בלאט 1 פון 1

קיבארד / מייז סינדראם (קארפאל טאננעל)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 8:44 pm
דורך שוועמל
ווייסט עמיצער עפעס א היילונג פאר די באקאנטע 'קאַרפּאַל טאָננעל סינדראם' ?
דאס איז די ווייטאג אין די ווריסט ביי די האנט וואס קומט פון נוצן אסך דעם מייזל אדער טייפן אסך אויפן קיבארד.


לעצטענס שפיר איך דעם ווייטאג אויף די 'אינדעקס פינגער' דורך מאכן כסדרדיגע לעפט-קליקס אויפן מייזל.


איינער ווייסט עפעס אן אויסגעהאלטענע גוטע עצה דערפאר?

דאנקע
שוועמל

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 10:33 pm
דורך thefact
שוועמל

איך בין דאך אין די קאמפיוטער ליין כידוע, און איך האב מיטגעמאכט דעם פראבלעם אויף א אופן נורא און נישט געקענט פטור ווערן, אבער איין נחמה האב איך געהאט יעדעס מאל נאך שבת אדער יו"ט פלעגט זיך עס בארואיגן, געמיינט האב איך אז פשוט ס'איז שבת ויו"ט נוצט מען נישט דעם קאמפיוטער סא רוהט מען עס אפ און שוין ...

מה עשה הקב"ה, איך האב גענומען וויקעישאן פאר א שטיק צייט, אין דארט האב איך נישט געארבייט, די שכל זאגט אז נאך א וואך נישט ארבייטן דארף זיך עס היילן, און דערווייל לא דובים ולא יער (א בער אין א וואלד איז יא געווען...) מיין פינגער ווערט ערגער פון טאג צו טאג, ביז כ'האב געכאפט דעם טוטער... איין טאג איז מיר בייגעפאלן אז ס'איז גארנישט דער מייזל... סתם באשולדיגט א שאכע ארימע באשעפעניש... ס'איז פשוט די וועג ווי איך האלט מיין סעלפאן, דאס מאכט אלע צרות, און וויבאלד אין וויקעשאן נוצט מען דאך סאך מער דעם טעלעפאן, בפרט איך האב געלערנט מיט חברותות אויפן טעלעפאן דורכן טאג, איז דער קארפעט טאנעל געווארן סאך ערגער, איך בין נישט געווען זיכער אבער ווי מ'זאגט ביי די וואסערמאן'ס למיחש מיהו בעי' א דאקטאר קאסט מער ווי 50 דאללער, האב איך געקאלט מיין שוואגער און ער האט מיך אפגעטראגן מיט זיין מיני-ווען קיין וואלמארט, און ביז צוויי שעה, האמיר איינגעהאנדלט דעם ביליגסטן בלו-טוט אין געשעפט, גיי ווייס פארוואס קויפן א בלוטוט מוז נעמען צוויי שעה…. נאר ווייסטאך... דאס איז וואלמארט... פארפאלן... ווען מגייט צום דאקטאר מוז מען אויך אמאל ווארטן צוויי שעה… דארט ווייסעך אויך נישט פארוואס… און געס וואט, לאמיר צוריק קומען צום ענין כאשר שמענו כן עוד נחזה, איך מיין, כאשר בא כן הלך… זייט דעמאלט ווייס איך נישט פון קיין קאר-פול און נישט פון קיין טונעל (אויסער ווען איך וויל דורכפארן דעם טונעל מיט א פולע קאר...)

שוועמל! קען זיין סיז נישט דאס מייזל און אויב יא לאז אונז וויסן אפשר א צווייטער איד האט אן עצה

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 10:03 am
דורך קרעמער
זייענדיג א לעפטאפ באנוצער, האב איך נישט קיין מייזל, אבער קארפעל-טאנעל סינדראם האב איך ליידער ביג-טיים, און טאקע פון דעם דיקן קיעבאורד אויף וואס מיין האנט געלענק ליגט אנגעלענט רוב שעות פון טאג.

מיט אפאר יאר צוריק האט מיר א חבר געראטן צו קויפן א באזונדערן קיעבאורד וואס איז ספעציעל אויסגעשטעלט באקוועמער צו מאכן פאר די הענט, איך האב עס תיכף געקויפט (טאקע ביי ליע עוועניו פאטא), אבער איך בין שוין געווען צו שטארק צוגעוואוינט צו די אויסלייג פונעם לעפטאפ-קיעבאורד וואס איז אביסל אנדערש ווי די באזונדערע, און עס ליגט יעצט אפ אלס יאר-עדות (אויך מיר אן אויסדרוק) אונטער ריגל און שלאס אין מיין שטאטישע ספרים/ארבעטס שטוב.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 1:40 pm
דורך שוועמל
דער חבר בין איך געווען :P

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 2:43 pm
דורך קרעמער
ניין!

עס איז געווען גרויזאמער!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 2:45 pm
דורך שוועמל
זאל איך דיר שיקן דעם לינק פון בחחמ"א ?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 2:46 pm
דורך קרעמער
יא.

פאקט איז פאקט אז איך בין מיט גרויזאמער אראפגעגאנגען אין געשעפט ביים קויפן דעם קיעבאורד.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 3:02 pm
דורך שוועמל
שריי נישט, גיב מיר א רגע.

און לייקן נישט קיין פאקטן..

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 3:17 pm
דורך שוועמל
דא איז דער לינק וואו בענעדיקט16 פרעגט אן דערוועגן, און דער עצה פון א נייע קיבארד ליגט אין מיין גוגל טולק, דארף איך נאכזוכן יענע פארגעסענע תקופה. אבער עס ווערט דארט דערמאנט דורך מלוה מלכה.