עצה פאר שימעל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

עצה פאר שימעל

תגובהדורך ווייסעך וואס » מיטוואך ינואר 21, 2009 5:33 pm

איך לייד מיר לעצטענס אן צרות צרורות פון שימעל.

איינע פון מיינע באבעס האבן מיר געגעבן אן עצה פון עפעס א בוים, א פלענט, וואס זאפט איין דעם שימעל!

ווייסט איינער עפעס מער דערפון?
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך ינואר 21, 2009 7:07 pm

איך ווייס אז מען לייגט אויפגעשניטענע אוואקדא, און דאס זאפט איין שימל. איך האב דאס קיינמאל נישט פרובירט, אבער איך האב געהערט אז דאס העלפט מורא'דיג.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 21, 2009 9:55 pm

לאמיך פרעגן אין פראקטיק.
שימל קומט פון וואסער אדער פייכטקייט. ברויך מען קודם עלימינירן דעם שורש פונעם שימל און דערנאך וועט דער שימל זעלבסט פון זיך אליינס אוועקגיין.
איז די שימל אין א בעיסמענט?
וואס שימלט די וואנט, פלאר, דאך אד"ג?
האסטו א ליעק ערגעצוואו, אדער דיין שכנ'ס טוילעט\וואנע רינט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פישל גוטביין
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 17, 2009 11:44 pm

תגובהדורך פישל גוטביין » מיטוואך ינואר 21, 2009 11:08 pm

צרות צרורות איז נישט דער ווארט וואס מען ניצט פאר אזא מיטמאכעניש.

שימל איז נישט קיין שפיל, עס ברענגט מיט אסטמא, פארלייגקייט און סיינוס, און נאך פארשידענע פראבלעמען וואס דער איבסטאבילע פייכטע און פארשימעלטע לופט ברענג מיט זיך, אפילו דער מאשין וואס טרוקענט אויס די לופט, איז נאר גוט פאר א מקוה אדער א מקום ווי עס איז נישט פארשימעלט, ווייל מיטן שימל קוומן מיט פארשידענע אומגעוואונטשענע געסט.

דער עצה איז קודם ארויסצורייסן די פארשימעלטע ווענט\דאך\פלאר, און נישט פארעכטן איידער מען דערגייט פון עס איז נאס געווארן, צו פון א וואסער פייפ ליק אדער פון א נישט גטע אינסולעשן פון די גאס, און קאסט דאס צופיל לוינט זיך צו מופן און נישט ליידן די קאנסקעווענצן פון דעם שימל.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 9:33 am

אויב פארשטיי איך גוט רעדט מען דא פון מאלד בלע"ז. און דאס איז יענע דזאוק. ווייל עס קריכט, דהיינו, עס הייבט זיך אן פון ווי די וואסער זאפט זיך איין, און עס פארט אויף ארויף זייער געשיקט. און דאן איז עס יענע חתונה, מען האט דא אויבן גערעדט פון ארויסשניידן. עס איז לכאורה די פראקטישע וועג. אבער ביז אהין וואלט איך דיר געראטן אז דו זאלסט קויפן א ספרעי באטל(ליידיג) מיט א פאר פון די גרויסע הענטשטוך און א באטל בליטש.
יעצט, טו אן די הענטשוך (אז נישט וועט דיין הענט ציפן) גיס אריין בליטש אינעם באטל און שטיי בערך צוויי דריי פוס אוועק פונעם וואנט, און שפריץ עס גוט אן. דאס העלפט צו הרג'נן די מאלד. שטייצעך אויב עס איז נאכנישט אויף צו א שטארקע פארנעם. ווייל אויב יא איז די איינציגסטע עצה עס צו אויסרייסן, אווי ביי א נגע. איצטערט מאך זיכער אז וואסער האט מער נישט קיין צוטריט צו די וואנט, און מען קען קויפן ספעציעלע פעינט ביי די פעינט געשעפטן, וואס לאזט נישט אריין די באקטיריע וואס רופט זיך מאלד.
(פון א געליטענער, וואס איך האב שוין געהאט ווייעלעשאן'ס פון די שטאט, און ב"ה עס איז געווארן קעיר גענומען)

נחבי בן ופסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2007 2:47 pm

תגובהדורך נחבי בן ופסי » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:43 am

דער פראבלעם פון שימל איז אזוי פארשימלט אז ס'שווער צו טרעפן אן עצה דערפאר. גיי ווייס פון וואו די שימל קומט? איבערהויפט אויב מבחוץ איז דאס נישט נראה וניכר. עס דארף דיר אפקאסטן א הון רב בלויז צו דערגיין אונטער די קוליסן וועלכער וואנט/דאך וכדומה עס איז פייכט און הערשט דערנאך הייבט זיך אן א גאנצע חתונה פון הוצאות און איבערמאכן די וואנט/דאך.
און אויב שימלט אויף עטליכע פלעצער זאל גאט באהיטן. קענסט אמאל זיך אפמוטשענען און אויסגעבן אוצרות געלט אוועקצונעמען שימל פון איין פלאץ מיינענדיג אז דארט איז געווען דער פראבלעם און דערנאך ווערסטו גאר געוואויר אז לא דובים ולא יער דארט וואו דו האסט פאראכטן איז קיינמאל קיין פראבלעם נישט געווען און יעצט הייב אן פון אלף נאכאמאל עפן נאכאמאל דיין בערזל און הייב אן מיט א פרישע אינוועסטיגעישן ס'איז יענץ געשעפט

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 11:45 pm

די ערשטע עצה איז: מ'ווישט עס אפ.

די צווייטע עצה איז: מ'עפענט אויף די פענסטער די שטוב זאל זיך אביסל אויסלופטערן. [אין מ'ציעט ארויף די סטיעם ס'זאל נישט זיין זייער קאלט] (דערנאך ווענדט מען זיך צו 'קרן עזר' פאר הילף צו באצולן דעם אויסגעשאלטערטן לעקטער שטראם)

די דריטע עצה איז: מ'איז עס עוקר מן השורש...

די פערטע עצה איז: מ'ניצט עס פאר פענעצילן. (האט מען שוין פרנסה אויך... אויב שעמט איר זיך צו גיין צו אייער לאקאלער אפטייקע, פארקויפט עס אויף'ן אינטערנעט...)

די פינעפטע... וכ"ו


אלע מיינע אויבנדערמאנטע עצות, וועט 'אפשר' ארויסהעלפן אין גרינגערמאכן די סיטואציע. מ'קען עס אפשר אנרופן 'ענדלאזע סעלושאן', ווייל די סאלושאן איז ענדלאז. אבער ס'וועט נישט זיין קיין פיינעל הילף. חוץ פון מיין דריטע עצה (מ'זאל עס עוקר מן השורש זיין). אבער דאס ווענד זיך שוין גענוי פון וואס א סארט מאטריאל דיין הויז איז צוזאמענגעשטעלט. ווייל אויב איז עס צוזאמענגעשטעלט פון א שטיק אלטע פייכטע האלץ, וועט אייך נאר העלפן צו רופן די פייערלעשער... אין דערנאך בויען א נייע...


אויב האלט איר אין סיטואציע, אז אייער פינענציעלע מצב ערלויבט נישט צופיל צו אינוועסטירן אינעם פראבלעם. קענט איר זיך ווענדן צו א air purifier וואס וועט אייך בעזרת השם שטארק בייהילפיג זיין אז ס'זאל שטארק מינומיזירן דעם פראבלעם, אדער העלפן אז איר זאלט עס מער בכלל נישט מער דערשפירן.

air purifiers
דרייען זיך ארום פון אלע סארטן אין מינים. שטארקע אין נאך שטערקערע, טייערע אין נאך טייערערע, אלעס ווענד זיך אין ווי שטארק איר ווילט פטור ווערן פונעם פראבלעם.

בכל אופן איז גוט צו קויפן אזוינס וואס שטייט ארויסגעשריבן אז ס'איז קעגן שימל, מאלד, רייכערייען, אין דער עיקר אז די אנגעבליכע שטארקקייט זאל אריין רעכענען מער סקווער פיס ווי אייער גאנצע דירה פארמוגט. ווי למשל: אויב אייער דירה איז 2000sf קויפט איינס וואס קאווערט כאטש 2500sf צו גאר 3000sf ווייל אייער הויז איז דאך האפענטליך נישט איין גרויסע זאל, ס'האט דאך באזונדערע שטובער אין האלוועיס, אין מעיגליך אויך טרעפן אין פארשטייט זיך באדע צימערן. איז כדי ס'זאל ארויס ציען פון איבעראל די פרפעסטעטע לופט, בויך עס זיין געניג שטארק.

ס'זענען אויך פארהאן געוויסע מיט א 'sanitizer option' וואס דאס איז די מערסטע געווינטשן פאר אזויניגע ווי דיר. ווייל ס'גיט די ברירה אז א יעדע שטיקל צייט, זאל מען קענען סאניטייזן אין אויפפרישן דאס גאנצע הויז.

אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מען זיך געדארפט אריבער כאפן צום נונט'סטן געשעפט'ל פאר די דאזיגע ענינים. אבער פאר א גיטע מאשינקע לאזן זיי זיך באצאלן $700/$800 טאלער. דעריבער וועגן אזעלעכיגע פראבלעמען האט דער אויבישטער באשאפן amazon.com , ווייל פאר זיי איז געניג צו באקומען בלויז עטליכע הונדערטער, אין זיי שענקן דיר א פיינע כלי (במתנה).

אויב ברויכסטו מער הילף, פרעיגן קענסטו אייביג (טאקע?!)
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » פרייטאג ינואר 23, 2009 12:29 am

העיקר שכחתי

זאגן פרק שירה 40 טאג.
נישט גיין אין קאנטרי.
אנצינדן ליכט.
זאגן תוקן הכללי.

אויב די וועסט נאך נישט זיין געהאלפן, קום צוריק. כ'וועל דיר געבן פראפעסיאנאלע הילף.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 23, 2009 2:51 am

די מאשינען קענען גארנישט טאן קעגן שימל, זיי קענען בלויז 'דיהומידיפייען' דעם צימער, געווענליך א בעיסמענט וואס איז פייכט צוליב סוער וכדומה איז עס גוט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » זונטאג ינואר 25, 2009 3:49 pm

שוועמל, פון פייכטקייט וואקסט שוועמל.

אין יא: דו ביסט אויך גערעכט. ווייל ווען מ'קויפט די ביליגע מאשינקעס, העלפט עס טאקע קעגן פייכטקייט. (קעגן שוועמל)

אבער ביטע: מאך א סורטש אין amazon.com אדער אין ebay.com אין לייען די דיסקריפשאן פון די טייערע air purifiers (טייער מיינט כאטש העכער $200 דולר) ואין חכם כבעל נסיון.

אין די ביסט אויך גערעכט: 'דו מאשינקעס קענען גארנישט טאן קעגן שימל' . זיי קענען נאר הארגענען די אמזעיבארע bugs וואס די שימל פראדוצירט. ממילא האסטו נישט קיין פראבלעם מיט דו שוועמל [כ'מיין שימל]



אין אויב ווילסטו נאך עפעס וויסן, כ'האלט שוין נאך 'ערשטע הילף' .
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:12 pm

ווען דארף מען אנפאנגען צו טראכטן אז עס איז דא שימל אין א בעיסמענט? מען זעהט דאך נישט אלעמאל די שימל אינדערויסן. אויף יעדע בעיסמענט דארף מען חושש דארף אז עס איז דא שימל?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:14 pm

ס'שפירט זיך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:27 pm

סידיראם האט געשריבן:אויף יעדע בעיסמענט דארף מען חושש דארף אז עס איז דא שימל?

יא, אבער ווען עס איז דא עפ״י רוב וועט עס א גוטע נאז שפירן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 26, 2018 9:22 pm

סידיראם האט געשריבן:ווען דארף מען אנפאנגען צו טראכטן אז עס איז דא שימל אין א בעיסמענט? מען זעהט דאך נישט אלעמאל די שימל אינדערויסן. אויף יעדע בעיסמענט דארף מען חושש דארף אז עס איז דא שימל?

וואס מאכטעך טראכטן אז ס'איז דא שימל?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 26, 2018 9:25 pm

אגב. רוב מאל איז די עיקר שימל אויף די אנדערע (נישט זעבארע) זייט פון די שיטראק

1) ווייל די נאסקייט האלט דארט אן לענגער

2) ווייל די וואסער קומט געווענליך קודם אן דארט און ווערט נישט אפגעווישט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט