לאמיר דערציילן די מעלות פון... שאקאלאדע
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2008 1:38 am
די אויפדעקונג איבער טשאקאלאדע
אז טשאקלאד איז גוט האט איר שוין אוודאי פארזוכט, און אז טשאקאלאד קען עטוואס בענעפיטירן פארן געזונט האט איר שוין מסתמא געהערט. האט אבער די "לאַנסעט מעדיקאל זשורנאל" לעצטענס באשריבן די אויפדעקונג איבער טשאקלאד אין אלגעמיין אז ס'יז גארנישט ווי איר מיינט.
נישט אלע סארטן טשאקלאד ווערן פאבריצירט אייניג ביי אלע פאבריקן. די געזונטע אנטי-אקסידענט באשטאנדטייל אין טשאקלאד וואס איז באקאנט צו רעדיצירן הארץ קראנקהייט – דאס איז די "פלעווענאלס" (אדער פלעווענאוידס) וואס גיבט דעם ביטערן טעם פאר די טשאקלאד, איז גארנישט אזוי גלאטיג, מעלדעט דער לאנסעט עדיטאריעל. דערפאר וואס דער באשטאנדטייל ווערט ארויסגענומען אין לויף פון פראסעסירן די טשאקלאד ביי די מערהייט פאבריקן צוליב איר שטארק ביטערן טעם, דערביי אויסליידיגן זיי די געזונטע פלעווענאלס פון די טשאקלאד. אפילו די אינגרידיענט לעיבעלס מעלדן אויך נישט צי די "פלעווענאלס" זענען געבליבן צי נישט, מאכנדיג שווערער צו וויסן איר ריכטיגע אינהאלט.
די אנטוישונג איבער די די טשאקלאד פאבריקאציע קומט א חודש נאכדעם וואס די אמעריקען הארט אסאסיאציע מאגאזין "סירקיולעשאן" האט באריכטעט איבער א שטודיע וואס איז פארגעקומען איבער די געזונטהייט פון טשאקלאד. צוויי און צוואנציג פאציענטן וואס זענען דורכגעגאנגען הארץ טראנספלענט אפעראציעס זענען אריינגענומען געווארן אינעם שטודיע, מען האט געגעבן פאר א טייל פון זיי ריכטיגע טונקעלע טשאקלאד און פאר א טייל פאלשע "פּלאסיבא" טשאקלאד. אין בלויז צוויי שעה דערנאך זענען די רעזולטאטן געווען גאר גינסטיג פאר די וואס האבן גענומען די ריכטיגע טשאקלאד, ווי ווייניגער פארשטאפונגען און פארבעסערטע בלוט-פלוס, קעגן די וואס האבן איינגענומען די פאלשע "פּלאסיבא" טשאקלאד וואס קיין שום ענדערונג איז נישט געזען געווארן.
אינעם "סירקיולאשאן" באריכט ווערט אויך געמאלדן איבער געזונטע פלעווענאוידס וואס ווערט געפונען אין טיי, רויטע וויין ווי אויך געוויסע פרוכט און אין וועזשעטעבעל וואס זענען באקאנט צו זיין געזונט פארן הארץ.
"די זיכערסטע וועג איינצונעמען טשאקלאד וואס פארמאגן די נוטיגע געזונטע פלעווענאלס, איז בלויז צו קויפן די עכט טונקעלע טשאקלאד מיט וואס ווייניגער אינגרידיענטס" זאגט דר. זשעקאב שאני, טשעירמאן פון מיימאנידעס הארץ אסאסיאציע אפטיילונג אין ברוקלין.
ענליך ווערט געמאלדן אינעם מאַיא קליניק העלט אויסגאבע, אז וואס טונקעלער די טשאקלאד איז אלס בעסער זענען די שאנסן צו האבן אין זיך די נויטיגע פלעווענאלס. א טונקעלער באר טשאקלאד קען פארמאגן אין זיך 53.5 גראם פון פלעווענאלס אבער א מילכיגע באר פון טשאקלאד פארמאגט בלויז 14 גראם פלעוואנאלס. ווייסע טשאקלאד איז גענצליך אויסגעליידיגט פון פלעווענאלס.
אבער מיינט נישט אז זיך אנעסן מיט טשאקלאד וועט אייך געזונט מאכן, די אלע לעצטיגע שטודיעס איבער טשאקלאד באריכטן בלויז מילדע געזונטהייט בענעפיטן, און דאס קען אויף קיין פאל נישט גענומען ווערן אנשטאט א מעדעצין. צו דער זעלבער צייט דארף מען אויך אבאכט געבן אויף צופיל פעטנס און צוקער וואס קענען מעגליך זיין אריינגעמיטש אין די טשאקלאד.
דער דערמאנטער דר. שאני האט געזאגט אין די אינטערוויו: "אויב פרעגט איר וואס איז וויכטיגער, א שטיקל טשאקלאד אדער מאכן איבונגען, דאן נעמט ענדערש די איבונגען אפציע. איך גלייב נישט אז מען זאל אמאל עמטליך מעלדן די הארץ פאציענטן איינצונעמען א גוטע דאזע פון טשאקלאד".
בלייבט איבער פונקט ווי פריער, צו עסן דעם טשאקלאד ביים שוואגערס שלום-זכר אדער ביים חבר'ס וואכנאכט...