בלאט 1 פון 1
וואס איז דאס TMJ ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 2:22 pm
דורך יגדיל
איז איינער באקאנט מיט דעם?
ווייסט איינער וואס קען העלפען פאר דעם ?
ווער זאגט אוף זעכיר וואס דאס איז ?
וועלכע דאקטער איז באקאנט מיט דעם ?
איז דא עצות פאר דעם ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 2:38 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
איך לייד דערפון א יעדע שטיק צייט און עס גייט אוועק לויט ווי ווייט איך האב געהערט איז נישטא צו סאך צו טוען דערין. חוץ אז די קענסט גיין צו אגרויסע גאם אדער ציין דאקטאר!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 2:44 pm
דורך יגדיל
וואס זענען די סימפאטען וואס די ליידסט ?
ווער האט דיר געזאגט אז די ליידטס פין דעם ?
מיר ציט עפעס איין זייט פין די באק פין לעבען די אוער אין אראפ ביז די עק פינעם ביין פינעם פנים לעבן די גענאק
איך כהאב שוין געמאכט א עקס רעי אין גארנישט געזען
נ.ב מיין שאלה איז ווייל סתם א פלענע דאקטער ווייסט נישט וואס דאס איז
ווייל ער קען דיר נישט העלפען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 3:05 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
סהאט זיך אנגעפאנגען ווען איך פלעג פילן ביי יעדע בייס אז עס קנאקט נאך א שטיק צייט איז עס געווארן ערגער און ס'איז געווען צייטן וואס מיין מויל האט זיך פארהאנקערט און איך האב עס נישט געקענט עפענען פשוט און גראד איך האב עס נישט געקענט עפענען! יעצט ב"ה האב איך עס מער נישט סתם דאקטורים קענען גארנישט טוען דערצו עס קומט ביי מענטשן וואס האבן געהאט ברעיסאס האסטו געהאט ברעסיס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 3:09 pm
דורך יגדיל
ניין קיינמאל נישט געהאט ברעסעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 3:16 pm
דורך join us
איך האב געהאט איינעם און מיין משפחה וואס פלעקט ליידן דערפון מיר האבן געספענד טויזענטער דאללאר'ן דערפאר און ממש געטאפאט א וואנט
זיי(די דאקטוירם וואס ווילן מאכן אפאר גראצע פון אונז) זאגן אז מען קען דאס יא אויסהיילן
אבער עס האט נישט געהאלפן צופיל
אבער היינט איז עס שוין אוועק געגאנגען ב"ה!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 3:52 pm
דורך יעק
איך האב עס געהאט אלס בחור א דענטיסט האט מיך געגעבען א ברעס (נישט ברעסיס) מען דארף גיין דערמיט נאר ביינאכט פאר א פאר חדשים עס שטעלט ציריק די ביינער אין פלאטץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 4:34 pm
דורך יגדיל
די מיינסט א ברעס אופען פנים ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 4:43 pm
דורך יעק
סגייט אריין אין מאל אויף די ציין אין ארים די קאפ אין בעק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 5:41 pm
דורך קרעמער
איך קען TMJ פון די נאנט, סיי איך און סיי מיין שטוב ליידן דערויף. אין פאקט, מיר פלעגן נוצן דעם זעלבן דאקטער אין מאנהעטן אינעם זעלבן צייט (דער דאקטער מיטן נאמען פילדינג, פלעגט זיין יעדן מיטוואך אין די קליניק פון דזשוינט-דיזיז שפיטאל, וואו ער פלעגט אויפנעמען פאציענטן וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן די גרויס-געלט וואס ער נעמט אין פריוואטן אפיס).
עס איז קלאר א תוצאה פון ברעיסעס (וואס איך האב געהאט אלס קינד), און די סימפטאמען זענען קנאקעס און קראכעס ביי די באק-ביינער (מאנכע ליידן קאפ-וויי דערפון, ב"ה איך נישט). יענער דר. פילדינג האט מיר דאן געגעבן א 'ריטעינער' צו האלטן אין מויל יעדע נאכט, עס האט אפשר געהאלפן א וויילע, אבער למעשה נוץ איך נישט היינט גארנישט, און איך האב זיך צוגעוואוינט צו לעבן דערמיט אזוי ווי עס איז.
אויב די באק-ביינער ווערן ממש פארשטייפט און ווילן זיך נישט עפענען אדער צומאכן (ווי איינער שרייבט דא אויבן), זענען דא געוויסע מוסקלען וואס מען דארף אביסל באארבעטן און מאסאזשען, און מיט אביסל געדולד און רואיגקייט גייט אלעס צוריק אין פלאץ בעזהשי"ת (איך געדענק אז "די צייטונג" האט יארן צוריק געהאט א רובריק וועגן TMJ).
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2008 12:58 am
דורך שוועמל
אין די מעלות אדער אין גאזעט זענען געלאפן מערערע בריוו דערוועגן.
צו וויסן וואס דאס איז לייג אריין אין גוגל
what is tmj
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 12:25 am
דורך שוועמל
אנגעהויבן ליידן דערויף לעצטענס, א קליק ביי יעדע קיי.
דאס באלאנגט קלאר פאר א גוטן דענטיסט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 12:50 am
דורך גולש
איך האב עס, ס'קימט און ס'גייט יעדע שטיק צייט, איך האב נישט געטראפן קיינער וואס זאל עס קענען אוועקנעמען אינגאנצן,
און יא, איך האב אויך געהאט ברעיסעס
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 1:34 am
דורך משה'עלע
סלויפט בייונז און משפחה "אן קיין ברעסעס" דער פעלדשער האט געזאגט מען זאל אכטונג געבען צו קייען גראד און נישט שיעף און אויב עסטוט ווי איז מען זיך אליין שילדיג וויל מען האט נישט גקייט גראד ודפח"ח וחילופהן ב..
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 2:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'לייד אויף דעם אויף א מילדע אופן, און מיין דענטיסט האט געזאגט, אז עס איז דא געוויסע עקסערסייז, אבער עס איז נישט גרינג, סא אז עס איז נישט קיין ערענסטע שטער, לוינט זיך נישט צו מיטשענען.
אגב, כ'האב קיינמאל נישט געהאט קיין ברעסעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 4:52 pm
דורך כ'שעם מיך
איז איינער פארט באקאנט מיט עפעס א לעזונג אדער דאקטער וואס קען זיין גוט פאר טי עם דשעי וואס ברענגט שרעקליכע קאפוויי און נאכווייען ? תזכו למצות.