געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

kidney donor
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2012 7:07 am

תגובהדורך kidney donor » דאנארשטאג ינואר 12, 2012 8:31 am

פארן סאשעל ווארקער אליין א גיטע זיבעצן מאל יעדער עקסטער פרעגט די זעלבע קשיות

איך האב געהאט מיין אפעראציע אין מונט סיני
פארוואס זאלסטו האלטן דיין צווייטע ניר, ווען דו קענסט מחיה זיין א צווייטען איד דערמיט? (קרעדיט סטיוו שמידט)

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג ינואר 12, 2012 1:43 pm

יא, די סאושעל ווארקער חברה מאכן משוגע אן א שיעור, זיי קענען נישט גלייבן אז איינער איז גרייט אוועקצוגעבן א ניר פאר א ווילד-פרעמדן מענטש וועמען מען האט נאך קיינמאל נישט געטראפן... פאר גענצליך אומזיסט בלי תשלום גמול.

דער קידוש השם איז געוואלדיג.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » פרייטאג ינואר 13, 2012 9:26 am

שמעק_טאביק האט געשריבן:יא, די סאושעל ווארקער חברה מאכן משוגע אן א שיעור, זיי קענען נישט גלייבן אז איינער איז גרייט אוועקצוגעבן א ניר פאר א ווילד-פרעמדן מענטש וועמען מען האט נאך קיינמאל נישט געטראפן... פאר גענצליך אומזיסט בלי תשלום גמול.

דער קידוש השם איז געוואלדיג.



ר' שמעק, די סיבה איז ווייל עס איז נישט געזעצליך צו נעמען געלט אין אויסטויש פאר א ניר. און זיי פראבירן אויף אלע וועגן צו זעהן אויב דו ביסט אויפריכטיג.
און ארץ ישראל קען מען נאר געבן א ניר פאר א בלוט רעלאטיוו. פאר א פרעמדען איז כמעט אוממעגליך אז דאס זאל געשעהן.
עס איז געווען דא אינגערמאן פון א"י וואס האט אוועקגעגעבן זיין ניר דא אין אמעריקע סוף די פארגאנגענע זוממער. און ער האט געוויסע קאנעקשען'ס מיט די הויפט מידיא אין א"י, און ער טענה'ט אז דורך די ריכטיגע פראפעגאנדע אין די מידיא וועט מען עס קענען אדורך ברעכען. איך האב געהאט די זכי' איבער צושלאפן (בעסער געזאגט: צו זיין) מיט אים אין שפיטאל די נאכט נאך זיין אפעראציע (אויך א סערוויס פון רינאעל) האט ער מיר פארזיכערט אז ווי נאר ער קומט צוריק קיין ארץ ישראל וועט ער ארבעטען אויף אלע פראנטן דאס אדורך צו ברעכן. אזאך וואס דוכט זיך מיר אז יעצט בשעתן שרייבן די שורות ארבעט ער שוין אויף דעם. יהי משכורתו שלימה.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » פרייטאג ינואר 13, 2012 1:06 pm

דער טייערער דאקטאר רב גרינשטיין שליט"א, וועלכער האט שוין איבערגעפלאנצט זייער אסאך נירן פון אידישע קינדער, מיט א אויסטערלישע הצלחה און סייעתא דשמיא.
צוגעלייגטע
Greenstein.JPG
הפך בה והפך בה דכולה בה!

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

מיין פערזענליכע עהרציילונג - חלק א

תגובהדורך נדבן » מאנטאג ינואר 16, 2012 2:22 pm

איך בין נישט קיין שרייבער און נישט קיין זון פון א שרייבער, איך בין א פשוטע איד וואס וויל ארויסגעבן מיינע געפילן. עס איז שוין א שטיק צייט וואס איך האלט מיינע געפילן אין מיר פארמאכט, אבער עס טוט כסדר שטורמען, ווי עס זאל פארלאנגן פון מיר, פארוואס טיילסטו נישט מיט מיט דיינע אידישע ברידער דיין איבערלעבעניש? פארוואס ביסטו נישט מיט דיין מעשה מזכה נאך אידן ? לכן האב איך באשלאסן צו נעמען די פעדער אין מיין האנט, און לאזן די קולמוס הלב טון דאס איריגע, ביטע נעמט אינאכט איך האב עס געשריבן מיט "הארץ שפראך" הארץ שפראך האט נישט קיין כללים פון ספעלונג, אדער פון גרעמער, עס איז א שפראך וואס איז העכער די זיבעציג שפראכן, לכן טייערע ברידער, מאכט אייך באקוועם און ליינט מיט שפאנונג מיין איבערלעבניש.

בעצם הייבט זיך מיין געשיכטע אהן אסאך פריער פון ווען איך האב באגעגענט די עד אין ביהמ"ד אין א פשוטע ווינטער טאג פון שנת תשע"א אז עס ווערט געזיכט א ניר פאר א 57 יעריגע פרוי, מיט די בלוט טייפ 0. מיין געשיכטע גייט צוריק צו ענדע פון חודש נאוועמבער פון די יאר צוויי טויזענט און ניין. ווען אזוי ווי א באדייטענדע צאל אידן בתוך כלל ישראל האב איך אויסגעהערט אינטעוויאס אויף קול מבשר, און ווי איר ווייסט אוודאי איז דא דארט צוויי באזונדערע אינטערוויאס פון צווי אידן וואס האבן אוועק געגעבען א ניר, און דארט געבען זיי איבער אסאך אינפארמעישען וועגן קידני דאוינעישען. איך האב עס געהערט אזוי ווי איך הער אלע אנדערע אינטערוויאס אנדעם וואס עס זאל זיך ביי מיר אריינכאפען א שטיקעל מחשבה זרה פון אוועק געבן מיין ניר. נאר די אינפארמאציע איז געווארען געסטארעדזט ערגעץ ווי אין די קאמערלעך פון מיין מח.

די טעג, וואכן און חדשים פארן ווייטער, די לעבן גייט אהן ווי געהעריג, איך שלאף, עס, לערן, דאווען, ארבעט, געב זיך אפ מיט די קינדערלעך, און גארנישט.

שפאציר איך איין טאג אריין אין בית המדרש און אויפן וואנט הענגט א צעטיל "כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא" "עס ווערט געזיכט א ניר פאר א פרוי מיט די בלוט טייפ 0. און אז ווער עס וויל זיך מנדב זיין זאל רופן רינאעל (א הייליגע ארגענזאציע וואס העלפן ארויס אידן וואס זענען גרייט אוועק צו געבן פון זיך פאר א צווייטע איד) און זאגען אז מען רופט פאר רעפרענס נומער 343. איך האב עס געליינט פונקט ווי איך ליין אלע אנדערע מודעות, איך האב מיר ווייטער שפאצירט צום מקוה, געטרינקען א קאווע און נאכאמאל גארנישט.

עס איז פארביי געגאנגען א טאג, און נאך א טאג און די צעטיל הענגט נאך. די דריטע טאג וואס איך האב געזעהען די צעטיל, איז מיר עפעס אריין א געפיל -וואס איך ווייס נאך עד היום נישט וואס דאס איז געווען- ווי די צעטיל רעדט דירעקט צו מיר, עס האט געמאנט פון מיר אז אזוי ווי די בלוט טייפ איז די זעלבע וואס איך האב, זאליך עפעס טוען צו העלפן דעם איד. אין דער זעלבע צייט האט אנגעהויבן ארויף צו שווימען אין מיין קאפ אט די אלע אינפארמעישן וואס איך האב געהערט אויף די קול מבשר אינטערוויא. וואס פון די אינטערוויא האב איך דאן ארויס גענומען אז עס איז נישט דא קיין שום ריסק פאר די קידני דאוינער. עס האט אנגעהויבען צו באשעווען אין מיר אזא מין סארט געפיל פון א מורא'דיגע תשוקה מקיים צו זיין אט די גרויסע הייליגע מצוה וואס לאו בכל יומא מתרחש. איך האב ביי מיר אין יענע מינוטן אפגעמאכט אז איך גיי נאך אין דעם זעלבען טאג זעהן צו טוען דערין.

איך בין אהיים געגאנגען און אהן קיין שום הקדמות האביך פארציילט פאר מיין בני בית פון דעם צעטיל און אז איך וואלט געוואלט זיך אריין טוען דערין און זעהן צו איך בין אפשר די פאסיגע קאנדידאט ארויס צו נעמען א צווייטע איד ממות אל החיים. מיין בני בית האט תיכף מסכים געווען. און צוזאמען האבען מיר אפגעמאכט אז איך וועל נאר טוען דעם מצוה נאר אויב איך קען עס טוען אויף א אופן אז קיינער און איך מיין קיינער ניטאמאל די ריסיפיענט! אויסער מיין ארבעטס געבער און מיין טאטע מאמע זאלען דארפען וויסן פון דעם. (פונקטליך וויזוי איך האב אויסגעארבעט וואס צו זאגען פאר די משפחה מיינע און די מענטשן מיט וועם איך דריי מיך ארום אן דעילי בעיסעס, וועל איך שרייבן אין א שפעטער געלעגענהייט אי"ה)

צוזאמען האבן מיר אנגערופן די ארגינעזאציע רינאעל, און אונז זעמער געווארן קאנקטעד מיט א אינגערמאן פון לעיקוואד וואס הייסט מנחם פרידמאן וואס עריז דער וואס געט זיך אפ מיט אלע צוקונפטיגע דאונערס, מיט די רעסיפיענט (דער וואס באקומט די ניר) און מיט וואס נישט. אקיצור, איך זאג פאר מנחם אז איך ריספאנד צו די עד פאר רעפרענס נומבער 343, און אז איך וויל וויסן וואס די פראסידזער איז. ער האט מיר אין קורצן אראפגעלייגט וואספארא סארט טעסטן מען דארף אדורך גיין און ווילאנג די עווריטש ערהוילנג נעמט. און אזוי אויך פארזיכערט אז אסאך דאונער'ס ווילען עס האלטן אינגאנצען אנאנעמיס, און מען קען עס אויסארבעטען אויב מען וויל. איך האב אים געבעטן אז ער זאל מיר שיקן אויף פאסט אזא בראשור ווי איך ווען קענען ליינען מער דעטאלען וועגן די פראסידשער. און אזוי אויך א אפלעקאציע. און דערנאך האטער צוגלייגט אז ער וועט מיר נישט רופן צו זעהן צו איך בין גרייט אדער נישט, נאר אויב איך בין גרייט צו גיין ווייטער זאל איך אים צוריק רופן. (שפעטער בין איך געוואויער געווארן אז דאס איז פשוט ווייל רענועל איז דייקא נישט א ארגינעזאציע וואס טוט רעקרוטען דאונערס. זיי טוען פשוט העלפן די וואס זענען גרייט דאס צו טוען פון די אייגענע ווילן, און טאקע דערפאר זענען דא אסאך מער אריינרופערס אז זיי ווילן דאונעיטען, אוואו עקטואלע דאונערס. ווייל כך הוא דרכו של איש אז מען ווערט אנגעווארעמעט פון א עד אדער וואס, און ווי א טאג גייט אדורך ווערט מען קעלטער דערצו) אזוי אויך האט ער מיר געגעבען עטליכע נומערען פון מענטשען וואס האבן שוין אוועק געגעבן זייער ניר, אז איך זאל זיי קענען פרעגן עטליכע טעקניקעל שאלות וואס איך האב געהאט.
די נעקסטע זאך וואס איך האב געטוען איז געווען אז איך האב אנגערופען איינע פון די נומערן וואס איך האב באקומען פון פריעדיגע דאונערס, דאס איז געווען א אינגערמאן פון בארא פארק, און איינע פון די עיקר זאכן וואס איך האב געוואלט וויסן איז געווען פאר ווי לאנג מען קען נישט צוריק גיין ארבעטען (דאס האב איך געוואוסט אז איינער וואס ארבעט פיזיש, מעג נישט צוריק גיין ארבעטען נאר נאך זעקס וואכן, וואס איך צייל זיך נישט צווישען די וואס ארבעטן פיזיש) זאגט מיר דער אינגערמאן אז ער ארבעט נישט פיזיש, ער האט מיר געזאגט וואס ער טוט פאר פרנסה, און אז נאך דריי מיט א האלב וואכען איז ער געגאנגען איינקויפען אפאר זאכען אין גראסערי און ער איז צוריק געפאלען צו אל"ף, ממילא זאל איך נישט טראכטן פון צוריק גיין ארבעטן פאר פיר וואכען. איך האב געוואוסט אז אויב איז עס טאקע אזוי, דעמאלט איז נישט שייך אז איך זאל עס טוען פשוט ווייל איך קען נישט זיין אזוי לאנג אוועק פון די ארבעט.

רוף איך אהן די נעסטע אויף די ראי', דאס איז געווען א פרוי פון לעיקוואד וואס האט אוועק געגעבן איר ניר פאר א דריי און האלב יאר פריער, און איך פרעג איר ווי לאנג זי האט נישט געקענט צוריק גיין ארבעטן. זאגט זי אז וואס זי האט געטוען איז איינס פון טויזענטע. דאס הייסט אז קיינער א חוץ איר מאן און עלטערע קינדער האבן נישט געוואוסט דערפון (היינט צו טאגס האט זי שוין פארציילט פאר אירע עלטערן, אבער די המון עם ווייסן נאכנישט דערפון) איר אפעראציע איז פארגעקומען אין א דאנערשטאג, פרייטאג איז זי אהיים פון שפיטאל, און די קומענדיגע מאנטאג איז זי געווען צוריק ביי די ארבעט כאחד האדם, ולא נודע און קיינער האט גארנישט געוואוסט אדער באמערקט.

אזוי ווי איך האב דאס געהערט, האב איך אפגעמאכט ביי מיר אז עס האט נישט צו טוען מיט די אפעראציע, עס האט צו טוען מיט וואספארא סארט מענטש דו ביזסט, און וויזוי דו קענסט טאלרעיטען יסורים. דאס האב איך געוואוסט אז דאס וואס די פרוי האט געטוען וועל איך נישט קענען נאך טוען. אבער פיר וואכען אוועק פון די ארבעט האב איך געוואווסט אז עס וועט נישט אויספעלן. איך האב מיר געזעהן אז איך קען זיין צוריק צו די ארבעט צווישן א וואך און צוויי וואכן נאך די אפעראציע, פשוט ווייל איך קען מיך און איך בין בטבע א מענטש וואס קען טאלערעיטן פעין.

פארשטייט זיך אז די קומענדיגע שריט וואס איך האב געטוען איז געווען אנצופרעגן א דעת תורה, איך האב אנגעפרעגט ביי די רב פון מיין ביהמ"ד וועם איך פרעג אלע מיינע שאלות, און ער האט מיר געזאגט אז בעצם ליגט נישט קיין חיוב אויף מיר דאס צו טוען, אבער אויב איך וויל עס טוען, דעמאלט איז אשרי לי ואשרי חלקי, און אז שכרי איז אין לשער.

נאך צוויי טאג איז אנגעקומען די אפלעקאציע. די אפלעקאציע קומט בעצם פון די שפיטאל אין וועלכע די טרענספלענט וועט פארקומען. אין מיין פאל איז דאס געווען קאלאמביע האספיטעל. זיי בעטן דארט מיין אינפארמאציע און אפאר פראגעס איבער מיין מעדיקעל היסטערי. און פארשטייט זיך אז איך האב דאס תיכף אויסגעפילט און צוריק געשיקט.

נאך א צוויי טאג זענען פאריבער און איך באקום א אימעיל פון פון א קאארדינעיטער פון קאלאמביע האספיטעל (א יעדע דאונער באקומעט א קאארדינעיטער וואס איז אזויווי די אדוואקאט פון דעם דאוינער, וואס דארף זיכער מאכען אז אלעס גייט על צד היותר טוב) אז זי האט ערהאלטן מיין אפלעקאציע, און אז זי וויל סקעדזולען די ערשטע אפאונטעמענט אנצוהייבען מיט די ערשטע סעריע פון טעסטס וואס דעמאלט נעמען זיי בלוט פון מיר און זיי מישען עס אויס מיט א ביסל בלוט פון די רעסיפיענט צו זעהן אויב די צוויי בלוטען קומען זיך אויס און צו דאס וועט קענען זיין א מעטש. איך האב געסקעדשעלט די אפאונטמענט אויף די קומענדיגע פרייטאג. וואס דעמאלט האבן זיי גענומען אפאר באטלעך בלוט פון מיר. און אזוי אויך א אי קעי דזי וואס דאס טעסט צו אלעס איז בסדר מיט די הארץ. און אזוי אויך בין איך געזיצען מיט מיין קאארדינעיטער ווי זי איז איבער געגאנגען מיט מיר אלע פרטים ופרטי פרטים. אזוי אויך האט זי ארום גערעדט מיט מיר איבער דעם אז איך וויל זיין אנאנעמיס און אז איך וויל אפילו נישט וויסן אדער זיך טרעפן מיט מיין רעסיפיענט. ווי זי האט מיר מסביר געווען אז די שפיטאל וועט טוען אלעס אין די וועלט אז איך זאל נישט געוואויר ווערן אדער זיך טרעפן מיט מיין רעסיפיענט. אבער טעקניקלי איז עס נישט 100 פראצענט אז עס וועט ארבעטן ווייל די ריקאווערי שטובער ווי מען וויילט די פאר טעג אין שפיטאל נאך די אפעראציע געפונען זיך די רעסיפיענט און די דאונער אויף די זעלבע שטאק, און עס איז ממש אוממעגלעך צו פאראויס זאגן אז מיין בני בית אדער מיין טאטע מאמע וועלן קומען און גיין אז זיי זאלען זיך נישט טרעפן מיט די משפחה פון די רעסיפיענט. למעשה האבען מיר אפגעמאכט אז מען גייט נישט איבער דרייען די שפיטאל פאר דעם אבער געבליבען איז אז איך וויל בשום אופן וויסן ווער מיין ריסיפיענט איז (איך וועל שפעטער אפשר מער ארום רעדען איבער דעם. פארוואס פארווען פארווי) אבער עס גייט מיר נישט באדערען אז מיין ווייב, טאטע מאמע אדער די ריסיפיענט ווייסן ווער איך בין. אבער די ריסיפיענט דארף וויסן אז איך דער דאונער ווייס נישט בכלל ווער די ריסיפיענט איז.
דאס איז געווען אנפאנג חודש שבט תשע"א און איך האב פארלאנגט אז אויב וויל מען מאכן די אפעראציע נאך בעפאר פסח, וויל איך עס נאר מאכן א דריי פיר וואכן פאר פורים, אויב דארף עס זיין שפעטער פון דעם וועט עס מוזען ווארטן אויף נאך פסח, וואס דאס האב איך זייער שטארק נישט געוואלט. און די סיבה דערצו איז ווייל ווי נאר איינער מאכט אפ אז ער וויל זיין א קידני דאונער, באקומט מען אזא סארט עקסייטונג געפיל און א יעדע טעסט וואס מען גייט אדורך, איז מיט גאר געהויבענען שמחה געפילן אז מען האלט שוין מיט נאך א טריט נענטער, און מען קען קוים קוים אויסווארטן די מינוט וואס די אפעראציע וועט געשעהן. בערך אזוי ווי א אינגל וואס ציילט די וואכען און טעג ווען די טאג פון זיין שוועסטערס חתונה וועט פארקומען.

יאנעווער 27 כ"ב לחודש שבט תשע"א
עס איז געווען א דאנערשטאג נאכמיטאג, איך בין געזיצען אין מיין אפיס. און מיין סעלערי צוקלינגט זיך, די איידי האט מיר געזאגט אז דאס איז מנחם פרידמאן וואס רופט, מיין אינערליכע געפיל האט מיר געזאגט אז עפעס פרייליכע נייעס האט ער מיר איבערצוגעבן. איך בין ארויס געגאנגען פון אפיס כדי אז מיינע קאלעגעס זאלן נישט מיטהאלטן מיין געשפרעך. איך הייב אויף דעם טעלעפאון און מנחם גייט גלייך צו צום ענין און ער זאגט מיר אז איך בין ברוך השם א מעטש צו מיין צוקונפטיגע ריסיפיענט!!! און אז אזוי איך וויל האבן דעם אפעראציע נאך פאר פורים האט ער תיכף ומיד שוין געסקעדזעלט א סערדזערי דעיט אויף דעם קומענדיגען פעברעווערי 15 און אז איך זאל זעהן זיך צו צוגרייטן אז אלע טעסטען זאלן זיין פארטיג אין צייט אזוי אז מען זאל נישט דארפן אפשטיפען די אפעראציע. מיינע שמחה געפילן אין דער מינוט איז נישט שייך ארויסברענגען מיט ווערטער. איך בין געווארן איין שטיק עקסייטמענט!

די קומענדיגע זאך וואס איך האב געברויכט צו טוען איז געווען זיך אוועק צו זעצען מיט מיין בעל הבית, מיין ארבעטס געבען און אים פרעגן רשות צו ער פון זיין זייט איז מסכים אז איך זאל דאס טוען. אזאך וואס איך האב נישט געוואלט טוען ביז ווילאנג איך הער נישט אז עס איז א זיכערע זאך אז עס גייט צושטאנד קומען.

איך האב זיך אוועק געזעצט מיט אים אויף א ספעציעלע זיצונג ווי איך האב געפרעגט רשות אויב איך קען עס טוען און דערביי מסביר געווען די גאנצע פראצעדור, און אז די ארגינעזאציע רינועל באצאלט די וועידזעס פון די טעג וואס איך קום נישט צו דער ארבעט. פארשטייט זיך אז ער אליין האבענדיג א הארץ פון גאלד האט תיכף מסכים געווען. (קאן אויך זיין ווייל ער ווייסט אז אין די צעהן יאהר וואס איך ארבעט פאר אים בין געווען אוועק אויף וואקאציע צוויי מאהל פאר א קארגע וואך און אז איך האב נאך קיינמאל גענומען קיין סיק דעי'ס. ממילא האטער פארשטאנען אז איך וועל נישט נעמען קיין ענדווענטידז, נאר ווי נאר איך וועל זיין גענוג ערהוילט צוריק צו קומען צום ארבעט, וועל איך צוריק קומען.)

דערנאך האב איך געסקעדזעלט צו גיין קיין קאלאמביע צו גיין ווייטער מיט די אפונטעמענטס וואס עס פעלט זיך אויס, אויף דעם קומענדיגע דינסטאג דעם ערשטען אין פעברעוואר. עס איז געווען א שנייאיגע וועטער, אבער ברוך השם אז איך בין אנגעקומען אין צייט. די ערשטע אפאונטמענט איז געווען ביי די קעט סקען (בקיצער נמרץ וואס א קעט סקען איז. נישט עסן פארדעם, נעמט בילדער פון בויך בעיקר) וואס דאס האט געדאויערט בערך א שעה.

דערנאך האב איך געהאט א האלבע שעה ליידיג. איך בין געגאנגען טועם זיין עפעס אין די חסד רום. און יעצט איז מנחם פרידמאן געקומען זיין מיט מיר פאר די נעקסטע פאר שעה. דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס איך זיך געטראפן מיט אים אין פערסאן. אונז האב מיר ארום גערעדט איבער דעם וואס איך וויל זיין אנאנעמיס. ער האט גע'טענה'ט אז ער פארשטייט אז איך וויל נישט אז די גאס זאל וויסן. אבער מיט די ריסיפיענט טוען זיך 99 פראצענט דאונערס טרעפן גלייך בעפאר סערדזערי. ווי די ריסיפיענט האט די אפערטאנערטי זיך צו באדאנקען פאר די דואנער. איך האב גע'טענה'ט אז איך דארף נישט די שקויעך, איך וויל באקומען באצאלט פון דעם אויבערשטען אליינס. איך בין אינוואלווד אין אסאך חסד אקטיוויטעיטען און איך פיל אז די יעצטיגע חסד וואס איך טוה וויל איך טוען כולו לאשעם. אויף דעם האט ער מיר נאך געזאגט א ווארט פון איינע פון די ליטווישע גדולים אז איינער וואס טוט איינעם א טובה און ער גיט נישט די געלעגענהייט זיך צו לאזן באדאנקען איז ער ממש א אכזר און עס ליגט נישט קיין שום גוטסקייט אין דעם, ווייל דעמאלט קומט אויס אז דער וואס האט באקומען די טובה וועט זיך פילן שולדיג א גאנץ לעבן. דאס האט מיר נאך נישט קאנווינסט אז איך זאל זיך מגלה זיין פארן רעסיפיענט, צוליב א סיבה וואס איך נישט דא ארויסשרייבן. און געבליבן איז טאקע אז איך האב נישט געוואוסט ווער מיין ריסיפיענט איז, ביז א שפעטערע געלגענהייט, ווי איהר וועט שפעטער ליינען, בעזהשי"ת.

פארזעצונג קומט בעזר הוי'

טאמער האט איר סיי וואספארא פראגע איבער קידני דאונעישען, און אזוי אויך פאר סיי וועלכע הערה, פילט פריי צו פרעגן אין פאבליק אדער אין אישי.
ידידכם, נדבן.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג ינואר 16, 2012 2:33 pm

א צדיק ביסטו, אשרי לך ואשרי חלקך, דאס איז קיין פראגע

אבער כהאב פאר דיר נייעס, א שרייבער ביסטו אויך... אפשר ווייסטו נישט, אבער עס איז העט ווייט פון אומשרייבעריש.

מיר ווארטן אויפן המשך
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 16, 2012 2:42 pm

אויב דו ביסט נישט קיין שרייבער בין איך נישט קיין ליינער

אזוי אטעם-פארכאפנד אז איך קען קוים ווארטן אויף די המשך

---
איך שטעל מיך אויף פאר דיר ווירטואליש!

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » מאנטאג ינואר 16, 2012 4:02 pm

נדבן, וואויל איז דיין חלק, עס איז באמת "הארץ שפראך" דברים היוצאים מן הלב, ונכנסים אל הלב
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג ינואר 16, 2012 4:20 pm

שפאנענד! הארץ שפראך איז ווינציג געזאגט.

kidney donor
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2012 7:07 am

תגובהדורך kidney donor » מאנטאג ינואר 16, 2012 6:06 pm

נדבן WOW צו קענען אזוי שיין מסודר מיט דיטעיל אראפשרייבן,
איך בין ארויס פון שפיטאל און פיר און צוואנציג שעה

אגב מנחם איז אנבעליוובל ער ריעט נישט קיין מינוט ער ארבעט ארום די זייגער
פארוואס זאלסטו האלטן דיין צווייטע ניר, ווען דו קענסט מחיה זיין א צווייטען איד דערמיט? (קרעדיט סטיוו שמידט)

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג ינואר 16, 2012 6:07 pm

א נדבן גלייב איך אז ביסט אבער א שרייבער זען מיר אז די ביסט
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » מאנטאג ינואר 16, 2012 6:07 pm

kidney donor האט געשריבן:נדבן WOW צו קענען אזוי שיין מסודר מיט דיטעיל אראפשרייבן,
איך בין ארויס פון שפיטאל און פיר און צוואנציג שעה

אגב מנחם איז אנבעליוובל ער ריעט נישט קיין מינוט ער ארבעט ארום די זייגער

נא, ווען קומט דיין מעשה?
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » מאנטאג ינואר 16, 2012 6:09 pm

א ישר כח א יעדעם באזונדער. פאזיטיווע פיד-בעק איז גאזאלין צום שרייבען ווייטער.

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » מאנטאג ינואר 16, 2012 6:26 pm

kidney donor האט געשריבן:נדבן WOW צו קענען אזוי שיין מסודר מיט דיטעיל אראפשרייבן,
איך בין ארויס פון שפיטאל און פיר און צוואנציג שעה

אגב מנחם איז אנבעליוובל ער ריעט נישט קיין מינוט ער ארבעט ארום די זייגער


איך האב בשעת מעשה מער ווייניגער אראפ געשריבן גאר גאר קורצע ראשי פרקים, איך קוק אויך איבער מיינע אימעילס וואס דאס איז געווען וויזוי איך האב בעיקר קאמיאנעקעיטעד מיט מנחם און מיט מיין קאארדינעיטער. און ועל כולם ליגט מיר א יעדע דעטאל אויפן הארץ וויבאלד איך האב מיר נאך קיינמאל ארויסגעגעבן. מיינע געשוויסטער (וואס איך בין זייער נאנט מיט א יעדן פון זיי) און מיינע נאנטע חברים ווייסען נאכנישט דערפון.

און וועגן מנחם איז אזוי, ער האט עפעס א חן וואס מען טרעפט נישט סתם אזוי. ער פלעגט אמאל אנפירן די גאנצע פי אר פאר די בית מדרש גבוה. און פון דארט האט אין סענדי אורענסטין (ר'סענדער אוירענשטיין) איינע פון די גרינדער פון רינאעל אויפגעפיקט. און ער איז נישט געגאנגען ראנג מיטן אים הייערען פאר די דזאב!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 12, 2012 8:46 pm

איך בין שפראכלאז...

מר. תלמיד לערנער, אנבעליוועבל וויזוי דו לייגסטעס אראפ!

איך קאן אביסל אונזער "נדבן", איך האב מיטגעהאלטן זיין "בראך אפעראציע", יא! איך בין היינט געוואור געווארן אז ער האט קיינמאל קיין בראך נישט געהאט... און ווען נישט עפעס א סיבה (וואס איך גלייב אז ער וויל נישט מ'זאל שרייבן) וואלט איך נאך יעצט אויך נישט געוויסט.

און טראצדעם וואס איך בין באקאנט מיט אסאך פון די וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן וואס אונזער "נדבן" איז א "טשאמפיאון, טראצדעם וואס איך ווייס אז אונזער נדבן איז גרייט 24/7 צו העלפן יעדן יוד, און נישט סתם ער איז גרייט, ער העלפט למעשה... (איך וויל נישט רעדן, איך ווייס אז ער וויל באמת נישט מ'זאל רעדן) בין איך נאך אלץ אונטער שאק!!! איך האב נישט געוויסט אז ס'גייט אזוי ווייט! ממש "זיך" אוועקגיבן פאר יענעם, און ניטאמאל האטער פארציילט פאר איינעם.

נדבן טייערע, אשריך, וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו טוהן אזא זאך! אזא העראישע אקט!

און עקסטערע ווילעך מיך באדאנקן פארן עס אזוי שיין באשרייבן! דו האסט א הערליכע שריפט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 12, 2012 10:17 pm

wow איז נישט קיין ווארט! כ'מיין, ס'איז נישט דאס ווארט דא.

אויב וועל איך אוועקגעבן א ניר, וועט עס זיכער צוגעשריבן ווערן צום קרעדיט פון תלמוד לערנער, קידני דאונאר, און נדבן. איך הייב אן ערנסט צו טראכטן דערפון!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג פאברואר 13, 2012 3:09 am

איך בין שפראכלאז!! איך בין ווערטערלאז!! איך בין נישט מיך!! איך קען נישט קומען צו מיר!!

אנגעהויבן מיט "תלמיד לערנער" וואס האט מיר צונומען ביז טרערן, אין אזוי ווייטער "קידני דאונער" אין...

וואס אין?? דעס איז פלעין אין??? איך בינאך אינטער שאק.. איך ווייסט נישט ווי אנצוהייבן אין ווי צו אויסלאזן.. איך בין פולי אינטערן רושם פונעם היינטיגען אנפלעקונג.. ס'מיר געווען, אין ס'נאכאלץ א שאק ביז גאר דאס וואס כא'געהערט.. איך קען מיר גאר נאנט מיטן אינגערמאן אינטערן שלייער "נדבן", (אבער שטייצעך נישט געוויסט אז ער איז דאס, ביז היינט מיטאג) אין אוואדע נישט געוויסט אז ער האט געטון אזא חסד אקט! א עולם מלה אקט! א אקט וואס ווערט אריינגעקריצט אלץ א מליץ אויף די וועלט, אין אויף יענע וועלט. איך קען מיר אפילו נישט צוזאמנעמען צו שרייבן די פאר ווערטער לכבודו פונעם 'נדבן'. ווי זאגט טאקע דער "נדבן" ס'שרייבצעך פון הארץ.. ס'רעדט פון זיך אליינס..

אינז חבירים פונעם 'נדבן' האמער אייביג געוויסט אז דער האט א הארץ פון גאלד, ווען אימער א איד איז אין א צרה איזער דארט נאך פאר מ'רופט אים, אייביג זוכט ער נאר ווי צו מאכן פריילעך א צווייטן איד, געט אוועק שעות שעות אין שפיטעלער אין נאך, צו העלפן א צווייטן.

איך האב געשפירט א חוב אריינצוקומען דא, נאכדעם וואס איך האב שוניש געשריבן דא פאר א לענגערע וויילע, אבער אז דער 'נדבן' האט געקענט טון אזאנס בין איך ווי אטאומאטיש דא, אין איך פיל פאר א פליכט צו קאמענטען, אין אים גיבן חוזיק ברבים, אין א ברכת הדיוט.

נדבן! גרויס איז דיין חלק, אין די מצוה איז אומשאמבאר, נישטא די ווערטער ארויסצוברענגען וואסערע מצוה דאס איז, אין נאכדערצו אויב וועסטו מיט דיין שרייבן דא אנווארענען א צווייטן צו געבן איז על אחת כמה וכמה.. זאל דער אייבירשטער העפלן, זאלסט זיין געזונט אין שטארק, אין קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו אזאנע זאכן אין נישט ענדליך. נישט די אין נישט דיינע קינדער. ביז די הינדערט אין צוואנציג זעהן נחת פון די קינדער אין אייניקלעך געזונטערהייט.

נדבן! איך בין שטאלץ צו זיין דיין חבר, וואול איז די ווינט וואס האט אינז צוזאמגעברענגט, הלוויי זאל איך אויך קענען ביישטיין דעם נסיון אין קענען געבן א ניר..

ווי ער שעצט אין ווינטשט
לוסטיג!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

תגובהדורך אשר ווילבער » מאנטאג פאברואר 13, 2012 11:03 am

גם אני בחלומי, מיין גראבע חבר נדבן, מהאט מיר היינט געדארפט איינשפריצען געוויסע געווירצען, ווייל איך בין געוועהן אזוי צופיפען אז איך דריי מיך נעבען איינעם און איך האב מיך איינגערעדט אז איך קאנעם גוט אבער א לאך אין מאפלער, איך בין שאקט איקזאסטעט קאנצטעפעיטעט מוזרעביל און פאנאכלעיסיגט ועד....

איך האב געמיינט אז דו האסט א הארץ פון פוטער, יעצט זעה איך אז סאיז גאר פון מארגערין.

אשרי חלקך ויהיה מעשך בין מזכי הרבים און איך בין בטוח אז סוועלן זיין אזאנע וואס וועלן דיך נאך טון.
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג פאברואר 13, 2012 11:57 am

תלמוד לערנער
כל הכבוד
וכל קרב וכליות יזמרו לשמיך
כדבר שכתוב.........
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג פאברואר 13, 2012 1:49 pm

אידן מיט אזויפיל הארץ און געפיל, אוועקצוגעבן א שטיק "זיך" פאר א צווייטען איד וועם מ'קען בכלל נישט.
אייער שכר איז מקנא צו זיין!

און צו דיר נדבן:
דער עולם דא פריער שרייבט זיי קענען דיר, איך קען עס נישט זאגן...
איך האב טאקע געמיינט אז איך קען דיר, אבער יעצט בין איך געוואר געווארן אז איך קען דיר בכלל נישט! ביסט בכל נישט דאס וואס איך האב געמיינט דו ביסט!
אשריך מה טוב חלקיך!

און אגב, אויב שרייבן קענסטו "נישט", דאן זאג מיר וואס דו קענסט "יא"...
און ווען שייך, דער עולם דא ווארט מיט שפאנונג צו הערן די המשך השתלשלות הדברים.
ברעגסט דאך עס אזוי גוט ארויס, מיט געפיל, מיט הארץ, ועל כולם איז יעדע פרט און דקדוק אזוי קלאר און פארשטענדליך.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

Shochen
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 4:10 am

תגובהדורך Shochen » דאנארשטאג מאי 10, 2012 7:16 am

רעב לוסטיג,

בארוהיג זיך!

מ'האט שוין גיהערט אזוינס!

לוסטיג האט געשריבן:איך בין שפראכלאז!! איך בין ווערטערלאז!! איך בין נישט מיך!! איך קען נישט קומען צו מיר!!

אנגעהויבן מיט "תלמיד לערנער" וואס האט מיר צונומען ביז טרערן, אין אזוי ווייטער "קידני דאונער" אין...

וואס אין?? דעס איז פלעין אין??? איך בינאך אינטער שאק.. איך ווייסט נישט ווי אנצוהייבן אין ווי צו אויסלאזן.. איך בין פולי אינטערן רושם פונעם היינטיגען אנפלעקונג.. ס'מיר געווען, אין ס'נאכאלץ א שאק ביז גאר דאס וואס כא'געהערט.. איך קען מיר גאר נאנט מיטן אינגערמאן אינטערן שלייער "נדבן", (אבער שטייצעך נישט געוויסט אז ער איז דאס, ביז היינט מיטאג) אין אוואדע נישט געוויסט אז ער האט געטון אזא חסד אקט! א עולם מלה אקט! א אקט וואס ווערט אריינגעקריצט אלץ א מליץ אויף די וועלט, אין אויף יענע וועלט. איך קען מיר אפילו נישט צוזאמנעמען צו שרייבן די פאר ווערטער לכבודו פונעם 'נדבן'. ווי זאגט טאקע דער "נדבן" ס'שרייבצעך פון הארץ.. ס'רעדט פון זיך אליינס..

אינז חבירים פונעם 'נדבן' האמער אייביג געוויסט אז דער האט א הארץ פון גאלד, ווען אימער א איד איז אין א צרה איזער דארט נאך פאר מ'רופט אים, אייביג זוכט ער נאר ווי צו מאכן פריילעך א צווייטן איד, געט אוועק שעות שעות אין שפיטעלער אין נאך, צו העלפן א צווייטן.

איך האב געשפירט א חוב אריינצוקומען דא, נאכדעם וואס איך האב שוניש געשריבן דא פאר א לענגערע וויילע, אבער אז דער 'נדבן' האט געקענט טון אזאנס בין איך ווי אטאומאטיש דא, אין איך פיל פאר א פליכט צו קאמענטען, אין אים גיבן חוזיק ברבים, אין א ברכת הדיוט.

נדבן! גרויס איז דיין חלק, אין די מצוה איז אומשאמבאר, נישטא די ווערטער ארויסצוברענגען וואסערע מצוה דאס איז, אין נאכדערצו אויב וועסטו מיט דיין שרייבן דא אנווארענען א צווייטן צו געבן איז על אחת כמה וכמה.. זאל דער אייבירשטער העפלן, זאלסט זיין געזונט אין שטארק, אין קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו אזאנע זאכן אין נישט ענדליך. נישט די אין נישט דיינע קינדער. ביז די הינדערט אין צוואנציג זעהן נחת פון די קינדער אין אייניקלעך געזונטערהייט.

נדבן! איך בין שטאלץ צו זיין דיין חבר, וואול איז די ווינט וואס האט אינז צוזאמגעברענגט, הלוויי זאל איך אויך קענען ביישטיין דעם נסיון אין קענען געבן א ניר..

ווי ער שעצט אין ווינטשט
לוסטיג!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 11:24 am

פאר צוויי וואכן צוריק י"ח כסלו תשע"ד האט דער באגאבטער שרייבער הרב יואל אשר לאבין זוכה געווען צו ראטעווען דאס לעבן פון א איד דורכן אוועקגעבן א ניר.

דאס איז די בריוו וואס ער האט ארומגעשיקט אין די טאג פונעם אפעראציע.

טייערע ברודער.

היינט, דאנערשטאג וישב, י"ח כסליו איז מיין יום הולדת, די טאג וואס איך האב באקומען די גרעסטע מתנה, די מתנה פון לעבן; היינט, י'ח כסליו איז ביי מיר א גליקליכע טאג, וועל איך געבן פרישע לעבן צו א מענטש דורך אים געבן מיין ניר.


אום 10 אזייגער פארמיטאג וועל איך האבן אן אפעראציע ווי מען וועט ארויסנעמען מיין ניר. אינעם דערנעבנדן צימער וועט ליגן א איד - וועמען איך האב קיינמאל נישט באגעגנט און איך ווייס נישט זיין נאמען - און מען וועט אין זיין שוואכן געליטענעם קערפער אריינפלאנצן מיין ניר וואס וועט אים בע"ה געבן א נייע געזונטע לעבן.
ווי וואונדערליך איז די געטליכע בריאה וואס האט אין מיין גוף איינגעפלאנצט אן איבעריגע ארגען פשוט צו קענען מאכן נייע לעבן!
ביטע זייט מתפלל פאר מיר אז די אפעראציע זאל דורכגיין בשלום ובמנוחה און אז מיין ניר זאל זיין א רפואה שלימה אז דער געליטענער איד זאל שוין ענדליך האבן א נארמאלע געזונטע לעבן.

זייט מתפלל פאר מיר: יואל אשר ישעי' בן מלכה אידל. און פארן צוקונפטיגן אייגענטימער פון מיין ניר, ראובן שלמה הלוי בן פרומא.


יואל אשר ישעי' לאבין.

----
Dear Friends.

Today, the 18th of Kislev is my birthday, the very lucky day I have received a treasure, the brilliant gift of life. Today, Thursday ,18th of Kislev, November 21, I'll be the lucky one again, by giving the gift of life to a fellow human being by donating to him my own god given kidney.
Today, as the clock will be hitting 10 am, I'll be sitting in a surgery room, where I'll be going through a 4 hour sensitive body surgery, with my kidney being transplanted into the body of another human being, a guy, a stranger, which I have never met before. Having no clue what-so-ever about this guy, I do know the fact that he is experiencing tremendous pain we can't even try to conceive, and he's literally struggling to save his life.
Today, two different ppl will be walking into the hospital; one of them in a healthy condition, while the other one critical, and terribly ill. But at the end, they'll both be walking out in a healthful condition. How wonderful is God's phenomenal creation, which has planted in me a spare organ, an extra piece of actual life, life, to give away life. I'm thrilled, and I'm happy, what a day!
Please be mispalel for me : YOEL USHER YESHAYE Ben MALKA IDEl
And the recipient RUVEN SHLOMO ben FRUMA


Your friend,

Yoel Usher Labin

----
ידידים יקרים,


היום, י"ח כסליו יום הולדת שלי, ביום הזה זכיתי למתנה הכי גדולה, מתנת החיים. היום, י"ח כסליו תשע"ד אזכה להעניק המתנה הגדולה של החיים לנברא בצלם אלקים, כאשר אעניק כלייה ליהודי החולה במחלת כליות.
היום בשעה עשר אכנס לבית חולים ובניתוח בן ארבע שעות יוציאו אחד משני כליותי וישתילו אותו בגוף של יהודי הסובל זה זמן ממחלת כליות, יהודי אותו מימי לא פגשתי, ולא מכיר שום דבר עליו רק שהוא יהודי וסובל.

בעזר השם אחיה חיים שלמים ומתוקנים בכלייה אחת, ואילו עמיתי יזכה לתחייה ורוח חדש בכלייה שאני מעניק לו.

מה נפלאים דרכי ההשגחה העליונה אשר שתל בקרבי כלייה מיותרת, כך שאוכל להעניק חיים חדשים לגוף מיוסר על ערש דוי. אחים יקרים, נא להתפלל בעדי: יואל אשר ישעי' בן מלכה אידל
ובעד הבעלים החדשים של הכלייה שלי ראובן שלמה הלוי בן פרומא. ששני כליותינו יתפקדו כנכון ונבריא ונחלים בקרוב אמן.


באהבה.


יואל אשר ישעי' לאבין
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 11:30 am

Brooklyn, NY - Giving The Gift Of Life: Two Orthodox Men Share A Firsthand Account Of A Kidney Transplant


Brooklyn, NY - After years of advocating for kidney donation, a Brooklyn man has given another area resident the ultimate gift: that of a healthy kidney.
Rabbi Yoel Usher Labin, a 31 year old Borough Park resident and a father of five, has long been involved with Renewal, which assists those who are suffering with kidney disease, and in helping raise awareness for kidney donation within the Jewish community.
“I have done writing, marketing and participated in many events for Renewal,” Rabbi Labin told VIN News. “Years ago I wrote an article for them in a Yiddish newspaper and I personally have gotten five phone calls from kidney donors who told me that they decided to donate a kidney because of the article I had written.”

Rabbi Labin wears many hats, working as a freelance writer and a marketing advisor, as well as serving as the executive director of Dror and an active board member of Achim Bederech.
After years of urging others to consider kidney donation, Rabbi Labin decided recently that it was his turn to step up to the plate.
“I am an activist, always telling people what to do, how to do it and that is nice, but was I going to spend my whole life just telling other people what to do without doing it myself?”

Having spent so much time working with Renewal prior to his own surgery, Rabbi Labin was fully aware of the difficulties that face patients who suffer from kidney disease.
“People who aren’t familiar with renal failure don’t understand what it is like to be on dialysis,” explained Rabbi Labin. “It is a slow death, with a life expectancy of just five years for dialysis patients.”
“I spent a nice few days at Mt. Sinai Hospital for testing, to make sure that I was in good health and that my kidneys were fully functioning so that my one kidney would be able to do the work of both after the transplant,” said Rabbi Labin. “If people are willing to do things that take a toll on their bodies for sport, why not do it for a mitzvah?”
In the days prior to his surgery, Rabbi Labin went to several rabbonim from different segments of the Jewish community for brachos, including the Karlsburger Rebbe, the Rachmistrivka Rebbe, R’ Yosef Rosenblum, R’ Herschel Schachter and R’ Mordechai Willig.
“It wasn’t that I needed their blessings because I knew I was going to do a mitzvah,” explained Rabbi Labin. “I want to raise awareness for kidney donation and I want people to know about it so I went to both heimishe and Modern Orthodox rabbonim.”
The day of the surgery coincided with Rabbi Labin’s own birthday.
In an email sent out to his friends, Rabbi Labin asked for tefillos for both himself and his recipient, Robert Sendzischew of Brooklyn.
“Today the 18th of Kislev is my birthday, the very lucky day I have received a treasure, the brilliant gift of life. Today, Thursday,18th of Kislev, November 21st, I’ll be the lucky one again, by giving the gift of life to a fellow human being by donating to him my own G-d-given kidney. Today, two different people will be walking into the hospital; one of them in a healthy condition, while the other one critical and terribly ill. But at the end, they’ll both be walking out in a healthful condition. How wonderful is G-d’s phenomenal creation, which has planted in me a spare organ, an extra piece of actual life; life, to give away life. I’m thrilled, and I’m happy, what a day! Please be mispallel for me : Yoel Usher Yeshaya ben Malka Idei and the recipient Reuven Shlomo ben Fruma.”
The 18th of Kislev also proved to be a significant one for Sendzischew: it was the day that his only son put on tefillin for the first time.
“My wife and I had an event in my son’s school with his classmates, rabbeim and some of our friends,” said Sendzischew, who, despite having been on dialysis since last May, had only been on Renewal’s transplant list for a few days before he was matched with Rabbi Labin. “My son was the chazan and I showed him how to put on tefillin. He gave a d’var Torah and I had an aliyah. My son’s rebbe spoke about him, and after davening, we had a big breakfast to celebrate.”
After a successful four and a half hour surgery, Rabbi Labin and Sendzischew finally had the opportunity to meet for the first time.
“His recovery was faster than mine in the first few days, so he came to see me,” said Rabbi Labin. “I don’t remember exactly what he said because of the painkillers but he hugged me and told me that he had no words and that I saved his life.”
“I didn’t know Mr. Labin at all before this but he changed my life and my whole family’s life,” added Sendzischew. “He gave me an opportunity to extend my life and have the opportunity to have more time with my son and my wife.”
After four days, Rabbi Labin was released from the hospital. Sendizschew continues to recuperate at Mount Sinai.
According to Mendy Reiner, founder and chairman of Renewal, the statistics regarding kidney donation within the Orthodox Jewish community are quite impressive.
“While the average wait time for a kidney in the United States is five to seven years, with Renewal the wait is approximately six to eight months,” said Reiner. “Renewal was responsible for 25 percent of the altruistic kidney donations in the United States in 2012 and we expect the numbers to be even higher in 2013. It is beautiful to see that the Jewish community, which represents one half of a percent of the population, has been responsible for one quarter of the altruistic kidney transplants which took place in the United States last year.”
Despite the inherent difficulties of undergoing surgery, Rabbi Labin strongly urged others to consider kidney donation.
“Chesed is the common denominator between all different parts of the Jewish community,” observed Rabbi Labin. “Being able to undergo serious surgery and spend a few weeks recuperating gives someone the gift of life. It is a few days of pain and it isn’t easy but it is a month of recovery, maybe less, and for the recipient it brings a lifetime of good health.”
According to Sendzischew, the transplant literally gives him a new lease on life.
“My son’s Bar Mitzvah is a month from now and Mr. Labin gave me the amazing and unexpected opportunity to share this milestone and many more with my son and my wife. Each chesed and mitzvah that I do will be on Mr. Labin’s account and, G-d willing, this kidney will give me a long life where I can do much mitzvos and chesed and be able to share nachas with my wife and my son.”


ר' יואל אשר לאבין מיט דער איד פאר ווען ער האט אוועקגעגעבן זיין ניר.
צוגעלייגטע
ul.jpg
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 11:32 am

געווען א הערליכע אינטערוויוא מיט ר' יואל אשר אויפן וועגן צום אפעראציע... און ער האט געזאגט וועט אפדעיטען נאך די אפעראציע. ווייסט איינער צו ער האט שוין איינגעמאלדען? איז עווריטינג OK?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 1:48 pm

געווען א אונטערוויא גראד נאכן אויפשטיין. ער איז געווען זייער שוואך. פון זיין רעדן האב איך פארשטאנען אז אלעס איז געגאנגען כשורה ב"ה.
איך וואלט געוואלט הערן א לענגערע באריכט.
Alien
פה לבנה יצ"ו


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט