בלאט 1 פון 1
וואס טוט מען צו א קשה-עורף? (סטיף-נעק)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 4:02 pm
דורך צום זאך
רבותי! מר. סטיוו נעק דריידט מיר די קאפ ס'לעצטע צוויי טעג (איך זאג "ער" דרייט, ווייל איך קען עס זיכער נישט דרייען...) וויאזוי געט מען זיך א עצה -אחוץ פון נעמען א ברענעדיג הייסע שויער ווען ס'איז 85 דעגרי וואס האט אפשר געהאלפן פאר בשעת מעשה- ?
אויב איינער ווייסט פון עפעס וואס ס'העלפט, ביטע לאז וויסען ווי אומשנעלסטן, איידער ס'וועט שוין זיין צו שפעט! יש"כ למפרע, ולהבא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 4:24 pm
דורך ביקסאד
bengay איז א שמיראכץ וואס העלפט פאר דעם און פאר נאך אנדערע ענדליכע ווייטאגן,
קאנסט זוכן אינפארמאציע דערויף אויף דעם ברייטן געוועב,
אבער גיב אכטונג, ביודעי ומיכירי קאימנא עס קאן ביי מאנכע ארויס ברענגען א אלערדזשיק רעאקציע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 6:54 pm
דורך Yes_or_no
א גוטע עצה טו אן א שאל!!
אה און אויך שלאף נישט נעבן די עירקאנדישאן. לכאורה האסטו אזוי געכאפט די סטיף נעק. ווייל אנדרעש פארשטיי איך נישט ווי סקומט אן א סטיף נעק אינמיטן זומער!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 7:08 pm
דורך שוועמל
איך זע מענטשן טראגן א "נעק פיללאו" דאס קען העלפן קעגן סטיוו נעק'ן.
איך האב מיר לעצטענס איינגעהאנדעלט פון וואלמארט אזא סארט
קישעלע, איך נוץ עס אויפן קאוטש וכדומה זייער באקוועם.
אגב, רעפארט אים פאר גוגל אלס ספעם.. זאלן אנדערע עס כאטש נישט באקומען
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 22, 2009 7:35 am
דורך bailout
פארוואס עפעס ביים שלאפן? האסטו אנגעצינדן די ערקאנדישן אין אפיס די וואך? איך האב. ווייל ס'יז געווארן הייס, סאו גיב א קוק צו ס'בלאזט נישט דירעקט אויף דיר, אויב יא איז גוט אז זאלסט עס אוועקדרייען,און אויב ס'איז פון דעם אפשר זאלסט קודם עס אויסלעשן אינגאנצן ביז ס'ווערט אביסל בעסער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 25, 2009 10:30 pm
דורך אזוי נארמאל
טרינקען א האלב גלעזל וואסער יעדע האלבע שעה. העלפט.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:27 pm
דורך תרנגול
שוועמל האט געשריבן:איך זע מענטשן טראגן א "נעק פיללאו" דאס קען העלפן קעגן סטיוו נעק'ן.
איך האב מיר לעצטענס איינגעהאנדעלט פון וואלמארט אזא סארט
קישעלע, איך נוץ עס אויפן קאוטש וכדומה זייער באקוועם.
שוועמל, וויאזוי הייסט די קישעלע? איך וויל וויסן וואס צו סיערטשן.
און אגב, אויב האט נאך עמיצער א גוטע עצה פאר א קשה-עורף זאל מען ביטע לאזן וויסן. ייש"כ.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 8:40 pm
דורך קנאפער ידען
תרנגול האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:איך זע מענטשן טראגן א "נעק פיללאו" דאס קען העלפן קעגן סטיוו נעק'ן.
איך האב מיר לעצטענס איינגעהאנדעלט פון וואלמארט אזא סארט
קישעלע, איך נוץ עס אויפן קאוטש וכדומה זייער באקוועם.
שוועמל, וויאזוי הייסט די קישעלע? איך וויל וויסן וואס צו סיערטשן.
און אגב, אויב האט נאך עמיצער א גוטע עצה פאר א קשה-עורף זאל מען ביטע לאזן וויסן. ייש"כ.
עס הייסט א Neck Pillow.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 11:11 am
דורך מתבונן
פונקט נעכטן האב איך מיך אנגעשטויסען אין אזא מעשה מיט איינעם מיט א סטיפ נעק.
לדעתי האט דאס אן אנדערע סארט רפואה.
זעה דעם
לינק דא.