בלאט 1 פון 1
דייעט און וויטאמינען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 3:57 pm
דורך נעגל וואסער
לאמיר זיך דורכרעדן מיט אייך אלע אידן פון 'די וועלט'.
קודם נאט אייך דעם פוינט. איך דארף א דייעט.
נאר וואס? אט לאמיר אייך זאגן.
איך וויל אזוי:
1) נישט קיין וויטאמינען (איך האב גענוג אזוי אויך פון די בני ביתו זו בת חמותו)
2) 'עפעס' זאל איך כאטש נאך מעגן קייען
3) ביטע שיקט מיר נישט צו איינע פון די נאטורליכע קלאפערס וואס וועלן מיר קאסטן $100 א וואך (זעה די איינגערינגעלטע ביי #1).
שוין לאמיר גיין עפעס אריינכאפן ווייל דער מאגן ברומט שוין ווידער...
א גרויסן דאנק אייך אלע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 4:00 pm
דורך ביקסאד
נישט טרינקען נעגל וואסער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 4:07 pm
דורך נעגל וואסער
נאו דשאוקס, די איינציגע זאך וואס מ'לאזט מיר נאך אראפשלינגען געהעריג איז מיין אייגענע שפייעכץ ווען איך שטיי און קוק ווי אנדערע זיצן און האקן מכת חרב ...ואבדן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 6:15 pm
דורך קרעמער
איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל צו פארלירן וואג, איינמאל איז מיר ב"ה געלונגען אראפצוקלאפן א פופציגער. איך בין אבער קיינמאל נישט געגאנגען צו קיינעם, און נישט געצאלט קיין גרייצער דערפאר. די בעסטע דייעט איז זיך איינצוהאלטן דעם תאות אכילה. עסן נאר דריי מאל א טאג, און אויך דאן עסן נאר לתיאבון, נישט אכילה גסה.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 1:57 am
דורך ביקסאד
קרעמער האט געשריבן:די בעסטע דייעט איז זיך איינצוהאלטן דעם תאות אכילה. עסן נאר דריי מאל א טאג, און אויך דאן עסן נאר לתיאבון, נישט אכילה גסה.
דאס איז א גרויסע עיקר עסן דריי געהעריגע סעודות אין באשטימטע צייטן, און
נישט נאשן.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 9:53 am
דורך נעגל וואסער
איך טוה דאך דאס שוין פאר די לענגסטע צייט.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 10:29 am
דורך יעקעלע פוקס
כבוד ר' נעגל ואסער
אויף דיין פרצוף זעסטי שוין אויס אפגעפאלען,
ווי אויך איך האב שוין געטוהן עטליכע פעילות, און ביי מיר די אייציגסע וועג וואס האט געארבעט איז געווען 'פאסטען' הגם די עולם (גולם) וועט זיכער מחולק זיין מיט מיר, אבער איך רעד פון מיר, און מיט אייגענע ערפארונג,
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 10:50 am
דורך נעגל וואסער
יעקעלע פוקס האט געשריבן:אויף דיין פרצוף זעסטי שוין אויס אפגעפאלען,
דאס איז נישט אפגעפאלן, דאס זענען סימפטאמען פון א ריכטיגע בולמוס.
איך פאסט עניוועיס (כמעט)ביז חצות..
וואזשע דען? די רבנית פארלאנגט עפעס מער "דראסטישע שריט" ווי א נעטשורעל דאקטאר וואס זי "ווייסט קלאר" אז סעט בעסער העלפן.
אדער...
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 12:32 pm
דורך יעקעלע פוקס
איך פארשטיי פון ווי די קימסט מיטן רבנית אויך, מיין עקספיריענס האט מיר געוויזען אז די אלע מעשות ארבעט נישט ביי מיר, בלית ברירה האב איך דעם ווינטער אפגעפאסט, דהיינו געטרינקען א פרויטין ציפרי, א גאנצען טאג גארקנישט געגעסען, אבער געטרינקען אסאך וואסער, נאכטמאל איז געווען וואס די רבנית האט פארשטאנען אז איך וואלט געוואלט זייער אפפאלען ווי איידער..... אבער ווען עס געקומען דער שבת און יו"ט האב איך באצאלט כפל, אם קיין שום צוימונג, ר"ח ניסן האב איך געהאלטען מיט 40 פונט אראפ ב"ה
הגם איך בין שוין ארויף מיט א שיין חלק דערפון אבער נישטא קיין ברירה (פאר מיר)
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 1:33 pm
דורך איך_הער
דייעט דייעט דייעט, בניגון הידוע לר' ליפא שמעלצער.
מיין וועג.
איך פלעג האבן א משוגעת, אז נאך יעדע סעודה אינדערהיים, סאפער אייביג, און צומאל אויף פרישטאג, האבעך נאכגעגעסן קעיק, און ס'האט אוודאי געלאזט אן עפעקט, אז כ'האב מיט איינמאל געמוזט ארויף גיין צוויי סייזעס, און ס'האט מיר געפערליך געבאדערט, אז כ'האב דיסיידעט אז דאסיזעס, און ס'איז א פאקט, איך קען היינט אנקוקן קעיק, און נישט עסן, איך ווער נישט אויס מענטש אזוי ווי אמאל, פרישטאג, אויב וואש איך מיך, פארליר איך כמעט גארנישט, אבער אויב איך עס נאר סיריעל מיט מילעך, און ביי סאפער עס איז וויפיל ס'לאזטצעך, (אן קיין קעיק דערנאך.) האבעך במשך פינף חדשים פארלוירן פינף פונט, לאכטס נישט, ס'וואלט ווען לכאורה געווען א ליצנות, אבער אין פאקט, האבעך אנגענומען וואס דער אין ק"י בארומטער דר. זאלענקא האט געזאגט ביי די הצלה דינער, אז מ'זאל ארבעטן אויף איין פונט א חודש, אין הכי נמי אז אין א יאר איזעס נאר צוועלעוו פונט, אבער אין פינף יאר איזעס זעכציג, און ס'איז א שטארקע פוינט, ווייל אז מ'פארלירט א פונט א חודש, איזעס צוויי זאכן, קודם אז מ'האט נישט צוגענומען, און נאכדעם אז מ'האט פארלוירן עטליסט איין פונט, און נאך עטליכע חדשים שפירט מען א באפרידיגונג.
ווען מ'וויל פארלירן אסאך אויף אמאל, דארף מען גרויס סיעתא דשמייא, אז ס'זאל אנהאלטן, איך רעד פון נאטוראל, איך רעד נישט פון סטעיפלען אדער בענדלען.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 3:17 pm
דורך קרעמער
ווען איך בין געווען אויפן שטרענגן דייעט, פלעג איך נישט עסן מיר א רעפטל ברויט אויף פרישטאג מיט א גלעזל וואסער אדער מילך, א רעפטל ברויט אויף מיטאג מיט א גלעזל וואסער אדער מילך, און אויף נאכטמאל איין פארציע פון וואס עס איז געווען צוגעגרייט.
איך האב נישט צוגערירט קיין שום איבריגע זאך דורכן טאג, ניטאמאל א קאווע אדער אראנדזש דזשוס.
נאכן גיין אויף דעם וועג עטליכע חדשים, בין איך אבער געווארן היבש אפגעשוואכט, און איך פלעג צומאל ווערן דיזי פון א שנעלע בייג אדער שטעל-אויף. האב איך באשלאסן צוצוגעבן צו יעדע סעודה, און איך פלעג צולייגן צום ברויט אן איי אדער אביסל טונא, אזוי אויך פלעג איך זיך ערלויבן צו טרונקן א קאווע-צוויי (אן צוקער; איך טרונק שוין יארן קאווע אן ציקער, אויסער שבת יו"ט ור"ח, און מוצאי שבת לכבוד דוד המלך מיטן קרוין - כידוע ליודעים).
איך פלעג אויפצייכענען אויף א פאפיר יעדע זאך וואס איז אריינגעקומען ביי מיר אין מויל! מען פלעגט לאכן פון מיר אין די פויסטן, אבער מיין רעקל און העמדער האבן צוביסלעך אויפגעהערט שמייכלן און זיך צורייסן פאר דיקקייט.
איך האב במשך א האלבע יאר פארלוירן 50 פונט און מער (עס איז שוין געווען א מעשה פון 14 יאר צוריק, געדענק איך נישט וואס מיין סדר האכילה פון שבת ויו"ט איז געווען, אבער לכאורה האב איך געגעסן פון יעדן מאכל וואס מען האט אנגעגרייט אויף שבת, און מעגליך צוגעגעסן א נאש אדער א שטיקל קעיק לכבוד עונג שבת ויום טוב).
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 3:23 pm
דורך איך_הער
כאב טאקע פארגעסן צו שרייבן פון שבת, שבת עס איך אזוי ווי ס'ברויך צו זיין, און מ'פראבירט אויך אינזין צו האבן לכבוד שבת, איך טראכט נישט פון מיין דייעט קיין איין רגע, און נאך שבת וועגעך טאקע מיט א דריי פיר פונט מער, אבער משך די וואך לאזעכעס נאך.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2008 10:44 am
דורך נעגל וואסער
באמת א דאנק פארן מיר ענטפערן, 'כער און קרעמ.
כעלמעך מוזן פלאגן אביסעלע מער מיסטאם, איך זיץ א גאנצן טאג ביים קאמפיוטער און עפעס מוזעכדעך טון. קיי איך.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2008 6:36 pm
דורך איך_הער
נעגל, נאך איין קלייניגקייט וואס כ'האב פארגעסן, איך האב אויך דעם פראבלעם אז א גאנצע וואך בינעך אדער אין אפיס, אדער אינדערהיים, אדער אין שול, אדער אין קאר, און כמעט גארנישט אויף די גאס, דאס הייסט אז איך וואק קוים, און דאס העלפט אויך נישט צו, צום פארלירן, אין הכי נמי, אז א נארמאלע שבת, קען מיר אויס קומען צו וואקן, ארום זעקס זיבן מאל, פאר בערך פופצן צוואנציג מינוט, אבער ס'טוט נישט אויף צו סאך, פארדעם פראביר איך צו מאכן יעדע נאכט א וואק, פון ארום א האלבע שעה, איך האלט אז דאס העלפט א געוואלד.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 8:22 am
דורך נעגל וואסער
כשר גערעכט. איך מאך שוין אויך נישט פאר די לענגסטע צייט קיין עקסערסייז מיסטאם איז דאס די זאך איך ברויך פאררעכטען. גוט, שכח.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 9:31 am
דורך a one
דאכט זיך אז נישט עסן ביינאכט העלפט אסך צו
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 10:49 am
דורך נעגל וואסער
איך עס קוים בייטאג
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 11:33 am
דורך a one
קומט אויס אז די ביזט הונגעריג ביינאכט און............