בראנפן גלעזל האט געשריבן:לעצטנס פלאג איך מיר געפערליך מיט הארץ-ברענערייען... אוי איז דאס געפערליך... ממש איך פיל ווי איך ווער צעדריקט און אויסגעבריעט...
דאס קומט הויפטזעכליך נאכן עסן שארפע מאכלים... אבער איך האלט נישט ביים אויפגעבן די אלע געשמאקע עסן... נו, וואטיטמען? לעבט מען אויף טאמס!
טאמס ארבעט וואונדערליך, ממש אויפן מינוט בארואיגט עס די ברענערייען... אבער איך האב געהערט פון פילע אז עס איז נישט ראטזאם צו לעבן אויף טאמס רעגעלמעסיג...
אלזא, אפעליר איך צום ציבור ווער עס האט אן עצה איז מכובד זיך אנצורופן... דו! דארט אין די ווינקל.. וואס שעמסטו זיך? זאג הויך! אז וואס?....
די דארפסט גיין צו א פיסכעלאג דיך אפגעוואינען פון פרעסן...אדער טרינקען יין שרף...טאמער די זיכסט באמת הילף.. גארנישט מיט קיין הילף מיט קיין מאגן.. , אדער עס/פרעס ווילאנג די קענסט...מען שטארבט נאר איינמאל
...אלע געלעכטער אין א זייט געלייגט, איך למשל קען שוין נישט עסן קיין שארפע זאכן,איך פלעג עסן אביסעל זויערע האט פעפערס דא דארט אדער לכבוד שבת ,למעשה היינט צוטאגס עני ציפידיגע עסן מאכט ביי מיר א געטומעל עד לב השמים , סא ווען איך וויל נישט ליידן עס איך נישט ציפידיג, און ווייטער שבת קודש פרובירט מען צו עסן ספעלט חלה אדער לעצטענס די נייע זויערע טייג חלה וואס מען פארקויפט איז א שטארקע זאך וועגן עס האט נישט קיין יוסט ,וואס מאכט די מאגן אויפגיין וואס יוסט טוט פאר טייג געשעט פאר דיר אין מאגן..איז נישט דא ב"ה קיין שום נאכווייען פונעם שבת און פארשטייט זיך ,עסן ווי ווייניגער דיפים איז א בדוק ומנוסה מיט א גאראנטי.. ווי ווייניגער צו ליידן אן קיין נאכווייען, אדער על כל פנים נאר דיפים אליינס געמאכט היימיש די מערסטע נאטירלעך מעגליך , און פארשטייט זיך דורך דעם איז די מאגן גענוג ליידיג פארן טעלער הייסע יוך מיט אלע געזונטע וועזשטעבעלס דערינען וואס איז די בעסטע מעדיצין און א שטיקעלע בשר בהמה לכבוד שבת ,און נישט איבער זיך עסן , בקיצור נמרץ אדער האלט דיר איין און הכל על מקומו יבוא בשלום, און באמת ברויך מען זיך איינהאלטען און א מצוה וועגן ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, אדער גיי אן און ליידט דיר צאם ווילאנג די קענסט נאך....אני הקטן קען שוין נישט עסן קיין ציפידיג עסן , גראדע גענאשט היינט נאכט א פיצי פיצי זויערע האט פעפער , איך קען נישט זאגן אז כאב יסורים אויף די מינוט אבער איך שפיר עס . עס איז נישט קיין זשוק צו זיין א צועק לשעבר , מען ברויך זיך היטן
ווען איך זע די בר מצוה בחורים קויפן בין הזמנים א סענדוויטש בעטן זיי א באגעט
מיט "גארליק" פוטער דערויף
אויף דעם "סחוג" און בעטן אסאך (געבן א שריי "פוט מאר")
אייער שפייס מיט "פעפער"
און געדינסטע "צוויבעל"
מיט איינגעווייקטע טאמעטאס מיט נאכאמאל "פרישע צוויבעל" מיט כל מיני ספייסעס
מיט פרישע אדער איינגעזויערטע "האט פעפערס" דערויף, ביי מיר הייסט דאס א "אלאה אבער סענדוויטש "
, זאג איך פאר דעם בחור'ל געווענליך, כאפ אריין ווילאנג די קענסט נאך ,וועגן איך קען שוין נישט ,באמת טארן נישט עלטערן לאזן די קינדער דאס עסן ,דאס עסט אויף די מאגן לעבעדיגערהייט
גראדע האב איך קיינמאל דאס געגעסן ב"ה , מערסטענס אביסעל זויערע האט פעפער,
אבער מען טאר דאס נישט עסן באמת , שוין געהערט פון זייער אסאך אז זייער מאגן איז געהארגעט פון די שארפע זאכן