קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
איך זיך דרינגענד אינפערמציע אדער א עצה פאר א קינד וואס ליגט אין בעט מיט פיבער יעדע 4 וואכן.
געווענלעך ווערט עס דיאגנאזירט אלץ א וויירוס דורך די פידיעטרישען, און די קינדס דוקטורים טענה'ן אז עס איז בלויז א שוואכע אימיון סיסטעים וואס וועט שטערקער ווערן מיט די צייט. למעשה גייט דאס שוין אהן פאר יארן, און ווערט נישט בעסער.
איך האב שוין פראבירט פארשיעדנע אימיון בוסטערס, אבער גארנישט.
עני עדווייס אדער עקספיריענס איז אפרישיעיטעד.

לעצט פארראכטן דורך שאבעלע אום מאנטאג אוגוסט 15, 2022 12:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
ווי אלט איז דאס קינד ?
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
7ישעי שלום האט געשריבן:ווי אלט איז דאס קינד ?
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24343
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
רפו''ש
איך האב אזוי געהאט א לאנגע תקופה אלס גרעסערע קינד מען האט גארנישט געטראפן אין נאכדעם ב''ה אלעס אריבער...

לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום מאנטאג אוגוסט 15, 2022 12:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
ס'קען זיין אפשר א סטרעפ אין די בלוט, דאס קען מען זעהן אין א בלוט טעסט, און מ'טריד דאס מיט מעדיקעישען אפאר וואכען
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
איך האב דאס געהאט מיט מיין קינד ביז בערך 7 א האלב יאר ממש יעדע פיר וואכן און דער דאקטער האט געהאלטן און איין זאגן ער וועט דאס אויסוואקסן און ברוך השם סאיז טאקע אוועקגעגאנגעןשאבעלע האט געשריבן:7ישעי שלום האט געשריבן:ווי אלט איז דאס קינד ?
- 36 געסט
- שר האלפיים
- תגובות: 2319
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
- לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
דאכצעך כ'אב אמאל געהערט אז ס'קען זיין ליים דיזיעז.
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
פרוביר די מינערל דרינק אדער קעפסעלסשאבעלע האט געשריבן:איך זיך דרינגענד אינפערמציע אדער א עצה פאר א קינד וואס ליגט אין בעט מיט פיבער יעדע 4 וואכן.
געווענלעך ווערט עס דיאגנאזירט אלץ א וויירוס דורך די פידיעטרישען, און די קינדס דוקטורים טענה'ן אז עס איז בלויז א שוואכע אימיון סיסטעים וואס וועט שטערקער ווערן מיט די צייט. למעשה גייט דאס שוין אהן פאר יארן, און ווערט נישט בעסער.
איך האב שוין פראבירט פארשיעדנע אימיון בוסטערס, אבער גארנישט.
עני עדווייס אדער עקספיריענס איז אפרישיעיטעד.
עס ארבעט בדוק ומנוסה אויף אלע וויירעסוס און פאר ליים
רוף העסקן ר’ משה ווייזער פאר מער 3478066554
אני בעניי האבעך געהיילט ב"ה הונדערטער אידן דערמיט ביי קאראנע ועוד
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
פיבער דוקא אדער שטארקע קאלדס א.ד.ג.? איז זומער בעסער ווי ווינטער?
פאר שטארקע, אפטע קאלדס איז א גוטע עצה צו באזוכן ביי א ent, געווענליך קינדער דאקטוירים וועלן עס אוועק מאכן אבער א ent וועט קענען אנצייגן צי עס איז דא א פראבלעם אינעווייניג אין די נאז / האלז וואס מען קען היילן דורך א סוירזשיקעל פראצעדור.
בכלל איז בעסער אין אזא פאל צו לערנען אין א קלענערע מוסד / קלאס, וויבאלד מיט יעדע קינד מער וואקסן די שאנסן עפעס איבערצוכאפן עקספאנענשעלי

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
Re: קינד מיט פיבער יעדע 4 וואכן
ידידי היקר שאבעלע, לאמיר דיר דערציילן וואס מיין קינד איז אדורך, אפשר איז דאס הני הך
ווען מיין קינד איז געווען צוויי יאר אלט האט זי מיטגעמאכט אזאנס און כ'האב דעמאלסט אפגעשריבן פאר איינעם די פאלגענדע:
------
א קליין מיידעלע איז זי, אזוי וואויל און זיס, ב'חנ'ט און תמימות'דיג. זי וואקסט ב"ה ווי אירע יארגאנג באדארפט, און ברענגט נחת און שמייכלען פאר איר משפחה.
זי זעט אויס ווי יעדעם, זי שפילט און לויפט ארום ווי יעדעם, זי עסט און לעבט ווי יעדעם...אבער....
נאר 3 וואכן אין א צי...
ווייל די 4'טע וואך האט זי עפעס נישט ווי יעדעם...
* * * *
באזוכען ביים דאקטאר יעדעס 4'טע וואך צו זען וואס האט אצינד געברענגט די פיבער (היץ) אזוי הויעך, טייל מאל 102 און טייל מאל אזוי הויעך ווי 104+.... (די ערשטע מאל מיט דעם איז עס געווען נענטער צו 106!), האט אנגעהויבען הייבן ברעמען און וואונדער אינאיינעם.
יעדעס מאל ביים חודש'ליכן באזוכען אינעם דאקטארס אפיס האט מען גענומען איר בלוט פונעם פונגער צו זען אויב עס איז אן אינפעקשען אדער א וויירוס, און די רעזולטאטען זענען יעדעס מאל געווען אנדערש. ד"מ אז ווען זיי האבן געהאלטן אז דאס איז א אינפעקשאן האט מען אונז פארשריבען א אנטי ביאטיקס עס צו היילן, אבער ווען זיי האבן געזען א וויירוס איז דערפער גארנישט דא וואס צו טון חוץ מיט-וויינען מיטן קינד ביסורה און ווארטן ביז איר גוף מיט די הילף פון די אימיון סיסטעם געוואונען די מלחמה אקעגן דעם וויירוס.
מיט צעמישטע געפילן, און בכבוד הראי', האט מען אפגעשריבען א קוויטל ביים גבאי'ן און זיך דערזען שטיין ביים רבי'ן פנים אל פנים און אראפלייגן דאס הארץ מיט אירע ספיקות אויפן טיש. איז דאס נערמאל אז מען זאל עס לאזן לויפן אזוי? וואס קען מען טון און ווי הייבט מען אן? און פארשטייט זיך באקומען א ווארעמע ברכה לרפואה שלימה.
נאכן אויסהערן די געשיכטע וואס חזר'ט זיך איבער מדי חודש בחדשו, און נאכן פארליינען מיינע ספיקות, האט די רבי געזאגט אז אפילו עס איז דא אמאל א קינד וכדו' וואס ליידט פון היץ, און מען ווייסט אז אז עס איז גארנישט מער ווי דעם, איז עס אבער בלויז פאר 99-101, אבער פאר העכער ווי דעם איז נישט דא קיין תירוץ עס אוועקצומאכן, און מיר באפוילן צו דערגיין עד הסוף וואס ברענגט די חודש'ליכע היץ און נישט נאכלאזן ביים דאקטאר ביז ער וועט מיר געבען א פונקליכע נאמען און באדייט וואס גייט פאר מיט דאס קינד.
מיט א רצון וואס ברעכט אלעס זענען מיר געגאנגען צום דאקטאר, דאסמאל ווען זי האט נישט געהאט קיין פיבער, און געבעטן דעם דאקטאר בלויז צו קוקען אין די היסטארי פון אונזער קינד, פון אירע דאקטארס באזוכען און די דאטום און סיבות, צו פארשטיין וואס מיר ווילן. ער געבט א שנעלע בליק און דערזעט זיך מיט א געטרייע פאציענט וואס האט געמאכט באזוכען 1-2 מאל יעדעס חודש, און טייל מאל מער ווי דעם. נאכן הערן פון אונז אונזער געשיכטע אין קורצען, האט ער אונז געשיקט צו א 'אימיונאליגיסט' (וואס קוקט אויב די אימיון סיסטעם ארבעט ווי עס באדארפט צו זיין).
מיר האבן באזוכט ביים 'אימיונאליגיסט' אין מאנהעטטען, און די רעזולטאטען זענען געווען אז די אימיון סיסטעם איז ב"ה וואַך און שטארק, און ארבעט זייער גוט ווי עס באדארפט. געלויבט די אייבערשטער אויף דעם גוטע נייעס, און גלייכצייטיג געוויסט אז אויב נישט דאס, דארף מען אצינד גיין זען וואס איז יא די פראבלעם.
די אימיונאליגיסט האט רעקאמאנדירט אן אנדערע דאקטער מיט א לאנגע טיטל וואס כ'געדענק נישט, און נאכן עס דורכרעדן מיט אונזער געהעריגע דאקטער האט מען באשטעלט ביי יענעם אן אפוינטמענט אויף א שיינע פאר וואכן שפעטער.
אין די זעלבע צייט האט זי ווייטער באקומען הויכע פיבער און דאן ביי די דאקטארס באזוכען האט מען אייביג געבעטן געזען צו ווערן דורך א געוויסע דאקטאר וואס מיר האבן שוין גערעדט דערוועגן ווי אויבנדערמאנט, און אים דערציילט אז חוץ פון יעצט באקעמפן די וויירוס/אינפעקשען, ארבעט מען ביי אנדערע מינע גרעסערע דאקטוירעם צו דערגיין וואס ליגט אונטער דעם.
דאן האט ער געווארפן א ווארט, אז ער איז חושד אז דאס איז א זאך וואס הייסט 'פּפאפא' (PFAPA), וואס בלויז עטליכע קינדער צווישען זיינע הונדערטער אדער טויזענטער קינדער פאציענטען האבן עס. ער האט אונז געזאגט ממש איינצעלע דעטאלן דערוועגן נאכדעם וואס ער האט נישט געוואלט פסק'ן אזוי שנעל אז דאס איז עס.
במשך עטליכע חדשים האבן 4 דאקטוירעם אינעם זעלבען דאקטארס אפיס, אונז געזאגט פון זייערע אייגענע מיינונג אז זיי זענען חושד דעם PFAPA, און אין די אנדערע צייט זענען מיר געגאנגען צו נאך א דאקטער (אין NYU), רעקאמאנדירט דורך מיין אימיונאליגיסט און לאקאלא דאקטער צו זען וואס ער האט צו זאגן.
ער האט געזען עפעס מאדנע אויפן צונג, און אויך געזאגט פפאפא. און אז נאך א קלענערע פאצענט ווייניגער פאציענטען, כמעט נאר פון ספרדים, וואס האבן פפאפא האבן אויך אזא צונג פראבלעם, (און ווארשטיינליך האט דאס געווען די סיבה פארוואס זי וויל נישט עסען געהעריג ווען זי האט די פיבער). ער האט אונז רעקאמאנדירט נאך א דאקטאר אין NYU וואס זאל באשטעטיגען די צונג פראבלעם און אפשר אויך בכלליות די פיבער אישו.
נאכן ווארטן נאך אפאר וואכן ביז מ'האט זיך דערזען אודך אין NYU, האט מען באזוכט דעם דאקטאר מיט אלע אינפערמאציע און בלוט רעזולטאטען אויפן פאפיר. נאכן זען די קעיס און הערן דעם באריכט, האט ער גלייך געזאגט מיט א זיכערקייט אז דאס איז פפאפא. נו, ב"ה מען ווייסט דאס, אפילו עס העלפט נישט די מחלה, אבער אין שמחה כהתרת הספיקות.
(די סיבה פארוואס מ'קען עס נישט קאנפורמען אויף 100%, איז ווייל עס איז נאכנישט דא קיין טעסט פאר דעם היות עס איז נישט אזוי מצוי, און קיין רפואה איז אויך נישט דא).
נאכן טון אביסל ריסערטש, ווייס איך עטליכע דעטאלען:
-עס איז נישט ג'ענערי"ק, דהיינו עס קומט נישט פון משפחה ארויף און גייט נישט ווייטער.
-קינדער באקומען עס שפעטסטענס ביי די 5 יאר, עס גייט אוועק פון זיך אליין, שפעטסטענס ביי די 10 יאר אלט.
-די סימפטאמען זענען טאקע דאס, יעדע עטליכע וואכן גאר הויכע פיבער.
-עס איז נישט דא קיין רפואה פאר דעם.
--------
ב"ה נאך א יאר צוויי שפעטער איז עס, אזוי ווי די דאקטאר האט פאראויסגעזאגט, פון זיך אליין אוועקגעגאנגען און אלעס צוריק צו נערמאל הודו להשם!
לאמיר וויסן אויב דאס ברענגט דיר אביסל קלארקייט