בלאט 1 פון 1
געזונטהייט: לויפן יעדע האלבע שעה, איז דאס נארמאל?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 1:00 pm
דורך ביזנעסקאפ
איך האב געוואלט (און כ'וויל נאך אלטס) אנרירען א שטיקעל אומבא'טעמ'טע נושא וואס מאכט זיך ביי מענטשן ואני בתוכם, כ'ווייס נישט אויב ס'איז שיין צו רעדן דערוועגן אבער אז מ'מוז, מוז מען.
געוויסע מענטשן האבן אדער 'ליידען' פון א געוויסע אומבאהאלפענע מחלה/איינרעדעניש, וואס קען זיין אז ס'האט א נעמען אין די מעדיצינישע קארידארן וואס איך פערזענליך ווייס נישט, די אויסקום דערפון איז אז דער מענטש ברויך און איין לויפן אין ביה"כ, אנגעהויבן אינדערפרי און גיענדיגט... ניין ס'ענדיגט זיך נישט, סיי צופרי און סיי אינמיטן דערנאכט דער מענטש קען געברויכן/גיין יעדע האלבע שעה און אפי' מער, די סיסטעם איז שוין אזוי איינגעוואינט אז אפי' ביינאכט אינמיטן שלאפן וועקט מען זיך אויף און מ'קען נישט ווייטער איינשלאפן ווילאנג מען גייט זיך אויסרייניגען. ביי געוויסע גייט דאס אזוי ווייט אז אפי' מען גייט נאר דורך נעבען א ביה"כ מוז מען שוין אריינגיין, אזוי ווי א צווייטער וואס מאכט אויף די נאש קלאזעט ווען ער גייט עס פארביי.
איז די פראגע אזוי איז דאס בלויז אן איינרעדעניש וואס מען ברויך ארויסהאקן?
צו איז דאס א אינערליכע מיחוש וואס מען ברויך גיין זעהן א דאקטער?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 1:05 pm
דורך קאמענטאטאר
If talking about "number 1" it might be a prostate problem, you should ask your doc
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 2:02 pm
דורך קרעמער
search the term "frequent urination", one of the sites i found
http://www.healthcentral.com/incontinen ... 9-108.html
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 2:26 pm
דורך ביזנעסקאפ
יש"כ קרעמער פאר די נוצבארע לינק
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 6:20 pm
דורך שוועמל
דאס איז א צייכן פון שוואכע בלעדדער מוסקלען.
מען דארף מאכן די קאאגל עקסערסייז (וואס איז רעקאמענדירט פאר פרויען). יעדנספאל באראט דיך מיט דיין דאקטאר, טוה נישט קיין זאכן אויף די אייגענע האנט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 6:43 pm
דורך געלעגער
שוועמל האט געשריבן:דאס איז א צייכן פון שוואכע בלעדדער מוסקלען.
מען דארף מאכן די קאאגל עקסערסייז (וואס איז רעקאמענדירט פאר פרויען). יעדנספאל באראט דיך מיט דיין דאקטאר, טוה נישט קיין זאכן אויף די אייגענע האנט.
ווי זוי איך פארשטיי איז עס מער א או סי די. פראבלעם ווי א עקסערסייז אישו
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:21 pm
דורך וואלוועלע
געלעגער ס'איז נישט אמת אז ס'האט מט אוי סי די, ווייל ס'קאן גאנץ מעגליך זיין אז ס'איז דאס שועמיל זאגט אז ס'האט מיט שוואכע בלעדדער מוקסלען, ס'איז זייער נישט גערעכט אנצולייגן אלעס אויף אוי סי די,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 11:56 am
דורך ביזנעסקאפ
שוועמל א דאנקע. העמיר טוען דערין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 8:35 pm
דורך scy4851
קעגעל עקסערסייזעס קען העלפען, אבער אויב עס איז אן 'ענלארדשט פראסטעיט' וועט עס גאר נישט אויפטוהן.
א דוקטאר קען טשעקען און זאגן דיר אויב די פראסטעיט איז ענלארדשט.
מעקען טרייען saw palmetto , צי באקומען און אלע העלט פאד סטארס. דאס וועט גרינגער מאכען אויב דאס איז דער פראבלעם. מען קען עס קריגען מיט א הכשר.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 10:40 am
דורך געלעגער
וועלוועלע איך האב מיך באצויגען צי די ווערטער
. ביי געוויסע גייט דאס אזוי ווייט אז אפי' מען גייט נאר דורך נעבען א ביה"כ מוז מען שוין אריינגיין....
דאס שמעקט זייער שטארק פין או.סי.די.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 10:54 am
דורך scy4851
איך קען א רב וואס האט א פראבלעם און לויפט וויפיל מאל און בית הכסא און מיטען דאווענען, אז דער עולם ווייסט על פי זיין באפעל, אז אויף אוהם זאל מען נישט ווארטען ביי קריאת שמע און שמונה עשרה.
אבער פלאי פלאים!
ראש השנה און יום הקדוש, איז ער בעל תפילה פאר מוספים, און ער קען אזוי שטיין עטליכע שעה ביים עמוד, און נאו פראבלם!
וואס הייסט...דאס או סי די?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 10:56 am
דורך קאמענטאטאר
דאס איז לכאורה נאר צוליב פחד פון יוה"כ וועלכע איז גובר איבער זיינע פערזענליכע צרכים.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 12:18 pm
דורך שוועמל
איבערטראכטענדיג דערמאן איך מיך פון דעם באקאנטן הרב כ"ץ פון בארא פארק.
ער גיבט סעציעס יעדע דריי וואכן אין זיין דירה איבער א מהלך פון דאקטאר סארנאו.
זיין שיטה איז גאר אין קורצן:
א מענטש וואס האט א פסיכאלאגישע ווייטאג און עס דרוקט שטארק אויפן מוח, וועט זיין סוב-קאנטשעס פרובירן מיט אלע מיטלען ער זאל אוועקקוקן פון דעם פסיכאלאגישן ווייטאג. די הויפט מיטל וואס דער סוב-קאנטשעס נעמט אונטער איז צו שאפן א פיזישער ווייטאג אזוי אז דער מוח זאל ענדערש טראכטן און זיין פארנומען מיט די נארישע פיזישע ווייטאג ווי איידער די פסיכאלאגישע ווייטאג. (פונקטליך וויאזוי דאס גייט צו אין די מוח און אין די קערפער ווייס איך נישט. עס איז דא קאנטשעס מיט א סוב-קאנטשעס און די צוויי קריגן זיך כסדר).
זיין 'קיור' איז זיך צו שלאגן מיטן סוב קאנטשעס דורך כסדר זאגן אז איך פייף דיך אן. די נוסח גייט בערך אזוי:
"פיזיש פעלט מיר גארנישט, איך בין געזונט און שטארק ווי יעדער מענטש פון מיין עלטער. מיין סוב-קאנטשעס וויל פארדרייען מיין סייקאלאזשיקל אטענשאן צו מיין פיזיקל אטענשאן, אבער איך וועל נישט לאזן מיין סוב-קאנטשעס פירן מיין לעבן, איך וועל עס פירן די וועג וויאזוי איך וויל! [בע"ה]".
איי וואס טוט מען מיטן פסיכאלאגישן ווייטאג? דאס איז גארנישט, דאס שאפט נישט קיין פראבלעמען, און מען קען עס באזייטיגן פון די געדאנקען דורך מוחל זיין פאר יענעם, דורך עס אויסרעדן פאר א צווייטן וכדומה. און רוב מענטשן האבן פון גאר אינג אזעלכע פסיכאלאגישע ווייטאגן אנגעהויבן פון אלץ קינד, איינער האט אים געטשעפעט וכו' זאכן וואס זענען לרוב שטותים אבער עס בלייבט אין מענטשענס געדאנק אויפן גאנץ לעבן!
לויט דעם הרב כ"ץ פארציילט ער פון הונדערטער מענטשן וואס האבן געהאט ווייטאגן אין די מוסקלען, צוקער, פאנגוס, און פארשידענע שוואכקייטן און די קערפער. און נאכן אננעמען זיין מהלך זענען די פיזישע מחלות פארשווינדן!
פארשטייט זיך אז דאס קען נישט געזאגט ווערן אויף ערענסטע מחלות ווי הארץ אטאקעס ה"י וכדומה, אבער די סארט לייכטע מחלות וואס מענטשן רופן "איינרעדעניש- ס'פעלט אים גארנישט" אויף דעם איז דאס געזאגט געווארן.
איך בין שוין געווען עטליכע מאל ביי זיין שיעור, מען ברויך עס אויפפרישן יעדע שטיק צייט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 1:28 pm
דורך משה'עלע
איינער וואס איז דורשטריג טרינקט און לויפט טרינקט און לופט דארף זיך תיכף בודק זיין פאר צוקער דאס איז פון די הופט סימפטעמס אז מליידט אויף צוקער
אנטשולדיט פארן ענפערן דריי יאהר שפעיט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 5:06 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
ןבגדרי ההלכה יש לציין מה שהאריך הרב ממונקאטש ז"ל בנימוקי אורח חיים סימן ג, בשם הדברי יחזקאל זי"ע כי עד ג' שעות אין להתפעל מכלום, ואין להשגיח בזה כלל וכלל, עיי"ש. ומן הראןי להעתיק כאן כל דבריו . וגם דברי מוהר"ן זי"ע בשיחות הר"ן. [אין לי האפשרות לזה].