בלאט 1 פון 74

בקשו רחמים

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:17 pm
דורך פארצייטישע
נא להתפלל לרפואת
משה צבי בן פרומט
(המלחין הידוע ר' משה גאלדמאן שיחי')
הצריך לרחמי שמים מרובים

המקום ירחם עליו וישלח לו במהרה רפואה שלימה מן השמים לרמ"ח אבריו ושס"ה גידיו בתשח"י בב"א

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:39 pm
דורך איזאק
יעצט באקומען טאקע א מעסעדזש אויף די פאון אז ער איז צוריק אין שפיטאל, און מ'דארף רחמים.

ער האט באקומען א מאסיווע הארץ אטאקע פסח צייט, ס'איז שוין געווען מנין מיינעך, דערנאך איז אביסל בעסער געווארן, יעצט זעט אויס איז ער צוריק געפאלען.

הבו יקיר לי
כי נחם ה' ציון
אני מאמין
כאיל תערוג

אוי אוי

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 5:07 pm
דורך צייטליך
זייענדיג דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח ביים קומזיץ אין שטוב פון ר' דוד ארי' יאקאב האט איינער דארט געקריגן א טעלעפאון קאל איבערן פארערגערטען צושטאנד ביי ר' משה גאלדמאן.

האט ר' יעקב גערמאן און ר' פישל בייגל - צוייי זינגער לבית באבוב - אנגעפאנגען מיטן באקאנטן ניגון פון ר' משה גאלדמאן אויף די ווערטער "כה אמר ה' לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה" לרפואת משה צבי בן פרומט.

דער ניגון איז גאר א הערליכער און הארציגער ניגון, גלייבט מיר עס האט מיר ארויסגענומען פון די כלים.

געשריבן: מוצ"ש מאי 02, 2009 11:55 pm
דורך פארצייטישע
די אפעראציע אויף ר' משה גאלדמאן שיחי' איז ב"ה אדורך בשלום, אבער פארשטייט זיך אז מ'דארף ווייטער בעטן ער זאל האבן א גאנצע ישועה,

זאל דער אייבערשטער העלפן, אז אין זכות פון זיינע הארציגע ניגונים וואס זענען מעורר אידישע הערצער צו תשובה און מעש"ט זאל ער טאקע זוכה זיין צו א גאנצע רפואה ברמ"ח אבריו ושס"ה גדיו בתשח"י

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 2:01 am
דורך וויכטיג מאכער
אוי וויי.. איך האב פון גאנישט געהערט.. וואס האט פאסירט?.. ר' משה גאלדמאן, דער מלך פון היימישע נגינה.. זאל עם דער באשעפער שיקן א גאנצע רפואה...

איך געדענק, אז נישט לאנג צוריק, האט ער געהאט א סטראוק, און דעמאלטס האט מען אויך געמיינט אז ער איז פארטיג.. ווען ער איז בעסער געווארן, האט ער ארויסגעגעבן די טעיפ 'ודבריו'.. די טעיפ איז פול מיט דאנק פארן אייבערשטען..

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 8:22 am
דורך פארצייטישע
דער מצב וואס ער געפינט זיך יעצט איז אסאך שווערער ווי פון דעמאלטס - פאר'ן ארויסגעבן די טעיפ "ודבריו" -, אבער לאמיר האפן אז ער וועט אינגאנצן ארויסקריכן בעזהשי"ת.

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2009 9:41 am
דורך לעניית דעתי
געלויבט דעם אייבערשטן ער איז ארויס פון שפיטאל און איז יעצט אין א rehab center פאר טערעפי.

דער הארץ איז בעסער יעצט אבער ער דארף א ישועה אין די נירן.

אינטערעסאנט איז עס שטייט "וכל קרב 'וכליות יזמרו' לשמיך.

דער אייבערשטער זאל הערפן.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 7:31 pm
דורך 1x1
וויכטיג מאכער wrote

איך געדענק, אז נישט לאנג צוריק, האט ער געהאט א סטראוק, און דעמאלטס האט מען אויך געמיינט אז ער איז פארטיג.. ווען ער איז בעסער געווארן, האט ער ארויסגעגעבן די טעיפ 'ודבריו'.. די טעיפ איז פול מיט דאנק פארן אייבערשטען..
I was by r' moshe in rehab, b"h he feels much better, i asked him if he made new nigunimin in the hospital, he ansewred yes i was on resperater and i made a song on the words al kol neshima u'neshima te'halel koh!

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 9:00 am
דורך סאכדעס
זאל אים דער באשעפער שיקן א גאנצע רפואה.

געשריבן: פרייטאג יוני 12, 2009 10:41 am
דורך 1x1
b"h r' moshe is already home

געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2009 7:15 pm
דורך מר. מצליח
דער ציבור ווערט געבעטן צו זאגן תהילים
פאר יעקב יואל בן ליבא מאטיל באנדא
לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל

געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2009 7:24 pm
דורך שמיציגער
פארוואס הערט מען אז ער לעבט שוין נישט?

געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2009 7:24 pm
דורך קרעמער
געווען א פאלשע קלאנג, א סגולה אויף אריכות ימים.

געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2009 7:27 pm
דורך שמיציגער
אהא! אינגאצן נישט אמת.
אגב, פון ווי קומט די סגולה?

געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2009 7:28 pm
דורך קרעמער
פון חב"ד (בדרך צחות)

געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2009 7:30 pm
דורך שמיציגער
און באמת?

געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2009 7:51 pm
דורך צו די זאך
זייטס ווייטער מתפלל פאר הרה"ח יעקב יואל בן ליבא מאטיל באנדא שליט"א

ווי איך הער איז ער נאך אלס אין לענעקס

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 3:17 pm
דורך מר. מצליח
ער איז נעכטען געווען אין קארדיעק ארעסט אין געלויעבט דער היילגער באשעפער מען האט אים ריסעסאטעט דער באשעפער זאל אים שיקן א גאנצע רפואה בתשח"י אמן

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 3:21 pm
דורך prowed jew
which yakov yoel is that from monroe? or another alse

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 3:31 pm
דורך פאטאקי08
פון מאנרא

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 5:33 pm
דורך חידוש נפלא
מען רעדט פון הרה"ח ר' יעקב יואל באנדא שליט"א פון קרית יואל א עסקן בצרכי ציבור באמונה, די גרינדערס פון הצלה און דער ערשטער נדבן פאר א הצלה טראק, דער זכות זאל אים ביישטיין
ער איז ליידער קריטיש קראנק און דארף א גרויסע ישועה, השי"ת דער רופא נאמן זאל אים שיקן א רפואה שלימה בתוך שאר חו"י, יעקב יואל בן מאטל לרפו"ש

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 6:05 pm
דורך סאכדעס
יעקב יואל בן ליבא מאטל

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 6:57 pm
דורך צו די זאך
פרעזידענט פון די דיימאנט בערזע.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 7:13 pm
דורך ווייסעך וואס
חידוש נפלא האט געשריבן:מען רעדט פון הרה"ח ר' יעקב יואל באנדא שליט"א פון קרית יואל א עסקן בצרכי ציבור באמונה, די גרינדערס פון הצלה אין קרית יואל און דער ערשטער נדבן פאר א הצלה טראק, דער זכות זאל אים ביישטיין


חידוש! סאיז מיר א חידוש וואס דו זאגסט אז ער איז פון די גרינדערס פון הצלה.


ווי איך דענק, האט ער געמופט קיין קרית יואל אינמיטן די מ' יארן, ווען די הצלה אין קרית יואל איז שוין לאנג געשטאנען.

מיט דעם אלעם זאל ער נאך אלץ האבן א רפו"ש בקרוב.

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 12:00 am
דורך צו די זאך
רבותי!! די מצב איז שרעקליך.

מ'האט איהם צוגעגעבן א נאמען.


זייטס מתפלל אז

יעקב יואל חיים בן ליבא מאטל

זאל האבן א גאנצע רפואה, גאר בקרוב. אמן.