וואס זענען די תוצאות פון סטאפן רייכערען???

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

וואס זענען די תוצאות פון סטאפן רייכערען???

תגובהדורך Yes_or_no » דינסטאג יולי 14, 2009 11:36 am

איך האב לעצטנס געסטאפט רייכערען. אין איך בין געווארן זייער איינגעהאלטן. און אויך פיל איך מיר זייער שוואך. האב איך געוואלט וויסן אויב ס'האט א שייכות מיטן סטאפן רייכערען??

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג יולי 14, 2009 11:40 am

אודאי האט עס א שייכות, איך האב אויך לעצטנס געסטאפט און שוין כמעט צוריק אנגעהויבן וועגן דעם....

בד''וו מען זאגט אז רייכערן איז די גרינגסטע זאך אויפצוהערן, איך האב עס שוין געטוהן צענדליגער מאל.....

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג יולי 14, 2009 12:13 pm

יא-אדער-ניין, קודם כל חזק חזק ונתחזק, ווי שווער עס זאל נישט זיין האלט ווייטער אן און געב נישט אויף, אין די ענדע וועט זיין גוט.

שוין עטליכע יאר צוריק האב אויך פראבירט אוועק צו ווארפן דעם צוגארעטל(אגב יעצט טייפענדיג די שורות ליגט א צוגארעטל אין מיין האנט), עס האט אנגעהאלטן פאר געציילטע וואכן, און די צוויי וואכן וואס איך האב נישט גערייכערט איז געוען ממש צרות, איך האב זיך נישט גוט געשפירט און אפגעלעגן אין בעט פאר עטליכע טעג, כסדר געהיסט, אבער גוטע אידן האבן מיר מחזק געווען אז דאס וועט אריבער גיין ביז עטליכע וואכן, אין פאקט איז עס טאקע אריבער, ווייל נישט צו לאנג דערנאך האב איך צוריק אנגעפאנגן רייכערן...

און באמת איז עס זייער פשוט, פונקט ווי א מענטש זאל אויפגעבן זיין קאווע צופרי וועט ער נישט זיין קיין מענטש א גאנצן טאג, די זעלבע זאך איז מיט דעם, אבער ביידע קען מען אויפגעבן אויב מען איז גרייט צו ארבייטן, און נאך א שטיק צייט ווערט די קערפער צוגעוואוינט צום נייעם שטייגער.

אגב, אפשר איז זאל מיר מאכן דא פונקט ווי קרעמער האט געמאכט מיט זיין פידעלע, א אשכול פאר די גרופע פידלערס זיך צו סופארטן איינעם דעם צווייטן(קרעמער האסט גענוג סופארט...?) און אזוי וועט עס אפשר גיין גרינגער, און גוטע אידן וועלן אויפקומען מיט פארשידענע עצות איבער די נאכווייען פון אויפהערן רייכערן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מיטוואך יולי 15, 2009 11:32 am

רבותי עס איז זיכער אז מען קען אויפהערן רייכערן און פילע אידן קענען דערויף מעיד זיין, נאר ווי יעדע זאך דארף דאס גיין צוביסלעך, אזוי ווי איינער טרינקט יעדן טאג 6-7 קאוועס וועט ער נישט קענען פלוצלינג סטאפן און גארנישט טרינקען, נאר קודם וועט ער אפמאכן פאר צוויי וואכן נאר צו טרינקען 4 קאוועס און דערנאך פאר נאך א באשטימטע צייט (קען זיין מער ווי צוויי וואכן, עס קען זיין אפילו צוויי חדשים אבער מיז זיין אפגעמאכט אויף א באשטימטע צייט אפשניט) צו טרינקען נאר 2 קאוועס און אזוי ווייטער, די זעלבע זאך איז מיט סטאפן צו רייכערן, אזוי טראכט מיין קאפ

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 15, 2009 3:10 pm

הערטס אויס טייערע יודן..

רייכערן, איז -וואו באקאנט- זייער נישט געזונט, און יעדער כמעט וויל אויפהערן.. די פראבלעם איז נאר, אז די מוח לאזט נישט..

וואו אסאך אירע ווייסן שוין, בין איך שוין געווען ביי אסאאך לעקציע'ס, פאר ביזנעס א.א.וו., ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין איין מאל ביי איינעם, (איך געדענק נישט זיין נאמען) ער האט געוואלט ארויסברענגען א געוויסע פוינט, האט ער געגעבן צוויי משלים, און איך האב שוין גענוצט די משלים פאר אסאאך יונגעלייט, און מיט דעם אין מיינד האבן זיי ב"ה סוקסעספול גע'סטאפט רייכערן...

ער האט אנגעהויבן אזוי.. לאמער זאגן, אז דא פארנט פון דיר, איז דא א ריזיגע לעיק, ס'ווערט ווינטער, און איך זאג דיר, האלאו, די לעיק איז געפרוירן, וואק אדורך די לעיק, האניש מורא, ס'איז איין שטיק אייז.. ווי גרויס דארף זיין א קרעק אין די אייז, אז דו זאלסט מורא האבן צו גיין?.. פארשטייצעך, אז א פיצי קרעק, איז גענוג שטארק דיך צוריקצוהאלטן פון גיין..

טאמער אבער דו וואקסט אדורך די לעיק אפאר מאל, אהין און צוריק, און דערנאך באמערקסטו א קליינע קרעק, גייסטו דיך נישט אפהאלטן פון גיין ווייטער, דעמאלטס דארף שוין זיין א גרויסע קרעק דיך צוריקצוהאלטן, איא?..

פארוואס איזעס אזוי?..

ווייל א מענטש'ס מוח, האט ליב "סערטענטי".. (זיכערקייט..) יעדע "אן-סערטען" זאך וואס קומט אונטער, "רידזשעקט" די מוח.. די מוח לאזט דיך נישט גיין אויף יענע דיירעקשען...

למשל, ווען איינער הייבט אן צו רייכערן, ביי די ערשטע פאר צוגארעטלעך, ווערט מען דיזי, מ'היסט, ווילסט מיר זאגן אז צוגארעטלעך מאכט דיזי אדער היסן?.. אזויפיהל מענטשען רייכערן יעדן טאג, און זיי היסן נישט און ווערן נישט דיזי, נאך מער, דער רויכערער אליין, נאך אפאר טאג, אדער וואכן, ווערט נישט דיזי, ער היסט נישט, וואס גייט דא פאר?..

נאר ווען א מענטש הייבט אן רייכערן, איז דאס א "אן-סערטענטי".. די מוח ווייסט נישט וויזוי ס'שפיהרט, וועט ער דיך מאכן דיזי, און מאכן היסן, ווייל ער האט מורא, ווי נאר ער ווערט שוין צוגעוואוינט, ער איז שוין באקוועים, קענסטע גיין ווייטער..

ווען ס'קומט צו אויפהערן רייכערן, איז ווייטער די זעלבע, מ'הערט פון יעדן אז ס'איז שווער, מ'ווערט דיזי, מ'קען נישט ארויסגיין, מ'נעמט צו וואג.. די מוח זעהט פאר זיך א "אן-סערטענטי".. און הייבט אן צו שטערן דאס אויפהערן.. ער הייבט אן פיבערהאפטיג צו טראכטן, וועסטעך עניוועי נישט קענען איינהאלטן פאר צו לאנג, "יעדער הייבט צוריק אן".. "ווען דו וועסט שטיין צווישן חברים וואס רייכערן וועסטו פלעין נישט גוט פיהלן"... און קורצן, די מוח פארנעמט נישט קיין "אן-סערטעטי"..

די עצה דערצו איז, אז מ'זאל נעמען קוראש, און אפמאכן, "איך גיי סטאפן פאר היינט".. איי, איך וועל מארגן אזוי שלעכט פיהלן, "מארגן הייב איך צוריק אן".. ס'האט מיר פארציילט איינער -וואס האט געסטאפט סמאוקן מיט דעם מהלך- אז די דריטע טאג וואס ער האט געהאט געסטאפט, האט ער געהאט א שטארקע רייץ פאר א ציגערעטל, ער איז געשטאנען מיט נאך א חבר, יענער האט גערייכערט, און יענער זאגטעם "מאך דיך נישט נעריש, ביז א וואך צוויי הייבסטו עניוועי צוריק אן".. ער האט זיך געשטארקט, און ער זאגט, "יא, מארגן גיי איך צוריק אנהייבן, היינט רייכער איך אבער נאכנישט"..

שוין א יאר מיט 6 חדשים וואס די מארגן -וואס ער גייט צוריק אנהייבן רייכערן- איז נאכנישט אנגעקומען, און וועט האפענטליך נישט אנקומען..

יענער זאגט מיר, ווי נאר איך האב דורכגעמאכט יענע שווערע נסיון, האב איך שוין געוויסט אז איך וועל קענען, ס'וועט נישט זיין אזוי שווער...

יעדער איינער וואס וויל סטאפן סמאוקן, קען, מ'דארף נאר האבן א רצון, און פון דארט וועט עס שוין גיין גרינג, איי די מוח זאגט אז ס'איז נישט מעגליך, ס'איז שווער, זאג פאר דיין מח, אז דו סטאפסט נאר פאר 2 טעג.. פונקט וואו ווען זונטאג איז תשעה באב, רייכערן נישט אסאך אירע צוויי טעג, שבת און זונטאג, אדער פסח וואס אסאך אירע רייכערן נישט.. די זעלבע סטאפ יעצט אויך נאר פאר צוויי טעג, דערנאך לייג צו נאך א טאג, און נאך א טאג, דיין מוח וועט שרייען, "איך דארף א ציגארעטל".. זאג עם "אי"ה מארגן"... נעם קליינע סטעפס, און צוביסלעך וועסטו דיך טרעפן אן רייכערן פאר א חודש, 6 חדשים, א יאר, און א גאנץ לעבן..

בהצלחה..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מיטוואך יולי 15, 2009 3:18 pm

וויכי, זייער שיין צולייגט, און די גרעסטע ריאה צו דיינע רייד איז, אז ביי כמעט אלע רייכערער וועט שבת נישט ציען כמעט דאס ציגערעטעל, פשוט, די מח איז געפראוגרעמט אז שבת איז נישטא קיין שום אויסזיכט פאר א סמאוק ווייל ס'איז דאך אסור, מילא פארלאנגט ער נישט די ניקאטין, ווי נאר דער שבת איז פארביי, א מינוט דערנאך ווארפט מען זעך ארויף דערויף...

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך יולי 15, 2009 3:54 pm

וויכי איך בין נישט קיין רויכערער אבער סמיר זייער געפאל דעם געדאנק

אוועטאר
האמבורגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 4:36 pm

תגובהדורך האמבורגער » מיטוואך יולי 15, 2009 4:00 pm

טענקס וויכי.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך יולי 15, 2009 4:05 pm

איך האב א חבר וואס האט גענוצט די NY quitline און עס האט זייער גוט געארבעט
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 1:18 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:
שוין עטליכע יאר צוריק האב אויך פראבירט אוועק צו ווארפן דעם צוגארעטל(אגב יעצט טייפענדיג די שורות ליגט א צוגארעטל אין מיין האנט), עס האט אנגעהאלטן פאר געציילטע וואכן, און די צוויי וואכן וואס איך האב נישט גערייכערט איז געוען ממש צרות, איך האב זיך נישט גוט געשפירט און אפגעלעגן אין בעט פאר עטליכע טעג, כסדר געהיסט, אבער גוטע אידן האבן מיר מחזק געווען אז דאס וועט אריבער גיין ביז עטליכע וואכן, אין פאקט איז עס טאקע אריבער, ווייל נישט צו לאנג דערנאך האב איך צוריק אנגעפאנגן רייכערן...



פון דאסניי מיט א פרישקייט האט מען געשיקט דעם צוגארעטל ליפטערן.

וואס זענען די תוצאות? איך פייגער יעצט פאר א צוגארעטל, דאס איז די תוצאות פאר דערווייל.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 1:31 pm

חידוש נפלא האט געשריבן:רבותי עס איז זיכער אז מען קען אויפהערן רייכערן און פילע אידן קענען דערויף מעיד זיין, נאר ווי יעדע זאך דארף דאס גיין צוביסלעך, אזוי ווי איינער טרינקט יעדן טאג 6-7 קאוועס וועט ער נישט קענען פלוצלינג סטאפן און גארנישט טרינקען, נאר קודם וועט ער אפמאכן פאר צוויי וואכן נאר צו טרינקען 4 קאוועס און דערנאך פאר נאך א באשטימטע צייט (קען זיין מער ווי צוויי וואכן, עס קען זיין אפילו צוויי חדשים אבער מיז זיין אפגעמאכט אויף א באשטימטע צייט אפשניט) צו טרינקען נאר 2 קאוועס און אזוי ווייטער, די זעלבע זאך איז מיט סטאפן צו רייכערן, אזוי טראכט מיין קאפ

עס שטימט זייער גוט אין סברה, אבער אין פאקט, מיין איך אז רוב מענטשען וואס האבן אויפגעהערט רייכערען, האבן עס געטאן פון איין מינוט צום צווייטען, ווילד, און די מהלך פון שניידן צוביסלעך, ארבעט נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 2:45 pm

אפ"ר איינער וואס וויל סטאפען וועגען "ער" וויל גיט ער זיך א עצה
אבער איינער וואס סטאפ וועגען א צווייטען (ווייב) דער האט א (גרעסערע ) פראבלעם

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 2:51 pm

אן אזא צייט זאגט קרעמער מ'דארף סטאפן וועגן זיך פאר די ווייב.

קרעמער זאגט עס, נישט איך.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 4:57 pm

איך קען איינעם וואס האט גערייכערט צענדליגע יארן ווי א קוימען, ניין נישט איינעם נאר צוויי (וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט)

איינעם האט דער דאקטאר איין טאג גענומען אויפן צימבל און אים שיין ערקלערט וואס וועט זיין דער סוף אויב ער הערט נישט אויף שוין רייכערן....
און דער צווייטער האט צוויי דריי מאל אינמיטן דרייווען געטוישט דיירעקשאן און אריינגעדרייווט אין שפיטאל....

און ביידע האבן פון איין טאג אויפן צווייטן אויפגעהערט רייכערן. מיט א ריזיגן פינטל. זיי ווילן נישט הערן און וויסן פון דעם באשעפעניש.
ב"ה זיי לעבן און גייען אן פונקט ווי אמאל, אפשר נאך פרישער...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 5:52 pm

געהערט אמאל איבער א איד וואס האט נישט געקענט אויפגעבן ס'ציגארעטל, און ביים דריטן אפענעם-הארץ אפעראציע האבן די דאקטוירים דאס רעקארדירט אויף ווידעא און אים צוגעבינדן נאכן אפעראציע צו א בענקל און אנגעצינדן דעם ריפלעי, דער איד שטייט מער נישט נעבן א זאך וואס זעהט אויס ווי א ציגארעטל..
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 11:10 pm

שמערי הדא הוא דכתיב ווען די תאוות זאלן ווען ליגן אין ראשית חכמה...וכו'
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 11:43 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:אן אזא צייט זאגט קרעמער מ'דארף סטאפן וועגן זיך פאר די ווייב.

קרעמער זאגט עס, נישט איך.

אפשר קרעמער1...

אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובהדורך בערטשע » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 11:54 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:יעדער איינער וואס וויל סטאפן סמאוקן, קען, מ'דארף נאר האבן א רצון, און פון דארט וועט עס שוין גיין גרינג, איי די מוח זאגט אז ס'איז נישט מעגליך, ס'איז שווער, זאג פאר דיין מח, אז דו סטאפסט נאר פאר 2 טעג.. פונקט וואו ווען זונטאג איז תשעה באב, רייכערן נישט אסאך אירע צוויי טעג, שבת און זונטאג, אדער פסח וואס אסאך אירע רייכערן נישט.. די זעלבע סטאפ יעצט אויך נאר פאר צוויי טעג, דערנאך לייג צו נאך א טאג, און נאך א טאג, דיין מוח וועט שרייען, "איך דארף א ציגארעטל".. זאג עם "אי"ה מארגן"... נעם קליינע סטעפס, און צוביסלעך וועסטו דיך טרעפן אן רייכערן פאר א חודש, 6 חדשים, א יאר, און א גאנץ לעבן..

בהצלחה..

כנים הדברים, מ'זאגט נאך פון אסאך גרויסע יודן וועלכע פלעגן רייכערן, און די מינוט וואס די דאקטורים האבן זיי איינגעמאלדן אז עס גרעניצט זיך שוין מיט ונשמרתם האבן זיי זיך אפגעשטעלט פון איין מינוט אויפן צוייטן, און ביי זיי איז עס נישט געווען גערייכערט פאר שוואויל טאג.
די וואס זענען מושלים ברוחם קענען עס באווייזן, און מיט א גוטע רצון קען מען עס אויך באווייזן, מ'דארף נאר זיין איבערצייגט אז עס איז שעדליך
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג מארטש 30, 2012 12:17 am

קרעמער האט געשריבן:
משה קארנפעלד האט געשריבן:אן אזא צייט זאגט קרעמער מ'דארף סטאפן וועגן זיך פאר די ווייב.

קרעמער זאגט עס, נישט איך.

אפשר קרעמער1...

;l;p-
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג מארטש 30, 2012 3:37 pm

לאל...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 22, 2012 12:07 pm

תגובהדורך אבי ווער » זונטאג אפריל 01, 2012 11:12 am

איך האב א ספק אין ווער עס קען מיר ענטפערען בכבוד גדול:
פאר איך פאנג אן צי רעדן קודם איך רייכער שוין נישט ב"ה כ'האב מיר אפגעוואוינט מיט א שארט סטאפ!
אבער איך בין נייגעריג וואס דער עולם האלט ווויאזוי איז גרינגער צי סטאפען רייכערען אויב מקען נישט מאכן א שארט סטאפ? צי זאגן איך פלעג רייכענען א שאכטעל א טאג פין היינט אין וויטער רייכער איך נאר 15 ציגארטען אין נאך א וואך 12 אין אזוי ווייטער? אדער ענדערש זאגען היינט רייכער איך נישט ביז 10:00 אין נאך א וואך רייכער איך נישט ביז 12:00 אין נאך א וואך רייכער איך נישט ביז 2:00 אין אזוי ווייטער? אבער נישט קיקען וויפעל ציגארטען מען רייכערט!
איז וואס איז א בעסערע מהלך? וואס האלט איר?
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » זונטאג אפריל 01, 2012 1:50 pm

אלעס איז געוואנדען פון וויפיל שאכטלעך א טאג מען קומט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 01, 2012 1:57 pm

אבי ווער האט געשריבן:איך האב א ספק אין ווער עס קען מיר ענטפערען בכבוד גדול:
פאר איך פאנג אן צי רעדן קודם איך רייכער שוין נישט ב"ה כ'האב מיר אפגעוואוינט מיט א שארט סטאפ!
אבער איך בין נייגעריג וואס דער עולם האלט ווויאזוי איז גרינגער צי סטאפען רייכערען אויב מקען נישט מאכן א שארט סטאפ? צי זאגן איך פלעג רייכענען א שאכטעל א טאג פין היינט אין וויטער רייכער איך נאר 15 ציגארטען אין נאך א וואך 12 אין אזוי ווייטער? אדער ענדערש זאגען היינט רייכער איך נישט ביז 10:00 אין נאך א וואך רייכער איך נישט ביז 12:00 אין נאך א וואך רייכער איך נישט ביז 2:00 אין אזוי ווייטער? אבער נישט קיקען וויפעל ציגארטען מען רייכערט!
איז וואס איז א בעסערע מהלך? וואס האלט איר?

שוין געשריבן אויבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס שטימט זייער גוט אין סברה, אבער אין פאקט, מיין איך אז רוב מענטשען וואס האבן אויפגעהערט רייכערען, האבן עס געטאן פון איין מינוט צום צווייטען, ווילד, און די מהלך פון שניידן צוביסלעך, ארבעט נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5343
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג אפריל 01, 2012 2:03 pm

אזא טיפע נושא וואס נעמט ארום די נפש פונעם מענטש פאדערט אודאי א ציגארעטל צו קענען קלארשטעלן דעם ענין. סא געגאנגען האסט אפשר א ציגארעטל פאר מיר...........
די קראך פון די טשעק. יוש!!

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » זונטאג אפריל 01, 2012 3:53 pm

אבי ווער האט געשריבן:איך האב א ספק אין ווער עס קען מיר ענטפערען בכבוד גדול:
פאר איך פאנג אן צי רעדן קודם איך רייכער שוין נישט ב"ה כ'האב מיר אפגעוואוינט מיט א שארט סטאפ!
אבער איך בין נייגעריג וואס דער עולם האלט ווויאזוי איז גרינגער צי סטאפען רייכערען אויב מקען נישט מאכן א שארט סטאפ? צי זאגן איך פלעג רייכענען א שאכטעל א טאג פין היינט אין וויטער רייכער איך נאר 15 ציגארטען אין נאך א וואך 12 אין אזוי ווייטער? אדער ענדערש זאגען היינט רייכער איך נישט ביז 10:00 אין נאך א וואך רייכער איך נישט ביז 12:00 אין נאך א וואך רייכער איך נישט ביז 2:00 אין אזוי ווייטער? אבער נישט קיקען וויפעל ציגארטען מען רייכערט!
איז וואס איז א בעסערע מהלך? וואס האלט איר?


איך קלער אז סיז גרינגער צו שניידן די צאל צוגארעטן ווי איידער דאס שטיפן די שעות, איך רעד שוין נישט פון דעם אז די צוגארעטל אינדערפרי מיטן קאווע איז פון די סאמע הויפט יסודות.(דאס איז שוין די מיינונג פון הער קרעמער זעלבסט, נישט פון ...1)

לאמיך נאר אביסל מער הערן פון דיר, איך האלט נאך אינמיטן די שארט סטאפ און יעדן טאג באזונדער גיי איך אויס פאר א צוגארעטל.

ביי דיר איז עס אמאל געקומען צו אן ענדע? אדער דאס איז א לעבענסלענגליכע קאמף פונקט ווי די מלחמת היצר?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט