לעזער אפערעשאן אויף די אויגן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

תגובהדורך פינקט פארקערט » פרייטאג ינואר 27, 2012 10:35 am

Cheikel,

I would appreciate if you could find out from your friend which Dr he used.

Thanks
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » זונטאג ינואר 29, 2012 6:05 pm

פינקט פארקערט האט געשריבן:Cheikel,
I would appreciate if you could find out from your friend which Dr he used.
Thanks


אקעי, געלונגען צו כאפן, און פרעגן מער אינפארמאציע.
דער דאקטער וועם ער טוט "יא" רעקאמאנדירן, וועלכער האט איהם געהאלפן איז

Rosenblum Harvey S MD Facs PC
326 Graham Avenue
Brooklyn, NY 11211
(718) 384-4271
(212) 714-2020


זיי האבן אוועבזייטל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 29, 2012 6:56 pm

הארווי ראזנבלום איז שטארק באקאנט אין מיין פאמיליע, און הייסט א מומחה אין דעם געביט.

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 5:05 pm

תגובהדורך לובלין » זונטאג ינואר 29, 2012 8:35 pm

קרעמער האט געשריבן:הארווי ראזנבלום איז שטארק באקאנט אין מיין פאמיליע, און הייסט א מומחה אין דעם געביט.

ער האט מיר פראבירט צורעדן צום עסק

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג ינואר 29, 2012 9:05 pm

כ'בין אויך געווען ביי אים ער האט אבער געשטעלט א צווייטן צו באקוקן מיינע אויגן צוליב וואס ער האט געהאלטן אינמיטן אפערירן איינעמס אויג.

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » זונטאג ינואר 29, 2012 9:08 pm

לובלין האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:הארווי ראזנבלום איז שטארק באקאנט אין מיין פאמיליע, און הייסט א מומחה אין דעם געביט.

ער האט מיר פראבירט צורעדן צום עסק

לאז געמאכט האט געשריבן:כ'בין אויך געווען ביי אים ער האט אבער געשטעלט א צווייטן צו באקוקן מיינע אויגן צוליב וואס ער האט געהאלטן אינמיטן אפערירן איינעמס אויג.

למעשה ??

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג ינואר 29, 2012 9:35 pm

מיר האט ער נישט רעקאמענדעט לעזאר. (און כ'האב נישט געפרעגט דערוועגן אויך נישט.) כ'בין געגאנגן ווייל כ'האב געמוזט גיין יוצא צו זיין ווי מ'רופט עס.

פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

תגובהדורך פינקט פארקערט » מיטוואך פאברואר 01, 2012 5:18 pm

חייקל האט געשריבן:כ'האב א נאנטן ידיד זז"ג וואס האט זיך געלאזט מאכן לעיזער מיט א צייט צוריק, און ער האט זיך זייער געמוטשעט מיט די נאכווייען.
ס'טייטש ס'איז נישט געלונגען הונדערט פראצענט, ער האט א היבשע ווייל נישט געקענט פירן זיין אויטא, און זיך געמוטשעט אריינצוקוקן אין א ספר.
אויבנאויף פארשטיי איך אז (די סיבה פונעם מסבב כל הסיבות איז געווען) דער דאקטער וועם ער האט גענוצט איז 'נישט' געווען דער גרעסטער ספעציעליסט.
כ'ווייס נישט זיכער וואס דער סוף פון זיין מעשה איז געווען, אבער קיין גלעזער אט ער נישט צוריק אנגעטוהן, מעגליך האט ער געטראפן איינער וואס האט פארראכטן דעם באבא... איך וועל אים בל"נ אנפרעגן, און מיטטיילן אי"ה.


חייקל האט געשריבן:אקעי, געלונגען צו כאפן, און פרעגן מער אינפארמאציע.
דער דאקטער וועם ער טוט "יא" רעקאמאנדירן, וועלכער האט איהם געהאלפן איז

Rosenblum Harvey S MD Facs PC
326 Graham Avenue
Brooklyn, NY 11211
(718) 384-4271


???

Thanks for your respond, but i am somehow confused, did Dr Rosenbaum made the procedure on him? or he is just recommending him? or maybe he fixed the issue he had from the first surgery.

I would appreciate some clarification.

Danke
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך פאברואר 01, 2012 8:34 pm

פינקט פארקערט האט געשריבן:
חייקל האט געשריבן:כ'האב א נאנטן ידיד זז"ג וואס האט זיך געלאזט מאכן לעיזער מיט א צייט צוריק, און ער האט זיך זייער געמוטשעט מיט די נאכווייען.
ס'טייטש ס'איז נישט געלונגען הונדערט פראצענט, ער האט א היבשע ווייל נישט געקענט פירן זיין אויטא, און זיך געמוטשעט אריינצוקוקן אין א ספר.
אויבנאויף פארשטיי איך אז (די סיבה פונעם מסבב כל הסיבות איז געווען) דער דאקטער וועם ער האט גענוצט איז 'נישט' געווען דער גרעסטער ספעציעליסט.
כ'ווייס נישט זיכער וואס דער סוף פון זיין מעשה איז געווען, אבער קיין גלעזער אט ער נישט צוריק אנגעטוהן, מעגליך האט ער געטראפן איינער וואס האט פארראכטן דעם באבא... איך וועל אים בל"נ אנפרעגן, און מיטטיילן אי"ה.


חייקל האט געשריבן:אקעי, געלונגען צו כאפן, און פרעגן מער אינפארמאציע.
דער דאקטער וועם ער טוט "יא" רעקאמאנדירן, וועלכער האט איהם געהאלפן איז

Rosenblum Harvey S MD Facs PC
326 Graham Avenue
Brooklyn, NY 11211
(718) 384-4271


???

Thanks for your respond, but i am somehow confused, did Dr Rosenbaum made the procedure on him? or he is just recommending him? or maybe he fixed the issue he had from the first surgery.

I would appreciate some clarification.

Danke


ראזנבלום האט ב"ה פארראכטן וואס אן אנדערער דאקטער האט קאליע געמאכט.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

תגובהדורך פינקט פארקערט » מיטוואך פאברואר 08, 2012 2:56 pm

Thanks Reb Cheikl, so you basically prove what i have said before, that there is profesionals and non professionals, and you have to make sure to whom you go.

Thanks Again.

Piknt
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » מוצ"ש מאי 03, 2014 11:30 pm

כ'האב א שטארקע רייץ צו מאכען די לעיסעק, אבער איך האב זייער מורא צו באבערען מיט מיין אויגען, האט איינער פרישע עדווייס (די לעצטע תגובה דא איז שוין צוויי יאר אלט) דערפאר אדער דערקעגן? שכח פון פאראויס

אריין געטראכט
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 3:57 pm

תגובהדורך אריין געטראכט » זונטאג יוני 08, 2014 3:08 pm

אין די לעצטע פאר וואכען האב איך זיך זייער שטארק נאך געפרעגעט וועגען מאכען די לעיסעק, איך האב גערעד מיט כאטשיק 10 מענטשען וואס האבען עס געמאכט זיי קענען אפילו נישט פארשטיין פאר וואס יעדער מאכט עס נישט, עס איז דא א פאר סיבות וואס זיי זאגען פאר וואס מענטשען האלטען זיך אפ דערפון,
1) געלט, עס קאסט כאטשיק 1000$ א אויג, די מער פראפישנעלי'ס בעטען 2000$ א אויג
2) מענטשען האבען זייער מורא צי מאכען א סיורטשער אויפן גוף בכלל אין אויף די אויגען בפרט אין ווען מען מיז נישט, נאר ס'איז פאר באקוועמקייט שטיין מענטשען ווייט דערפון,
3) עס איז היינט 2014 א סטייל יא צי גיין גלעזער
איך האב גערעד מיט אסאך מענטשען יעדער האט מיך געוויסט צי זאגען אויף נעמען וואס האבען עס געמאכט, אין דער וואס האט עס צום סוף נישט געמאכט, זאגט יענער איז נישט ציפרידען, אין יענער איז נישט ציפרידען, איך האב זיך נישט געפוילט אין געגאנגען צי יענעם, אין געפרעגט זאגט דער יענער, הייבט זיך נישט אן איך בין זייער ציפרידען, גיי איך צום צווייטען זאגט ער יא אנהייב בין איך נישט געווען ציפרידען ווייל מען האט מיך געהייסען לייגען טראפען 2 מאל א טאג אין איך האב עס נישט געטוען אזוי ערליך ווי מען האט מיך געזאגט האב איך געהאט אביסעל פראבלעמען ביינאכט ביים דרייווען אבער היינט 2 יאר שפעטער איז ער זייער ציפרידען,
נעמענדיג אין באטראכט די אלע פאקטען האב איך שוין אפגעמאכט צו גיין צו א דאקטער אין מענהטען וואס ער הייסט די גרעסטע אין דעם, ער בעט 2000$ א אויג זיין נאמען איז Dr. Eric Mandel 1888-866-3681
דאס איז די פאקטען וואס איך האב זיך איבערצייגט די לעצטע פאר וואכען

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יוני 08, 2014 4:02 pm

כ'האב גערעדט לעצטנס מיט א גרויסן אויגן דאקטער (אן אפטאמעטריסט) ער טוט דאס נישט און האט נישט קיין שום נגיעות דערביי, ער איז זייער אין שטיצע פין די לעיזער פראצעדור און ער טענה'ט אז סיי ווער ס'פארשטייט באמת דעם מענטשליכען אויג וועט האלטן די זעלבע, לדבריו איז דאס שוין לאנג ארויס פינעם "טרייעל פיריעד" און גענוג אלט אז מ'זאל עס קענען טראסטן (לערך 30 יאר).

פארשטייט זיך אז מ'מוז זיין זיכער אז מ'גייט צו א ריכטיגער מומחה סיי צו מאכן זיכער אז מ'איז בכלל א קאנדידאט דערפאר (ווי אויסגעשמועסט דורך אנדערע פריער אינעם אשכול, אויב נישט קען מען ח"ו נאר שאדן האבן דערפון), און אויך פארשטייט זיך אז דער פראצעדור ווערט געטון ריכטיג און מיט די גרעסטע מאס פארזיכטיגקייט, און אוודאי אויף'ס מערסט פארגעשריטענע אופן וואס האט די בעסטע שאנסן נישט צו מאכן קיין שאדן חלילה בא"א.

און אוודאי געדענקן מתפלל צו זיין אז אלעס זאל גיין כשורה. סוכ"ס רעדט מען דא פון "אויגן"!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג יוני 23, 2014 8:49 pm

היינט באקומען אין די פאסט אן עדווערטייסינג ביכל פון Evision מיט גאנץ אינטערסאנטע אונפארמאציע וועגן LASIK.
(Laser-Assisted in situ Keratomileusis)

-------

ווייסט איינער ווי מ'קען זען אביסל סטאטיסטיק'ס? וויפיל מענטשן האבן עס שוין געמאכט? און וואס איז געווען נאכדעם?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » פרייטאג מאי 01, 2015 9:24 am

איך האב געלאזט מאכן דעם Lasik procedure בערך צוויי יאר צירוק, און וואלט דאס שטארק רעקאמאנדירט פאר יעדעם איינעם צו מאכן.

די פראצעדור דויערט זייער שנעל און די נעקסטע טאג בין איך געווען צירוק ביי די ארבעט, די ערשטע פאר וואכן האט מען פראבלעמען מיט זוהן שראלן אינדערפרי און מיט לעקטערס ביינאכט אבער דאס גייט אוועק מיט די צייט אזוי אז ביי די פאלאו אפ עטליכע וואכן נאך דעם פראצעדור האב איך שוין געהאט א 20\20 און נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זוהן שטראלן אדער לעקטערס.

נאכן זיך פלאגן פאר צוואנציג יאר מיט גלעזער און לענסעס מיט הויעכע נומערן האט היינט צוטאגס די ברכה פון פוקח עורים גאר אן אנדערן באדייט.

איך וועל פראבירן צירוק צו קומען און מער מאריך זיין ווען איך וועל האבן א טשאנס, אויב איינער האט סיי וואספארא בין איך גרייט צו ענטפערן.

אייניגע
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

תגובהדורך אייניגע » פרייטאג מאי 01, 2015 10:11 am

דיטעילס פליז.
ווער איז די דאקטאר. אדרעס. פאון נומער. פרייז.
יישר כח.

צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 2:03 pm

תגובהדורך צייטונג » פרייטאג מאי 01, 2015 10:22 am

אזוי ווי עס איז נאך א גאנץ נייע זאך, מן הסתם בערך 10 יאר, ווייסט מען נאכנישט 100% וויאזוי דאס עלטערן זיך וועט רעאגירן דערויף, ווייל למשל רוב עלטערע מענטשן דארפן שוין נישט דאס זעלבע סארט ברילן ווי יונגע, זיי דארפן נאר א פארגרעסערונג גלאז.
דעריבער איז דאס נישט כדאי צו מאכן פאר א געזונטן מענטש וואס דארף בלויז ברילן, כ'קען איינעם וואס האט דאס יא געמאכט, אבער ער האט טאקע געהאט מער פראבלעמען מיט די אויגן, כ'רעד נאר פון גאנץ געזונטע אויגן לויענט זיך נישט צו לאזן אפערירן בלויז וועגן באקוועמליכקייט.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » פרייטאג מאי 01, 2015 10:42 am

אייניגע האט געשריבן:דיטעילס פליז.
ווער איז די דאקטאר. אדרעס. פאון נומער. פרייז.
יישר כח.


איך האב עס געמאכט ביי Diamond Vision אין מידטאון מאנהעטן און געצאלט $3800.

זיי האבן אויך ביליגערע אפשען'ס און אויך פיינענסינג, רופט זיי פאר א Free evaluation.

http://diamondvision.com

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » פרייטאג מאי 01, 2015 10:46 am

צייטונג האט געשריבן:אזוי ווי עס איז נאך א גאנץ נייע זאך, מן הסתם בערך 10 יאר, ווייסט מען נאכנישט 100% וויאזוי דאס עלטערן זיך וועט רעאגירן דערויף, ווייל למשל רוב עלטערע מענטשן דארפן שוין נישט דאס זעלבע סארט ברילן ווי יונגע, זיי דארפן נאר א פארגרעסערונג גלאז.
דעריבער איז דאס נישט כדאי צו מאכן פאר א געזונטן מענטש וואס דארף בלויז ברילן, כ'קען איינעם וואס האט דאס יא געמאכט, אבער ער האט טאקע געהאט מער פראבלעמען מיט די אויגן, כ'רעד נאר פון גאנץ געזונטע אויגן לויענט זיך נישט צו לאזן אפערירן בלויז וועגן באקוועמליכקייט.


ווי אנדערע האבן געשריבן אין דעם אשכול איז דאס נישט קיין נייע זאך, מען מאכט דאס שוין פאר איבער דרייסיג יאר. רוב מענטשן וואס האבן פראבלעמען איז דאס ווייל זיי האבן געוואלט שפארן געלט און געגאנגען צו א ביליגע דאקטאר. אויב טוט מען עס די ריכטיגע וועג האט עס כמעט א הונדערט פראצענט טשאנס פאר סוקסעס, די קליינע פראצענט וואס עס געלונגט נישט ווערן נישט בלינד.. די ערגסטע וואס עס קען געשעהן איז אז זיי זאלן טראגן ברילן ווי בעפאר.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » פרייטאג מאי 01, 2015 10:58 am

וואס האט דיר געגעבן דעם שטופ צי ארויסנעמען קרוב צי פיר אלפים אין מאכן דעם פראצעדור?

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובהדורך אשמרה לפי מחסום » פרייטאג מאי 01, 2015 11:15 am

לאמפ האט געשריבן:איך האב געלאזט מאכן דעם Lasik procedure בערך צוויי יאר צירוק, און וואלט דאס שטארק רעקאמאנדירט פאר יעדעם איינעם צו מאכן.

די פראצעדור דויערט זייער שנעל און די נעקסטע טאג בין איך געווען צירוק ביי די ארבעט, די ערשטע פאר וואכן האט מען פראבלעמען מיט זוהן שראלן אינדערפרי און מיט לעקטערס ביינאכט אבער דאס גייט אוועק מיט די צייט אזוי אז ביי די פאלאו אפ עטליכע וואכן נאך דעם פראצעדור האב איך שוין געהאט א 20\20 און נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זוהן שטראלן אדער לעקטערס.

נאכן זיך פלאגן פאר צוואנציג יאר מיט גלעזער און לענסעס מיט הויעכע נומערן האט היינט צוטאגס די ברכה פון פוקח עורים גאר אן אנדערן באדייט.

איך וועל פראבירן צירוק צו קומען און מער מאריך זיין ווען איך וועל האבן א טשאנס, אויב איינער האט סיי וואספארא בין איך גרייט צו ענטפערן.

וואס הייסט א הויכע נאומבער עס איז מיך אביסעל נוגע

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » פרייטאג מאי 01, 2015 11:17 am

וויסט איינער ווי אינג מען קען עס שוין מאכן, קען מען עס שוין מאכן ביי די 15 יאר?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » פרייטאג מאי 01, 2015 3:13 pm

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:איך האב געלאזט מאכן דעם Lasik procedure בערך צוויי יאר צירוק, און וואלט דאס שטארק רעקאמאנדירט פאר יעדעם איינעם צו מאכן.

די פראצעדור דויערט זייער שנעל און די נעקסטע טאג בין איך געווען צירוק ביי די ארבעט, די ערשטע פאר וואכן האט מען פראבלעמען מיט זוהן שראלן אינדערפרי און מיט לעקטערס ביינאכט אבער דאס גייט אוועק מיט די צייט אזוי אז ביי די פאלאו אפ עטליכע וואכן נאך דעם פראצעדור האב איך שוין געהאט א 20\20 און נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זוהן שטראלן אדער לעקטערס.

נאכן זיך פלאגן פאר צוואנציג יאר מיט גלעזער און לענסעס מיט הויעכע נומערן האט היינט צוטאגס די ברכה פון פוקח עורים גאר אן אנדערן באדייט.

איך וועל פראבירן צירוק צו קומען און מער מאריך זיין ווען איך וועל האבן א טשאנס, אויב איינער האט סיי וואספארא בין איך גרייט צו ענטפערן.

וואס הייסט א הויכע נאומבער עס איז מיך אביסעל נוגע


900-

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » פרייטאג מאי 01, 2015 5:16 pm

שלך לחמך האט געשריבן:וויסט איינער ווי אינג מען קען עס שוין מאכן, קען מען עס שוין מאכן ביי די 15 יאר?


אויב געדענק איך גוט ברויך מען זיין אכטצן יאר כדי עס צו מאכן.

פאר די צוויי פאלגענדע סיבות.

1 - קאנסענט, א צווייטער קען נישט אינטערשרייבן אנשטאט דעם פאציענט און אונטערצושרייבן ברויך מען זיין אכטצן יאר.

2 - ביז די אכטצן טוישט זיך כסדר די נומער און shape פון די אויגן און כדי דאס זאל זיין עפעקטיוו ברויך די נומער זיין סטאביל.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » פרייטאג מאי 01, 2015 6:55 pm

אט אזוי האט געשריבן:וואס האט דיר געגעבן דעם שטופ צי ארויסנעמען קרוב צי פיר אלפים אין מאכן דעם פראצעדור?


איך האב אלץ גע'חלומ'ט דאס צו מאכן און עס איז שווער צו זאגן וואס פונקטליך איז געווען די לעצטע שטרוי אויפן רוקן פונעם קעמל אבער דאס אז עטליכע משפחה מיטגלידער זענען סוקסעספול אריבער דעם פראצעדור האט זיכער צוגעהאלפן מיטן דעסיידען.

וועגן געלט, אויב האט איר גלעזער אדער גאר לענסעס און איר וועט אויסרעכענען וויפיל עס קאסט אייך די סופלייס, סאלושען און דאקטאר אפוינטמענטס וועט איר זעהן אז דער 'עקספענס' צאלט זיך זייער שנעל אויס. דאס איז אויסער די באקוועמליכקייט און שלוות הנפש וואס דאס קענען זעהן נאטורליך ברענגט מיט מיט זיך.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט