איז פאראן א רפואה פאר אונזער בן יחיד'ל?!
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2008 10:28 am
איז פאראן א רפואה פאר אונזער בן יחיד'ל?!
– א ווירקליכע פאסירונג אין אונזערע צייטן –
מיט א פארקלעמט, צובראכן און דערשלאגן הארץ, מיט א שווארצן וואלקן באגלייט אויף זייער
געזיכט, האט דאס פארפאלק פארלאזט דעם בארימטן דאקטער, דער קעניג אינעם פעלד פון רפואה,
ווערנדיג באקאנט מיט דעם ביטערן מציאות וואס האט אין איין וויילע געטוישט זייער לעבן אויף
אייביג, אז זייער איין-איינציג קינד, דער טרוים פון זייער לעבן, דער האפענונג פון זייער אנוועזנהייט,
איז ליידער געווארן דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה ה"י.
זינט יענעם באזוך ביים דאקטער האט דער סדר היום ביי משפחת פ. זיך גענצליך געטוישט. פון
אפווארטן א געזונט פריש חדר-אינגל מיט לאנגע שווארצע פיאות און א לעכטיגן שמייכל, ביז פארן-
און-קומען פון און צום שפיטאל, טעסטס, שעה'ן לאנגע ווארטן ביי דאקטוירים, פיינפולע חדשים פון
טערעפי און היילונגען, און דאס מערסטע האט דאס יונג פארפאלק פארברענגט אומצאליגע שעה'ן
מיט תפילות ותחנונים, און פארגאסן טייכן טרערן ביים תהלים'ל אויף א רפואה שלימה פאר זייער בן
יחיד'ל, דער אכט יעריגער "משה יצחק בן שרה מלכה".
א צייט איז זיך פארלאפן, ס'האט שוין אויסגעקוקט בעסער, די האר האט אנגעהויבן
צוריקוואקסן, אבער דאן האבן די קאמפליקאציעס איבערגענומען די סיטואציע. איינס שלעפט דאס
צווייטע, און מ'האלט ביים אנהויב, און אינצווישן וואלגערט זיך דאס קינד מיט שרעקליכע יסורים
נוראים, וואס נאר איין באשעפער קען לינדערן מיט א רפואה שלימה, וישועת ה' כהרף עין.
ווי א שטייגער האט דער פאטער אנגעקלאפט אין די טירן פון גדולים וצדיקים, געפארן אויף קברי
צדיקים, זיך מזכיר געווען ביי הייליגע אידן, און מרעיש עולמות געווען לטובת זיין בן יחיד.
אין איינעם א פארנאכט האט דער פאטער – וועלכער האט דאן געוואוינט אין די חרדי'שע בארא
פארק – זיך אויסגעוויינט דאס הארץ פאר זיינס א חבר. האט אים דער ידיד מייעץ געווען אז ער וועט
מזכיר זיין דאס קינד ביי זיין רבי'ן, א בארימטער גדול אין לעצטן דור, וועלכער איז געווען מפורסם
מיט זיין הרבצת התורה בהשקפה ברורה.
ווען דער גדול האט זיך צוגעהערט צו דעם ביטערן מצב פון דאס קינד, האט ער באלד געפרעגט
דעם אינגערמאן: "זאג נאר, אין וועלכן ביהמ"ד דאווענט דיין חבר?". ווען ער האט אים געענטפערט
דעם נאמען פון ביהמ"ד האט ער ווייטער געפרעגט: "איז מען דארט נזהר נישט צו רעדן ביים
דאווענען?". האט ער געענטפערט: "לאו דוקא!". באלד האט דער גדול פארגעזעצט: "נו, וואס איז דער וואונדער? מיר געפינען נישט ביי קיין שום פאל אז דער שולחן ערוך זאל פסק'ענען דעם לשון "וגוערים בו", נאר ביים דין פון רעדן ביים דאווענען, און די סיבה דערצו איז, ווייל אין א ביהמ"ד וואו מ'רעדט ביים דאווענען, שטערט דאס אלע תפלות און בקשות פון ארויפגיין אין הימל, קומט אויס אז דער
וואס שמועסט ביים דאווענען איז א גוזל את הרבים און ער שעדיגט יעדן יחיד אין ביהמ"ד אז זייער
תפלה זאל נישט אנקומען אין ריכטיגן פלאץ, ער גנב'עט זייערע השפעות, און דאס איז דער גורם אז
אויך די ערליכע תפלות זאלן ווערן צוריקגעוויזן פון הימל".
" איז – האט דער גדול אויסגעפירט – ביי אייער ידיד, אז ער דאווענט אין א ביהמ"ד וואו מ'איז
נישט נזהר צו רעדן ביים דאווענען, וויאזוי קלערט ער אפילו אז ער קען דארט געהאלפן ווערן? אין א
ביהמ"ד וואו מ'רעדט ביים דאווענען קען מען קיין ישועה נישט האבן! זאג דיין חבר אז כדי זיין תפלה
זאל קענען נתקבל ווערן זאל ער זיך אוועקציען דאווענען נאר צו א ביהמ"ד וואו מ'איז נזהר נישט צו
רעדן ביים דאווענען".
פארשטענדליך אז דער פאטער פון דעם קראנקן בן יחיד'ל, וועלכער האט אזוי שטארק
ארויסגעקוקט אויף א ישועה מן השמים, האט אנגעהויבן דאווענען אין א ביהמ"ד וואו מ'איז נזהר
אין קדושת ביהמ"ד, און ביז געציילטע וואכן איז ער איבערראשט געווארן ווען ער האט געהערט
פונעם דאקטער, וואו ער קוקט צו מיט וואונדער אז אויפן קינד זעט זיך נישט אן מער קיין זכר פון די
ביטערע מחלה! דער דאקטער האט צוגעגעבן אז דאס קען נישט זיין במציאות נאר אז דער יד ה' האט
דא באוויזן אומגלויבליכע וואונדער!
דער פאטער האט גאר גוט געוואוסט וואס האט צוגעברענגט די ישועה, און האט מקבל געווען
אויף זיך צו מפרסם זיין די מעשה, צו צייגן עד היכן הדברים מגיעים.
(געהערט פונעם בעל העובדא)
נתפרסם געווארן אין "די קלאסיפייד" לרפואת חיים בן חנה (לאקס) לרפו"ש בקרוב