געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:44 pm

איך האב געדאונלאוד די מנוחות נאר לכבוד דיין ארטיקל @הערליך, היות איך מאנגל אין דעטע האב איך נישט געהאט איבעריג חשק צו דאונלאודען און געהאפט אז דו וועסט עס שוין אהער ברענגען, אבער היינט א לאונלי נאכט מיט דאס ב''ב אין די קאנטרי האט מיר דיין ארטיקל ממש געראטעוועט.

נאכאמזל קיינער איז נישט געווען אין מיין געגנווארט בשעת'ן ליינען -בעסער געזאגט 'מיטלעבן'- ווייל סהאט אנגעפאנגן צו רינען שנירלעך טרערן און איך האב געדארפט לויפן נעמען טישות.

וואס זאל איך דיר זאגן, דיין מסירות נפש איז צום באוואונדערן, חוץ די עצם מעשה פון זיך לאזן שניידען פאר א איד, האט מיר עקסטער געכאפט דיין באזונדערע מסירת נפש, ווען עס איז געקומען אויף למעשה האסטו אזוי פלוצלינג מסכים געווען נאך א אפשניט פון 2 יאר זייט די ערשטע התעוררות, און דערצו אין אזא צייט פון זמן לידת בנך היקר, און די מסירות נפש פון דיין חשובע בני בית אויפצוגיבן דיין באגלייטונג בשעת קימפעט, און דילען מיט די עימאושענס אז איר מאן גייט אליינס צו אן ערענסטע פראצעדור... מבהיל!! און מצדך צו מוותר זיין אויף די באגלייטונג פון די עזר וואס איז אזוי וויכטיג פאר יעדעם. עס קומט דיר בלי ספק א מאדעל!

און נאך א בחינת מסירות נפש וואס שטארט ארויס פון דיר, אויף צו ראטעווען א אידיש קינד בלי חשבון, נאר ווייל ער איז א איד, נישט קיין חילוק זיין בעקראונד, מיט א בארד צו אן א בארד וכדומה,
(

אבער וואס טוט זיך ווען די רעסיפיענט איז א האלבער איד און א גאנצער מחלל שבת,
להוי ידוע נישטא א מציאות א האלבע איד אדער א גאנצע איד אדער א גאנצע גוי, און איך גלייב אז רינועל גיט נישט קיין ניר פאר אן אפיציאלע מחלל שבת. )

@הערליך ביסט א ראול מאדל!!

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג אוגוסט 21, 2016 11:45 pm

@הערליך.

איך האב עס געליינט אין איין צי, איך בין נתפעל פון די פראפעסיאנאליזם פון רינועל.

און צי דיר קען איך נישט זאגן עפעס אנדערש, ווי איך בין דיר פשוט מקנא.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:26 pm

Renewal News
Renewal News – ‏@RenewalNews

Photo: Amazingly talented #kidneydonor Aron B. Korn created this sign for Renewal event in #NewSquare this Thursday.
צוגעלייגטע
image.jpeg

נדבן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 1:00 pm

תגובהדורך נדבן » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:01 am

Silent האט געשריבן:@הערליך׳ס ארטיקל אין מי מנוחות איז געוואלדיג, ס׳האט צוריק אויפגעפרישט מיין אייגענע עקספיריענס. ר׳ חיים שטיינמעץ, רינועל, קארנעל, זיסע זכרונות. כ׳וואלט גערן געגעבן נאכאמאל אויב עס וואלט געוועהן מעגליך.

ב"ה ביי מיר און ביי רוב צו וועם כ׳האב גערעדט, איז די ריקאווערי נישט געוועהן אזוי לאנג. ביי צוויי וואכן בין איך שוין געוועהן צוריק ביי די ארבייט. מעגליך אז דאס נישט האבן די משפחה צוהילף האט פארלענגערט די ריקאווערי. דאס איז אמאל זיכער אז געבענדיג א ניר איז מען ממש מחי׳ מתים.


האביך דעם וויקענד אדורך געליינט הערליך'ס ארטיקל, איך האב נישט קיין ווערטער. אזוי דיטעילד אראפ געשריבן א יעדן פרט ופרט. ווען איך האב געליינט אז דו האסט געהאט א קינד א וואך בעפאר, האביך זיך דערמאנט אז איך בין דיר געווען באזוכען נאכן סערכערי. (נו, גילוי....).

ליינענדיג וועגן די יסורים, האביך זיך דערמאנט ווי איך פלעג אלס זאגן פאר פאטענציעל דאונער'ס אז מען טאר זיך נישט נער'ן, מען האט יסורים, און צומאל שטארקע יסורים, אבער עס וועט נאך קומען א טאג וואס מען וועט זיך בענקן צו די יסורים! איי.... א שאד מען קענעס נישט נאכאמאל טוען!

שרייבסט וועגן זיין אנאנעמיס. רוב דאונער'ס האבן די זעלבע געפיל אז די מצוה איז מער בשלימות אז קיינער ווייסט נישט. מיסטאמע איזעס טאקע אזוי, אבער איך וועל ענטפערן אויף דעם דריי זאכן. ערשטענס, ווען א מענטש טוט א טובה פאר איינעם און ער גיט אים נישט די געלעגענהייט זיך צו באדאנקען, מאכסטו יענעם פילן שולדיג פאר דיר א גאנץ לעבן, און דאס איז זייער נישט שיין.

והשנית, עס איז דא א טייערע אינגערמאן א תלמיד חכם און מגי"ש נפלא אין מאנסי און ער האט געגעבן א ניר. ער האט אויך געוואלט אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון. עד כדי כך אז ער האט מיר עטליכע מאל גערופן בעפאר ער האט געגעבן צו באקומען געוויסע אינפארמאציע פון מיר (רינועל האט אים געגיבן מיין נומעבער, איך האב אים נישט געקענט) האט ער זיך קיינמאל נישט אידענטעפיצירט מיט זיין נאמען. איך געדענק ווען ער האט געגעבן אז עס איז געווען א סוד עצום לייק נעווער ביפאר (ער ווייסט נישט אז איך האב דערקענט זיין קול, ווייל איך האב אמאל געהערט א טעיפ פון זיינ'ס א שיעור) אבער נאך א שטיק צייט איז ער געגאנגען פרעגן פון זיין רבי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מונסי שליט"א אז ער פילט אז דער מצוה איז מער מיט א שלימות ווען קיינער ווייסט נישט דערפון, אבער אויב וועט ער פארציילן פאר אנדערע, וועלן אנדערע זיך אפלערנען און אים נאכטוען, ממילא אפשר איז יא כדי אז ער זאל גיין פאבליק. די ענטפער פון זיין רבי איז געווען אז אמת טאקע אז די מצוה איז מער בשלימות אז קיינער ווייסט נישט דערפון, און קען טאקע זיין אז מען באקומט מער שכר, אבער פיקוח נפש איז דוחה אלעס, דעריבער זאל ער יא פארציילן דערפון אזוי וועט מען קענען ראטעווען נאך אידן'ס לעבן!!!

והשלישית, איך בין געווען פון די וואס האבן געפלאנט צו נעמען די סוד מיט מיר אין קבר, אבער נאך א שטיק צייט האביך אנגעהויבן פילן אז עס קען זיין אז אנדערע וועלן מיר נאכטוען אויב זיי וועלן הערן אז איך האבעס געטון. למעשה האביך זיך מגלה געווען נאך א גאנצע יאר דאס האלטן בסוד. און איך קען אייך זאגן אז עס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען לייכט די גאנצע זאך וואס מענטשן האבן מיר באוואונדערט, נישט ווייל איך בין א גרויס עניו, איך ווייס פשוט נישט וויזוי דאס צו האנדלען, ווען פלוצלינג ווערט מען ווי אינטער די ספאט לייט. אבער איך האב קיין חרטה נישט פאר קיין איין מינוט. ווייל איך האב געגעבן פאר 5 און א האלב יאר צוריק, און געגאנגען פאבליק 4 און האלב יאר צוריק. איך בין געווען די 118'טע דאונער ביי רינועל, און זיי זענען נאך נישט געווען אזוי באקאנט דעמאלט בכלל אויפן וועלט ווי היינט, און אוודאי נישט אין שיכון סקווירא, ווי איך וואוין. זינט איך בין געגאנגען פאבליק מיט מיין סטארי, איז שוין דא נאך 20 דאונער'ס פון שיכון סקווירא אליינס! רוב זענען נשפע געווארן נאכן הערן דעמאלט מיין אינטערוויא, און דאס איבריגע זענען תלמידי תלמידהון. טאקע ר' אהרן פעדער וואס ווערט אזוי אויסגערומט אין דיין ארטיקל, ער האט געגעהן 4 חדשים נאך איך בין געגאנגען פאבליק. דעריבער, זאל מען וויסן אז מען טראגט אן אחריות ווען מען מאכט די החלטה צו מען וויל יא אדער נישט גיין פאבליק.

עניוועי הרב הערליך, זאל דיר די זכות ביישטיין א גאנץ לעבן, און דו זאלסט זוכה זיין צו טוען מצוות ומעשים טובים כל ימי חייך.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:35 am

א גרויסן יש״כ פאר די פידבעק פון יעדן איינעם, און א ספעציעלן דאנק פאר דיר נדבן פארן קומען באזוכן נאכן אפעראציע

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » מאנטאג מארטש 12, 2018 11:03 pm

זייער א שיינע שמועס איבער אוועקגעבן א ניר, דורך הר"ר שלום שרגא פאפלאנאש
845-414-1199
4-9-58#

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דינסטאג מארטש 13, 2018 9:28 am

Silent האט געשריבן:זייער א שיינע שמועס איבער אוועקגעבן א ניר, דורך הר"ר שלום שרגא פאפלאנאש
845-414-1199
4-9-58#

יאפ, איך בין געווען ביי זיין שיעור דעם זינטאג, אזוי ווי יעדע וואך. זייער קלאר ארויסגעברענגט די נושא

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

Yishai- the miracle baby

תגובהדורך Silent » פרייטאג מאי 11, 2018 1:29 pm

Special Bris Today
May 11, 2018 - 26 Iyar, 5778
Dear Friend of Renewal,

Today morning there was a bris (the ceremony of circumcision.) in Lakewood, NJ where the father shared the following words:

"I stand here at the bris of our son Yishai with a trembling heart. I still, am trying to wrap my head around what happened this past week.

So that all of you can understand what I am talking about let's rewind a bit.

At 6 months of pregnancy the doctors discover that both kidneys were inflamed. We davened that the doctors should be wrong.

Month 7, more scans. - we start hearing all sorts of scary words - Blockage. Inflammation. bilateral hydronephrosis posterior urethral valves. Down Syndrome. All scared, we started begging Hashem for a miracle.

Month 8 turns into 9 and all scans confirm what the original diagnosis was.

Chazal tell us that a child has 3 partners: Hashem, the father and mother. Mid 9th month I sat down with my wife and had a heart to heart conversation. We told Hashem that we accept, 100% and with love, whatever will come our way. Because we know that Hashem, as a partner, will be holding our hands throughout the process. We decided right then and there in that conversation, that we'll name our baby Yishai which means a gift. On that day decided that we "will" accept the gift no matter (how) hard it is liable to be.

מלך מלכי המלכים (G-d). I stand here today trembling in awe and say א-לי א-לי למה (G-d why did you love me) אהבתני. What did we do, to deserve so much love? Words don't do justice to describe how much we feel loved from you Hashem. The feeling is euphoric. My wife and I still cant grasp the magnitude of the Chessed (kindness) that you have done to us. Hashem, from the depths of every fiber of our body, Henny and I say "Thank you".

The Gemarah in Pesachim 119a, notes a discussion between Yishai and Shmuel Hanavi. Yishai said to Shmuel Hanavi"אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה" - "The 'stone' that was despised by the builders, became the cornerstone!"

Yishai dear, the doctors declared that you are blocked as a stone. Yet right at birth through your poetic use of the power of the shower, you showed them that Hashem runs this world. You came into this world miraculously, a beautiful, healthy baby- that even has his Bris on time!!!

What did Shmuel HaNavi respond, and this case Shmuel and Henny Waldman respond - זה היום עשה ה' - this is the day that Hashem showed all the doctors, who is the real Doctor!!!"

The father of Yishai is Shmueli Waldman. Shmueli donated his kidney eight years ago, in May, 2010 to a woman with special needs!

Thank you!


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט