בלאט 4 פון 4

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:21 am
דורך כהאב נישט קיין ניק
איך פלעג רייכערען זייער אסאך איין מוצאי שבת נאכען ערשטע ציגערעט האבען די ווייב אין קינדער זיך געבעטען צי סטאפען 10 חדשים אריבער ציגענומען 30 פונט בלי גוזמא ארוף פוין א סייז 48 צי 54 אבער נישט גערייכערט...

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:35 am
דורך יש בו
ווער זאגט אז רייכענען איז מער שעדליך ווי איבערוואגיקייט אדער קאנסטיפעישן?

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 12:56 am
דורך הענדימען
איך פלעג רייכערן איבער 2 פעקלעך א טאג

נאכן פרובירן צו אפגעוואוינען שטייטעלעך, ניקאטין פעטשעס, לאו ניקאטין סיגארעטס (פוי! עך! פעך! אן עקל!) האבעך באשלאסן אז דאס איז עס!

כ'האב א טאג און א זייגער וואס דאן גייט מען אויפהערן און מודיע געווען פאר יעדן אז ווען די גליקליכע מינוט גייט קומען גייט זיך דאס רייכערן ענדיגן

דערוילעם האט געלאכט פון מיר אין די פויסטן און זיך געשוואוירן אז ס'גייט קיינמאל נישט געשעהן

למעשה איז דער גרויסער טאג און מינוט אנגעקומען. כ'האב נאך געהאט ציגארעטלעך אין מיין שאכטל. און דאס רייכערן האט זיך געענדיגט!

ס'שוין איבער צען יאר זייט איך האב אריינגענומען דעם לעצטן ציגארעטל ב"ה

איך האב צוגענומען גאר אסאך וואג די ערשטע שטיק צייט אבער ס'האצעך בארואיגט נאך אפאר חדשים


יעצט צו די מיליאן דאלאר שאלה. וויאזוי האבעכעס געמאכט איז די ענטפער זייער פשוט. מיינדסעט!

ביז יעצט בינעך געווען א רייכערער. איך האב אלץ זיכער געמאכט אז איך האב ציגארעטלעך, ווען איך בין אריין אין א גרויסע בילדינג האבעך אטאמאטיש געזוכט (און געטראפן) א פלאץ וואו מ'קען רייכערן און נאך וואס איך דערמאן זיך נישט אויף די מינוט

פון יענעם גליכליכן טאג און ווייטער בינעך געווארן א געוועזענער רייכערער. איך דארף נישט רייכערן, דארף נישט וואו צו רייכערן. איך האב אנגעקוקט א ציגארעטל און געזאגט דערצו, איך האב מיט דיר גארנישט

וואס האט אסאך געהאלפן איז די געוואלדיגע געפיל אז איך קען באווייזן דאס אוממעגליכע און אויפהערן צו רייכערן אזוי אויך די נצחון קעגן אלע וואס האבן געלאכט

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 5:17 pm
דורך חסידישער קאך
ווער זאגט אז זיין גראב איז ערגער

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 7:37 pm
דורך חושב מחשבות...
איינער האט דא שוין געפילט נאכן זיך איבעררייכערן אזא שטיקל ווייטאג ביים הארץ?

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 8:10 pm
דורך לפנות בוקר
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט דא שוין געפילט נאכן זיך איבעררייכערן אזא שטיקל ווייטאג ביים הארץ?

יא

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 8:35 pm
דורך זייער קלוג
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט דא שוין געפילט נאכן זיך איבעררייכערן אזא שטיקל ווייטאג ביים הארץ?

וואס א חילוק אויב נאך איינער האט עס שוין געפיעלט אויב די האסט עס שוין געפיעלט הער יעצט אויף רייכערן :grin:

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 11:03 pm
דורך יש בו
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט דא שוין געפילט נאכן זיך איבעררייכערן אזא שטיקל ווייטאג ביים הארץ?

יא,

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 11:33 pm
דורך חושב מחשבות...
יש בו האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט דא שוין געפילט נאכן זיך איבעררייכערן אזא שטיקל ווייטאג ביים הארץ?

יא,

און?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 12:15 am
דורך כהאב נישט קיין ניק
חסידישער קאך האט געשריבן:ווער זאגט אז זיין גראב איז ערגער

דר. זעלענקע האט מיר געזאגט אז איך זאל ענדערעש רייכערען ווי זיין איבער וואג

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2019 8:14 am
דורך יש בו
חושב מחשבות... האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט דא שוין געפילט נאכן זיך איבעררייכערן אזא שטיקל ווייטאג ביים הארץ?

יא,

און?

כ׳האב א ריינגענומען אפאר טיפע רואיגע אטעמס דורך די נאז, און סהאט זיך בארואיגט, אמאל שנעלער (אפאר מינוט) און אמאל שטייטער (נעקסטע טאג)

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 6:23 pm
דורך איך בין א יוד
יש בו האט געשריבן:נאך 5 יאר רייכענען העווי, האב איך געסטאפט אין א שארט-סטאפ, פאר צוויי אין א האלב יאר געהאט עצירות, גארנישט האט נישט געהאלפן,
אין איין סטרעס-פולן טאג האביך אנפארטשענעטלי גאכאפט א ציגרעטל, און וואונדער איבער וואונדער אלעס האט זיך אויסגעהיילט,
למעשה האב איך ממשיך געווען אזוי שוין אפאר חדשים
איך בין שוין גרייט נאכאמאל צו סטאפן, איך נאר א גוטע סובסיטוט


לימון זאפט און אינגבער איז זייער גוט, פאר די מאגן, עס האט מיר געהאלפן וואונדאבאר,

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 6:24 pm
דורך איך בין א יוד
יש בו האט געשריבן:נאך 5 יאר רייכענען העווי, האב איך געסטאפט אין א שארט-סטאפ, פאר צוויי אין א האלב יאר געהאט עצירות, גארנישט האט נישט געהאלפן,
אין איין סטרעס-פולן טאג האביך אנפארטשענעטלי גאכאפט א ציגרעטל, און וואונדער איבער וואונדער אלעס האט זיך אויסגעהיילט,
למעשה האב איך ממשיך געווען אזוי שוין אפאר חדשים
איך בין שוין גרייט נאכאמאל צו סטאפן, איך נאר א גוטע סובסיטוט


לימון זאפט און אינגבער איז זייער גוט, פאר די מאגן, עס האט מיר געהאלפן וואונדאבאר,

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 7:14 pm
דורך nmi
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט דא שוין געפילט נאכן זיך איבעררייכערן אזא שטיקל ווייטאג ביים הארץ?

יעפ :-(

געשריבן: מאנטאג ינואר 06, 2020 1:55 pm
דורך לפנות בוקר
איך וויל דאנקען דעם בורא כל עולמים אז יעצט איז געווארן א יאר - 13 חדשים - פון ווען דאס לעצטע ציגרעטל איז אריין אין מיין מויל... 4 חדשים פון די לעצטע עלעקטריק ציגרעטל.... און איך האב אנגעהויבן לעבן ווי א נארמאלע מענטש... מקען אטעמען.. טאנצען.. מקען פשוט הנאה האבן פון די בריאה אזוי ווי די אייבערשטער גיבט עס.. נישט זיין אנגעצויגען ביינאכט מי יתן הציגארעטל בבוקר און פארקערט.. נישט לויפן דאווענען מוצש"ק ביים זמן ווייל די ציגרעטל..
אז מוויל קען מען......

געשריבן: דינסטאג ינואר 07, 2020 12:31 am
דורך מצב כללי
לפנות בוקר האט געשריבן:איך וויל דאנקען דעם בורא כל עולמים אז יעצט איז געווארן א יאר - 13 חדשים - פון ווען דאס לעצטע ציגרעטל איז אריין אין מיין מויל... 4 חדשים פון די לעצטע עלעקטריק ציגרעטל.... און איך האב אנגעהויבן לעבן ווי א נארמאלע מענטש... מקען אטעמען.. טאנצען.. מקען פשוט הנאה האבן פון די בריאה אזוי ווי די אייבערשטער גיבט עס.. נישט זיין אנגעצויגען ביינאכט מי יתן הציגארעטל בבוקר און פארקערט.. נישט לויפן דאווענען מוצש"ק ביים זמן ווייל די ציגרעטל..
אז מוויל קען מען......


זייער א שיינע זאך

חזק ואמץ

געשריבן: דינסטאג ינואר 07, 2020 12:37 am
דורך בארואיגט-אייך
איך רייכער שוין נישט 7 גאנצע וואכן!

איך האב חרטה פארן סטאפן....,

געשריבן: דינסטאג ינואר 07, 2020 12:48 am
דורך אדער יא
חזק ואמץ!! גיב נישט אויף!!!

געשריבן: דינסטאג ינואר 07, 2020 1:02 am
דורך פארווייטאגט
בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך רייכער שוין נישט 7 גאנצע וואכן!

איך האב חרטה פארן סטאפן....,


דאס חרטה פאר'ן אנהייבן איז סאך שטערקער...... (לדעתי).

געשריבן: דינסטאג ינואר 07, 2020 6:29 am
דורך צו געזונט
צום מיללעניום האמיר אויפגעהערט רויכערן! אבער איך לאז אנדערע...
אפגעמאכט צו אויפגעהערן נאך א שטארקע פארקילעכץ, אבער נאך אריינגערוקט איין לעצטע ציגארעטל.

געשריבן: דינסטאג ינואר 07, 2020 1:43 pm
דורך להודיע
איך רייכער שוין צען יאר יעדן טאג "איין" ציגארטעל, צופרי. ס'איז פשוט די בעסטע מיטל פאר עצירות. מענטשן זאגן ס'איז עדיקטיוו איך זעה עס נישט ביי מיר, והא ראי' איך בין נאכנישט ארויף אויף מער פון איין ציגראטעל די אלע יארן.

געשריבן: דינסטאג ינואר 07, 2020 2:16 pm
דורך נשמה
צום קעפל. לענגערע געזונטע יארן אם ירצה השי"ת פאר די ארומיגע.