בלאט 1 פון 1

א שימעל גערוך

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 10:55 pm
דורך דוד משמש
און מיין ביעסמענט האב איך געהאט א "פלאט" עס איז אריינגערינען וואסער - עס איז א אויפגעפיקסטע בעיסמענט איך מיין די שיטראק האט אנגעפאנגען שמעקען דעם שימעל גרוך
אבער איך בין נישט זיכער אז עס איז נאר פון דע שיטראק אדער אונטער די שיטראק הכלל עס איז דא א שימעל גערוך

ווער ווייסט וואס מען קיען טאן דערצו ביטע מיר ארויס העלפען

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 9:06 am
דורך גרויזאמער
איך האב עס אמאל געהאט, אן עקסטערמינעיטער האט מיר פארקויפט א באטעלע ספרעי פאר בערך 30$, איך געדענק שוין גארנישט קיין אינפארמאציע וואס וואו ווען, איך האב עס ארומגעשפריצט און עס האט געהאלפן.

עכ"פ אן עקסטערמינעיטאר איז דער אדרעס פאר אזאלכע פראבלעמען מיין איך.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 8:57 am
דורך farshlufen
ר' דוד, איר דארפט וויסען וואס נאך עס שימעל אויסער די שיטראק, עס קען זיין א גאר קאמפליצירטע זאך דאס צו ארויסרוימען אינגאנצן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 5:04 pm
דורך באזעסענער
א פעינטער האט מיר אמאל געזאגט, אז די עצה איז צו באשמירן דאס פלאץ מיט פשוט'ע בליטש
בדוק ומנוסה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 11:59 am
דורך דארפסמאן
באזעסענער דאס איז נאר אז עס זאל נישט שאטען פארן געזינט אבער נישט פארן גראך

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 24, 2009 4:31 am
דורך reb yid
ר' דוד'ל!
נארמאל איז דא דריי סיבות פאר וואס עס שמעקט פון שימעל:
1) ווייל ס'איז געווען א פלאד, און אפילו מען האט עס שוין מסדר געווען, נעמט עס צייט ביז די שיטראק טריקנט זיך אויס (אדער איז נאך געבליבן א קליין ביסל וואסער)
2) אפשר איז דא א קליינע ליעק ערגעץ ווי.
3) עס איז נישט דט גענוג לופט - שימעל קומט נאר ווען עס איס פייכט

ס'איז דא צוקויפן א מאשין וואס נעמט ארויס די פייכטקייט פון די צימער
מיט הצלחה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 25, 2009 10:27 pm
דורך אזוי נארמאל
א יא ר' יוד.

א ער-פיוריפייער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 5:00 am
דורך reb yid
אזוי נארמאל ביזטו נאך? :lol:
איך מיין עפעס ענדליך, איך מיין א dehumidifier. דאס ציהט ארויס די פייכטקייט פונעם שטוב.
עיר פיוריפייער ניצט מען געווענדליך קעגן עלערדזשי'ס, געזונט זאכן א.ד.ג.
כך נראה לי.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 12:30 pm
דורך אזוי נארמאל
אבער עיר פיוריפייער פיורט אויך דו לופט ריחות. אין יא, דאס פייכטקייט אויך.

אין ס'איז יא אזוי נארמאל עס צו ניצן פאר אזעלעכיגע אפמיטשענישן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 3:01 pm
דורך reb yid
אזוי נארמאל ביזטו נאך! - גוט ;l;p-
קען זיין אז די ביסט גערעכט, מ'עט עס נאכקוקען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:44 pm
דורך green sunday
האט אפשר איינער באקאנטשאפט מיט א Dehumidifier? וועלעכע קאמפעני איז גוט? ווי גרויס? ענדרש 1 גרויסע אדער 2 קליינע? איך דארפ עס האבן פאר א בעסמענט בערך 2000 סק, פיס, איך זע דא עפעס דא אין דא