאר איין סיבה, ווייל ס'איז מצוה, נאכאמאל ווייל ס'איז מצוה, און יא נאכאמאל און נאכאמאל ווייל ס'איז א מ-צ-ו-ה... ווייל ער האט געוואוסט אז דער אייבישטער וועט האבן א נחת רוח דערפון, אוי רבונו של עולם נעם דעם איד אריין אונטער דיין שאטן, מאך דיין וואוינארט ביי אים שטוב, אין אזא שטוב איז ווערד צו זיין, זאל דער איד דיר אלעמאל האבן אינדערהיים צו דער האנט, זיי אים אלעמאל משפיע מתחת ידך הרחבה והמלאה, זאל ער קיינמאל נישט האבן קיין זארגן, זאל ער זוכה זיין צו בני ברוכי חיי ארוכי ומזוני רוויחי וסייתא דשמיא, זאל די זכות דערנעטערן די גאולה שלימה במהרה און מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן בקרוב ממש אמן

אנטשולדיגט אויב עפעס שטימט נישט, ס'איז געשריבן געווארן אונטערן איינפלוס פון צושטורעמטע געפילן אן פראבירן עס צו איינצוימען.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 2:57 pm

דא איז מיין בריוול וואס איך האב אים געשיקט גראד נאכן אפעראציע:

י שלם ד' פעלך

ו ימלא ברכה בגבולך

א וצרו הטוב בשבילך

ל א יחסר כל טוב באהלך

א מת המים, פירות מתוקים בצלך

ש ומר ישראל ייטיב בגללך

ר ב טוב להשפיע עד ביאת מלך


כעתירת ידידך

זאלץוואסער

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 11:26 pm

זאלצל, זייער א שיין בריוול.

מאן יימר, דיינס איז בכלל נישט קיין בריוו.. סתם א שטיק געפיל. מורא'דיג!

זארג נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 11:56 pm

א הערליכע פרישע אינטערוויו מיט ר' יואל אשר הי"ו
#939

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:06 am

א גוטן.

שוין לאנג נישט דא געווען, אבער איך בין יעצט אהיים פון שפיטאל, און איך בין זייער איבערגענומען האביך מיר נישט געזוימט נאר אויפגעשפארט ס'אפיס, (פארשטייט זיך צוליב ס'שפעטע נאכט שעות האמיר נישט געקלינגן ס'גלעקל... קרעדיט: אינטערן פוקס....) אויפגעמאכט ס'לייט, אויפגעוועקט ס'קומפיוטער, אריין געקלאפט ס'פאס-ווארט, אפיר געזוכט ס'אשכול, און...... ס'פינגער שלאגן ס'קיבאר.

סיז עפעס סערשטע מאל וואס דו קומסט אהיים פון שפיטאל??? האסטאך שוין א שטוב מיט קינדער קענעהארע, ביסטע דאך שוין לכל הפחות אזויפיל וויפיל קינדער דו האסט, אהיים פון שפיטאל און דו האסט נישט איבער געדרייעט א שטאט.... נאר וואס דען??? כ'בין געווען באזוכען א איד וואס האט נעכטען אסרו חג פסח לפ"ק אוועק געגעבן א ניר פאר א גוי... יא, פאר א גוי וואסיז נישט א שומר תורה ומצוות!!!! אזוי ווי דו קוקסט מיר אן!

בקיצור, סיז געווען א סוואפ. א סוואפ מיינט אז ראובן וויל געבן א ניר פאר שמעון, אבער עריז נישט א מעטש. לוי ווידעראום וויל געבן פאר יהודה, און זיי זענען אויך נישט קיין מעטש. אבער ראובן איז א מעטש מיט יהודה און לוי פאר שמעון, געט ראובן פאר יהודה בתנאי אז לוי געט פאר שמעון. דאס איז א פשוטע סוואפ פון צוויי פאהר.

דא איז אבער פארגעקומען א סוואפ וואס 15 (!) פאהר ד.ה. 30 מענטשען זענען געווען אינוואלווד!!!! קוקסט מיר אזוי אן, הא???? יא, דרייסיג מיט א שי"ן!!! די ערשטע טרענספלענט האט זיך אנגעהויבן נעכטן מיט דעם אינגערמאן און די לעצטע גייט זיך ענדיגן קומענדיגע מיטוואך! און דורך די טרענספלענט האט א 3 יעריג אידיש קינד אויך זוכה געווען צו באקומען א געזונטע ניר!!!!

ביי.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:31 am

ביי

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אפריל 25, 2014 8:19 am

געהערט רעדן דערפון אויף קול מבשר. אדרבה אפשר זענט איר מער מסביר וויאזוי אזא סוואפ גייט צו?

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » פרייטאג אפריל 25, 2014 9:58 am

כאדאך געשריבן בקיצור נמרץ וויזוי דאס ארבעט.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג אפריל 25, 2014 10:04 am

מי כעמך ישראל. מ'געט ממש 'אוועק פון זיך' פאר א צווייטן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אפריל 25, 2014 11:48 am

נדבן האט געשריבן:כאדאך געשריבן בקיצור נמרץ וויזוי דאס ארבעט.


האסט עס אנגעכאפט ביים שפיץ. ווער גייט אריין אינעם סוואפ סלאט? וויאזוי איז דאס קימד אנגעקומען אינעם רינג כאטש ער איז געווען אזוי פריש אין די ליין?

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:14 pm

מער דעטאלען איז מיר אויך אינטערעסאנט צו וויסן, אבער דאס איז אלץ וואסיך ווייס בענין זה. אדרבה אויב איז דא איינער וואס ווייסט זאלער וויסן.
שקויכע

אוועטאר
pianist
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

תגובהדורך pianist » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:37 pm

געלעגער האט געשריבן:געהערט רעדן דערפון אויף קול מבשר. אדרבה אפשר זענט איר מער מסביר וויאזוי אזא סוואפ גייט צו?


אין די שטערן חודש ניסן באשרייבט זיך הרב לאבין זייער שיין, דארט גייט ער אריין מער אין פרטים הדבר.
גאנץ א פיינע ארטיקל פעצופאל.

ראפאגאש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 3:14 pm

תגובהדורך ראפאגאש » זונטאג אפריל 27, 2014 11:47 am

ס'פארא אינטערסאנטע געשיכטע דער 'נדבן' פארציילט אונז דא.

אבער אפשר קענט איר אביסל מאריך זיין, און מער מסביר זיין די חילוק פון א סוואפ צו א געווענליכע פראצעדור?
איז נישט יעדע אזא סארט אפאראציע א סוואפ? דהיינו, דער דאונער גיבט אוועק זיין ניר, בתנאי אז דער ריסיפיענט גיבט זיין ניר פאר די מיסט.

ועוד, שרייבט איר אז דורך די טרענספלענט (פונעם איד צום גוי) האט א דריי יעריג אידיש קינד אויך זוכה געווען צו באקומען א געזונטע ניר.
איז כדי צו פארשטיין, אויב דער איד האט שוין אוועקגעגעבן זיין ניר פארן גוי, און דאס קינד האט שוין באקומען זיין געזונטע ניר. וואס ברויך נאך אנהאלטן די פולע טרענספלענטן ביז מיטוואך? עכ"פ אויפן ביבי פראופייל ברויך דאך זיכער נישט ארויפגיין די אלע נעמען פון דערצווישן.

ווייטער איז וואס שטימט נישט לויטן חשבון. אויב ראובן גיבט פאר שמעון, און לוי גיבט פאר יהודה. וויזוי קענען דרייסיג מענטשן זיין אינוואלווד דערין? ס'איז דאך נאר דא צוועלעף שבטים.

איך ווארט אויף אן ענטפער. (נדבן, ד.מ. איך זיץ אויף א בענקל און ערווארט א ענטפער)

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » זונטאג אפריל 27, 2014 2:39 pm

ראפאגאש האט געשריבן:ס'פארא אינטערסאנטע געשיכטע דער 'נדבן' פארציילט אונז דא.

אבער אפשר קענט איר אביסל מאריך זיין, און מער מסביר זיין די חילוק פון א סוואפ צו א געווענליכע פראצעדור?
איז נישט יעדע אזא סארט אפאראציע א סוואפ? דהיינו, דער דאונער גיבט אוועק זיין ניר, בתנאי אז דער ריסיפיענט גיבט זיין ניר פאר די מיסט.


'ווייס'טע וואס כעל דיר זאגן (ווען איך כעל דיר טרעפן בעזה"י) אז דו ביסט פיינע נייעס.

ניין, נישט א יעדע אזא סארט אפאראציע ארבעט אזוי, די ריסיפיענט גיבט נישט זיין ניר פאר די מיסט, דאס לאזט מען ביי אים אין בייכעל.

ועוד, שרייבט איר אז דורך די טרענספלענט (פונעם איד צום גוי) האט א דריי יעריג אידיש קינד אויך זוכה געווען צו באקומען א געזונטע ניר.
איז כדי צו פארשטיין, אויב דער איד האט שוין אוועקגעגעבן זיין ניר פארן גוי, און דאס קינד האט שוין באקומען זיין געזונטע ניר. וואס ברויך נאך אנהאלטן די פולע טרענספלענטן ביז מיטוואך? עכ"פ אויפן ביבי פראופייל ברויך דאך זיכער נישט ארויפגיין די אלע נעמען פון דערצווישן.


ניין, אויפן ביבי פראופייל ברויך נישט און איז נישט ארויפגעגאנגען די אלע נעמען פון דערצווישן. קודם כל ווייל "דערצווישן" האט נישט אזוי סאך נעמען. און אויך ווייל עס פיט פשוט נישט.

ווייטער איז וואס שטימט נישט לויטן חשבון. אויב ראובן גיבט פאר שמעון, און לוי גיבט פאר יהודה. וויזוי קענען דרייסיג מענטשן זיין אינוואלווד דערין? ס'איז דאך נאר דא צוועלעף שבטים.


די קשיא קען דאך זיין אסאך אסאך שטערקער, ווי קען ראובן גיבן פאר שמעון, סיז דאך אנגענומען אז די שבטים זענען נסתלק געווארן נאך פאר יציאת מצרים, און היינט האלט מען שוין א היבשע פאר טויזענט יאר דערנאך.

איך ווארט אויף אן ענטפער. (נדבן, ד.מ. איך זיץ אויף א בענקל און ערווארט א ענטפער)


וואו פונקטליך ווארטסע, און ווי לאנג אויך די ריכטער וואג קענסטו אזוי ווארטן?

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג אפריל 27, 2014 5:26 pm

א פרישע אינטערוויו אויף קול מבשר איבער געבן א ניר - מיט שימי ענגל

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:58 am

די אינטערוויא איז הערליך שיין און באלערענד, ר׳ וועלוועל שמעלצער איז מיין פעיווערד אינטערוויאער!

עניוועי לדעתי ברויך מען אינטערוויאען א יעדע איינציגסטע דאונער, פשוט לא הרי סיפור דאונער זה כהרי סיפור דאונער זה. א יעדער האט זיך זיין אייגענע איבערלעבונג, און פון א יעדעם קען מען זיך עפעס אנדערש ארויסלערנען. דאס איז ביי מיר פונקט וואו מען אינטערוויאט א יעדן זינגער ווען ער גיט ארויס זיין נייעם אלבום.

נאך איינער דא האלט ווי מיר?

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:20 am

נדבן האט געשריבן:די אינטערוויא איז הערליך שיין און באלערענד, ר׳ וועלוועל שמעלצער איז מיין פעיווערד אינטערוויאער!

עניוועי לדעתי ברויך מען אינטערוויאען א יעדע איינציגסטע דאונער, פשוט לא הרי סיפור דאונער זה כהרי סיפור דאונער זה. א יעדער האט זיך זיין אייגענע איבערלעבונג, און פון א יעדעם קען מען זיך עפעס אנדערש ארויסלערנען. דאס איז ביי מיר פונקט וואו מען אינטערוויאט א יעדן זינגער ווען ער גיט ארויס זיין נייעם אלבום.

נאך איינער דא האלט ווי מיר?

דער נדבן רעדט ווערטער, בעסער געזאגט שרייט.

ס'אידענע האט מיר נאכדערציילט פון א חבר'טע וואס האט געהאט די זכי' צו זיין א דאונאר, בלויז פון הערן די געשיכטע נעמט עס איבער אזש ביז טרערן, אז ס'וויל זיך אויפהייבן דעם טעלעאפן און קלינגען צו "רעניועל" אז זיי קענען צולייגן נאך א נאמען צום ליסטע פון דאונער'ס.

למעשה כבוד הרב נדבן, איר זענט א גוטער אויפגעהייטערטער שרייבער מיט אסאך הומאר, אבער איר'ט נישט געענטפערט אויף אלע תשובות אז מ'זאל ארויסגיין צופרידן.

געב מיר א ביישפיל, נמשל, איך הער נישט קול מבשר, און כ'ווייס נישט וואס דאס איז א סוואפ. אביסעלע מער הסבר, כ'ווייס? אפשר מיט נאמבער'ס, די שבטים זענען דאך שוין נסתלק געווארן, איא?

בקיצור, סיז געווען א סוואפ. א סוואפ מיינט אז ראובן וויל געבן א ניר פאר שמעון, אבער עריז נישט א מעטש. לוי ווידעראום וויל געבן פאר יהודה, און זיי זענען אויך נישט קיין מעטש. אבער ראובן איז א מעטש מיט יהודה און לוי פאר שמעון, געט ראובן פאר יהודה בתנאי אז לוי געט פאר שמעון. דאס איז א פשוטע סוואפ פון צוויי פאהר.

וואס הייסט אז איינער געבט נאר בתנאי אז א צווייטער געבט, מ'רעדט דא נאר פון רינויעל? האסטעך געזאגט אז אינמיטן ערגעץ איז געווען א גוי?

דא איז אבער פארגעקומען א סוואפ וואס 15 (!) פאהר ד.ה. 30 מענטשען זענען געווען אינוואלווד!!!! קוקסט מיר אזוי אן, הא???? יא, דרייסיג מיט א שי"ן!!! די ערשטע טרענספלענט האט זיך אנגעהויבן נעכטן מיט דעם אינגערמאן און די לעצטע גייט זיך ענדיגן קומענדיגע מיטוואך! און דורך די טרענספלענט האט א 3 יעריג אידיש קינד אויך זוכה געווען צו באקומען א געזונטע ניר!!!!

ביטע זיך מסביר זיין, וויאזוי אזאנס קומט צושטאנד... (אויב מעגליך מיט פרטים)
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » דינסטאג אפריל 29, 2014 3:15 pm

Dear Friend of Renewal,

Two Kidney Transplants Now

Please be mispallel for:

Case 1:

Donor: Wishes to remain anonymous
Recipient: Sima bas Breindel

Sima contacted Renewal after learning she would need to undergo a kidney transplant or have to do dialysis to clean her blood. She is now receiving a kidney from an anonymous donor who had only one request of Renewal - that no one knows the identity. Sima will now get a new lease on life because of the donor's amazing, selfless act.

Case 2:

Donor: Shlomo Zalmen ben Sara Frimet
Recipient: Avrohom ben Rachel

Avrohom contacted Renewal after receiving the devastating news he would need to begin dialysis shortly. Renewal began the search for a donor as no one from the family was a candidate for donation. Shlomo, a father of three from Williamsburg (Brooklyn, NY) never met him, yet agreed to donate to him. Avrohom will now IY"H get a new lease on life because of Shlomo's amazing selfless act.

B"H, kidney transplants have a great success rate. However there needs to be Siyata Dishmaya that it be successful. Please take a minute to say tehillim for the success of the transplant.

Update: B"H last weeks donor and recipient are recuperating very nicely.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אפריל 29, 2014 3:22 pm

מי כעמך ישראל!

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » דאנארשטאג מאי 01, 2014 3:41 pm

Dear Friend of Renewal,

Kidney Transplants Now

Please be mispallel for:

Donor: Esther Kreindel bas Ora
Recipient: Masha Bracha bas Esther Perl

The donor, Esther Kreindel, is a mother of four from Monsey who is donating her kidney to Michele a mother of a special need child from Flatbush. Michele will now get a new lease on life because of Esther Kreindel's amazing, selfless act.

B"H, kidney transplants have a great success rate. However there needs to be Siyata Dishmaya that it be successful. Please take a minute to say tehillim for the success of the transplant.

Mazel Tov kidney donor Meilech Klein on his engagement to Nechamy Ausch!

Thank you,

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » פרייטאג מאי 09, 2014 6:35 pm

עס ווערט יעצט געזכוט א דאננער פאר איינעם מיט אסאך אנטיבאדיס ממילא איז זייער שווער צי טרעפן א פאסגיע מעטש ווער עס האט בלאט טייפ או אין איז וויליג ביטע ריפט רינועל
7184319831
ext209
case # r757
צוגעלייגטע
Kidny sign.png
לעצט פאראכטן דורך שמואלישעי אום זונטאג מאי 11, 2014 5:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מאי 11, 2014 1:57 am

וויאזוי קען איך וויסן וואספארא בלוט טייפ איך פארמאג?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » זונטאג מאי 11, 2014 2:12 am

מיט א בלוט טעסט ביי יעדע דאקטאר אין מען דארף בעטן אז מזאל בודק זיין די טייפ

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » זונטאג מאי 11, 2014 2:53 am

אדער רוף רינועל זאל דיר שיקן א קיט, און דו קענסטיר אליינס טשעקן וואספארא בלוט טייפ ד האסט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מאי 11, 2014 2:56 am

איך זאל מיך אליין שטעכן?

א בלוט טייפ איז דאך א זאך וואס באגלייט דעם מענטש פון געבורט אן, פארוואס קען איך דאס נישט טרעפן אויף די אימיוניזעישאן רעקארדס וכדומה?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט