בלאט 1 פון 1

מאגן ברענען

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 1:39 pm
דורך סתם_אזוי
וואס קען מען טוען צו מאגן ברענען אויסער עסן טאמס?

וואו איך פארשטיי קומט דאס פון עסן עסידס. אבער איך האב יעצט געפערליכע מאגן ברענען; און איך קען זיך נישט דערמאנען וואספארא עסידס איך האב היינט געגעסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 1:52 pm
דורך קרעמער
פרוביר סעלצער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 1:54 pm
דורך מאיר
וואס טוט די סעלצער? און אויב ווייל וואסער לעשט פייער, פארוואס נישט פלעין וואסער???

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 1:54 pm
דורך אלטעבחורל
אויב ביסטו מילכיג - פרוביר צו טרינקען מילך.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 2:20 pm
דורך קרעמער
איך האב מיך דערמאנט אן עצה: מאנדלן

(סעלצער איז ווי דרעינא... עס שטאפט אויף דעם סיסטעם)

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 2:23 pm
דורך סתם_אזוי
א גרויסן ישר כח פארן ענטפערן. ווען איך וועל קענען וועל איך טרייען אלע עצות (איך האב נישט די אלע זאכן אין מיין אפיס).

אויב עס איז מעגליך אויך צו ענטפערן אויף די שאלה: וואס קען איך טון צו פארמיידן מאגן ברענען?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 2:24 pm
דורך מאיר
סתם_אזוי האט געשריבן:(איך האב נישט די אלע זאכן אין מיין אפיס).

אויף דיין עוועטער זעה איך ווי דו טרינקסט עפעס, ס'נישט סעלצער אדער מילך :wink:

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 3:11 pm
דורך קרעמער

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 3:13 pm
דורך farshlufen
קרעמער האט געשריבן:(סעלצער איז ווי דרעינא... עס שטאפט אויף דעם סיסטעם)

איך שמייכל, ביזן אנדערן עק היכל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 6:49 pm
דורך שוועמל
מאגן ברענען קומט פון צוקער אדער עסיד. אויף גוי'איש רופט מען דאס Heart burn.

אומרייפע פרוכט און גרינצייג, שאקאלאדע, חריין, צוויבל קנאבל, וכהנה רבות.

ביי מיר העלפט טרינקען סעלצער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 7:27 pm
דורך למעלה משבעים
הערטס מיך צו אלע, איר וועט אוודאי קוקן אויף מיר מיט גאר גרויסע אויגן, די עצה איז נעמט א גרין'ם עפל.......!!! (וואס קוקסטו אזוי אויף מיר?? יא איך ווייס אז די וועסט פרעגן וווווווווואאאאאאאאסססס עעעפפפללללל???????? דאס איז דאך די ערגסטע... אבער פאלג א עצה פון א גוטע איד....) שיילט דאס אפ און עסט דאס אויף, עס איז גאראנטירט אז ביז 5-10 מינוט איז מען פטור דערפון פאר א היבש ביסל צייט, איך קען נישט זאגן קיין זייגער ווילאנג אבער לכאורה אזוי לאנג ווי טיילענאל העלפט.....
מנא ידעה?? הערט א מענסע איך בין אויפגעוואקסן פון אלס קינד מיט יאמערליכע ברענערייען, פארשטייט זיך אז איך האב אלס קינד נישט געוואוסט אז סאמטינג איז ראונג און איך בין אנדערש ווי נארמאל, איך האב מיט געמאכט שבע מדורה 'גיהינם', למעשה האב איך זיך צוגעוואוינט דערצו, פון די אלע עצות וואס די עולם שרייבט דא איז ביי איינער וואס ליידט שטארק אויף דעם וועט עס גארנישט העלפן (חוץ טאמס פאר א קורצע וויילע) און יעדע זאך אפילו וואסער קען גורם זיין ממש אויף פארקערט אז דאס זאל זיך פארשטארקערען, וכך גדלתי, ביז איך בין איינמאל אנגעקומען צו א בר מצוה סעודה, און מיין חבר זעט אז איך שפרינג פאר יסורים, פרעגט ער מיר וואס גייט פאר, האב איך אים פארציילט אז עס ברענט אויף תולה ארץ (שמערי, וואס??), זאגט ער מיר ווייסטו וואס איך האב אן עצה פארדיר, איך פלעג אויך ליידן אויף דעם און איך בין געלאפן צו אלע דאקטוירים און זיי האלטן אז עס איז א בעקטעריע און די מאגן (נישט סתם איבריגע עסיד), זיי האבן נישט געהאט קיין רפואה פאר אים, ביז ער האט אנגעטראפן א חשובע איד אין ארץ ישראל, וואס האט אים געזאגט די עצה פונם עפל, וכך עשה, והפלא ופלא ווי דאס העלפט.
ומצוה גדולה צו מפרסם זיין די עצה פאר אלע 'גהינם' ליידענדע.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 8:34 pm
דורך שוועמל
למעלה משבעים;

דערמאנסט מיר פון דעם "עיטש פיילארי וויירוס" אין די מאגן וואס שאפט ענליכע יסורים צו מאגן ברענען, ס'יז אבער נישט דאס.
איך וואונדער מיך אז דו ביסט יא געגאנגען צו דאקטוירים פארוואס האבן זיי נישט געטעסט פאר דעם וויירוס. געווענליך גיבט מען שטארקע אנטיביאטיק דערפאר פאר עטליכע וואכן און עס גייט אוועק, אבער נישט יעדער האלט פון דעם אנטיביאטיק (פריוו-עסיד).

עיטש פיילארי וויירוס

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 11:59 am
דורך שויתי'ניק
שוועמל האט געשריבן:למעלה משבעים;

דערמאנסט מיר פון דעם "עיטש פיילארי וויירוס" אין די מאגן וואס שאפט ענליכע יסורים צו מאגן ברענען, ס'יז אבער נישט דאס.
איך וואונדער מיך אז דו ביסט יא געגאנגען צו דאקטוירים פארוואס האבן זיי נישט געטעסט פאר דעם וויירוס. געווענליך גיבט מען שטארקע אנטיביאטיק דערפאר פאר עטליכע וואכן און עס גייט אוועק, אבער נישט יעדער האלט פון דעם אנטיביאטיק (פריוו-עסיד).

האט מיר איינער פונקט געפרעגט אן עצה דערויף...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 12:27 pm
דורך תמהואומר
וועגן עיטש פיילארי פארבינד דיך מיט צאלער'ס ווייטעמינ'ס

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 1:38 pm
דורך שויתי'ניק
דו ארבעטס פאר זיי? איך קען אויך זיך פארבינדן מיט מעקסי\סאלגער\וכו'. כאפסט?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 1:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
שויתי'ניק האט געשריבן:דו ארבעטס פאר זיי? איך קען אויך זיך פארבינדן מיט מעקסי\סאלגער\וכו'. כאפסט?

אפשר מעקסי.

מרת צאללער שתח' איז באוויסט אז זי ארבייט די גאנצע צייט אויפצוקומען מיט "פארמלעס" קאמבענאציעס פון וויטאמינען פאר פארשידענע מייחושים ה"י, אדער אלס הכנה פאר דורות וכו'.

סא פארשטיי איך ווען איינער געט איר אדרעס. קען זיין אנדערע ארבייטן אויך אויף געוויסע וויטאמינען פאר געוויסע זאכען, אבער זי נעמט עס א שטאפעל ווייטער.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 1:54 pm
דורך תמהואומר
איך ארבעט נישט פאר זיי, נאר איך האלט יעצט מיט ביי א משפחה קרוב וואס האלט אינמיטן א באהאנדלונג דורך זיי פאר עיטש פיי לארי, מיט גאר גוטע רעזולטאטן, מעגליך אנדערע זענען בעסער אדער ביליגער, יאך ווייס נאר מיין [גוטע] עקספיריענס

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 1:55 pm
דורך שויתי'ניק
ווערי גוד, אבער געווענליך ווען מ'פרעגט דא ערווארט מען א פערזענדליכע ידיעה\ עצה, וואס האט געהאלפן, עקספיריענס...

עניוועי ש'כח

אה, תם האקט, ש'כח

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 8:36 pm
דורך תמהואומר
.