בלאט 1 פון 1
געזונטהייט: א רעש פון די בערזל
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 6:30 pm
דורך שוועמל
מיין געשוואלענע בערזל ליגט מיר שטענדיג אין די 'בעק-פאקעט'.
זוממער ווען מען שוויצט מער און מען זיצט אויפן בערזל האט זיך געשאפן א שטיקל אויסשלאג העכערן בענקל.
מ'האט מיר גע'עצה'ט צו נוצן קאטענע אונטערוועש אנשטאט די פאליעסטער, עס האט עטוואס גרינגער געמאכט אבער ס'יז נישט קיין ישועה.
להוי ידוע איך בין בכלל נישט קיין פעשער מענטש, און איך שוויץ נישט קיין סך ב"ה, דאך זוממער איז דא א פראבלעם.
עני עקספיריענס וויאזוי פטור ווערן פון די רעש?
וואו קען איך האלטן די בערזל אויב נישט אין די 'בעק-טאש'. אפשר אין המן-טאש?
אפשר מאכט GGB א נייער סארט הויזן מיט א טאש אין די זייט פון די קניען מען זאל דארט קענען א לייג טאן דאס בערזל?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 6:36 pm
דורך געלעגער
פאר אלע יודן געווינטשען א פראבלעם מיט א געשוואלענעם בערזל..
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 6:46 pm
דורך לאז געמאכט
אני כשלעצמי האביך אונגאנצן אויפגעהערט נוצן א טייסטער.
די קרעדיט קארטל'ך די מקוה קארטל וכו' ליגן און א ספעציעלע טאש אינעם וועסטל, ווייטער די געלט ליגט אין בנק/גמ"ח (דאס ביסל וואס ס'דא...) און דאס ביסל גרינס ליגט איינגעקנייטש אין העלפט אין די לינקע הויזן טאש...
נו וואס ברויך מען א בערזל?
גראדע אידא אזעלכע ספעציעלע האלטער פאר די קארטלעך וואס האט אויך א פלאץ פאר גרינ'ס און עס פיט אין די אויבערשטע וועסטל טאש.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:10 pm
דורך תמים
לאג געמאכט וואס טוסטו מיט די "טשענטש"?
אויב וואלט איך פארדעם געהאט א עצה וואלט איך אויך לכאורה אויף געהערט צו ניצן מיין בערזל
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:53 pm
דורך לאז געמאכט
דזי ענד דזי האט מיר געמאכט אזא קליינע טאש'עלע און די גרויסע טאש פונעם רעקל כיס בתוך כיס, דארטן ווערט פלאצירט די קלינגע'דיגע מטבעות.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:02 pm
דורך גרויזאמער
שוועמל איך פלעג אויך ארויסהערן א רעש פונעם בערזל, איך האב זיך זייער געמוטשעט דערמיט, איך האב געטרייט דאקטורים און נאטוריציאנלן, גארנישט האט נישט געהאלפן.
ביז א חבר האט מיר אמאל נאכגעזאגט א געוואלדיגע סגולה פון מויכסטאטער רב זצ"ל ארויסצונעמען אלע טשעינדזש פונ'ם בערזל, און אויך די שליסלען, וואס לויט ווי ער האט בקבלה איז דאס א וואונדערליכע סגולה קעגן א רעש פון א בערזל.
איך האב עס אויספראבירט, און עס ארבעט ממש וואונדערליך! זינט דאן הער איך מער נישט קיין שום רעש פונ'ם בערזל, אפילו ביים שאקלן די ד' מינים!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 10:00 pm
דורך געלעגער
גרוזי שמייכאלתי,
תמים, אבאמעלעך כ'מיין טשענדזש....
האלט איך נישט אין קיין בערזעל איך האלט עס לאאס
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 10:47 pm
דורך שוועמל
שכויח גרויזי....
גיימיר עס אויספרובירן..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 12:01 am
דורך וויכטיג מאכער
גרויזי, טיפיקל.. אבער כאב געלאכט, פארפאלן, ביסט גוט..
שוועמל, מיר האט אמאל א קייראפרעקטער געזאגט אז מ'טאר נישט האלטן די בערזעל אין די בעק פאקעט.. ער זאגט אז אפילו דו פיהלסט נישט, בייגסטע אבער אויס דיין ריקען, ער האט מיר געוויזן, אז מיין רעכטע שאלדער, איז געווען העכער ווי מיין לינקע.. סאו האלטן אין די בעק פאקעט, איז עניוועי נישט קיין גוטע איידיע..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 12:39 am
דורך שוועמל
וויכי דאס איז אמת ויציב.
פונקט די וואך האט מיין שוועמל'טע מיר געזאגט, הנה נא ידעתי יעצט זעה איך אז דו שטייסט שיף, דו שטייסט שיעף! אזוי זאגט זי מיר.
נאך א חקירה ודרישה, ופרשו השמלה, איז מען דערגאנגען אז די רעכטע זייט דארט וואו איך האלט דעם בערזל איז געווען העכער און ביי דער לינקער זייט בין איך געווען נידריגער. פון אסאך זיצן אויפן בערזל האט זיך מיין ריקן ביין געבויגן אויף לינקס.
איך בין געדעמעזשט געווארן. קען איך סוען די בערזל קאמפאני? דארף איך נאך צאלן מיינע קרעדיט קארדס, איך האב דאך א טיסעביליטי סטעטוס? איך בין שיעף?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 12:21 pm
דורך thefact
שוועמל האט געשריבן:וויכי דאס איז אמת ויציב.
פונקט די וואך האט מיין שוועמל'טע מיר געזאגט, הנה נא ידעתי יעצט זעה איך אז דו שטייסט שיף, דו שטייסט שיעף! אזוי זאגט זי מיר.
נאך א חקירה ודרישה, ופרשו השמלה, איז מען דערגאנגען אז די רעכטע זייט דארט וואו איך האלט דעם בערזל איז געווען העכער און ביי דער לינקער זייט בין איך געווען נידריגער. פון אסאך זיצן אויפן בערזל האט זיך מיין ריקן ביין געבויגן אויף לינקס.
איך בין געדעמעזשט געווארן. קען איך סוען די בערזל קאמפאני? דארף איך נאך צאלן מיינע קרעדיט קארדס, איך האב דאך א טיסעביליטי סטעטוס? איך בין שיעף?
יעצט לייג עס אפאר יאר אין די לינקע טאש וועט עס זיך אויסגראדן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 12:27 pm
דורך סתם_אזוי
חחחח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 12:30 pm
דורך שוועמל
חחחחחח
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 6:33 am
דורך ביזנעסקאפ
אוי שוועמל נאר אזעליכע דאגות.. אבער וואס טוט מען נישט פאר אפאר טאלער... אביסל ריקן ווייטאג, דאס געביין בייגט זיך אביסל אויף לינקס, זיי נישט געזארגט גם זה יעבור, נאך אלטס בעסער ווי בכלל נישט צו האבן קיין געלט, כ'האב שוין געזעהן מענטשן וואס אפאר דאללער האט זיי שוין געמאכט ערגערע פראבלעמען... מאנכע זענען אפי' געווארן גייסטיש צורידערט...
עניוועי מיין עצה איז זאלסט קויפן נאך א בערזך און עס לייגען אין די אנדערע פאקעט, אפשר וועט זיך דער ריקן אזוי אויסגראדן,
דער עיקר איז זאלסט נאר האבן מיט וואס אנצופולן די צווייטע בערזל...
אז כ'רעד שוין יא פון בערזל פראבלעמען וויל איך נאר ערווענען א צווייטע ענדליכע פראבלעם.
איך האלט שוין א שיינע שפאר יאר מיין (ליידיגע) בערזל אינעם רעכטן הויזן טאש, אבער יעדע פאר וואכן ברויך איך טוישן הויזן... עה נישט ממש וואכן, אבער יעדע שטיק צייט ברויךכע'ס טוישן, דאס איז ווייל די שפיץ פערזל רייבט אריין אינם הויזן און דאס ווערט געלעכערט, נישט ווייל כ'נעם מיך צום הארצן צו גיין מיט א געלעכערטעם הויזן... נאר כהאב מורא אז אפאר רובל וועט זיך נאך איין טאג ארויסגליטשן פון דארט.. עני העלפ?