פימפל'ס אויפן פנים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

פימפל'ס אויפן פנים

תגובהדורך KCSP » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 6:26 pm

וואס קען מען טוען צו די טין עדש פימפלעך ? איך זיך עפעס א גוטע זאך וואס עס העלפט טאקע

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 10:13 pm

אויב עס איז נאר טיען עידזש, דאן איז עס א מום עובר און מיט די [יאהרן] צייט וועט עס אוועקגיין.
ועמך כולם צדיקים

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 10:30 pm

ביקסאד אזוי ליינענדיג צוזאמען מיט מיין שכן, זאגט ער מיר אז ער קען אסאך 25 יעריגע וואס דרייען זיך ארום מיט טין עידזש פימפעלס,

איי פארוואס הייסט עס "טין עידזש"???

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 3:33 am

איך מיין אז דעיס וואס אלע האבן הייסט ACNE נישט קיין עכטע טין עדש מען רופט עס נאר אזוי,
מען קען דעיס האבן ביי די דרייסיג און פערציג יאר אויך, איך ווארט נישט אז עס זאל אוועקגיין ווייל מען קען ווארטן און ווארטן, איינער וואס האט דעי טבע האט עס וויטער, עס איז דא אבער מיטלען עס אויסציהיילען,
איך וויל עס שוין יעצט זעען אוועק.
לעצט פאראכטן דורך KCSP אום זונטאג נובעמבער 02, 2008 5:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 12:08 pm

עס האט טאקע נישט מיט די טין יארן נאר עס איז די מערסטע מצוי אין יענע יארן, רופט מען עס אזוי, אין דאס פאסירט ווען די הארמאנען טוישן די פעט סעלס זייער אסאך, און די וואס האבן עס אין די טיפע צוואנציגע יארן האבן מען פון די פעטע סעלס, און דאס מיינט אז וווען זיי וועלן זיך עלטערן בעזר השם וועט זייער הויט נישט ווערן אזוי שנעל אויסגעטריקענט און צוקניישט, די בעסטע עצה פאר די עקני פימפעל איז "נישט צו קוקן אין שפיגל" עס ווענט זיך און וויפיל מען עס פעטע מאכלים, (וואס מען טאר נישט אינגאנצען ארויסשניידן פונעם דייעטע) אבער דער ערגסטע פארגעדם איז טשאקאלאדע און קאקא פראדוקטן, און דאס קען מען ארויסשניידן פונעם סדר היום, און כסדר אפוואשן די פנים מיט וואסער (פארשטייט זיך און נאכדעם אפטריקענען) כדי די פעטענס זאלן זין נישט אנזאמלען אויף אן אויפן ווי עס ווערט פארמירט א עקני פימפל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 02, 2008 1:27 am

טין עידזש פימפלס אדער עקני קענען קומען צוליב פארשידענע סיבות.

די מערסטע אנגענומענע סיבה איז צוליב א פארשטאפונג אין די לעכערלעך PORES אויפן הויט. די הויט האט נאטורליכע אומזעבארע לעכער וואס פירן ארויס פעטענס אויבן אויפן הויט, די סארטן פעטענס ווערן גערופן FATTY ACIDS און זייער ציל איז צו מאכן א שיינע פעטע הויט נישט צו טרוקן און נישט צו פעט. אויב אבער דער סיסטעם ארבייט נישט געהעריג, צי וועגן א הארמאן טויש אדער וועגן א שלעכטע עסן למשל צופיל אויליגע עסן וכדומה, וועט דער סיסטעם ארויסגעבן אן איבערפלוס פון פעטענס וואס פירט צו א אנזאמלונג פון שמוץ און אויל אין און ארום דעם לעכעלע וואס מאכט אז א קאממאן מענטשליכע באקטעריע זאל זיך גלייך באזעצן דארטן און אנטצינדן די הויט. עס זענען דא טאקע עטליכע סארטן באקטעריעס דערפאר זענען א טייל פימפלעך גרויס אדער קליין, ווייעדיג אדער נישט, געוואנדן אינעם באקטעריע וואס האט זיך דארט באזעצט.
דער גלענד וואס איז פאראנטווארטליך פאר די פעטע ארויסגעבונג אויפן געזיכט איז מיין איך די THYROID, (מזכרון). אויב האט מען צופיל פעט איז דאס א באווייז אויף א הייפער טיירויד, וואס מעדיקעל דאקטארס וועלן געווענליך נישט אנערקענען אלס א פראבלעם פאר בלויז צופיל פעט, אבער נאטורליך קען מען דאס היילן אדער קאנטראלירן. אינעם טיירויד אליינס זענען דא נאך קלענערע גלענדס וואס אמאל קען זיין אז בלויז זיי זענען די פראבלעם. (ס'יז א האקעלע און אריכותדיגע נושא, איך געדענק שוין נישט אלעס וואס כ'אב געליינט. אבער די נעט איז פול דערמיט.)

קומט אויס אז פעטע הויט אליינס מיינט נאכנישט קיין פימפלעך, נאר בלויז עס מאכט די הויט אויסגעשטעלט EXPOSED צו באקומען די פימפלעך. דעריבער איז די עצה צו פארמיידן די פינגערס פון כסדר אנרירן די פנים ווייל דאן וועט די באקטעריע פון די פינגערס זיך אריינבאקומען אין די לעכערלעך. אנשטאט, נוצט א ריינע טישו אפצו ווישן די איבעריגע פעט פונעם געזיכט.


ב"ה איך לייד נישט דערויף, אבער מיין ביסל עקספיריענס האט מיר געוויזן אז עס קען אויך קומען פון נערוועזקייט פול מער ווי עס קומט פון פעטע צעלן. אין צייטן וואס מ'איז אנגעצויגן, נערוועז, קען עס זיין פול ערגער.

נאך א זאך איז וויכטיג צו וויסן אז איינס ברענגט דאס צווייטע. דהיינו דורך באטאפן און כסדר אנרירן מיט די פינגערס פירט מען אריבער די באקטעריע פונעם אינפעקטירטן פימפל ארום און ארום אויפן פנים און דאס ברענגט א באקטעריע אויסשפרייטונג. דעריבער איז ראטזאם צו נוצן א סעניטייזער בעפאר און נאכן וואשן דאס פנים, אדער נוצן א אלקאהל פעד אפצו וואשן די פינגער שפיצן און די הענט.

אלע שרייבן זיי, אז דער עיקר איז נישט צו אויסקוועטשן מיט רציחה ווייל עס בלייבט א בלעמיש וואס נעמט א לאנגע צייט זיך צו היילן.

הצלחה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 12:17 am

כ'אב מיך יעצט דערמאנט, דער גלענד איז נישט דער טיירויד, ס'יז די sebaceous gland סיבעשוס גלענד וואס איז אחראי אויף די פעטנס אויפן פנים. די פעטנס ווערן גערופן סיבום sebum.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 9:58 am

איך האב געהערט זאגן אז די וועב סייט http://www.acne.org/ העלפט זייער גוט ארויס.
ער זאגט אויך אז אנכאפן די פנים איז די ערגסטע. און אויסערדעם פארקויפט ער קרימס ואוס ער טענהט העלפט זייער גוט.
איך בין נייגעריג צו איינער האט עס שוין געטרייט, און צו סהאט געארבעט.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 11:49 pm

איך זיך א גיטן דאקטער צי היילן acne פימפלס,
מיר האבן שוין געניצט parcare אין oda, אויב ווייסט איר פין א גיטן דאקטער אין די ווילי עיריע, בעיקר וואס איך זיך איז איינער מיט שפעטע אדער פריע שעות פאר 10 אדער נאך 5:00,
אויב ווייסט איר פליז זייט מודיע,

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש דעצמבער 22, 2018 10:23 pm

האט איינער עקספיריענס מיט א גוטע קריעם פאר פימפעלס אויפן פנים?

קען איינער מסביר זיין וואס פונקטליך מען טאר נישט עסן כדי צו פארמיידן?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מוצ"ש דעצמבער 22, 2018 11:40 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט א גוטע קריעם פאר פימפעלס אויפן פנים?

קען איינער מסביר זיין וואס פונקטליך מען טאר נישט עסן כדי צו פארמיידן?

איך האב געטרייט פארשידענע זאכן. די איינציגסטע זאך וואס ס'האט מיר געהאלפן איז זיך גוט אפגעוואשן די פנים יעדען אינדערפרי אין שאווער מיט DOVE BAR SOAP און נישט געגעסן קיין ניסלעך. מיט די צייט וואקסט מען עס אויס

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מוצ"ש דעצמבער 22, 2018 11:54 pm

nmi האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט א גוטע קריעם פאר פימפעלס אויפן פנים?

קען איינער מסביר זיין וואס פונקטליך מען טאר נישט עסן כדי צו פארמיידן?

איך האב געטרייט פארשידענע זאכן. די איינציגסטע זאך וואס ס'האט מיר געהאלפן איז זיך גוט אפגעוואשן די פנים יעדען אינדערפרי אין שאווער מיט DOVE BAR SOAP און נישט געגעסן קיין ניסלעך. מיט די צייט וואקסט מען עס אויס

Just to confirm. דו רעדטסט פון teen age פימפלס. איוואר?

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:15 am

nmi האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט א גוטע קריעם פאר פימפעלס אויפן פנים?

קען איינער מסביר זיין וואס פונקטליך מען טאר נישט עסן כדי צו פארמיידן?

איך האב געטרייט פארשידענע זאכן. די איינציגסטע זאך וואס ס'האט מיר געהאלפן איז זיך גוט אפגעוואשן די פנים יעדען אינדערפרי אין שאווער און ביינאכט פאר'ן גיין שלאפן מיט DOVE BAR SOAP און נישט געגעסן קיין ניסלעך. מיט די צייט וואקסט מען עס אויס

שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » זונטאג דעצמבער 23, 2018 2:27 am

Stridex is a very good facial cleaner, works great for my Bucherem

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג דעצמבער 23, 2018 3:30 am

טאמער ווילסטו דאס שטארק זען אראפ איז דא א פיל וואס מען נעמט אין עס מאכט איגאנצען קליען די פעיס מען דארף אבער פארדעם נעמען בלאד ווערק זען אויב מען מעג עס נעמען אין פארווי לאנג אויב די ווילסט קאנטעקט מיר אין אישי
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:03 pm

שעבאשנוט האט געשריבן:Stridex is a very good facial cleaner, works great for my Bucherem


וואס טוט מען מיט די stridex pads?
מען ווישט אפ די גאנצע פנים?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:13 pm

Wash your face with this, a couple of times a day

Rub it on your face well as you wash it


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט