איך האב א חבר אין ארץ ישראל וואס איז אלץ קינד גאר שטארק דע'רודפ'ט געווארן דורך אנדערע קינדער, צוליב גראבקייט און נאך זאכן.
אין ישיבה קטנה און אין ישיבה גדולה איז אלץ אריבער מער ווייניגער בשלום.
אבער יעצט נאך די חתונה שפירט ער אז די אלע אלטע ווייטונגען ליגן נאך ערגעץ באהאלטן דארט טיף אין די דזשעלי און עס מאכט אים טון און זיך אויפירן אין געוואוסע וועגן.
די עיקר פלאץ ווי ער זעט עס איז אז ער קען נישט צוקוקן ווי אסאך קינדער שפילן זיך צוזאמען, און שוין אפגערעדט אז ער האלט ממש נישט אויס צו זען ווי מען טשעפעט זיך, אבער ער האלט אויך נישט אויס צו הערן א קינד וויינען, וואס דאס איז איינע פון זיינע שווערקייטן האבנדיג שוין ב"ה אייגענע קינדער.
איך האב אים געזאגט אז דאס איז מסתמא א געוואוסע מין טראומע, די שאלה איז יעצט צו איינער ווייסט פון איינער אין א"י וואס קען אים העלפן פאר א ביליגע פרייז (דער אינגערמאן איז אן עני ואביון מגוזלו)
הילף פאר א געוועזענע גע'רודפ'ט קינד
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- נעזל
- שר חמישים
- תגובות: 70
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 8:31 am
- לאקאציע: צווישן די אויגן, העכער די מויל.
הילף פאר א געוועזענע גע'רודפ'ט קינד
ס'נעזל שטעק ביטע ארויס פון דא!!
-
- שר חמישים
- תגובות: 82
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:22 pm
Re: הילף פאר א געוועזענע גע'רודפ'ט קינד
נעזל האט געשריבן:איך האב א חבר אין ארץ ישראל וואס איז אלץ קינד גאר שטארק דע'רודפ'ט געווארן דורך אנדערע קינדער, צוליב גראבקייט און נאך זאכן.
אין ישיבה קטנה און אין ישיבה גדולה איז אלץ אריבער מער ווייניגער בשלום.
אבער יעצט נאך די חתונה שפירט ער אז די אלע אלטע ווייטונגען ליגן נאך ערגעץ באהאלטן דארט טיף אין די דזשעלי און עס מאכט אים טון און זיך אויפירן אין געוואוסע וועגן.
די עיקר פלאץ ווי ער זעט עס איז אז ער קען נישט צוקוקן ווי אסאך קינדער שפילן זיך צוזאמען, און שוין אפגערעדט אז ער האלט ממש נישט אויס צו זען ווי מען טשעפעט זיך, אבער ער האלט אויך נישט אויס צו הערן א קינד וויינען, וואס דאס איז איינע פון זיינע שווערקייטן האבנדיג שוין ב"ה אייגענע קינדער.
איך האב אים געזאגט אז דאס איז מסתמא א געוואוסע מין טראומע, די שאלה איז יעצט צו איינער ווייסט פון איינער אין א"י וואס קען אים העלפן פאר א ביליגע פרייז (דער אינגערמאן איז אן עני ואביון מגוזלו)
א גוטן הרב נעזל,
עס טיט מיר זייער לייד צו הערן, סאם האו האב איך א שוואכקייט צו הערן ווי קינדער קריגן זיך, עס עסט מיר ממש אויף. איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען קיין נרדף, אבער איך האב מיטגעהאלטן ווי אנדערע ווערן גע'רודף'ט.
דאס איז זיכער אז דיין חבר ליידט אויף א געוויסע טראומא, איך גלייב אז סיי וועלעכע טעראפיסט וואלט איהם געקענט העלפן, אדער כאטש וויסן ווער עס איז גוט אין דעם.
לכאורה די ביליגסטע אפציע וועט זיין עטליכע הינדערט דאלער
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14572
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: הילף פאר א געוועזענע גע'רודפ'ט קינד
ביליג וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען.
אפשר קען מען פארשאפן געלט און צאל טאפ דאללער פארן ריכטיגן מענטש. מאך ריסורטש בעפאר.

- לייף קאוטש
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 7:00 pm
- לאקאציע: א שפאן אוועק
Re: הילף פאר א געוועזענע גע'רודפ'ט קינד
איך ארבעט אויף זאאם.
איך האב א פאר שעה וואס איך ארבעט בחנם עס איז שוין פיל פאר די נעקסטע 2 חדשים אבער איך קען אייך לאזן וויסן אויב עס איז דא קענסעלעישאנס.
איך מיין אז ער וויל באמת געהאלפן ווערן איז נישט דא קיין שארט קאט'ס עס וועט נאר שפעטער ארויסקומען איך וואלט געראטן א מהלך וואס שטופט נישט דער קליענט נאר לאזט אים ארויסברענגען אלע זיינע שווערע געפילן, ווי למשל די
ס'psychotherapy אדער אלע אנדערע טעראפיע'ס וואס געבן פלאץ פארן קליענט זיך ארויסצוגעבן געהעריג.
איך טו coherence therapy וואס איז גראדע דער שנעלסטע פון דער קאטעגאריע און אַפילו אין אלגעמיין האט עס א שנעלע סוקסעס רעיט.
מ'קען גאאגלען ריסוירטש אויף יעדע מהלך.
זיי געזונט און פריש!

א שיינע עד די אשכול
Re: הילף פאר א געוועזענע גע'רודפ'ט קינד
גערעכט
א (צדקה) עד פאר א ארימער יונגערמאן אין ארץ ישראל וואס ברויך הילף

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃