בלאט 1 פון 1
עצה פאר ריח הפה
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 27, 2009 2:51 pm
דורך ביזנעסקאפ
יעצט און די 9 טעג ווען דאס אומפרישקייט באהערשט אונזער לאגער וואלט כדאי געווען צו רעדן פון א נושא וואס אסאך פון אחינו בני ישראל פלאגן זיך, טייל ווייסן ניטאמאל דערפון, אבער אומוועלנדיג לאזן זיי אנדערע וויסן דערפון, דאס רופט זיך "ריח הפה" דאס מויל גיבט ארויס בשעת'ן רעדן אן אומאנגענעמער ריח וואס דאס עפעקטירט גאר שטארק אינ'ם טעגליכן הלך ילך פונ'ם מענטש, טיילמאל ווייסט דער באטרעפענדער נישט פארוואס יענער יאגט זיך פלוצלינג, איך האלט דאך אינמיטן אזא געשמאקע שמועס, פארוואס אנטלויפט ער פון מיר?
פון וואס דאס קומט קען מען דעבאטירן, יעדע דאקטער האט זיך זיינע סברות וואס זענען רוב מאל שטותים, עכ"פ וואס מיר זוכן איז עצות וואס מענטשן האבן געזען דערביי רעזולטאטן. נאכאמאל קלאר צו מאכן מען רעדט דא ווען דאס האלט אן אויך נאכן עסן און במשך'ן טאג, עס קומט און גייט אמאל שטערקער אמאל בעסער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 27, 2009 3:33 pm
דורך שעפטיל
איי אידאס א פראבלעם.. זייער גוט האסטעס ארויפגעפאקט אויפן טיש, עס זענען דא אסאך וואס מאכן דאס נעבעך מיט. לדעתי די בעסטע זאך וואס די קענסט יענעם טון, אויב דיין חבר ציט זיך אריין אין א געשמאקן שמועס מיט דיר צופרי, און א פייכטער וואלקן שוועבט ארום אים בשעת ער טוט דאס נאך פארשפרייטן מיט זיין מויל אויף אלע זיינע ארומיגע, איז די אויפריכטיגסטע זאך: בייג דיר צו צו זיין אויער און מורמל שטיל 'געב דיר א שווענק אויס'.. עס איז אמת אז ס'ציפט, אבער סאך ענדערשער ווי אז יעדער זאל מיטאמאל אנטלויפן פון אים ווען ער זאל נישט וויסן פון גארנישט.
און בכלל איז ממדת הנימוס אז ווען מען שטייט אויף צופרי זאל מען זיך באוואשן דאס מויל. קיינער זאל זיך נישט איינרעדן ער איז שמואל הנביא. עס קען געשעהן ביי יעדן! (קוקט'ס ווער ס'רעדט...)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:56 pm
דורך mona lamm
שבת מא. :
אכל ולא הלך ארבע אמות (קודם שיישן - רש"י), אכילתו מרקבת (אינה מתעכלת לעשות זבל - רש"י),
וזהו תחילת ריח רע (ריח הפה - רש"י).
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 2:07 pm
דורך שוועמל
סירטש אויף גוגל Halitosis, א לאנגע צייט צוריק האט מען עס שוין ערווענט אין קרעטשמע.
דאכט זיך כ'אב עס אמאל געברענגט א וועבסייט פון א קאליפארניע דענטיסט וואס טענה'ט ער האט עס ארויס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:16 pm
דורך וואדקע
אין די המספיק גאזעט איז עס אמאל געווען אויסעגעשמועסט אין זיי האבען רעקאנמאדירט די פראדוקטען פין עפעס א דר' כץ, פין די בריוו וואס מענטשען האבען דערנאך אריינגעשיקט האט אויסגעזעהן אז עס העלפט טאקע,
קען זיין אז עס איז דער זעלבע דר' פין וואס שוועמל רעד,
עכ"פ די רעדאקציע דארט וועט זיכער וויסען