וואס זענען די תוצאות פון סטאפן רייכערען???

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 22, 2012 12:07 pm

תגובהדורך אבי ווער » מאנטאג אפריל 02, 2012 9:51 am

משה קארנפעלד האט געשריבן:
איך קלער אז סיז גרינגער צו שניידן די צאל צוגארעטן ווי איידער דאס שטיפן די שעות, איך רעד שוין נישט פון דעם אז די צוגארעטל אינדערפרי מיטן קאווע איז פון די סאמע הויפט יסודות.(דאס איז שוין די מיינונג פון הער קרעמער זעלבסט, נישט פון ...1)

אפילו אז די צוגארעטל אינדערפרי איז פון די סאמע הויפט יסודות ווי איר זאגט אבער סטאפען ווילט איר דאך ניין?
איך האלט אז שטיפן די שעות איז יא מער תועלת אין עס וועט מער אויפטיען, ווייל א מענטש וועט ענדרעש אריינכאפן נאך א ציגרעטעל פין וויפעל ער האט אפגעמאכט אז ער גייט רייכענען, ווי אנציפאנגען פריער רייכענען. אבער איר מעגט זיך קריגען מיט מיר!

משה קארנפעלד האט געשריבן:לאמיך נאר אביסל מער הערן פון דיר, איך האלט נאך אינמיטן די שארט סטאפ און יעדן טאג באזונדער גיי איך אויס פאר א צוגארעטל.

ביי דיר איז עס אמאל געקומען צו אן ענדע? אדער דאס איז א לעבענסלענגליכע קאמף פונקט ווי די מלחמת היצר?

אוודאי וועט זיך עס סטאפן, געב עס נאר אביסעלע צייט, געדענק כל התחלות.....!.!.!
ביי מיר איז זייער אינטערסאנט די איינציגסטע מאל וואס ס'איז מיר זייער שווער איז קודם פשוט ווען איך זעה א צווייטען רייכענען, אין אויך ווען איך טרינק אביסעל פין די ביטערע טראפ אלקאהל ממש דעמאלטס איז געפערליך, אין דעמאלטס איז פין די איינציגסע פעלער וואס איך פאל ליידער דארעך
נאך איינער האט אזא זאך איז עס נישט מאדנע?
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג אפריל 02, 2012 11:43 am

נאך נישט געהערט איבער דעם אלקאהאל פראבלעם.

דו רעדסט בשעת'ן טרינקן צובייסן דערצו א צוגארעטל אדער אז נאכן טרינקן ברענגט עס א דראנג צו נעמען א צוגארעטל?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מאנטאג אפריל 02, 2012 11:57 am

נאך א טאג ארבעט איז זייער שווער נישט צו נעמען א ציגאר.

אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 22, 2012 12:07 pm

תגובהדורך אבי ווער » מאנטאג אפריל 02, 2012 11:58 am

משה קארנפעלד האט געשריבן:
דו רעדסט בשעת'ן טרינקן צובייסן דערצו א צוגארעטל אדער אז נאכן טרינקן ברענגט עס א דראנג צו נעמען א צוגארעטל?

נאכן טרינקן!
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג אפריל 03, 2012 10:03 pm

מיר האבן ב"ה געמאכט א שארט סטאפ לגמרי, און יא עס ציהט מיר נאך אלץ א ציגרעטעל בעיקר צופרי אין מוצ"ש איבערהויפט ווען מיין שכן רייכערט, די שווערסטע טייל איז געווען מיט די הכנות אין איך קען אפשר זאגן אז ס'שטערט מיר נאך אלץ די חלק,
איין מאל א יאר רייכער איך נאך דאס איז פורים פונעם זמן ביז אויס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אפריל 03, 2012 10:16 pm

ים רויבער האט געשריבן:מיר האבן ב"ה געמאכט א שארט סטאפ לגמרי, און יא עס ציהט מיר נאך אלץ א ציגרעטעל בעיקר צופרי אין מוצ"ש איבערהויפט ווען מיין שכן רייכערט, די שווערסטע טייל איז געווען מיט די הכנות אין איך קען אפשר זאגן אז ס'שטערט מיר נאך אלץ די חלק,
איין מאל א יאר רייכער איך נאך דאס איז פורים פונעם זמן ביז אויס

אינטערסאנט, נאך פורים הייבט איר נישט צורוק אן ? געווענליך גייט דאס אז איינמאל מברעכט זיך צום ציגארעטל נעמט מען זיך צירוק רייכערן.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אפריל 03, 2012 10:18 pm

בוידעם האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:מיר האבן ב"ה געמאכט א שארט סטאפ לגמרי, און יא עס ציהט מיר נאך אלץ א ציגרעטעל בעיקר צופרי אין מוצ"ש איבערהויפט ווען מיין שכן רייכערט, די שווערסטע טייל איז געווען מיט די הכנות אין איך קען אפשר זאגן אז ס'שטערט מיר נאך אלץ די חלק,
איין מאל א יאר רייכער איך נאך דאס איז פורים פונעם זמן ביז אויס

אינטערסאנט, נאך פורים הייבט איר נישט צורוק אן ? געווענליך גייט דאס אז איינמאל מברעכט זיך צום ציגארעטל נעמט מען זיך צירוק רייכערן.

עס גייט אינאיינעם מיט סטאפן מיט א שארט סטאפ, ווייל עס איז א "קאנוויקשען" א פעסטע באשלוס, און פונקט אזוי איז מען שטארק, אז נאר פורים, און נישט דערנאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מיטוואך אפריל 04, 2012 12:48 am

די ערשטע זאך איז. האלט נישט די באקסעל אונטער די האנט.
לאז עס איבער אינדערהיים און נעם נאר ארויס צופרי וכד' לויט די אפמאך

אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 22, 2012 12:07 pm

תגובהדורך אבי ווער » מיטוואך אפריל 04, 2012 10:12 am

ים רויבער האט געשריבן:איין מאל א יאר רייכער איך נאך דאס איז פורים פונעם זמן ביז אויס

אויך וועגן אלקאהל אדער סתם אלס מנהג?
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך אפריל 04, 2012 10:19 am

קורץ-אפשטעל יארן צוריק. ב"ה עס איז נאך אין קראפט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אפריל 04, 2012 10:51 am

קראק-פאט האט געשריבן:קורץ-אפשטעל יארן צוריק. ב"ה עס איז נאך אין קראפט.

און אנדערע ווערטער : געמאכט א שארט סטאפ און געבליבען סטאק. כה לחי.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך אפריל 04, 2012 11:02 am

די לענגסטע וואס איך האב געהאט אויפגעהערט פאר איז געוועהן בערך צוויי חדשים... און פאר די צוויי חדשים האב איך געהאט די עלעקטראנישע.
ס'האט זיך אבער נישט גוט אויסגעארבעט און איך בין געווארן פאר'עקל'ט פון דעם און איך בין גלייך צוריק צום געהעריגן.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך אפריל 04, 2012 11:05 am

אבי ווער האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:איין מאל א יאר רייכער איך נאך דאס איז פורים פונעם זמן ביז אויס

אויך וועגן אלקאהל אדער סתם אלס מנהג?

ווייל איך האב עס ליב, אין איין מאל א יאר געט מען זיך נאך די תאווה
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

שוטה
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 4:07 am

אבי ווער האט געשריבן:
משה קארנפעלד האט געשריבן:
דו רעדסט בשעת'ן טרינקן צובייסן דערצו א צוגארעטל אדער אז נאכן טרינקן ברענגט עס א דראנג צו נעמען א צוגארעטל?

נאכן טרינקן!

ג"א מצטרף.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
pianist
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

תגובהדורך pianist » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 3:34 pm

א פחדים'דיגער בריוו די וואך אין "דער איד" פון א יונגערמאן אין די פערציגער יאהרן וואס ליגט נעבעך אין שפיטאל צוגעבינדען צו מאשינען, ווי ער באוויינט די אלע יאהרן וואס ער פלעגט צו רייכערן, ביז מ'האט ביי אים ליידער געטראפן די ביטערע מחלה אין די לינגען ה"י.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 04, 2012 10:44 pm

אוקעי, כ'בין נישט געווען אין שפיטאל מיט יענעם איד, אבער די דזשאב האט עס געמאכט, דאס ווייב איז געווארן אנגעצויגן, און כ'רייכער ווייטער.

כאב שוין מסתמא מער ווי איינמאל ערווענט צווישן די שפאלטענעס פון קרעטשמע, אז מיין דעה, - און אויך האב איך גערעדט איבער דעם צו עטליכענע דאקטורים - אויב רייכערט מען נישט איבער די מאס, שעדיגט דאס נישט דעם מענטש מער ווי דער מענטש וואס רייכערט אפילו איינמאל אויך נישט. פשוט, דער גוף פארנעמט רויעך, עס פארנעמט רייכערן צווישן פינף און זיבן ציגרעטליך א טאג. (טו בי מאר קארעקט, געוויסע דאקטורים האבן נאר מסכים געווען ביז פינף, אבער מיר זענען מקיל אין דעם.)

די פראבלעם איז, אז רוב מענטשן זענען שרעקליך אדיקטעד צו דעם, און קענען זיך נישט אויסשטעלן אז זיי זאלן נישט אריבערגיין די מאס. און יעדע זאך וואס א מענטש טוט עקסטרים, קען דער גוף דאס נישט פארנעמען. פרוביר עסן א קאנטעינער אייזקרעים אויף איינמאל, קענסט גלייך אריינגיין אין שפיטאל. עס קען צומאל געלונגען, און צומאל צוויי מאל, אבער אין די לאנג ראן, הרג'עט עס די מענטש. א מענטש וואס רייכערט א באקס צוויי טאג, אביוזד זיין סיסטעם. דער גוף איז נישט מסכים דערצו, און ער איז עס נישט מסדר ווי עס באדארף.

אני הקטן האלט זיך ברוך השם צו די מאקסימום, און צומאל אויך צו די מינימום, און כ'ענדזשוי זייער דעם ציגרעטל. לפעמים דזשאוסט פאר די (פיל אריין וואס דו ווילסט), סטאפ איך אויף א תקופה ביז כ'באשליס צוריק אנצוהויבן. אבער מיין אויפהערן, איז פון א רגע אויפ'ן צווייטן. און דאן קען איך נאך האבן א באקסל אין טאש, און עס טיילן לכל מאן דבעי. און אויך שטיין מיט קופקעס רויכערער, און לפעמים זיצן אין א שטוב מיט רויכערער, און עס רעדט נישט צו מיר בכלל.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג דעצמבער 04, 2012 11:11 pm

סאכדעס האט געשריבן:אוקעי, כ'בין נישט געווען אין שפיטאל מיט יענעם איד, אבער די דזשאב האט עס געמאכט, דאס ווייב איז געווארן אנגעצויגן, און כ'רייכער ווייטער.

wow דו האסט מיך ממש בארוהוגט מיט דעים איידוע ביסט זיכער אין דעים? האסט א לינק דערויף אויך?

למעשה אפילו איך רייכער ווייניג קען איך צומאל פילן דריקיניש צו מיינט עס אז איך דארף שוין סטאפן?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג דעצמבער 04, 2012 11:15 pm

דו קענסט אליינס רעדן צו דיין דאקטאר, זאג אים אז סאכדעס פון אייוועלט שרייבט בפירוש אזוי, אפשר וועט ער דאדורך מודה זיין.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג דעצמבער 04, 2012 11:19 pm

סאכדעס האט געשריבן:דו קענסט אליינס רעדן צו דיין דאקטאר, זאג אים אז סאכדעס פון אייוועלט שרייבט בפירוש אזוי, אפשר וועט ער דאדורך מודה זיין.

גראדע האט ער מיר געזאגט 3 א טאג אבער מיט א גאנצע הסבר און לכתחילה אזוי ווי דיר האט ער מיר נישט געזאגט, נאר בדיעבד אז די רייכערסט שוין יא טריי ס׳זאל זיין נאר דריי א טאג, הבנת?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג דעצמבער 04, 2012 11:48 pm

סאכדעס האט געשריבן:אוקעי, כ'בין נישט געווען אין שפיטאל מיט יענעם איד, אבער די דזשאב האט עס געמאכט, דאס ווייב איז געווארן אנגעצויגן, און כ'רייכער ווייטער.

כאב שוין מסתמא מער ווי איינמאל ערווענט צווישן די שפאלטענעס פון קרעטשמע, אז מיין דעה, - און אויך האב איך גערעדט איבער דעם צו עטליכענע דאקטורים - אויב רייכערט מען נישט איבער די מאס, שעדיגט דאס נישט דעם מענטש מער ווי דער מענטש וואס רייכערט אפילו איינמאל אויך נישט. פשוט, דער גוף פארנעמט רויעך, עס פארנעמט רייכערן צווישן פינף און זיבן ציגרעטליך א טאג. (טו בי מאר קארעקט, געוויסע דאקטורים האבן נאר מסכים געווען ביז פינף, אבער מיר זענען מקיל אין דעם.)

די פראבלעם איז, אז רוב מענטשן זענען שרעקליך אדיקטעד צו דעם, און קענען זיך נישט אויסשטעלן אז זיי זאלן נישט אריבערגיין די מאס. און יעדע זאך וואס א מענטש טוט עקסטרים, קען דער גוף דאס נישט פארנעמען. פרוביר עסן א קאנטעינער אייזקרעים אויף איינמאל, קענסט גלייך אריינגיין אין שפיטאל. עס קען צומאל געלונגען, און צומאל צוויי מאל, אבער אין די לאנג ראן, הרג'עט עס די מענטש. א מענטש וואס רייכערט א באקס צוויי טאג, אביוזד זיין סיסטעם. דער גוף איז נישט מסכים דערצו, און ער איז עס נישט מסדר ווי עס באדארף.

אני הקטן האלט זיך ברוך השם צו די מאקסימום, און צומאל אויך צו די מינימום, און כ'ענדזשוי זייער דעם ציגרעטל. לפעמים דזשאוסט פאר די (פיל אריין וואס דו ווילסט), סטאפ איך אויף א תקופה ביז כ'באשליס צוריק אנצוהויבן. אבער מיין אויפהערן, איז פון א רגע אויפ'ן צווייטן. און דאן קען איך נאך האבן א באקסל אין טאש, און עס טיילן לכל מאן דבעי. און אויך שטיין מיט קופקעס רויכערער, און לפעמים זיצן אין א שטוב מיט רויכערער, און עס רעדט נישט צו מיר בכלל.

דער אייבערשטער זאל העלפען איר זאלט אלעמאל זיין געזונט אין שטארק

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 12:13 pm

fiena nieas האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:דו קענסט אליינס רעדן צו דיין דאקטאר, זאג אים אז סאכדעס פון אייוועלט שרייבט בפירוש אזוי, אפשר וועט ער דאדורך מודה זיין.

גראדע האט ער מיר געזאגט 3 א טאג אבער מיט א גאנצע הסבר און לכתחילה אזוי ווי דיר האט ער מיר נישט געזאגט, נאר בדיעבד אז די רייכערסט שוין יא טריי ס׳זאל זיין נאר דריי א טאג, הבנת?

וואס איז די הסבר? און אויב הסבר פארוואס נאר בדיעבד?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 12:14 pm

משנה מקום האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אוקעי, כ'בין נישט געווען אין שפיטאל מיט יענעם איד, אבער די דזשאב האט עס געמאכט, דאס ווייב איז געווארן אנגעצויגן, און כ'רייכער ווייטער.

כאב שוין מסתמא מער ווי איינמאל ערווענט צווישן די שפאלטענעס פון קרעטשמע, אז מיין דעה, - און אויך האב איך גערעדט איבער דעם צו עטליכענע דאקטורים - אויב רייכערט מען נישט איבער די מאס, שעדיגט דאס נישט דעם מענטש מער ווי דער מענטש וואס רייכערט אפילו איינמאל אויך נישט. פשוט, דער גוף פארנעמט רויעך, עס פארנעמט רייכערן צווישן פינף און זיבן ציגרעטליך א טאג. (טו בי מאר קארעקט, געוויסע דאקטורים האבן נאר מסכים געווען ביז פינף, אבער מיר זענען מקיל אין דעם.)

די פראבלעם איז, אז רוב מענטשן זענען שרעקליך אדיקטעד צו דעם, און קענען זיך נישט אויסשטעלן אז זיי זאלן נישט אריבערגיין די מאס. און יעדע זאך וואס א מענטש טוט עקסטרים, קען דער גוף דאס נישט פארנעמען. פרוביר עסן א קאנטעינער אייזקרעים אויף איינמאל, קענסט גלייך אריינגיין אין שפיטאל. עס קען צומאל געלונגען, און צומאל צוויי מאל, אבער אין די לאנג ראן, הרג'עט עס די מענטש. א מענטש וואס רייכערט א באקס צוויי טאג, אביוזד זיין סיסטעם. דער גוף איז נישט מסכים דערצו, און ער איז עס נישט מסדר ווי עס באדארף.

אני הקטן האלט זיך ברוך השם צו די מאקסימום, און צומאל אויך צו די מינימום, און כ'ענדזשוי זייער דעם ציגרעטל. לפעמים דזשאוסט פאר די (פיל אריין וואס דו ווילסט), סטאפ איך אויף א תקופה ביז כ'באשליס צוריק אנצוהויבן. אבער מיין אויפהערן, איז פון א רגע אויפ'ן צווייטן. און דאן קען איך נאך האבן א באקסל אין טאש, און עס טיילן לכל מאן דבעי. און אויך שטיין מיט קופקעס רויכערער, און לפעמים זיצן אין א שטוב מיט רויכערער, און עס רעדט נישט צו מיר בכלל.

דער אייבערשטער זאל העלפען איר זאלט אלעמאל זיין געזונט אין שטארק

הא הא הא, טיפיקל טרעק מיינדעד.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 12:15 pm

אוטש, פארגעסן צו זאגן אמן אויף דיין ברכה. אמן כן יהי רצון, וכן למר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 12:22 pm

און כדי צו ענפערן די שאלה פון די קעפל, האב איך אסאך געהערט פון רויכערער וואס האבן אויפגעהערט, אז עס האט זיך אנגעזען אויף זייער סקעיל, זיי האבן אין א קורצע תקופה צוגענומען א 10 - 15 פונט. דאס שטימט מיט די טעאריע אז רויכערן העלפט די דיידזשעסטינג סיסטעם, ווי אסאך דאקטוירים האלטן.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך דעצמבער 05, 2012 12:34 pm

ס'איז לאו דוקא א ראי' אז ס'העלפט צו צום דיידזשעסטינג סיסטעם, ס'איז פשוט דא אזעלכע וואס אנשטאט א ציגרעטל נעמט מען עפעס צו עסן.

צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט