וואס זענען די תוצאות פון סטאפן רייכערען???

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:21 am

איך פלעג רייכערען זייער אסאך איין מוצאי שבת נאכען ערשטע ציגערעט האבען די ווייב אין קינדער זיך געבעטען צי סטאפען 10 חדשים אריבער ציגענומען 30 פונט בלי גוזמא ארוף פוין א סייז 48 צי 54 אבער נישט גערייכערט...
Sorry for my misspellings

אוועטאר
יש בו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:35 am

ווער זאגט אז רייכענען איז מער שעדליך ווי איבערוואגיקייט אדער קאנסטיפעישן?
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג אפריל 16, 2019 12:56 am

איך פלעג רייכערן איבער 2 פעקלעך א טאג

נאכן פרובירן צו אפגעוואוינען שטייטעלעך, ניקאטין פעטשעס, לאו ניקאטין סיגארעטס (פוי! עך! פעך! אן עקל!) האבעך באשלאסן אז דאס איז עס!

כ'האב א טאג און א זייגער וואס דאן גייט מען אויפהערן און מודיע געווען פאר יעדן אז ווען די גליקליכע מינוט גייט קומען גייט זיך דאס רייכערן ענדיגן

דערוילעם האט געלאכט פון מיר אין די פויסטן און זיך געשוואוירן אז ס'גייט קיינמאל נישט געשעהן

למעשה איז דער גרויסער טאג און מינוט אנגעקומען. כ'האב נאך געהאט ציגארעטלעך אין מיין שאכטל. און דאס רייכערן האט זיך געענדיגט!

ס'שוין איבער צען יאר זייט איך האב אריינגענומען דעם לעצטן ציגארעטל ב"ה

איך האב צוגענומען גאר אסאך וואג די ערשטע שטיק צייט אבער ס'האצעך בארואיגט נאך אפאר חדשים


יעצט צו די מיליאן דאלאר שאלה. וויאזוי האבעכעס געמאכט איז די ענטפער זייער פשוט. מיינדסעט!

ביז יעצט בינעך געווען א רייכערער. איך האב אלץ זיכער געמאכט אז איך האב ציגארעטלעך, ווען איך בין אריין אין א גרויסע בילדינג האבעך אטאמאטיש געזוכט (און געטראפן) א פלאץ וואו מ'קען רייכערן און נאך וואס איך דערמאן זיך נישט אויף די מינוט

פון יענעם גליכליכן טאג און ווייטער בינעך געווארן א געוועזענער רייכערער. איך דארף נישט רייכערן, דארף נישט וואו צו רייכערן. איך האב אנגעקוקט א ציגארעטל און געזאגט דערצו, איך האב מיט דיר גארנישט

וואס האט אסאך געהאלפן איז די געוואלדיגע געפיל אז איך קען באווייזן דאס אוממעגליכע און אויפהערן צו רייכערן אזוי אויך די נצחון קעגן אלע וואס האבן געלאכט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט